פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

וועסט באקומען אלעס — מידות, אייגנשאפטן, טאלאנטן — וואס דו דארפסט פאר דיין תפקיד און שליחות. דיין סביבה, מענטשן און אומשטענדן, זענען טייל פונעם פּלאן. די ברירה וואס צו טאן דערמיט בלייבט ביי דיר.



באקומסט אויך א נפשיות'דיגן דזשי-פּי-עס, וואס וועט דיר אייביג ווייזן וואוהין צו גיין. דיין הארץ פארמאגט תשובות און לעזונגען צו דיינע ספיקות און שאלות. דיין געוויסן ווייסט וואס איז ריכטיג. דארפסט נאר אויסהערן, און נישט לאזן דעם מח דיר פארדרייען א קאפּ.
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

ועסט דאס אלעס פארגעסן. יעצט פארשטייסטו קלאר פארוואס דיין לעבן גייט זיך אויסשפּילן פּונקט אזוי און נישט אנדערש. דו ווייסט פּינקטליך פארוואס דו וועסט דארט אנקומען דווקא מיט די מידות און פּונקט ביי יענע עלטערן. אין דער רגע וואס דו גייסט דורך דער גרעניץ, וועסטו אלעס פארגעסן. אזוי ארבעט דער סיסטעם.



פארוואס? אפילו דעם פרט וועסטו נישט געדענקען...
אוועטאר
גוטע וויין
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 2:12 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע וויין »

נ”ב
א מוסקול איז מיר די וואך אראפּ פון זינען און געברענגט שארפע ווייטאגן. ווען גארנישט האט געהאלפן, האב איך פּרובירט זיך אונטערגעבן צום מציאות. ס'איז אוודאי נישט געגאנגען. אנשטאט הכנעה, האב איך געפילט ערגערניש: ביזט א מבין, פארוואס האב איך נישט קיין קאנטראל אויף דער שליטה?...



כ'האב דעמאלט געארבעט אויף זכרונות וואס א משפחה האט צוזאמגענומען אויפ'ן זיידן. דער לעצטער קאפּיטל דערציילט וועגן אויסטערלישע יסורים וואס דער זיידע האט געליטן. יענער האט אלעס מקבל געווען מיט'ן גאנצן ביטול. צווישן אנדערן האט ער געזאגט עפּעס אזעלכע ווערטער: כ'האב די יסורים באקומען במתנה. כ'האב גארנישט געטאן זוכה צו זיין דערצו.



כ’בין אים מקנא.

באצאלטער בולעטין


ביזט אריין אין ביזנעס? כ'וויל דיר העלפן — מיט professional mentoring און אפשר אויך אן *אינטערעסט-פרי* הלוואה פון 25 ביז 50 טויזנט דאלאר.


מיין טעלעפאן נאמבער איז 732.228.8374.


קענסט מיך אויך קאנטאקטן דא: https://epinetworking.org/get-in-touch

כ'בין זייער מכיר טובה פאר אלע גוטע ידידים וואס האבן בייגעשטייערט פאר די 'ברעקעלעך'. ס'איז נישט קיין התחייבות, אבער אויב אויך דו ווילסט, קענסטו עס טאן דא.
אוועטאר
על שיפא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:32 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על שיפא »

האט אליין נישט קיין צוטריט צו רויער אינפארמאציע, קען א צווייטן וואס האט יא.



דא און דארט באקום איך אויף גוט געפרעגט פארשידענע שאלות, וואס קענען נישט אדרעסירט ווערן אויף קול מבשר. יענע פראגעס האבן מיך באוואויגן צו שרייבן דעם יעצטיגן אימעיל.



(יְהִי רָצוֹן שֶׁלֹּא יֶאֱרַע דְּבַר תַּקָּלָה עַל יָדִי האב איך פריער געזאגט שטיל פאר זיך. ס'גייט דיר אין לעבן אז כ'זאל עס אויך שרייבן?)

וואלט דען ספר דברים געווען ווייניגער הייליג און הימליש, אויב ער וואלט באשטאנען פון רעצעפּטן פאר גלוטאן-פרייע לאקשן? אויב דאס וואלטן געווען די ווערטער פונעם אויבערשטן, וואלטן זיי געווען פּונקט אזוי הייליג און חשוב.
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

דירות צו פארדינגען


אונזערע קערפּערס זענען צוזאמגעשטעלט פון חלקים — גלידער, הויט, ביינער, אדערן אא"וו.



