מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

אינפארמאציע און הילף איבער טרעוול

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מיין טריפ קיין ארלענדאו


בסייעתא דשמיא וועל איך פראבירן אביסל אראפשרייבן מיין נסיעה קיין ארלענדאו און בעזר ה' ארויסהעלפן מיט עצות און ריסארסעס פאר ווער עס וויל אויך פארן קיין ארלענדאו פלארידע.



זונטאג פארטאגס האב מיר זיך דערוועקט פון די קלינג פון די וועקער זייגער. א שנעלע חשבון האט געטענהט אזש מען ברויך שוין אויפשטיין נישט צו פארפאסן דעם פליגער.
גייענדיג אין בית המדרש האט מיר א מאדנע געפיל באנימען, ווען בין איך לעצטע מאל געוועהן אויף זונטאג פארטאגס?! לכאורה א' סליחות… אבער דאסמאל בין איך געוועהן פון די איינציגסטע אויף, חוץ נאך אפאר אידן וואס האבן נישט געוואלט פארפאסן זייערע פלייט.

נאך שחרית האט מען זיך תיכף ארויסגעלאזט צו לאגווארדיע לופטפעלד ווי מען האט קודם געפארקט דעם קאר ביים לאגווארדיע פלאזא האטעל, באשטעלט דורך way.com
נאך צוויי מינוט איז די שאטל געקומען און אונז אפגעטראגן צום עירפארט.
די שאטל פארט יעדער צוואנציג מינוט.

אנקומענדיג אין לופטפעלד סיינט מען זיך אריין דורך די עלעקטראנישע קיאסקן וואס ליגן אויסגעלייגט.
פון דארט זעמער גלייך צוגעגאנגן צו די ספיריט עירליין טישל ווי מען האט אריינגעגעבן די רענצל וואס האט געקאסט א נישטיגע הונדערטער פאר ביידע וועגן צוזאם.
זיי האבן מיר איבערגעגעבן דעם באורדינג פעסס און פון דארט איז מען געגאנגען צו סעקיוריטי.
ביי סעקיוריטי האט מען מיר באגנבעט מיין מעסערל וואס איז געליגן אין מיין טאשקע. שוין… גם זו לטובה…

ויסעו, די ערעפלאן האט זיך געהויבן און נאך בערך צוויי אהאלב שעה האט מען געלאנדעד ב"ה, ויחנו בארלענדאו.

ביים ארויסטרעטן פונעם עירפארט האט מען גלייך געשפירט די איינגענעמע ווארימע פלארידע לופט, ס'איז געוועהן בערך זיבעציג דעגרי… אההה מחיה…
אזוי ווי איך בין א פרעזידענט סערקול ליאלטי מעמבער בין איך תיכף צוגעגאנגן צו די הערטץ קאר רענטל געראדזש ווי איך קען מיר וועלן א קאר פון די פרעזידענט סערקול אפטיילונג.
נאכן נישט טרעפן דארט קיין לייטישע קאר האב איך זיך פשוט אריינגעזעצט און א שיינע מערצעדעס פון די ריזערוועד אפטיילונג און געזאגט א קאפיטעל תהילים און צוגעפארן צום עקזיט.
די מענטש דארט בעהט מיר מיין לייסענס, געבט מיר א ריסיפט און די ארויסגאנג שטעקעלע האט זיך ברייט געעפענט און פארענט פון מיין נאז, מיט א שמחה האט איך אראפ געדריקט די גאז און היידא… ס'איז פיין געלונגען…

פון דארט זעמער געפארן בערך א האלבע שעה צו די ארלענדאו אומגעגענט ווי איך וועל זיך אויפהאלטן די קומענדיגע פאר טאג.

אזויווי טשעק אין איז נישט געוועהן פאר דרייע נאכמיטאג בין איך קודם גיגאנגן צום גראסערי איינצוקויפן אביסל.
די גראסערי איז טאקע א גוישע סטאר, עס הייסט Win Dixie, אבער עס האט דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי סנעקס, קרעקערס, טונע, מזונות, סאסעס און ספייסיס, קעטשופ און מאסטערד, געטראנקן, פעיפער גודס, וכו'.ווי אויך האבן זיי צוויי פרידזעס, פיל מיט מילכיגע און פליישיגע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, אריינגערעכנט דבש מילך חלב ישראל, יוגארטס און לעבענס, פוטער קרים טשזיס, ספרעדס, א קליינע אויסוואל פון פלייש אפי' בשר בהמה, קאלד קאטס, פרענקס, ווי אויך האבן זיי פראזען פראדוקטן ווי וואפעלס, פיצא, פלאפל, וכו' וכו', דערנאך קען מען קויפן פרוכט און גרינצייג און נאך זאכן וואס איך געדענק נישט.
געוויסע פשוטע זאכן האבן זיי נישט געהאט מיט א היימישע השגחה ווי למשל מייענעז און נארמאלע סיריעלס… קוקט אויס אז די עולם קויפט די גוישע קאמפעניס מיט די אלגעמיינע הכשרים…
ברויט איז אויך נישט געוועהן, נאר פארפאקטע חלות פון רייזמאנס.


