קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אין ליכט (בעצם די פארשטעלטע ליכט...) פון די ליקוי חמה, בין איך נתעורר געווארען מיט א הערה און איך האב היינט געפרעגט אין ביהמ"ד , ואין פותר אותו ל...., אפשר איז דא איינער דא וואס וועט וויסען עפעס מער.

די משנ"ב ברענגט אין סימן תכו ס"ק יג (הלכות קידוש לבנה), פון די שלה"ק און די חרדים נישט צו קוקען אויף די לבנה נאר בהבטה בעלמא לצורך די ברכה, אבער חוץ פון דעם זאל מען נישט קוקען.
ספר חרדים מצוות לא תעשה מדברי קבלה ומדברי סופרים פרק ב
וכן אסור להסתכל בלבנה ורבינו מאיר הלוי היה מזהיר מאד על הדבר כן כתב בספר שושן סודות :
של"ה שער האותיות אות הקו"ף - קדושה
לח. יש מצוה התלויה 'בפה, ובעינים, וברגלים', והיא מצות קידוש הלבנה. אמר רב יהודה הרואה לבנה בחדושה אומר ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר במאמרו כו' (סנהדרין מב א). כבר כתבתי לעיל (אות יח) שאסור להסתכל בהלבנה, בשם רבינו מאיר הלוי, ויש סוד לדבר , רק רואה בה ראיה כשירצה לברך, וכשמתחיל לברך אז אין מסתכל בה.
ברכי יוסף אורח חיים סימן תכו
ה. דין ב. ותולה עיניו וכו'. הרב שיירי כתב משם ספר חרדים (פרק מה) דאסור להסתכל בלבנה כי אם בשעת ברכה. ואני ראיתי בספר שושן סודות כ"י לרבינו משה בן יעקב שכתב וז"ל, מצאתי לאחד מחכמי הקבלה וז"ל, שמעתי אומרים על מורי דודי רבינו מאיר הלוי שהיה מזהיר שלא להסתכל בלבנה, ואשריו ואשרי חלקו שזכה לתורה תמימה וכו' ודברי פי חכם חן ושפתיו ברור מללו , עכ"ל. ועיין בשל"ה דף ע"ג. ודוק.
ווען ס'איז דא א ליקוי חמה קוקט מען דאך אויף די זון ווי ס'ווערט פארדעקט דורך די לבנה, און למעשה קוקט מען אויף די לבנה. איז דאס אויסגעהאלטען ע"פ הנ"ל?
איז דא איינער וואס וויסט צו ס'שטייט עפעס איבער דעם?
ייש"כ.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום מאנטאג אפריל 08, 2024 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

נייגעריג צו וויסן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 21, 2024 10:48 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריג צו וויסן »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:28 am

איך האב געזאגט פאר איינעם די שבת די זעלבע זאך, און איך האב נאך א שאלה אויב איז עס א שלעכטע סימן לשונאיה"ם של ישראל פארוואס גייען אידן עס קוקן? לדוגמא א רעגנבויגן וואס איז אפי' דא א ברכה דערויף אבער מטאר אויך נישט קוקן.
כנעל"ד
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:34 am
די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
הייסט ביי א ליקוי לבנה וועט מען נישט מעגן?
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:28 am
אין ליכט (בעצם די פארשטעלטע ליכט...) פון די ליקוי חמה, בין איך נתעורר געווארען מיט א הערה און איך האב היינט געפרעגט אין ביהמ"ד , ואין פותר אותו ל...., אפשר איז דא איינער דא וואס וועט וויסען עפעס מער.

