מנהג ה"פורים גראגער"

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער שבלי הלקט ברעגנט אראפ פון רש"י זצ"ל אז ווען מ'האט געזאגט "ארור המן", אדער "ארורה זרש", האט מען געקלאפט מיט די פיס, אדער מיט איין שטיין אויף צווייטען. נאך דעם האט דער גאנצער ציבור געזאגט "מי כמוך" דריי מאהל, "ה' ימלוך" ג"פ, "ה' איש מלחמה" ג"פ "עזי וזמרת י'" ג"פ. עס זעהט אויס אז די זאכן איז געטאן געווארן נישט בשעת מ'האט געזאגט די מגילה, ווייל די ווערטער ארור המן און ארורה זרש איז נישט אין די מגילה נאר אין דעם פיוט פון שושנת יעקב. אזוי אויך, האט מען דאך נישט געקענט מפסיק זיין און זאגן די פסוקים ג"פ אינמיטן די מגילה.

אין איטאליע האט מען פורים צובראכען גרויסע ערדענע כלים אויף דער גאס, זאגענדיג דעם פסוק "ושברה כשבר נבל יוצרים", און בשתע מ'האט דערמאנט המן ביי די מגילה האט מען געמאכט קולות מיט די פיס.

בשושן הבירה - אין דער שטאט שושן, פלעגען זיך די אידן צוזאם קומען ביי די קבר פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, פיהל ליכט האבן דארט געברענט. און ווען דער חזן האט דערמאנט המן, האט מען געקלאפט מיט די פויסטען אויף די ווענט און געזאגט "ימח שמו, שם רשעים ירקב".

פון די ערשטע מקורות וואס מיר האבן וועגן שלאגען המן ביי די מגילה, איז פון א ראשון אין דעם ספר "המנהיג" און "אבודרהם" וואס דארט ווערט געברענגט אז דער מנהג פון צרפת און פראבינציע צו נעמען גלאטע שטיינער פון דעם טייך, ארויף שרייבן המן אויף זיי, און ווען דער חזן האט דערמאנט המן האט מען געקלאפט איינס אויך דעם צווייטן אויס צו מעקען זיין נאמען אלץ "ושם רשעים ירקב".

אין מצרים האט מען איינגעפירט אז די קינדער זאלן בכלל נישט קלאפען ביי המן, כדי מ'זאל קענען הערן די גאנצע מגילה. נאר איינמאהל האט מען געמעגט קלאפען, ווען מ'האט דערמאנט די עשרת בני המן. און ס'איז ווייטער געבליבן שטיל ביז מ'האט געענדיגט די מגילה.

אזוי אויך אין אלטונא האט מען איינגעפירט אז מער ווי צוויי מאהל זאל מען נישט קלאפען ווען מ'ליינט די מגילה.

דער של"ה הקדוש שרייבט אקעגן די וואס קלאפען יעדע מאהל וואס מ'דערמאנט המן. ער שרייבט אז מ'דארף נאר קלאפען ווען מ'דערמאנט די מפלה פון המן און ער ענדיגט "על כן מי שיש בידו למחות ואינו מוחה, יהא נתפש בענשו, כיון שלא מיחה בידן".

עס זענען געווען געוויסע ערטער אין תימן וואס מ'האט טאקע נישט געקלאפט ביי המן, אבער נאך די מגילה ביינאכט, וואס א גאנץ יאהר פלעגען זיך די קינדער בכלל נישט דרייען אין די גאסען, דעמאלט זענען די קינדער געווארן די בעלי בתים אויף די געסער. א גאנצע נאכט האט מען געפראוועט מיט קולות וברקים מיט פארשידענע שייסערייען און ביקסן. זיי האבן געמאכט אזעלכע קליינע באמבעס דורך דעם וואט מ'האט גענומען ליידיגע ניס שאלעכץ, אריין געלייגט אין דעם פולווער און דאס האט אויפגעשאסען.

