געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

צו קענען פארשטיין דעם מאפע וואס איך רעדט פון, ביטע מעיין זיין דא: viewtopic.php?p=4636294#p4636294

איינע פון די ווערטער וואס איז אריינגעקומען אין מד"י, וואס בעצם שטאמט דאס פון אראביש, איז דאס ווארט נאחס. דאס מיינט בערך עפעס אזוי: אן אומגינסטיגע געפיל וואס באגלייט א זאך. עס איז יעצט געווארן 6 חדשים פון יענעם שמחת תורה וואס די אראבער ימ"ש האבן אויסגעשחטן עטליכע אין טויזנט אידישע קינדער, מיט די גרעסטע מאס אכזריות וואס איז נאר שייך.

יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז מי"מ גייט דא עפעס טוהן וואס זיי האבן נאכנישט געטוהן פארדעם. יעדער ווייסט אויך אז מי"מ קעגן די כאמאס, איז בכלל נישט צו קיין פארגלייך. למעשה שטייען זיי 6 חדשים שפעטער, און זיי זענען נאך היבש ווייט פון א נצחון. און די גאנצע מערכה האט עפעס באקומען אזא ’נאחס’ געפיל. עפעס ווי איינער וואס לויפט אויף א טרעדמיל, ער לויפט און לויפט אבער למעשה קומט ער נישט אן אין ערגעץ.

ווי האבן זיי זיך טועה געווען? (פארשטייט זיך מיליטעריש גערעדט, נישט אלס העברת ה’ וכו).

אזוי ווי איך האב שוין אמאל געשריבן:
באשטייט עזה פון 5 עקסטערע געגענטער, און ’צענדליגע’ שבטים וועלכע ארבעטן צוזאמען בשעת הצורך, אבער זענען זיך ניטאמאל משדך איינער מיטן צווייטן. מיר גייען דאס צוטיילן אין צפון עזה, און דרום עזה.

דרום עזה:
רפיח, חאן ינוס, און דיר אל בלאח.
דארט איז אויפגעוואקסן רובו דרובו פון די חמאס פירער כהיום. דארט וואוינען זייערע משפחות און שבטים.
פון דארט קומט אריין 90% פון זייערע וואפן (דורך די אינטער-ערדישע טונעלן צו מצרים), דורך יענע טונעלן ברענגט מען די מעסעדשעס פון און צו די חאמאס הויפטן אין עזה.
און פון דארט אנטלויפן קיין מצרים, די ראשי החמאס וועלכע ווילן זיך ראטעווען.

צפון עזה:
פון דארט שיסט מען די ראקעטן קיין מד"י. (פשוט ווייל עס איז נענטער)
דארטן האט מען געהאלטן אנהייב רוב משכונות (ווייל עס איז נענטער)
דארט איז די גאווערמענט בנינים און צענטערן,
און דארט איז געווען צענטירט א שטארקע מערהייט פון די חאמאס קעמפער.

תיכף ווען מי"מ האט באשלאסן צו אייננעמען עזה, האבן זיי געדארפט באשליסן אויף וועלכע גייען זיי קודם, צפון אדער דרום.

לאמיר זיך דערמאנען ווי אזוי האט אויסגעזעהן די וועלט מוצאי שמחת תורה: מי"מ האט געהאט א גרינע ליכט פונעם גאנצן דעמאקראטישן וועלט (אקעי, כמעט די גאנצע) צו טוהן כמעט ככל העולה על רוחם. אפילו מצרים אדער אנדערע אראבישע לענדער האבן פארשטאנען אז זיי גייען זיך דארפן פארמאכן זייערע אויגן, אדער אפילו גאר מיטארבעטן.

די חשבון פון די מי"מ מיליטער איז געווען (לכאורה):
א. פליטים

מצרים גייט ארייננעמען די פאלעסטינער וועלכע ווערן פארטריבן פון צפון און דרום עזה. במילא איינמאהל צפון עזה איז ליידיג, וועט דרום עזה איינוואוינער איינזעהן אז דאס מאהל מיינט מען ביזנעס, וועלן זיי אויך אוועקלויפן פון דרום קיין מצרים. און דאס פארגרינגערט היבש די מערכה אין דרום שפעטער.