די משנ"ב ברענגט אין סימן תכו ס"ק יג (הלכות קידוש לבנה), פון די שלה"ק און די חרדים נישט צו קוקען אויף די לבנה נאר בהבטה בעלמא לצורך די ברכה, אבער חוץ פון דעם זאל מען נישט קוקען.
ספר חרדים מצוות לא תעשה מדברי קבלה ומדברי סופרים פרק ב
וכן אסור להסתכל בלבנה ורבינו מאיר הלוי היה מזהיר מאד על הדבר כן כתב בספר שושן סודות :
של"ה שער האותיות אות הקו"ף - קדושה
לח. יש מצוה התלויה 'בפה, ובעינים, וברגלים', והיא מצות קידוש הלבנה. אמר רב יהודה הרואה לבנה בחדושה אומר ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר במאמרו כו' (סנהדרין מב א). כבר כתבתי לעיל (אות יח) שאסור להסתכל בהלבנה, בשם רבינו מאיר הלוי, ויש סוד לדבר , רק רואה בה ראיה כשירצה לברך, וכשמתחיל לברך אז אין מסתכל בה.
ברכי יוסף אורח חיים סימן תכו
ה. דין ב. ותולה עיניו וכו'. הרב שיירי כתב משם ספר חרדים (פרק מה) דאסור להסתכל בלבנה כי אם בשעת ברכה. ואני ראיתי בספר שושן סודות כ"י לרבינו משה בן יעקב שכתב וז"ל, מצאתי לאחד מחכמי הקבלה וז"ל, שמעתי אומרים על מורי דודי רבינו מאיר הלוי שהיה מזהיר שלא להסתכל בלבנה, ואשריו ואשרי חלקו שזכה לתורה תמימה וכו' ודברי פי חכם חן ושפתיו ברור מללו , עכ"ל. ועיין בשל"ה דף ע"ג. ודוק.
ווען ס'איז דא א ליקוי חמה קוקט מען דאך אויף די זון ווי ס'ווערט פארדעקט דורך די לבנה, און למעשה קוקט מען אויף די לבנה. איז דאס אויסגעהאלטען ע"פ הנ"ל?
איז דא איינער וואס וויסט צו ס'שטייט עפעס איבער דעם?
ייש"כ.
ע"פ נגלה ווערט געברענגט אז די סבה איז ווייל די לבנה שעמט זיך אז ס'איז קלענער געווארן, דא אבער אז ער פארשטעלט די זין שעמט זי זעך נישט אדרבא זי ווייזט וואס פאר א כח זי האט... מ'זאגט אז די ח"ח האט באטראכט א ליקוי חמה איך גלייב אז דאס איז א מעשה רב

ע"פ קבלה ווייס איך נישט די סוד קען זיין אז אפילו לויט די סוד מעג מען אין אזא פאל, אבער ע"פ קבלה איז פאר בעלי נפש, ס'איז נישט קיין חשש פאר פשוט'ע אידן ווי מיך
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

[q
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נייגעריג צו וויסן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:37 am
און איך האב נאך א שאלה אויב איז עס א שלעכטע סימן לשונאיה"ם של ישראל פארוואס גייען אידן עס קוקן?
אגב חורפי' שבשתי'
סוכה כ''ט.
תנו רבנן בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים . לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כח און מח האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:41 am
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:34 am
די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
הייסט ביי א ליקוי לבנה וועט מען נישט מעגן?
בפשטות נישט

כ'רעד פון התכלות, געבן א קוק מעג מען
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

יוד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:52 am

ע"פ נגלה ווערט געברענגט אז די סבה איז ווייל די לבנה שעמט זיך אז ס'איז קלענער געווארן, דא אבער אז ער פארשטעלט די זין שעמט זי זעך נישט אדרבא זי ווייזט וואס פאר א כח זי האט... מ'זאגט אז די ח"ח האט באטראכט א ליקוי חמה איך גלייב אז דאס איז א מעשה רב
גוט...

די עובדא פון די ח"ח איז טאקע א מעשה רב, אבער איך וויל פארשטיין וואס האט ער געהאלטען?

ווי איז די מקור אויף די עובדא פון די חפץ חיים?
ס'שטייט דארט אז ער האט באטראכט? אדער ער איז געגאנגען קוקען?

די סיבה פארוואס איך פרעג וויל איך האב געטראכט א מהלך אז ס'איז דא א חילוק צווישן ראי' און הסתכלות כידוע, [זען און באטראכטען].
קאן זיין אז די ח"ח האט נישט באטראכט נאר געגאנגען זען?

@דער צופרידענער חיים יעצט זעה איך וואס די האסט געשריבן אז קוקען מעג מען.
איך האב געזוכט און טאקע געטראפען אין יוסף אומץ.
יוסף אומץ חלק א דיני קידוש הלבנה סימן תעד
כתב בספר חרדים בשם רבנו מאיר הלוי שאסור להסתכל בלבנה. ובהגהות דיש נוחלין מסיים בה הכי וזה לשונו, ואין להסתכל בה כי אם כמו בקשת, דהיינו כשרוצה לברך יראה אותה ואחר כך יעלים עיניו ממנה. עד כאן. ו לי נראה דבראיה בעלמא אין איסור כלל, רק בהסתכלות, דהיינו שמביט בה מעומק לבבו, כדמוכח לישנא דהמסתכל בכמה דוכתי בתלמוד
@יוד
שטייט טאקע אז ראיה בעלמא איז נישט אסור, און אפשר דאס האט די ח"ח געטון.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

קעפל: רבי אביגדור מיללער זצ"ל ענטפערט
קעניגזאן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:46 am
קוקען אויפן לבנה כהיום איז קיין פראבלעם.

קשיא:מען מען קוקען אויף א לבנה?