נאך א אינטרעסאנטע מנהג איז געווען אין שטאט עדן, וואס געפונט זין אין תימן. מ'האט גענומען א געוויסע געוויקס וואס אויפן שפיץ איז געווען א בלום וואס דאס האט אויס געזעהן ווי אן המן-טאש. מ'האט אנגערופען דעם בלום מיט א נאמען "ארור-המן" מ'האט באהאפטען דעם בלום צו שטעקענעס, מ'איז געגאנען פון איין שטוב צום צווייטען קלאפען מיט די שטעעקענעס שרייענגדיג "ארור המן" - "ארורה זרש" אזוי האט מען געקלאפט אויף די שטיבער ביז די בעלי בתים האבן זיי געדארפט געבען גוטע זאכען אז זיי זאלען קענען גיין ווייטער...

ס'איז א מנהג צו קלאפען ווען מ'דערמאנט המן, אנדערע טוהן דאס מיט א קלאפער און אנדערע מיט גראגערס. כדי דער עולם זאל נישט פארמישט ווערן צווישן א קלאפער און א גראגער, וועלן מיר קודם שרייבן די השתלשלות פון א קלאפער ביז א גראגער און דער חילוק צווישן די צוויי.

יאהרן צוריק אין די קהלות פון צרפת, אשכנז, איטאליע, מצרים, אלדזישיריע, און אמסטערדאם האט מען זיך געפירט צו קלאפען מיט די פיס ווען מ'האט דערמאנט המן. שפעטער האט מען שוין געקלאפט מיט שטעקענעס, נאך דעם מיט האמערס אויף שטיינער דורך אויס מעקען המן'ס נאמען וואס איז געווען געשריבן אויף די האמערס און שטיינער.

א האמער גיבט איין קלאפ און דאס איז דאס. א ודאי האט מען געמאכט פארשידענע פאטענטען אז עטליכע האמערס זאלן קנאקען אויף איינמאהל, וואס האט געמאכט א גרויס געטומעל. נאך דעם האט מען געמאכט אנדערע סארטן קלאפערס, דורך דעם וואס מ'האט באהאפטען עטליכע העלצער צוזאמען און מ'האט זיי געשאקלט, איין האלץ האט געקלאפט אין די צווייטע און ס'האט ארויס געגעבן א רעש. אבער מ'האט נאך אלץ געזוכט וועגען ווי אזוי גרינגער צו מאכען דאס שאקלען און שטערקער צו מאכען דאס קלאפען ס'זאל ארויס קומען א גרויסע רעש. האט מען געטראפען א געוויסע כלי וואס הייסט גראגער,וואס ווען מ'דרייט איין שטעקען וואס איז צוגעטשעפעט צו אן אייזן מאכט די אייזן א רעש. מ'האט זיך גענומען גרויס און קליין מאכען די סארט גראגערס, דער פון האלץ, דער פון אייזן, אן אזוי ווייטער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין גאליציע האבן די גראגערס געהאט א פייפער ביי דעם הענטל, און א מאהל האט מען געדרייט און אמאהל האט מען געפיפען, ווענדט זיך ביי וואס פאר א מצב המן איז געווען געלוינט אין די מגילה.

אין קעשינאוו האט מען געמאכט דעם גראגער אזוי: דער גראגער איז געווען געמאכט פון בלעך בערך 20-25 ס"מ די ברייט און ס'האט אויסגעזעהן ווי א פאן אדער א האק. מיט א דינעם שטעקען באהאפטען צו דער זייט. צווישן דעם בלעך און דעם שטעקען איז געווען א רעדעל מיט ציינער וואס איז געווען באהאפטען צו דעם שטעקען דורך א שמאלע בלעך וואס האט געהאט די צורה פון א "ח" און דער רעדל איז געווען אין דעם חלל פון דעם ח', פון דעם אויבערשטען חלק פון דעם בלעך איז ארויס א קליינע צונג פון בלעך וואס איז אנגעקומען ביז די ציינער פון דעם רעדל, און דורך א קליינע דריי האט די צינגל זיך געדרייט אויף דעם רעדל און ס'האט געמאכט א רעש וואס מ'האט געקענט הערן אין דעם גאנצען בית המדרש.

