ציטער יא פונעם ציטערניש

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

פון איין מינוט אויפן צווייטן
איבער א שטרעקע א ברייטן
א פחד און שרעק נעמט ארום
איבערן טריי סטעיט אומעטום

טייל קוים יעצט אויפוועקן
אנדערע שוין צום טויט שרעקן
א טרייסל טוט מען שמעקן
וואס טוט נ"י און נ"ד באדעקן

מעשיות פילע פאר די ביכער
קיינער איז מיט זיך נישט זיכער
קיינער קען נישט איינזיצן
ס'הייבן תיכף אָן פליען וויצן

קיינער טראכט נישט גראד
אינעם גאנצן געגנט און שטאט
יעדער איז מבולבל און צעמישט
בייגעוואוינט אַן ערדציטערניש!

-

אבער לאמיר רעדן ערנסט א מינוט
געב א קוק וואס דער בורא טוט
פליקעס און רמזים אָן א שיעור
טראכט א רגע וואס וויל מען פון מיר

כ'בין נישט קיין רב אדער קיין דיין
מיר האבן אבער אלטע כלי זין
מ'בעט ביים תהלים פונעם טאטע'ן
ס'זאל חלילה פאר קיין אידן שאטן

וואס צו טון פאר קיינעם נישט איך זאג
אבער ס'זיכער אז די היינטיגע טאג
וועלן מיר אויף לאנגע געזונטע יארן
האבן איינגעקריצט ביי אונז אין זכרון

לאמיר ביים באשעפער בעטן
נאר אלע שונאים צעטרעטן
דער גלות איז גענוג פארביטערט
מיר האבן שוין אזויפיל געציטערט

בנינים ווארפסטו ווי שפילצייגן
טו דיך שוין צו דיינע שאף אראפבייגן
זע אונזערע טרייסלענישן גרויס
און נעם אונז שוין פון דא ארויס.
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

wow צום פינטל!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

@שוואכער קומט אריין קלאר אווי געווענליך
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

דער קומט אלץ אריין צום פינטל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

מאסיוו הערליכע
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

וואו וואס איז נייעס ער וואקסט אריין אין די בעלי מוסר אינדערסטרי... אבער עס האט די געשמאקייט און לייכקייט פון די ארגינעלע @שוואכער
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק און קלאר!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

ער קומט אריין שטארק
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אנדערש ווי געווענליך. אבער מיט @שוואכער ספייס...
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

יעדער מאהל פון פריש
א חידוש פון אונטערן טיש

אפילו עס איז ברייט באקאנט
אז דו האסט אזא טאלאנט

אבער דאך יעדער מאהל איז עפעס אייגענארטיג
אפילו איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין פארטיג

לייג דיך אויף דער ברייט און דער לענג
ברענג'דזשע נאך, ברענג ברענג

גראדע האב איך מער ליב דער לענגערע שורות
בעסער ווי קליינע, אזוי איך שפיר-עס

אבער אזוי צו אזוי, ביסטו א שטיק בעל כישרון
זעה נאר אויף גוטע וועגן צו פארן

ברענג נאך פון דייענ סחורה די שטארקער, פיינע, און גוטע
איך פיל נאך גוט דער ערדציטערניש..... יוששששש איך ציטער!!
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: ציטער יא פונעם ציטערניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

שטארק! געפעלט מיר דעם קעפל!
חיריק שר הפארברענגען!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”