ענטפער:בימים ההם איז עס געווען א חסרון אין אמונה, האסט נישט געמעגט קוקען אויפן לבנה, ווייל בימים ההם זענען געווען לבנה געצענדינעריי. היינט אבער ווען דו קוקסט אויף די לבנה איז עס צייט אויסגעווארפן, בעסער קוק אריין אין א ספר. אבער אויב קוקסטו אויפן לבנה צו זען די חסדי ה', דאמאלטס טוסטו א גוטע זאך. אלעס ווענדט זיך אין די כוונה. ווען א מענטש זאגט די ברכת הלבנה איז עס כמקבל פני השכינה, עס איז א מורא'דיגע זאך. עס איז אזויווי מ'באגריסט דעם אייבירשטען כביכול. און וויאזוי קען מען זאגן אזא זאך? די ענטפער איז, ווען די פארשטייסט די חסדים פונעם אייבירשטען מיט וואס די לבנה רעפענזירט, דאמאלטס באקומסטו א נייע השגה, א נייע הרגשה אינעם אייבירשטען. די וואונדער אויף די לבנה.
יעצט די לבנה איז בלויז א פלאנעט, עס וואלט געקענט אבער זיין א ווייטער פלאנעט, און די נאנטקייט פון די לבנה צו אונז ברענגט זייער אסאך מעלות צו די וועלט. האט איר געוויסט אז די לבנה קאנטראלט די ים גאלאפ? עס איז זייער וויכטיג פאר אונז, עס קאנטראלירט זייער אסאך יסודות אויף די ערד. חוץ די פאקט אז עס איז א נאכט לאמפ, און איז אויך נישט צו שטארק. עס לאזט אונז שלאפן, און איז פונקט גענוג אונז ארויס צו העלפן ווען מיר גייען ביינאכט אין די טינקעל צום ביהמ"ד. ממילא אונז האבן הנאה פון די שייינקייט פון די לבנה 'ברה כחמה יפה כלבנה', עס איז הערליך צו קוקען אויף די לבנה און דאנקן דעם אייבירשטען פאר די לבנה, עס מאכט דיר מער וויסן, עס איז כמקבל פני השכינה.
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
retiredprofessor
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:34 am
די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
By the eclipse, you do see the moon. Otherwise, you only see it because of its reflection, but now you see the planet itself.

It's also a big shale, if you can say edus on molad halvono, if you see the eclipse.
לעצט פארראכטן דורך retiredprofessor אום מאנטאג אפריל 08, 2024 4:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Support his existence, oppose his wrongs...
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:27 am
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:34 am
די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
דו זעסט יא די לבנה. נארמאל זעסטו נאר דעם ליכטיגן חלק, און יעצט זעסטו דאס גאנצע. געווען א שאלה דא, צי ווען מ'זעט א ליקוי, אויב מ'קען עדות זאגן אויף מולד הלבנה. אפשר האלטסטו אז מ'קען נישט?
די לבנה איז אייביג דארט
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4908
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

ס׳נישט מעגליך צו זען די לבנה ווען גארנישט שיינט נישט אויף איר, און זיכער נישט אויב די זון שיינט פון הינטן. דו זעסט עפעס באדעקט די זון, דו קענסט נישט זען וואס.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

retiredprofessor האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:27 am
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:34 am
די עצם 'חלות' לבנה (הויפטזעכליך לגבי קידוש החודש) באשטייט פון דעם וואס די זון שיינט דערויף, דאס איז דאך דער 'מולד הלבנה' אז עס הייבט אן באקומען שיין פונעם זון.

משא"כ ווען די זון ווערט פארשטעלט פון די לבנה איז עס ווי א שווארצע דעקל אויפן זון,

אויכעט בשעת'ן ליקו איז די לבנה שווארץ, זעסט דאך נישט דעם לבנה.

כך נראה לענ"ד הקלושה, און פרעג דיין לאקאל"ע ר"ב
By the eclipse, you do see the moon. Otherwise, you only see it because of its reflection, but now you see the planet itself.