פיהל בעלי מאלכות און בעטלערס זענען געווען פארנומען בעפאר פורים צו מאכען און פארקויפען די אלע סארט גראגערס פאר די קליינע [אויך פאר די גרויסע...] קינדער. די פעדלערס האבן הויך געשריגן אויףדי גאסן צו לאזן וויסן אז זיי זענען דא מיט זייערע גראגערס, רביים אין חדר האבן געטיילט גראגערס פאר די קינדער. אבער די געשמאקסטע איז אייביג געווען די קלאפערס און גראגערס וואס די קינדער האבן אליין צוזאמען געשטעלט, פון אלטע שטיקלעך בלעך און האלץ.
אין שטאט ווילקאמיר וואס געפונט זיך אין ליטא האבן די קליינע קינדער געמאכט א קלאפער, דורך דעם וואס מ'האט געמאכט קליינע קעסטלעך פון האלץ. אין דעם קליינעם קעסטעל האט מען אריינגעלייגט קליינע שטיינער, א הענטעל איז געווען צו געטשעפעט צו דעם קעסטעל, ווען מ'האט געשאקעלט דעם קעסטעל האבן די קליינע שטיינער געמאכט א רעש.

גרעסערע קינדער האבן שוין אריינגעלייגט אין דעם קעסטל אזעלכע אייזערנע רעדליך [גענומען פון אלטע צובראכענע זייגערס] וואס איז געווען באהאפטן איינס צום צווייטען, ווען מ'האט געדרייט דעם הענטיל האבן זיך די רעדער געדרייט און האבן געמאכט א רעש. אנדערע קינדער האבן שוין געמאכט מער מיט חכמה
און האבן געמאכט אז צו די רעדלעך זאלן זיין באהאפטען קליינע האמערס וואס האבן געקלאפט אויף א בלעך וואס איז געלעגען אין דעם קעסטעל.

די מער ערוואקסענע קינדער האבן זיך געלאזט וואויל גיין, מיט דעם וואס זיי האבן געטראפען א גרויסע ליידיגע בלעכענע פאס פון צוקער, מ'האט דאס געברענגט אין פאליש פון שוהל, יעדער האט געהאט א שטעקן און מ'איז געשטאנען אויס גע'שורה'ט נעבען דעם פאס, ווען מ'האט געהערט "המן" האט מען געקלאפט מיט די שטעקענס אויף דעם פאס, מיט אזא כח און אכזריות דאס מ'האט זיך געקענט איינרעדן דאס המן געפונט זיך אין דעם פאס [אפשר טאקע!...].

אין די ליטווישע מקומות, דארט וואו אין די ישיבות זענען געווען שטענדערס וואס מ'האט געקענט עפענען פון אויבען, האבן די בחורים געקלאפט דורך דעם וואס זיי האבן געעפענט און פארמאכט די שטענדערס. אזוי אויך האט מען געקלאפט מיט די זיץ פלעצער וואס מ'האט געקענט אויפהייבען און אראפ לייגען.

די בוכארישע אידן האבן זייער שטארק מדקדק געווען אין די מצוה פון "מחה תמחה את זכר עמלק". שוין צוויי וואכן בעפאר פורים האבן זיך די קינדער פון חדר געמאכט פארשידענע אסיפות ווי אזוי מ'וועט דעם יאהר שלאגען המן. די פשוט'ע קלאפערס איז געמאכט געווארן דורך דעם וואס מ'האט גענומען דריי פלאכע שטיקלעך האלץ און מ'האט דאס געלייגט איינס אויף די צווייטע, די מטעלסטע איז געווען לענגער און גרעסער ווי די אנדערע צוויי. די דרויסענדיגע צוויי האט מען באהאפטען צו די מיטעלסטע מיט שטריק וואס מ'האט אדורך געפירט דורך לעכער. ביי די עק פון דעם מיטעלסטען איז געווען א רינגעל וואס מ'האט אנגעכאפט און געשאקעלט אלע דריי העלצער צוזאמען אזוי ווי מ'שאקעלט א גלעקל.

אנדערע האבן גענומען האלצערנע שטעקשוך (וואס מ'קען נאך זעהן אין פארשידענע אלטע מקואות) אנגעטאן אויף ביידע הענט, ביי המן האט מען געמאכט א "ימחאו כף" געקלאפט איינס אינעם צווייטן מיט די הענט.

