פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:05 pm
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:06 pm
די אלע משלים וואס איך האב דיר געגעבן רעד איך פון א גאר געזונט קינד.
די אלע זאכן זענען פשוטע תירוצים פאר זיין אויפירונג, מ'דארף נישט צוקומען צו עפעס א זייטיגע סיבה נאר דאס אליינס.

צונעמען פון די געשוויסטער טויס זייער פשוט. דער געזונטע יונגעל וויל מאכן א באסעלע און ער דארף נאך קליקס צו ענדיגן, וואס טוט ער נעמט פון די שוועסטער ער האפט זי זעהט נישט, כאפט זי צו פון אים ווערט ער אויפגערעגט און טוט א עוולה, שלאגט, צוברעכט.
מ'קען זיין גאר געזונט, גארנישט טיף זאל נישט ליגן דערונטער ס'איז פשוט טעגליכע זאכן וואס פאסירן.

נישט ווילן זיך אנטון, איז פשוט ער וויל נאך שפילן. פארוואס וויל ער שפילן? ווייל ער האט ליב צו שפילן פיל מער ווי ער האט ליב זיך אנצוטון. פשוט.

נישט עסן סאפיר און נישט פאלגן דעם מאמען מיטן עסן, און ווארפן אין גארבידזש, אויך פשוט ער האט נישט ליב פלייש ער האט נאר ליב אייסקריעם. פשוט און פראסט, סימפל נארמאלע געשענישען גארנישט טיפערס דערונטער.

נישט גיין שלאפן אויך זייער פשוט אים איז יעצט געשמאק צו בלייבן אויף ער וויל בלייבן אויף ער וויל נאך שפילן, פונקט ווי ווען די טאטע מאמע ווילן גיין שלאפן שפעט גייען זיי שלאפן גארנישט דארף נישט ליגן טיף דערונטער די זעלבע די קינד.
איין חילוק ער האט עלטערן וואס ווייסן פאר זיין טובה זאל ער יא גיין שלאפן און ער דארף זיי פאלגן און אויב פאלגט מען נישט איז דא קאנסעקווענצן.


און ווי דו ענדיגסט צו..
שטארקע אור האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:06 pm

אבער מען מעג נאכאלץ אויסלערנען אז ער מוז פאלגן, צו מיט ווערטער א פעטשל אדער סיי וואסערע אנדערע וועג
ביי מיר זענען די אלע זאכן וואס איך האב געזאגט זייער פשוט, גארנישט "טיף" דערונטער, פלעין פשוטע נאטורן.
עס זעט אויס ווי דו גלייכסט צו קוקן אויף זאכן אויף זייער א פשוטן אופן, נישט קיין פראבלעם. אבער ווען מען פרובירט צו פארשטיין אביסל טיפער א קינדס "נארמאלע געזונטע" אויפפירונג מוז זיין אז דאס קינד איז אומגעזונט, דאס עפעס קען איך נישט פארשטיין.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12459
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
א קאפיטל תהלים און אים גוט אנכאפן ווען ער גייט ארויס. אויב האט ער קלאר פארשטאנען וואס קען געשען און אפילו אזוי לויפט ער איז עכט נישטא וואס צו טון לענ"ד.

די שאלה איז נאר צו ער האט פארשטאנען, וואס האסט אים געזאגט ביים מיטונג. די וועג ווי אזוי איך לערן דאס מיינע קינדער איז דורך איינע פון די קינדער ביכלעך וואס איז בנמצא וואס ווייזט וואס קען ח"ו פאסירן. און טאקע איינע פון מיינע זון מער א לעבעדיגער האט זיך עס געלערנט מיט שרעק... ב"ה אז מען איז אפגעקומען מיט שרעק, די קינד וואס איז אים נאכגעלאפן האט שרעק אויך נישט געהאט אבער עס פארשטאנען דורכן כמעט אנרירן דעם קאר מיטן נאז... דער דרייווער האט געהאט די שרעק

קרעניעל, מה זה?
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

קיינער זאגט נישט אז געבן א פעטש'ל איז בכלל נישט קיין אפציע.

