אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:23 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:03 pm
מען מעג ארויפברענגן דעם אשכול אינמיטן ווינטער? אה, איך זעה אז @הודו להשם האט עס שוין געטוהן, איז לאמיר אנהויבן.

נאך וואס אלץ קינד פלעגן מיר שטארק הנאה האבן צו פלאנצן אינעם בעקיארד יעדן זומער, פאברענגנדיג שעות זיך אפצוגעבן מיט די טאמאטעס, פיקעלס, פאטעטאס און די גוזבערי ביימעלעך, האמיר אלץ געווארט אויף די געלעגנהייט צו קענען פלאנצן אינעם אייגענעם בעקיארד געשמאקע וועדזשטעבעלס.

זיך אריבערצוענדיג קין אריזאנע האמיר טאקע געהאט די געלעגנהייט צו אנהויבן פלאנצן אינעם אייגענעם בעקיארד, אין אריזאנע קען מען פלאנצן דורכאויס דער גאנצע יאר האבנדיג א שטארקע זון דורכאויס דער גאנצע קיילעכיג יאר, פארשטייט זיך אז אין די ווינטער פלאנצט מען אנדערע זאכן ווי אין די זומער אבער אוועראלל איז אלץ דא וואס צו פלאנצן.

דורכאויס דעם זומער פאריגע יאר האמיר פרובירט אביסל צו פלאנצן זוקיני סקוואש, מיר האבן עס געפלאנצט אין א קליינטשיקע פאט, אבער נאך עטליכע וואכן (נאך וואס עס האט שוין געהאט ארויסגעקומען די בלומען) זענען זיי מיר אפגעשטארבן זייער שנעל, איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול דערוועגן, כ'בין נישט זיכער ווי, אז לכאורה איז די פראבלעם געווען אז איך האב געגעבן צו סאך וואסער (מיינענדיג אז אין די היצן וואס עס איז דא דא פעלט אויס איבער די מאס), אבער אין אוועראלל איז לכאורה די סיבה געווען ווייל מיר זענען ב"ה געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן און זיך נישט געקענט צו סאך אפגעבן מיט דעם עכ"פ במחשבה.

למעשה האמיר נאך די זומער געקויפט עטוואס בעסערע פלענטערס (זייער קליינע אבער בעסערע ווי די ערשטע), היות איך וויל נישט (און ווייס נישט אויב מ'קען עכט) פלאנצן דא אין די ערד אין מיין בעקיארד, און עטליכע וואכן צוריק ווען מיר האבן געהאט אביסל צייט האמיר איינגעפלאנצט אביסל רעטעך צו זעהן מה יהיה חלומותיו, אויב ארבעט עס הרי טוב און מיר וועלן צוקויפן אדער צובויען צו האבן נאך פלענטערס צו קענען וואקסן מער און אז נישט וועלמיר דארפן זעהן וואס מען וועט טוען ווייטער (ווי @הודו להשם זאגט טאקע אין זיין פאריגע תגובה איז רעטעך פון די גרינגסטע זאכן צו פלאנצן במילא איז עס א גוטע טעסט).

(אין די זעלבע צייט האב איך אויך ענדליך געטראפן - נאכן זוכן דורכאויס דעם גאנצע זומער - א עלאו ווערא פלענט וואס וואקסן זייער גוט דאהי אין אריזאנע, און מיר האבן אים איינגעפלאנצט אין א פאט אינדערפראנט פונעם הויז, אינטרעסאנט איז צו באמערקן אז ווען מען פלאנצט עס איין אין די ערד שפרייט ער זיך זייער אויס און טייל מענטשן פלאנצן עס וועגן דעם איין צוזאמען מיט די פאט צו אפהאלטן די פאשפרייטונג).

דורכאויס די לעצטע פאר וואכן האמיר יעדן טאג געוואסערט און באטראכט די פראגרעסס, די ערשטע פאר וואכן האט זיך עס נישט צו שנעל געריקט (הגם אויף די סיעדס איז געשטאנען מען קען עס שוין הארוועסטן נאך 28 טעג), אבער נאכן עס רוקן צו דער בעק פונעם בעקיארד כדי צו זיין די מאקסימום צייט אונטער די זון (רעטעך דארף אסאך זון, און טאקע דערפאר קען מען עס נישט וואקסן די צייט פון יאר און אנדערע פלעצער אין אמעריקע, אבער דאהי ווי דו זין איז פול פארס יעצט, קען מען עס יא פלאנצן כמעט א גאנצע יאר) האמיר ב"ה געמאכט שיין פראגרעסס, מיר האבן טאקע נישט געטוהן איינע פון די וויכטיגע זאכן אין פלאנצן וואס איז thinning, היות מיר זענען נישט געווען זיכער צו עס פעלט זיך אויס האבנדיג געפלאנצט זייער ווייניג, אבער ב"ה דערווייל וואקסט ער שיין, עס איז מער קלענערע רעטעך פון די וואס מען קויפט געווענדליך אין געשעפט, אבער אזוי איז אויך געשטאנען אויפן סיעדס אז עס גייט זיין.