אין פראנקפורט האט מען אנגעצינדן בעפאר די מגילה צוויי גרוייסע לעכט איינס פאר המן און איינס פאר זרש, ביידע האבן אויס געבערנט ביז צום סוף און קיינער האט זיך נישט ערלויבט זיי אויסצולעשען אינדערמיט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זיידעניו איז בעק פאל פארס, ערגעץ אינמיטן איז ער לכאורה ארייגעפארן פון די ''ערנסט'' מאוד, צו די ''פורים'' מאוד.

לייג עס אריין אין קרעטשמע.

טענקס עניוועי!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יישר!

אלע פורים זאכן וואס מען שלעפט ארויף פון די קעלערן זענען פיין, אבער דאס איז תוכן!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 05, 2009 12:05 am
דער שבלי הלקט ברעגנט אראפ פון רש"י זצ"ל אז ווען מ'האט געזאגט "ארור המן", אדער "ארורה זרש", האט מען געקלאפט מיט די פיס, אדער מיט איין שטיין אויף צווייטען. נאך דעם האט דער גאנצער ציבור געזאגט "מי כמוך" דריי מאהל, "ה' ימלוך" ג"פ, "ה' איש מלחמה" ג"פ "עזי וזמרת י'" ג"פ. עס זעהט אויס אז די זאכן איז געטאן געווארן נישט בשעת מ'האט געזאגט די מגילה, ווייל די ווערטער ארור המן און ארורה זרש איז נישט אין די מגילה נאר אין דעם פיוט פון שושנת יעקב. אזוי אויך, האט מען דאך נישט געקענט מפסיק זיין און זאגן די פסוקים ג"פ אינמיטן די מגילה.

אין איטאליע האט מען פורים צובראכען גרויסע ערדענע כלים אויף דער גאס, זאגענדיג דעם פסוק "ושברה כשבר נבל יוצרים", און בשתע מ'האט דערמאנט המן ביי די מגילה האט מען געמאכט קולות מיט די פיס.

בשושן הבירה - אין דער שטאט שושן, פלעגען זיך די אידן צוזאם קומען ביי די קבר פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, פיהל ליכט האבן דארט געברענט. און ווען דער חזן האט דערמאנט המן, האט מען געקלאפט מיט די פויסטען אויף די ווענט און געזאגט "ימח שמו, שם רשעים ירקב".

פון די ערשטע מקורות וואס מיר האבן וועגן שלאגען המן ביי די מגילה, איז פון א ראשון אין דעם ספר "המנהיג" און "אבודרהם" וואס דארט ווערט געברענגט אז דער מנהג פון צרפת און פראבינציע צו נעמען גלאטע שטיינער פון דעם טייך, ארויף שרייבן המן אויף זיי, און ווען דער חזן האט דערמאנט המן האט מען געקלאפט איינס אויך דעם צווייטן אויס צו מעקען זיין נאמען אלץ "ושם רשעים ירקב".

אין מצרים האט מען איינגעפירט אז די קינדער זאלן בכלל נישט קלאפען ביי המן, כדי מ'זאל קענען הערן די גאנצע מגילה. נאר איינמאהל האט מען געמעגט קלאפען, ווען מ'האט דערמאנט די עשרת בני המן. און ס'איז ווייטער געבליבן שטיל ביז מ'האט געענדיגט די מגילה.

אזוי אויך אין אלטונא האט מען איינגעפירט אז מער ווי צוויי מאהל זאל מען נישט קלאפען ווען מ'ליינט די מגילה.

דער של"ה הקדוש שרייבט אקעגן די וואס קלאפען יעדע מאהל וואס מ'דערמאנט המן. ער שרייבט אז מ'דארף נאר קלאפען ווען מ'דערמאנט די מפלה פון המן און ער ענדיגט "על כן מי שיש בידו למחות ואינו מוחה, יהא נתפש בענשו, כיון שלא מיחה בידן".