דער קלענסטער טייל פונעם גוף איז א פּיצינקע ברעקעלע — א צעל (cell). דער קערפּער איז צוזאמגעשטעלט פון טריליאנען צעל-ברעקעלעך. אלעס אינעם קערפּער — פון האָר ביז הארץ, פון הענט ביז ציין — באשטייט פון צעלן.



די צעלן פון די ציין זעען נישט אויס די זעלבע ווי צעלן פון א ביין. אבער נאך אלע מעשיות באלאנגען זיי אלע צו דער צעל-משפחה — די ציגל פון וואס דער קערפּער איז צוזאמגעשטעלט.



איין נאגל פארמאגט מער צעלן ווי די צאל מענטשן אויף דער גאנצער וועלט. שאצערס שאצן, אז פון נַעֲשֶׂה אָדָם ביז היינט האבן זיך אויפ'ן ערדקוגל דורכגעדרייט בערך 106-ביליאן מענטשן. יעדער פון אונז פארמאגט אינעם קלענסטן אבר מער צעלן ווי מענטשן פון בראשית ביז יעצט.



צעלן זענען מיניאטור מענטשן. יעדער פון זיי פארמאגט אין זיך די גאנצע אינפארמאציע — די-ען-עי (DNA) און גענעס (genes) — פונעם מענטש. אין א וועג איז יעדער צעל אַן עולם קטן פונעם עולם קטן.





די ציגל-פאבריק
צעלן, פונקט ווי דעם גאנצן מענטש, לעבן נישט אייביג. עס זענען פאראן צעלן מיט א לעבנסשפּאן פון עטליכע וואכן, און אנדערע ציען צענדליגער יארן. דער דורכשניטליכער צעל לעבט ארום 7 יאר.



שטעלט זיך די פראגע: אויב די צעלן שטארבן כסדר אפּ, וויאזוי בלייב איך, וואס איז נישט מער ווי דעם סך הכל פון אלע מיינע צעלן, לעבן לענגער?



איז דער תירוץ, אז די צעלן באשאפן כסדר נייע. א צעל פארלאזט נישט די וועלט פאר'ן איבערלאזן א ממלא מקום, וואס פארנעמט זיין פלאץ אינעם גוף. צעלן שטארבן, צעלן ווערן געבוירן, און דער מענטש בלייבט אינדערצווישן לעבן און לאכן.



דער קערפּער הייבט זיך בעצם אָן מיט איין-איינציגן צעל. יענער ערשטער ברעקל גיט פון זיך ארויס פרישע קאפּיס, ביז עס פורעמט זיך דורכאויס ניין חדשים אויס א גאנצער גוף און ס'ווערט געבוירן א פארטיגע מענטשעלע. די צעלן פון דעם געבוירענעם מענטשעלע גייען ווייטער און באשאפן פרישע צעלן, און אזוי וואקסט און אנטוויקלט זיך דאס קינד.



דער סיסטעם בלייבט אזוי לויפן ביז א געוויסן יארגאנג, ווען דער פּראצעדור הייבט אן לויפן אויף צוריקצואוועגס: מער צעלן שטארבן ווי נייע וואס ווערן געבוירן. מיר הייבן אן שרינקען און קרענקען. דער סוף איז אן אטעם ארויס מיט שמע ישראל.



יעדער מענטש האלטן אין איין פושט-צורה-ולובש-צורה זיין דורכאויס דעם גאנצן לעבן זיינס. דער פּראצעדור שפּילט זיך אפּ זייער פּאמעליך. די צעלן זענען דערצו מורא'דיג קליין און אונזערע חושים זענען נישט גענוג אויסגעשארפט מיטצוהאלטן וואס דארט טוט זיך.





א קערפּערליכע לומדות
לכאורה, ווילסטו אוודאי פרעגן, אויב אונזער קערפּער באשטייט פון צעלן, וועלכע האלטן אין איין ערזעצט ווערן, קומט דאך אויס אז יעדע עטליכע יאר וואלטן מיר זיך געדארפט טרעפן מיט א נייעם קערפּער!



ביזט אינגאנצן גערעכט. מיר טרעפן זיך יעדע זיבן יאר מיט א גוף וואס האט ווייניג שייכות צו זיין פריערדיגן גלגול. כמעט קיינער פון אונזערע יעצטיגע קערפּער-ציגל האט מיט א שמיטה צוריק נישט עקזיסטירט.