א1. טראמפ האט געבויעט דארט ריזיגע שטעט דאס קענען אקאמאדירן.
א2. אמעריקא גייט לייגן דרוק אויף מצרים.
א3. מצרים האט א קאנקורענץ מיט קאטאר איבער די אויבערהאנט אין די אראבישן וועלט. און דאס גייט זיי מאכן פאר אן ערענסטער שפילער אינעם שאך ברעטל (pun intended)
א4. מעגליך גאר אז מצרים האט געלאזט פאלן ווערטער וועלכע האבן דאס געגעבן צו פארשטיין פאר מי"מ (אזוי זעהט אויס לויט די הודעות פון יענע תקופה)

ב. ראקעטן
פארן דעת הציבור איז גאר וויכטיג געווען צו זעהן ווי אזוי די ראקעטן געפליאכטס ווערט אפגעשטעלט.
ב1. ביי יעדע מערכה פלעגט חמאס ווייזן זייער ’כוח’ דארך אריינשטעלן האלב מי"מ אין בונקערס.
ב2. אפצושטעלן די ראקעטן האט מען נישט מצליח געווען אין קיין מערכה ביז יעצט, און דאס גיבט א געוואלדיגן נצחון בילד.

ג. משכונות
צו קענען ראטעווען ווי מער משכונות, דארף מען דאך גיין ווי זיי זענען באהאלטן.

ד. סימבאלישע פלעצער און מיליטער.
איינמאהל מ’נעמט איין די סימבאלישע פלעצער, די מיליטערישע הויפטקוואטירן, און מ’הרגט אויס א גרויסע מערהייט פון די קעמפער (וועלכע זענען במילא סטאנציערט אין צפון), וועט שוין דרום גיין היבש גרינגער.

פאר די, און פאר נאך סיבות האבן זיי באשלאסן צו גיין קודם קיין צפון.

ווי האבן זיי זיך פארעכנט?

1. מצרים.... אוי האבן די מצרים אונז שוין געפייניגט, נאך ביי עבדים היינו.

מצרים האט געזאגט לא מיט א’ רבתי. במילא זענען זיי געבליבן סטאק מיט די אלע פליטים אין דרום, דאס האט פארשטייטערט די מערכה 10 מאהל שטייטער (אויב נישט מער). און יעצט האבן זיי אן ערענסטע פראבלעם איינצונעמען רפיח, קענען זיי נישט ארומרינגעלען חמאס פון אלע זייטן.

2. משכונות.
צוליב תירוצים שונים ומשונים, האבן זיי נישט מצליח געווען צוריקצוברענגען נאר גאר ווינציג משכונות. און דאס האלט גאר שטארק צוריק די מיליטער, און קלאפט דאס מאראל שרעקליך.

העטעך פעטעך, לו יצויר ווען מי"מ וואלט ווען דעמאלטס געוויסט אז מצרים לאזט נישט אריין קיינעם:
וואלט דאס געגאנגען מיט די סטעפס:
1. קודם אריין אין דרום (די וועלט וואלט זיי נישט געקענט אפשטעלן דאן), און געשיקט די פליטים קיין א-זהרא געגענט.

2. אריין פון וואדי עזה און אראפגיין לינקס (דרום זייט - אנשטאט וואס זיי האבן יעצט געטוהן - אריין פון דארט און געמאכט א רעכטס)

3. נאכן סקיורן די גרעניץ מיט מצרים און אויסזויבערן רפיח, חאן ינוס און דיר אל באלאח, זיך נעמען אויף צפון געהעריג. (און יא, עס וואלט געווען ראקעטן בשעת מעשה. און יא, פאר 3 חדשים וואלט מען ווען געווען נאדל-פאקוסט אויף דרום)

4. אפמאכן מיט לאקאלע שבטים: ווער עס נעמט זיך אינטער צו פירן זיין אייגענעם געגענט ככל אשר לבו חפץ, קען צוריקקומען מיט זיין שבט קיין דרום. און אנפילן צוביסלעך קליינע געגענט ביי קליינע געגענט, איינס אויף אמאל.

און יא, זיי וואלטן ווען געווען חאמאס סימפאטער, און בכלל נישט אוהבי ישראל. אבער דאס צוברעכט די חאמאס קאנטראל. יעדער ראש השבט ווייסט: ווי בעסער ער לעבט מיט מי"מ, באקומט ער באלדיגע הילף מיט אלעם. סיי מיט עסן, סיי מיט אויפבויען צוריק זייער געגענט. ווען איין ראש השבט זעהט אז דער אנדערער איז שוין צוריקגעגאנגען, און אין יענעם געגענט זעהט בכלל נישט אויס ווי א מלחמה האט דא אמאל פאסירט, דאן וואלט ער דאס אויך געוואלט.