עס זענען געווען געוויסע ערטער אין תימן וואס מ'האט טאקע נישט געקלאפט ביי המן, אבער נאך די מגילה ביינאכט, וואס א גאנץ יאהר פלעגען זיך די קינדער בכלל נישט דרייען אין די גאסען, דעמאלט זענען די קינדער געווארן די בעלי בתים אויף די געסער. א גאנצע נאכט האט מען געפראוועט מיט קולות וברקים מיט פארשידענע שייסערייען און ביקסן. זיי האבן געמאכט אזעלכע קליינע באמבעס דורך דעם וואט מ'האט גענומען ליידיגע ניס שאלעכץ, אריין געלייגט אין דעם פולווער און דאס האט אויפגעשאסען.

נאך א אינטרעסאנטע מנהג איז געווען אין שטאט עדן, וואס געפונט זין אין תימן. מ'האט גענומען א געוויסע געוויקס וואס אויפן שפיץ איז געווען א בלום וואס דאס האט אויס געזעהן ווי אן המן-טאש. מ'האט אנגערופען דעם בלום מיט א נאמען "ארור-המן" מ'האט באהאפטען דעם בלום צו שטעקענעס, מ'איז געגאנען פון איין שטוב צום צווייטען קלאפען מיט די שטעעקענעס שרייענגדיג "ארור המן" - "ארורה זרש" אזוי האט מען געקלאפט אויף די שטיבער ביז די בעלי בתים האבן זיי געדארפט געבען גוטע זאכען אז זיי זאלען קענען גיין ווייטער...

ס'איז א מנהג צו קלאפען ווען מ'דערמאנט המן, אנדערע טוהן דאס מיט א קלאפער און אנדערע מיט גראגערס. כדי דער עולם זאל נישט פארמישט ווערן צווישן א קלאפער און א גראגער, וועלן מיר קודם שרייבן די השתלשלות פון א קלאפער ביז א גראגער און דער חילוק צווישן די צוויי.

יאהרן צוריק אין די קהלות פון צרפת, אשכנז, איטאליע, מצרים, אלדזישיריע, און אמסטערדאם האט מען זיך געפירט צו קלאפען מיט די פיס ווען מ'האט דערמאנט המן. שפעטער האט מען שוין געקלאפט מיט שטעקענעס, נאך דעם מיט האמערס אויף שטיינער דורך אויס מעקען המן'ס נאמען וואס איז געווען געשריבן אויף די האמערס און שטיינער.

א האמער גיבט איין קלאפ און דאס איז דאס. א ודאי האט מען געמאכט פארשידענע פאטענטען אז עטליכע האמערס זאלן קנאקען אויף איינמאהל, וואס האט געמאכט א גרויס געטומעל. נאך דעם האט מען געמאכט אנדערע סארטן קלאפערס, דורך דעם וואס מ'האט באהאפטען עטליכע העלצער צוזאמען און מ'האט זיי געשאקלט, איין האלץ האט געקלאפט אין די צווייטע און ס'האט ארויס געגעבן א רעש. אבער מ'האט נאך אלץ געזוכט וועגען ווי אזוי גרינגער צו מאכען דאס שאקלען און שטערקער צו מאכען דאס קלאפען ס'זאל ארויס קומען א גרויסע רעש. האט מען געטראפען א געוויסע כלי וואס הייסט גראגער,וואס ווען מ'דרייט איין שטעקען וואס איז צוגעטשעפעט צו אן אייזן מאכט די אייזן א רעש. מ'האט זיך גענומען גרויס און קליין מאכען די סארט גראגערס, דער פון האלץ, דער פון אייזן, אן אזוי ווייטער.
א שטיקל סתירה
די ערשטע מקור איז ספר המנהיג און אבודרהם אדער שבולי הלקט בשם רש“י?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

דער יעב''ץ ברענגט אז זיין טאטע די חכם צבי פלעגט קלאפן מיט די פיס ביי המן.

און אזוי ברענגט אויך די בן איש חי. און ער לייגט צו אז די ענין איז דוקא צו קלאפן מיט די פיס (שיך) און נישט מיט די הענט.

ער איז עס מסביר על פי קבלה אז בזמנינו איז די קליפה בבחינת עקביים און דעס מיינט עיקבתא דמשיחא במילא דארף מען קלאפן דייקא מיט די פיס.