קערפּערליך גערעדט, בין איך-יעצט אלס רעזולטאט פון די צעל-רענאוואציעס נישט מער ווי א ווייטער קרוב פון איך-פריער און איך-שפּעטער.



די צוויי קערפּערס בלייבן פארבינדן מיט דעם וואס זיי באלאנגען צום זעלבן מענטש.ס'איז די זעלבע נשמה, אינעם זעלבן גלגול, מיט א גוף וואס ווערט שטיקלווייז און שטאפּלווייז איבערגעמאכט.



שפּעטער ווערט דער קערפּערליכער גאזאלין-טאנק ליידיגער און די מאשין הייבט אן מאכן קונצן. צום סוף לויפט דער גוף אויס פון ברענשטאף און די פאבריק באנקראטירט.



דער ארבעטער באקומט דאן א באגעגעניש מיט'ן באלעבוס, ביי וועלכער מען שמועסט אויס די דערגרייכונגען און אויפטוען דורכאויס דער לעצטער דירה-תקופה. דאס געשפּרעך באשטייט פון קאמפּלימענטן אויף הצלחות און מוסר וועגן זאכן וואס מ'וואלט געקענט מאכן בעסער.



אויסגעשמועסט, באקומט די נשמה א פרישן קערפּער — א נייע דירה, מיט א נייעם אדרעס. פּונקט ווי דעם פריערדיגן, הייבט זיך עס אָן מיט אַן איינציגן צעל, פון וועלכן ס'אנטוויקלען זיך הונדערטער, טויזנטער, מיליאנען, ביליאנען און טריליאנען צעלן — א גאנצער גוף.



די נשמה וואוינט ווי א מלך אינעם נייעם קערפּער ביז'ן באשטימטן דאטום. די דירה ווערט אפּגעדינט און די נשמה ציט זיך ארויס. ארויס פון דא, א הפסקה, און דאן — א פרישע דירה.

נ”ב
באקומען א שאלה אויף גוט געפרעגט וואס כ'האב נישט פארשטאנען. ביים אויספיר, וואס איז שוין געווען קלארער, זאגט יענער: “ענטפער נישט אז דו ווייסט נישט, ווייל אויפ'ן אינטערנעט שטייט אלעס”.



נו, האב איך געפרעגט דעם אינטערנעט. די תשובה וואס כ’האב באקומען איז געווען, אז ס'זענען דא זאכן וואס ער ווייסט נישט.

הערסט א מעשה?
די ברעקעלעך קאסטן מיר צייט און כ'בין זייער דאנקבאר די חשוב'ע חברים וואס ביישטייערן דא און דארט.



איינער אזא ידיד האט מיר פארגעשלאגן אז כ'זאל איינשטעלן א וועכנטליכן כמו-סובסקריפשאן. כל איש אשר ידבנו לבו קען זיך דא סובסקרייבן. קענסט אליין מחליט זיין וויפיל דו ווילסט צאלן. א דאלאר א וואך איז אויך חשוב.
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

פראנצויזישע נצחונות


מיט א שטיק צייט צוריק בין איך געפלויגן מיט דער 'עיר פראַנס' לופטליניע. פארוואס 'עיר פראנס'? ווייל ער איז אויסגעקומען ביליגער.

כנהוג, האב איך באשטעלט כשר-עסן, אבער דער סיסטעם האט עס נישט אויפגעכאפּט. פארוואס, ווייס איך נישט, אבער ווען דער מאנשאפט-מיטגליד האט מיך דערלאנגט א נישט-כשר'ן מעניו, האב איך פארשטאנען אז קַמצא בלייבט אינדרויסן פון דער סעודה.

כ'האב פּרובירט צו טענה'ן אז איך בין כשר-אידיש, אבער די ליסטע האט געלייקנט: זיץ נומער כך וכך פיגורירט נישט צווישן די כשר-עסערס.



אן עלנדער מאראנץ

שטייט דער מאנשאפט-מיטגליד מיט געשפּאנטע נערוון און א פּלאסטישן שמייכל און ווארט כ'זאל זאגן דאס נעקסטע ווארט.

"פאראן פרוכט?"

המממ. ער איז נישט זיכער. ס'דאכט זיך אים אז נישט. ער וועט קוקן.

אומגעקערט האט ער זיך מיט א גרויסן טעלער, אין וועמענס צענטער ס'איז צערעמאניאל געזעצן אן איינזאמער מאראנץ. דער עלנדער פרוכט אינעם ריזיגן טאץ האט געטראגן דעם זעלבן פנים ווי ערוואקסענע שטרימפּ אויף א 9-יעריג קינד.