עס טאר אבער נישט זיין א פחד און טעראר און דערנידערונג און שטוב. און פון די אנדערע זייט דארף אויך זיין א געזונטע, ווארימע רילעישענשיפ מיט רעספעקט, באשיצונג און ליבשאפט. זעהן די גוטס אינעם קינד, און דאס קינד זאל עס שפירן.

אויף די זאכן דארף זיין די עיקר עבודה (בעצם א עבודה אויף זיך אליינס...) איינמאל מען האט די פאוקעס פאר די אויגן קען מען שוין אליינס וויסן ווען א פעטש'ל און ווען נישט. אלעס איז די מיינדסעט אין קאפ.

די אייבערשטער זאל טאקע העלפן.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
א ווייסע ארבעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:07 am
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:45 pm
נאר פאר חוצפה און ליגענט.

נישט געבן פעטש פארן ארויסקומען פון בעט אן רשות און פארן נישט אויפעסן די סאפער..

פארשטייט זיך עס ווענד זיך יעדע קינד, אבער קיין לכתחילה איז עס זיכער נישט.
דיסעגרי.
פאר חוצפה האלט איך טאר מען נישט שלאגן ווייל ווען א קינד איז חוצפה'דיג מיינט דאס אז ער הייבט אן א פייט, און אין זיין מח געווינסטו די פייט ווייל דו ביזט שטערקער, און דיינע פעטש טוען וויי, געבט ער אויף די פייט, אבער אין זיין קאפ איז ער נאך אנגעבלאזן אדער אפי' פארווייטאגט פארוואס דו האסט גענוצט פיזישע כח נאר ווייל ער קען נישט.
פאר חוצפה דארף מען שטארק שטראפן, אבער מיט א 'קנס', ווענדט זיך די יארגאנג.
למשל:
ביז דריי יאר - אריינלייגן אין בעט און נישט לאזן ארויסקומען ביז ער זאגט צו ער גייט שוין זיין וואויל.
ביז 7 יאר - איינשפארן אין א צימער פאר 10 מינוט אדער שטיין ביים קארנער פאר 10 מינוט און נאכדעם זאל ער מוזן איבערבעטן מיט הכנעה, אויב נישט גייט ער צוריק אין צימער-קארנער.
ביז 11 יאר - מוז זאגן 20 קאפיטלעך תהילים, און דערנאך שרייבן א איבערבעטונגס בריוו.
פון 12 און ארויף - טאטאלע איגנאראציע, און אויב איז ער-זי חוצפה'דיג צו די מאמע, גאר שטרענג און שארף און טריקן אנווארענען.

בנוגע ליגענט, מוז מען זייער אויפפאסן וואס ליגט אונטער די ליגענט. אויב מאכט ער א קאווער-אפ ווייל ער ציטערט שטארק פון עפעס, איז מעגליך אז מען דארף עס אפי' אדורכלאזן. נאר ביי די נעקסטע שבת סעודה זאל מען אראפרייסן ליגענט גאר שארף.

פעטש קומט ווען א קינד טוט א זאך וואס טויג נישט נאכאמאל און נאכאמאל, דאן מוז מען געבן פעטש אז זיין מח זאל קליקן אז טון די זאך ציפט.

אכטונג: קיינמאל נישט געבן קיין פאטש פאר א קינד פון כתה ח' און ארויף!! דאס ציווארפט זייער סעלף-עסטיםאון מאכט עם פילן ווי זיין טאטע איז א בער. מ'דארף נאך אבער יא זיכער מאכן - ביז די חתונה - אז זיי ווייסן קלאר אז זיי זענען אונטער די פולע אטאריטעט פון די עלטערן.