5. דאן זיך נעמען איבער צפון, און איבערשפילן דעם זעלבן שפיל.

וואלט זיך דאס זיך בעסער אויסגעארבעט? איין באשעפער ווייסט.
יעצט שטייט מי"מ ביים געווינען דעם שלאכט, אבער פארלוירן דעם קריג.

הערה: איך בין נישט קיין מיליטערישע מבין, ב"ה אין מיין לעבן נישט געדינט אין קיין מיליטער. אבער פאר די לעצטע 20 יאר האב איך באקומען א האבי צו פארשטיין דעם אראבישן קולטור, מהלך המחשבה, און אינערליכע קאנפליקטן.
זיי גייען אן מיטן זעלבן מהלך זייט ישמעאל האט אויפגעשטעלט זיין אייגענעם פאלק.

א חבר מיינער האט מיר אנגערופן איין טאג: האסט געהערט אז מי"מ האט גע’הרג’ט איינעם סלאח על עארורי? פרעג איך אים: וואס זיכט ער אין עזה? ער וואוינט דאך און אפארירט דאך אין לבנון??
זאגט ער מיר: דו ביסט לכאורה דער איינציגסטער היימישער משיגענער וואס ווייסט ווי ער וואוינט, אבער דו ווייסט נישט אז מ’האט אים געהרגט... נ.ב. מ’האט אים טאקע געהרגט אין לבנון.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה זייער שיין אראפגעלייגט און מסביר געוועהן
עמעזינג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

Check✔️
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

שיין
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

פיינע תגובה.

כ'ווינדער זיך צו מדינת ישראל האט זיך עכט איינגערעדט אז עגיפטן וועט אריינלאזן פאטענציאלע כאמאסניקעס, לויט וויאזוי עס זעט אויס איצטרערט איז עס די איינציגסטע זאך אויף וואס עגיפטן זארגט זיך באמת, אוי בי דמי''מ וועט אויסמארדן נאך 2 מאל 30 טויזנט פאליסטינער וועלן זיי שלאפן רואיג, אבער אויב זיי זענען חושד אז מען גייט אריבערגיין איר גרעניץ קענען זיי דאס נישט אריבערטראגן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:13 pm

די ריפארטס (סננ, נבס ועוד ועוד) אינעם ערשטן חודש נאכן אטאקע און איידער די אינוואזיע איז געווען אז מצרים וועט ערלויבן די פאלעסטינער אדורכצוגיין מצרים (א גרויס חלק וועט א דריטע לאנד ארייננעמען).
לדוגמה:
A senior Israeli official told CNN that talks are “underway” to allow US citizens and Palestinian civilians in the Gaza Strip to exit the territory into Egypt ahead of any land invasion of the territory by Israeli forces.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פיינע נייעס !!!
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

@הבן_יקיר
זייער א שיינער אנאליז
גראדע קוקן די מצריים אהן די פאלעסטינער און איבערהויפט חאמאס אלץ א סכנה פאר זיי, די גאנצע איבערדרייענישן וואס עגיפטן האט געליטן איז געווען אנגעדרייט ביי די מוסלים בראדערהאד וואס איז די טאטע פון חאמאס און עגיפטן באגייט זיך צו דעם מיט א היבשע שטייפע האנד מילד גערעדט, ממילא איז נישט שייך אפילו צו טראכטן אז פליטים וועלן גיין קיין עגיפטן און מד"י האט דאס זיכער נישט געטראכט, די עגיפטישע גאווערמענט זעט די מוסלים בראדערהאד פאר ריכטיגע פיינד זינט זיי פירן אן אזויגעריפענע דעמאקראטיע, און עזה איז א שטיק מוסלים בראדערהאד.
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:13 pm
פיינע תגובה.

כ'ווינדער זיך צו מדינת ישראל האט זיך עכט איינגערעדט אז עגיפטן וועט אריינלאזן פאטענציאלע כאמאסניקעס, לויט וויאזוי עס זעט אויס איצטרערט איז עס די איינציגסטע זאך אויף וואס עגיפטן זארגט זיך באמת, אוי בי דמי''מ וועט אויסמארדן נאך 2 מאל 30 טויזנט פאליסטינער וועלן זיי שלאפן רואיג, אבער אויב זיי זענען חושד אז מען גייט אריבערגיין איר גרעניץ קענען זיי דאס נישט אריבערטראגן.
וואדע דאס איז זייער איינציגסטע פראבלעם, עגיפטן האט יארן גארבעט זיי אויסצוראטן און דא נעמען פליטים, נעווער!
די איבעריגע אראבישע לענדער זוכן דאס אויך נישט אבער עגיפטן זיכער זיכער נישט.
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