המשך יבאו, (אויב די עולם איז אינטערעסירט...)
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אינטרעסירט +.

וואס איז די רעזערווד אפטיילונג? ס׳איז ריזערווד פאר א ספעציפישע רעזערוועישן? אויב יא מאכסטו אן א פעסטע מעסס אפ…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

ווארשיינדליך ביזטו איבער 25. די יונגווארג (ואני בתוכם) Eענען אזאנס נישט באקומעןו...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:11 am
אינטרעסירט +.

וואס איז די רעזערווד אפטיילונג? ס׳איז ריזערווד פאר א ספעציפישע רעזערוועישן? אויב יא מאכסטו אן א פעסטע מעסס אפ…
איך גלייב נישט אז ס'איז עכט ריזערוועד ווייל ווען יא וואלט איך עס לכאורה נישט געקענט נעמען...

לכאורה איז עס אוועקגעלייגט פאר איינער וואס וויל ריסערווען...
רוב פארקינג לאט איז ריזערוועד.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

גיי וויטער! מיר ווילן הערן!
נאמן
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:29 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאמן »

סאבסקרייבט! ווארט מען פארן המשך
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
ריברענדיג.....
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'ארא פראגע? אודאי זעמיר אינטערעסירט
Can't vait for more
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

@גראדע שכל ביטע זיי ממשיך!!

דו שרייבסט הערליך!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 6:28 pm
@גראדע שכל ביטע זיי ממשיך!!

דו שרייבסט הערליך!
בקרוב
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ווי ווייט איז עס פון וועסט פאלם?
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 7:42 pm
ווי ווייט איז עס פון וועסט פאלם?
קוק אויף גוגעל מעפס...
איך מיין קרוב צו דריי שעה
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
מפיבושת
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2023 11:13 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפיבושת »

נו?? מיר ווארטן מיט שפאנונג! [אונז ווער מיר שוין באלד אויסגעשפאנט]
אדם גדול [רש"י עירובין נ"ג:]
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מפיבושת האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 1:05 am
נו?? אונז ווער מיר שוין באלד אויסגעשפאנט...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שעין.
gluck
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:34 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gluck »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 am
דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי ... פעיפער גודס
וואס???
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

מיר ווארטן אויפן המשך.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

gluck האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:55 am
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 am
דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי ... פעיפער גודס
וואס???
קוקט אויס אז גוים קויפן נישט קיין פעיפער גודס...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:58 pm
gluck האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:55 am
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 am
דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי ... פעיפער גודס
וואס???
קוקט אויס אז גוים קויפן נישט קיין פעיפער גודס...
מ'דארף טאקע פארזיכטיג זיין ווען מ'קויפט דארט, די אידישע פראדוקטן זענען נישט זייער ביליג, און זייער אסאך פון די זאכן (נישט עסן) קען מען קויפן פאר היבש ביליג אין די נישט כשר'ע איילס, ס'איז ראטזאם קודם צו גיין צו די נישט כשר'ע חלק און קויפן וואס מ'דארף, און דערנאך קיין צו די אידישע איילס
לעצט פארראכטן דורך אבי.גערעדט אום דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אבי.גערעדט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:42 pm
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:58 pm
gluck האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:55 am
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 am
דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי ... פעיפער גודס
וואס???
קוקט אויס אז גוים קויפן נישט קיין פעיפער גודס...
מ'דארף טאקע פארזיכטיג זיין ווען מ'קויפט דארט, די אידישע פראדוקטן זענען נישט זייער ביליג, און זייער אסאך פון די זאכן (נישט עסן) קען מען קויפן פאר היבש ביליג אין די נישט כשר'ע איילס, ס'איז ראטזאם קודם צו גיין צו די נישט כשר'ע חלק און קויפן וואס מ'דארף, און נישט דערנאך קיין צו די אידישע איילס
נישט ביליג מילד גערעדט...

גאר גאר טייער!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
gluck
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:34 pm

Re: מיין טריפ/וואקאציע קיין ארלענדאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gluck »

גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:49 pm
אבי.גערעדט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:42 pm
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:58 pm
gluck האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:55 am
גראדע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 am
דריי קליינע אייעלס מיט כשרע פראדוקטן מיט היימישע הכשרים, ווי ... פעיפער גודס
וואס???
קוקט אויס אז גוים קויפן נישט קיין פעיפער גודס...
מ'דארף טאקע פארזיכטיג זיין ווען מ'קויפט דארט, די אידישע פראדוקטן זענען נישט זייער ביליג, און זייער אסאך פון די זאכן (נישט עסן) קען מען קויפן פאר היבש ביליג אין די נישט כשר'ע איילס, ס'איז ראטזאם קודם צו גיין צו די נישט כשר'ע חלק און קויפן וואס מ'דארף, און נישט דערנאך קיין צו די אידישע איילס
נישט ביליג מילד גערעדט...

גאר גאר טייער!
ער האט נאכנישט אריינגעטשעקט אין האטעל און שטייט נאכאלץ אין גראסערי...

וואס וועט זיין מיט א המשך?
שרייב תגובה

צוריק צו “טרעוול און וואקאציע”