פאלגענד זענען עטליכע בילדער פון דורכאויס די צייט:


DSC_3942.jpg

DSC_4001.jpg

DSC_4225.jpg
איז דען נישט צו הייס צו וואקסן גרינצייג דורכאויס די אריזאנע זומערס?
ווענדט זיך וואס, עס איז אלץ דא וואס צו פלאנצן, געוויסע זאכן דארף מען פלאנצן אנדערש פון פלעצער ווי די זון איז נישט אזוי שטארק (למשל לאזן די בלעטער ווערן גרעסער צו פארמיידן זון פלעקן, פלאנצן מער צוזאמגעדריקט צו פארמערן שאטן וכדומה), און עס איז אויך דא געוויסע וועדזשטעבלס וואס מען קען טאקע נישט פלאנצן אין די זומער.
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

@אלע צוזאמען וואס איז די יעצטיגע טעמפעראטור ביי דיר (בייטאג/ביינאכט)?
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

הודו להשם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:28 am
@אלע צוזאמען וואס איז די יעצטיגע טעמפעראטור ביי דיר (בייטאג/ביינאכט)?
ווענדט זיך אויב עס ווערט פארוואלקנט אדער נישט, אויב נישט איז עס אין די זיבעציגער בייטאג און בערך העכערע פערציגער אדער נידעריגער פופציגער ביינאכט.

אויב איז עס פארוואלקנט איז עס אין די פופציגער אויך בייטאג, אבער געווענדליך איז עס נישט פארוואלקנט פאר עטליכע טעג און א צי (גראדע פאריגע וואך איז יא געווען, ווען עס האט גערעגנט פאר עטליכע טעג - נישט אין א צי אבער יעדע פאר שעה - און די וועטער איז טאקע געווען אביסל קעלטער, אבער נאך אלס אינמיטן טאג אין די העכערע פופציגער).
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, עה, ס'איז נישט געווען אזוי דראמאטיש, ברוך השם דער ערשטע בעטש פון רעטעך זענען שוין אויפגעגעסן געווארן צוזאמען מיט די אייער אויף שבת קודש.

פאריגע וואך פרייטאג האבן מיר ארויסגענומען די רעטעך וואס מיר האבן געפלאנצט ערשט (דאכזיך מיר עס האט גענומען ארום צוויי חדשים, אבער עס האט געדויערט צייט ביז איך האב געטראפן די פערפעקט פלאץ ווי עס איז דא גוטע זון), און די וואך זונטאג האט אנגעהויבן ארויסקומען די בלעטער פון די צווייטע בעטש רעטעך וואס מיר האבן געפלאנצט פאריגע וואך.

איינע פון די טעותים וואס איך האב געמאכט ביי די ערשטע (איך האב געוואוסט אז מען דארף אבער עס נישט געטוהן), איז געווען די פראסעס פון thining, דאס הייסט אז ווען מען פלאנצט לייגט מען אריין מער ווי איין סיעד אין די ערד פשוט ווייל נישט אלע גייען שפראצן, אבער שפעטער אויב ביידע (אדער אלע) שפראצן דארף מען דאס אפטיילן היות עס קען נישט עכט וואקסן אזוי נאנט איינער צום צווייטן, דאס מאל פלאנען מיר דאס יא צוטוהן און צו פרובירן צו פלאנצן דער וואס מען נעמט ארויס, לאמיר זעהן אויב עס וועט מצליח זיין (עני וואן וויז רעקאמענדעשענס?).

פאלגענד זענען עטליכע בילדער פון פרייטאג.

די רעטעך שטעקט זיך שוין שיין ארויס פון דער ערד
די רעטעך שטעקט זיך שוין שיין ארויס פון דער ערד
DSC_4359.jpg (237.58 KiB) געזען 267 מאל
DSC_4362.jpg
DSC_4362.jpg (336.7 KiB) געזען 267 מאל
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

נאך עטליכע בילדער פון פרייטאג -

נאכן ארויסשלעפן פון די ערד
נאכן ארויסשלעפן פון די ערד
DSC_4364.jpg (381.15 KiB) געזען 264 מאל
די גאנצע באנדל ליגט גרייט צו ווערן צוגעגרייט פאר שבת (שוין נאכן אפוואשן).
די גאנצע באנדל ליגט גרייט צו ווערן צוגעגרייט פאר שבת (שוין נאכן אפוואשן).
DSC_4379.jpg (184.96 KiB) געזען 264 מאל
דאס זענען די וואס זענען נישט געוואקסן געהעריג היות מען האט עס נישט אפגעטיילט
דאס זענען די וואס זענען נישט געוואקסן געהעריג היות מען האט עס נישט אפגעטיילט
DSC_4376.jpg (133.07 KiB) געזען 264 מאל
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

@הודו להשם יישר כח פאר דעם שיינעם באריכט, וויפיל שטח דארף מען האבן פאר אזא אויסוואל פון פלאנצונגען?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:24 pm
@הודו להשם יישר כח פאר דעם שיינעם באריכט, וויפיל שטח דארף מען האבן פאר אזא אויסוואל פון פלאנצונגען?
ווענדט זיך וויפיל מ'וויל פלאנצן. אלעס וואס איך וועל פלאנצן ווען זיין אין ארום 100 סקווער פיס.

פארשטייט זיך ס'איז נישט איין באקס פון 10x10 פיס, כ'האב עס צוטיילט אין עטליכע רעיזד בעדס און עטליכע סארט קאנטעינערס.

אויך, מ'קען פלאנצן עטליכע זאכן אויף איין פלאץ. לדוגמא, אז איך פלאנץ יעצט סנעפ פיעס קען איך אין July נוצן די פלאץ פאר קיוקאמבערס וכדו'.

-----

כ'האב שוין איינגעזייעט (דירעקט) ביז יעצט:
שוגער סנעפ פיעס
קנאבל
מייערן
צוויקל
רעטעך
קאהלראבי
טורניפ

אינדאאר סיד סטארטינג:
5 סארט פעפערס
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”