It's also a big shale, if you can say edus on molad halvono, if you see the eclipse.
נישטא אזא זאך ווי "זעהן" א אביעקט אן דעם וואס עס געט ארויס די אייגענע שטראלן אדער עס רעפלעקט פון עפעס אנדערש.
4g קאפ
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:13 am
נייגעריג צו וויסן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:37 am
און איך האב נאך א שאלה אויב איז עס א שלעכטע סימן לשונאיה"ם של ישראל פארוואס גייען אידן עס קוקן?
אגב חורפי' שבשתי'
סוכה כ''ט.
תנו רבנן בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים . לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה.
לא שבשת' עיין בגמרא שם פארדעם און נאכדעם
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
נייגעריג צו וויסן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 21, 2024 10:48 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריג צו וויסן »

4g קאפ האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:47 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:13 am
נייגעריג צו וויסן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:37 am
און איך האב נאך א שאלה אויב איז עס א שלעכטע סימן לשונאיה"ם של ישראל פארוואס גייען אידן עס קוקן?
אגב חורפי' שבשתי'
סוכה כ''ט.
תנו רבנן בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים . לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה.
לא שבשת' עיין בגמרא שם פארדעם און נאכדעם
די גמרא פארדעם זאגט תניא אמר ר' מאיר כל זמן שהמאורות לוקין סימן רע לשונאיהם של ישראל וכו'.
(אגב ווען אדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט געזאגט פאר די מנהלי הישיבה אז מזאל נישט פארן האט ער בתוך דבריו דערמאנט אז עס איז א שלעכטע סימן, האט זיך איינער געדינגען דערויף אז עס איז נאר פאר די גוים, האט מהר"א ארויסגענומען א גמרא אין געוויזן די ממרא)
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:41 am
יוד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:52 am

ע"פ נגלה ווערט געברענגט אז די סבה איז ווייל די לבנה שעמט זיך אז ס'איז קלענער געווארן, דא אבער אז ער פארשטעלט די זין שעמט זי זעך נישט אדרבא זי ווייזט וואס פאר א כח זי האט... מ'זאגט אז די ח"ח האט באטראכט א ליקוי חמה איך גלייב אז דאס איז א מעשה רב
גוט...

די עובדא פון די ח"ח איז טאקע א מעשה רב, אבער איך וויל פארשטיין וואס האט ער געהאלטען?

ווי איז די מקור אויף די עובדא פון די חפץ חיים?
ס'שטייט דארט אז ער האט באטראכט? אדער ער איז געגאנגען קוקען?

די סיבה פארוואס איך פרעג וויל איך האב געטראכט א מהלך אז ס'איז דא א חילוק צווישן ראי' און הסתכלות כידוע, [זען און באטראכטען].
קאן זיין אז די ח"ח האט נישט באטראכט נאר געגאנגען זען?
איך ווייס נישט זיכער וואס ער האט געהאלטן יתכן די סברא וואס איך האב מחלק געווען

די מעשה איז זייער מוסמך ס'איז געדרוקט אין חידושי הגרנ"ט וואס דער ר' נפתלי טרופ ז"ל איז געווען די ראש הישיבה אין ראדין ווי באקאנט

מ'ברענגט דארט פון א תלמיד זיינע און פון ח"ח, ר' שמואל פליסקין ז"ל ( ער איז געווען א רב ער איז אוועק תשכ"ב אין ירושלים) אז ער האט פארציילט אז די ח"ח מיט ר' נפתלי טרופ און די גאנצע ישיבה ווי ר' שמואל האט דאן געלערנט און מיטגעהאלטן בשעת מעשה זענען געגאנגן באטראכן די ליקוי ער שרייבט מסתכלים, מער פון דעם ער לייגט אראפ ווי די ראש הישיבה ר' נפתלי האט געהאט עפעס א ספעציעילע גלעזער און שטארק געקוקט און געזאגט אז צריכים להסתכל ולא לראות

ער איז נישט מאריך ער רעדט בכלל נישט פון די נקודה וואס אונז רעדן דא, מ'קען נאך אלס מדחיק זיין און זאגן אז מ'האט נאר געבליקט אבער נאכדעם האט מען זיך מתבונן געווען אן קוקן און דעס איז געווען די הסתכלות, אבער דאס איז אוועק געקראכן פון די פשטות הדברים, איך וואלט נאר אזוי געזאגט אויב ס'איז קלאר א הלכה'דיגע פראבלעים אפילו בשעת ליקוי

די חילוק פון ראיה און הסתכלות דאס איז מותר לכתחלה א גאנץ יאר די רעדע איז דא נאר אז ביי א ליקוי זאל זיין אנדערש
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז דא א סברא (נישט אז איך ווייס, איך זאג נאר...) אז אויב מ'קוקט מיט די שווארצזיכטיגע גלעזער הייסט עס נישט ריכטיג געזען. קומט אויס, אז ביי די טאטאלע איז עס א הארבערע שאלה.
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: קוקען אויף די לבנה בשעת א ליקוי חמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

יעצט ווייזט זיך ארויס ביים קוקען אז קושיא מעיקרא ליתא...

מ'זעהט בכלל נישט די לבנה! מ'זעהט נאר די חלק פון די זין ווי עס ווערט קלענער און קלענער און מ'באטראכט די חלק ה'זין ווי ס'איז פוחת והולך
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”