פון בני יששכר שטייט אבער דער ענין פון א גראגער אז פורים איז געווען דורך א אתערותא דלתתא אנדערש ווי חנוכה וואס מ'דרייט די דריידל פון אויבן.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

יעדער האט געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 12:10 am
זיידעניו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 05, 2009 12:05 am
דער שבלי הלקט ברעגנט אראפ פון רש"י זצ"ל אז ווען מ'האט געזאגט "ארור המן", אדער "ארורה זרש", האט מען געקלאפט מיט די פיס, אדער מיט איין שטיין אויף צווייטען. נאך דעם האט דער גאנצער ציבור געזאגט "מי כמוך" דריי מאהל, "ה' ימלוך" ג"פ, "ה' איש מלחמה" ג"פ "עזי וזמרת י'" ג"פ. עס זעהט אויס אז די זאכן איז געטאן געווארן נישט בשעת מ'האט געזאגט די מגילה, ווייל די ווערטער ארור המן און ארורה זרש איז נישט אין די מגילה נאר אין דעם פיוט פון שושנת יעקב. אזוי אויך, האט מען דאך נישט געקענט מפסיק זיין און זאגן די פסוקים ג"פ אינמיטן די מגילה.

אין איטאליע האט מען פורים צובראכען גרויסע ערדענע כלים אויף דער גאס, זאגענדיג דעם פסוק "ושברה כשבר נבל יוצרים", און בשתע מ'האט דערמאנט המן ביי די מגילה האט מען געמאכט קולות מיט די פיס.

בשושן הבירה - אין דער שטאט שושן, פלעגען זיך די אידן צוזאם קומען ביי די קבר פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, פיהל ליכט האבן דארט געברענט. און ווען דער חזן האט דערמאנט המן, האט מען געקלאפט מיט די פויסטען אויף די ווענט און געזאגט "ימח שמו, שם רשעים ירקב".

פון די ערשטע מקורות וואס מיר האבן וועגן שלאגען המן ביי די מגילה, איז פון א ראשון אין דעם ספר "המנהיג" און "אבודרהם" וואס דארט ווערט געברענגט אז דער מנהג פון צרפת און פראבינציע צו נעמען גלאטע שטיינער פון דעם טייך, ארויף שרייבן המן אויף זיי, און ווען דער חזן האט דערמאנט המן האט מען געקלאפט איינס אויך דעם צווייטן אויס צו מעקען זיין נאמען אלץ "ושם רשעים ירקב".
א שטיקל סתירה
די ערשטע מקור איז ספר המנהיג און אבודרהם אדער שבולי הלקט בשם רש“י?
די ערשטע מקור איז די ספר המנהיג מט די אבודרהם.

די שבלי לקט איז שפעטער הערשט, און ער ברענגט עס מצאתי בשם רבינו שלמה ( כונתו לרש''י ז''ל ? ) אזוי מ'פלעגט זאגן א פיוט 'נאך מגילה ליינען'
און דעמאלטס קלאפן.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

ס'האט אויך א מקור אינעם מנהג צו נעמען די גרעסטע גראגער אויפן מארקיט אלס מהדרין מן המדרין? ווייל דעמאלס טוט המן'ס אויער מער וויי, איך האב געזען עטליכע מדקדיקים דערין...
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

געזעהן די סאדיגורא'ע רבי'ס דרייען מיט א זילבערנע גראגער. בינעך נייגעריג פון ווי ס'קומט די מנהג.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:48 pm
געזעהן די סאדיגורא'ע רבי'ס דרייען מיט א זילבערנע גראגער. בינעך נייגעריג פון ווי ס'קומט די מנהג.
פשוט, מלכות!
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: מנהג ה"פורים גראגער"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:50 pm
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:48 pm
געזעהן די סאדיגורא'ע רבי'ס דרייען מיט א זילבערנע גראגער. בינעך נייגעריג פון ווי ס'קומט די מנהג.
פשוט, מלכות!
אז מ'דרייט שוין זאל עס טאקע זיין פון זילבער.

אבער ווער איז געווען די ערשטע רבי פון די גזע וואס האט בכלל געדרייט מיט א גראגער?

איך קען נישט נאך א חסידות וואס די רבי דרייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”