ווען א קינד טוט אדער רעדט מיאוסע זאכן חלילה, מוז מען געבן גאר שטארקע פעטש, אבער פריוואט, און מען דארף זיי פארדעם מאכן אליינס זאגן פארוואס זיי גייען יעצט באקומען פעטש.

דיסקלעימער: איך האב קנאפע עקספיריענס אין חינוך.
אויסערדעם האב איך פארגעסן גאר א וויכטיגע פוינט: ווען א טאטע שטראפט א קינד וועגן א אידישקייט זאך, למשל ער וויל נישט דאווענען - א 7-10 יעריגס למשל - מוז ער זיכער מאכן אז דאס קינד זאל נישט ווערן מער צוטיילט פונעם סידור, און פארדעם דארף מען נוצן דעם פופטן חוש.
געלט איז יא אלעס.
זאג נישט אז נישט ווייל ס'יא.
ביז מ'האט עס.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

למעלה משבעים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:44 pm
יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
א קאפיטל תהלים און אים גוט אנכאפן ווען ער גייט ארויס. אויב האט ער קלאר פארשטאנען וואס קען געשען און אפילו אזוי לויפט ער איז עכט נישטא וואס צו טון לענ"ד.

די שאלה איז נאר צו ער האט פארשטאנען, וואס האסט אים געזאגט ביים מיטונג. די וועג ווי אזוי איך לערן דאס מיינע קינדער איז דורך איינע פון די קינדער ביכלעך וואס איז בנמצא וואס ווייזט וואס קען ח"ו פאסירן. און טאקע איינע פון מיינע זון מער א לעבעדיגער האט זיך עס געלערנט מיט שרעק... ב"ה אז מען איז אפגעקומען מיט שרעק, די קינד וואס איז אים נאכגעלאפן האט שרעק אויך נישט געהאט אבער עס פארשטאנען דורכן כמעט אנרירן דעם קאר מיטן נאז... דער דרייווער האט געהאט די שרעק

קרעניעל, מה זה?
איך על דיר זאגן, מיינער האט צוויי מאל געכאפט א מכה אינעם זיצער, און אזוי איז עס אים אריין אין מח, ער האט אנגעהויבן כאפן אז מען רעדט ביזנעס, איך האף ער איז נישט געדעמעדזשד פאר לייף פון די טראומע.

קרעניעל איז פון די דברים סגוליום וואס די מכשפים פארקויפן.

תהלים זאג איך נאך אלץ, דער ברך משה פלעגט זיך וואונדערן ווי קען זיין א אינגערמאן וועלכע האט קינדער אין שטוב זאגט נישט כאטש 5 קאפיטל תהלים א טאג
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
דארפסט דערגיין וואס שטיפט אים צו לויפן צום גאדער.. אפשר באקומט ער נישט גענוג ליבשאפט אינדערהיים ער וויל עס באקומען פונעם גאדער.. אפשר האט אים זיין פלעי גרופ טיטשער געפאנישט יענע טאג.. אפשר האט אים איינער אביוזד..

וויצן אין א זייט געלייגט.
פארוואס ער לויפט, פשוט ווייל פארוואס זאל א קינד נישט לויפן א קינד האט ליב צו לויפן איבעראל.
נארמאל ווערט א קינד דערשראקן פון עס טון נאכאמאל פון די גרויס פחד וואס די מאמע האט געכאפט ביים ערשטן מאל פאסירן, אבער ביי מיר גיבט מען יא פעטש פאר אזא זאך תיכף ומיד. און אויב ווילסטו נישט געבן ביים ערשטן מאל וואס ס'פאסירט אבער ביים צווייטן מאל איז א לכתחלה שבלכתחלה צו געבן א פאטש.
כ'מיין ביי סכנה'דיגע זאכן זענען אפילו די אנטי פעטש חברה אויך מודה אז מ'דארף געבן פעטש.
pshat
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2024 7:16 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pshat »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
ביי די צווייטע מאל דארף ער חאפן 2 געזונטע פעטש
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.