אפאר הערות אויפן ארטיקל פון אני הקטן
הבן_יקיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:13 pm
העטעך פעטעך, לו יצויר ווען מי"מ וואלט ווען דעמאלטס געוויסט אז מצרים לאזט נישט אריין קיינעם:
וואלט דאס געגאנגען מיט די סטעפס:
1. קודם אריין אין דרום (די וועלט וואלט זיי נישט געקענט אפשטעלן דאן), און געשיקט די פליטים קיין א-זהרא געגענט.
קוקט אויס אז איר פארשטייט נישט די פראבלעם פון די וועלט מיט די דרום זייט ס'האט נישט מיט דרום געהאט גארנישט ס'האט אויך נישט מיט רפיח ס'פלעין אז דו קענסט נישט אריין און א פלאץ וואס איז פול מיט כמעט אלע מענטשען פון עזה אן קיין נארמעלע פלאן פאר זיי (נ.ב. א עכט פארשטענדליכע טענה וואס איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט זיך ערשט יעצט אויפגעוועקט ס'איז איראניש די טענה פון די מדינה אז נאך וואס די טעראר ארגענזאציע כאמאס האט געטוהן אין מדנ''י-דהיינו אויסגעהארגעט פלעינע ציווילע קען מען זיי א ציווילע דעמאקראטישע מדינה נישט אפשטעלן פון די מלחמה וואס הארגעט נאך מער ציווילע ווי כאמאס )
הבן_יקיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:13 pm
3. נאכן סקיורן די גרעניץ מיט מצרים און אויסזויבערן רפיח, חאן ינוס און דיר אל באלאח, זיך נעמען אויף צפון געהעריג. (און יא, עס וואלט געווען ראקעטן בשעת מעשה. און יא, פאר 3 חדשים וואלט מען ווען געווען נאדל-פאקוסט אויף דרום)
אויך נישט ארויסגעברנגט וואס ס'איז אנדערש פון יעצט פארקערט
הבן_יקיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:13 pm
4. אפמאכן מיט לאקאלע שבטים: ווער עס נעמט זיך אינטער צו פירן זיין אייגענעם געגענט ככל אשר לבו חפץ, קען צוריקקומען מיט זיין שבט קיין דרום. און אנפילן צוביסלעך קליינע געגענט ביי קליינע געגענט, איינס אויף אמאל.

און יא, זיי וואלטן ווען געווען חאמאס סימפאטער, און בכלל נישט אוהבי ישראל. אבער דאס צוברעכט די חאמאס קאנטראל. יעדער ראש השבט ווייסט: ווי בעסער ער לעבט מיט מי"מ, באקומט ער באלדיגע הילף מיט אלעם. סיי מיט עסן, סיי מיט אויפבויען צוריק זייער געגענט. ווען איין ראש השבט זעהט אז דער אנדערער איז שוין צוריקגעגאנגען, און אין יענעם געגענט זעהט בכלל נישט אויס ווי א מלחמה האט דא אמאל פאסירט, דאן וואלט ער דאס אויך געוואלט.
אויך נישט אדרעסירט פארוואס יעצט קענען זיי עס נישט טוהן פארקערט
און אויף דיע זיי וואלטן טאקע געווען כאמאס סימפאטיקער... פארשטיי איך אויך נישט וואס די זיכסט דא ארויסצוברענגען ווען און פאקט האט די מדינה נא געזיכט און זיכן נאך אלץ שבטים וואס זאלן זיי ארויסהעלפן מיט די סדר דארט הן מיט די פעקלעך און הן מיט די ווערטשאפט און כאמאס ווענדט אן כל טצדקי אז ס'זאל זיי נישט געלונגען וויסנדיג אז דאס קען זיין די שליסל צו זייער צוזאמפאל אריינגערעכנט אן אטענטאט אויף איינער פון די הויפטן פון א גרויסן שבט וואס האט געפירט געשפרעכן מיט די מדינה ''בלויז צו באשיצן די הומענטארישע טראקס''
הבן_יקיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:13 pm