און וואס טוט מען מיט א קליין קינד וואס האט א נייע טוי וואס ריפט זיך געז רענטש פייער, אדער מעסער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:20 pm

כ'מיין ביי סכנה'דיגע זאכן זענען אפילו די אנטי פעטש חברה אויך מודה אז מ'דארף געבן פעטש.
טא מעיק א לאנג סטארי שארט,
פעטש האט אייביג געהאלפן און וועט אייביג העלפן, ”ווען עס איז אין פלאץ”
פעטש האט קיינמאל געהאלפן און וועט קיינמאל העלפן ווען עס איז נישט אין פלאץ.

דער כלל האט זיך נישט געטוישט, פון אמאל ביז היינט, און וועט זיך ווייטער נישט טוישן.

וואס טוישט זיך יא? די מאס פון אביוז וואס א מענטש איז סובל.
סבלנות/דערהייבן איז היינט שוואכער סיי ביי די עלטערן, און סיי ביים קינד.

דער טאטע לאזט פליען א פאטש פשוט ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין
דער קינד ווערט שנעלער צוקלאפט, פשוט ווייל ער קען ווייניגער דערהייבן.

אויב אזוי איז דער ”באלאנס פונקט” ווען יא צו שלאגן און ווען נישט צו שלאגן. אנדערש ווי אמאל.

און פארשטייט זיך יעדע קינד איז אנדערש

וכל ערום יעשה בדעת.

דער עיקר זאל מען נישט מורא האבן צו זיין א מודה על האמת, טיף ביי זיך אין הארץ, דיין קינד קומט זיך נישט קיין פאטש פאר דיינע שוואכקייטן. און ווען עס קומט זיך אים גיב אים עס, און זאג אים נישט אז עס טוט דיר מער וויי.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1797
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 4:06 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:44 pm
יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:36 pm
וואס דארף מען טוען מיט א צוויי יעריג קינד וואס לויפט כסדר אראפ אויפן גאדער?
איך האב שוין געמאכט א מיטינג מיט אים, ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן.
איך האב שוין אויך פרובירט קרעניעל.
א קאפיטל תהלים און אים גוט אנכאפן ווען ער גייט ארויס. אויב האט ער קלאר פארשטאנען וואס קען געשען און אפילו אזוי לויפט ער איז עכט נישטא וואס צו טון לענ"ד.

די שאלה איז נאר צו ער האט פארשטאנען, וואס האסט אים געזאגט ביים מיטונג. די וועג ווי אזוי איך לערן דאס מיינע קינדער איז דורך איינע פון די קינדער ביכלעך וואס איז בנמצא וואס ווייזט וואס קען ח"ו פאסירן. און טאקע איינע פון מיינע זון מער א לעבעדיגער האט זיך עס געלערנט מיט שרעק... ב"ה אז מען איז אפגעקומען מיט שרעק, די קינד וואס איז אים נאכגעלאפן האט שרעק אויך נישט געהאט אבער עס פארשטאנען דורכן כמעט אנרירן דעם קאר מיטן נאז... דער דרייווער האט געהאט די שרעק

קרעניעל, מה זה?
תהלים זאג איך נאך אלץ, דער ברך משה פלעגט זיך וואונדערן ווי קען זיין א אינגערמאן וועלכע האט קינדער אין שטוב זאגט נישט כאטש 5 קאפיטל תהלים א טאג
שכוח! פון מארגן צופרי און ווייטער בלי״נ
zugzug
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2024 9:36 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugzug »

פעטש איז פון די זאכן וואס ריבויין קשה ומיעוטן יפה. שאט נישט אמאל א יובל ווען ס'פעלט וויכטיג אויס איבערצולייגן און אריינצימבלען כמו שכתוב אזוי ווי אמאל. עס וועט העלפען אויף יארן פארויס, און די קביעותדיגע ימין מקרבת וועט ארבעטן אויסגעצייכנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”