וואלט זיך דאס זיך בעסער אויסגעארבעט? איין באשעפער ווייסט.
זיכער אז נישט ס'איז א קלארע פסוק מדוע אתה עובר את פי ה' והיא לא תצלח און האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט דיע חברה אז וויפיל מ'קנאקט פון זיי ווערט מען נישט פטור ארינגערעכנט יעצט ביי דיע מלחמה ווי סאלדאטן זענען געשטארבן אויף פלעצער וואס זענען געווען מכולמרשט שוין פארזיכערט אריינגערעכנט די גרעסטע טראגעדיע דארט פון 10 סאלדאטן און א פלאץ וואס איז שוין געווען 3 מאל ריין
הבן_יקיר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:13 pm
יעצט שטייט מי"מ ביים געווינען דעם שלאכט, אבער פארלוירן דעם קריג.
איך זעע נאך נישט די שלאכט וואס זיי האלטן ביים געווינען ווען כעת האלטן זיי ווייט פון אלע 3 צילן וואס זיי האבן אראפגעשטעלט
חוץ פון דעם דיין השערה פון עגעםיטן שטימט עכט נישט לויט פול מיט באריכטן פון דעמאלטס ווי למשל
https://apnews.com/article/palestinian- ... 878b66bd3d
https://slate.com/news-and-politics/2023/10/why-is-egypt-gaza-border-closed.html
און פיל נאך וואס ווייזן אז זיי האבן עכט נישט געהאלטן דערביי און דיין איין ארטיקל פון CNN איז פונקט אזוי ווי פילע ברעיקינג נייעס געהערט אנעפישל פון אנאנימע הויכראניקיגע פארשוינען און די מדינה האט זיך נישט פארלאזט אויף ''געשפרעכן''
די משכונות האסטו נישט געטראפן זייער פראבלעם וואס זיי וואלטן געדארפט טוהן אנדערש
וואס דען איז זייער אומאויסגערעכנטקייט לעשירות דעתי
1. זיי האבן זיך שטארק פארעכענט מיט די טונעלן נעץ וואס איז אונטער עזה ווען יעדע פאר טעג ווערט געהעכערט די פרעדיקשאנס איבער די נאמבער פון וויפיל טונעלן איז דא און דאס ווערט געניצט צו ארומטראגן מענטשן אויסבאהאלטן מענטשן און ווען זיי האבן ארומגענומען צפון מיט אפעסטקייט האט כאמאס זיך ארומגעדרייט פראנק און פריי אונטן און ווען זיי האבן באלאגערט שיפא האבן זיי אפגעטראגן פון אונטן און געמאכט די מדינה ללעג ולקלס ווען זיי האבן זיך געמיטשעט צו אויפוויזן אז עכט איז דארט יא געווען די הויפטקווארטיר
2. זייער אלגעמיינע פארבלענדטקייט ווען ס'קומט צו זייער שונאים
3. די נישט קענען אדער נישט וועלן איינהאלטן זייער סאלדאטן פון שיסן אבי אין די וועלט וואס רעגט אויף די עזה איינוואוונער און צינט אן זייער מארטירער בלוט
ווי ס'האט זיך די מערסטע ארויסגעוויזן ביי די ברוטאלע מארד אויף די 3 משכונות אז זיי שיסן אומאויסגערעכענט
4. אז די ליבעראלע וועלן זיך אזוי שנעל נעמען און די הענט מיט זייער הלכה בידיע און מיט שלעפן די מידיע
5. אז די לינקע און די מדינה וועלן ארפשלעפן די מאראל
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

זייער שיין געשריבן @הבן_יקיר

איין שאלה וואס אפשר העסטו האבן א תירוץ דערויף "וואס האט גענומען אזוי לאנג די רעאקציע אין אקטאובער 7?"
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

Re: געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 1:42 am
זייער שיין געשריבן @הבן_יקיר

איין שאלה וואס אפשר העסטו האבן א תירוץ דערויף "וואס האט גענומען אזוי לאנג די רעאקציע אין אקטאובער 7?"
צומישעניש!!
עס איז נישט געווען קיין ארדערס פון די הויעכע פענסטער אראפ, ווייל די לינק איז געווען צובראכן.
עטליכע קארנעלן זענען געווען טויט בשעת מעשה, פארוואונדעט, אדער נישט געקענט פשוט צוקומען צו זיי.
אזוי אויך מיט אנדערע הויעכע בעלי מדרגה.

עס האט גענומען אפאר שעה ביז די מען האט אדער אויסגעקראסט דעם טשעין, אדער פאראכטן דעם טשעין.

ליין אביסל וועגן מלחמת יום הכיפורים, די זעלבע צומישעניש די ערשטע פאר שעה. (לדוגמה, זיי האבן באשלאסן צו טוישן אלע וואפן פון אלע פליגערס הערשט נאכן אטאקע. דאס נעמט צייט)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”