אראפּגעשלינגען דעם מאראנץ, האב איך געהאט גענוג כוח אויסצוהערן דעם מאגן מיט זיינע טענות אויף מיין אומ'אחריות. 'האסט נישט געקענט מיטנעמען כאטש א פּעקל מזונות?' האט ער זיך געבייזערט.

מיר, איך און דער מאגן, האבן זיך מחזק געווען אז באלד קומט נאך א מאלצייט. דער הונגער וועט דעמאלט זיין אזוי גרויס, אז דאס בדיעבד'יגע פליגער-עסן וועט האבן אלע טעמים.


קריג קעגן פראנקרייך

דער מאגן האט מסכים געווען צו שווייגן, אבער למעשה בין איך געבליבן זיך בייזערן. דער פּראבלעם איז נאר געווען, אז כ'האב נישט געהאט אויף וועמען צו זיין ברוגז. דער מאנשאפט? יענע ווייסן נאר וואס דער קאמפּיוטער ווייזט. אויפ'ן קאמפּיוטער? א גאנץ געשעפט האט די דאזיגע טויטע מאשין מיט מיר און מיינע באדערפענישן.

ס'איז געבליבן אלס קרבן פון מיין כעס וועל איך נעמען 'עיר פראנס' — און בעצם גאנץ פראנקרייך.

וואס ברענגען די פראנצויזן צום טיש, אויסער יענעם קאלטן, שלומיאל'דיגן 'אייפעל' טורעם, וואס קלאצט שוין 125 יאר מיט פארזשאווערטערטע בליקן און ווייסט נישט פארוואס ער איז באשאפן געווארן?

אך, די פראנצויזן, מיט זייער נארישער, נעזעריגער שפּראך — און מוזעאומס מיט קרומע סטאטוען און מאדנע מאלערייען. מענטשן אין אנדערע פּלעצער זענען אזעלכע זאכן מנדב געווען פאר'ן לאקאלן באַזאַר!

גארנישט קען מען האבן פון די פראנצויזן. ניטאמאל א מאגערע פּארציע אויפ'ן פליגער קענען זיי צוצושטעלן.

אזוי האב איך געקאכט און געזידט, ביז ס'איז געקומען די גליקליכע שעה פון דער צווייטער מאלצייט. הודו לה'! א כפרה מיט פראנקרייך: ברענג ס'עסן, און קענסט זיין זיכער אז אלעס וועט כמין-חומר'דיג פאלן אין פּלאץ.

אבער, א בראך אויף קאלומבוס — און אלע אנדערע מענטשן וועמענס נאמען הייבט זיך אָן מיט א ק': אויך די כשר'ע פּארציע איז ארויסגעפאלן פונעם חשבון.

מיט צונויפגעפּרעסטע ליפּן, וואס האבן קוים פאַרהאלטן א געשריי וואס וואלט זיך געהערט מסוף הפליגער ועד סופו, האב איך זיך געוואנדן צו יענעם מאנשאפט-מיטגליד: "צדיק, איך קען דיר ווייזן דעם אימעיל וואס כ'האב באקומען פון עיר פראנס, וואס באשטעטיגט מיט עלעקטראנישע אותיות על גבי עלעקטראנישן סקרין אז כ'האב באשטעלט כשרס!"



דער בחור ביקט זיך

מיינע אויגן האבן מסתמא דערציילט וועגן דעם מסוכנ'דיגן שטורעם וואס האלט ביים אויסברעכן, ווייל יענער האט זיך מיניה וביה אראפּגעלאזט אויף די קני, און מיט'ן שענסטן און בעסטן וואס דער ארסענאל פון פראנצויזישער חנופה פארמאגט, האט ער אויסגעדריקט זיין ווייטאג אויפ'ן פארדריסליכן טעות, וואס איז נאך קיינמאל נישט געשען און וואס ער קען בשום ואופן נישט פארשטיין. ער וועט עס אוודאי און אוודאי איבערגעבן פאר דער פירערשאפט, וועלכע וועט איבערדרייען א וועלט מברר צו זיין וואס דא איז געשען און וויאזוי מיך צו קאמפּענסירן אויף אזא פארדריסליכער זאך...

"איך בעט אייך: שטעלט זיך אויף", האב איך איבערגעריסן דעם קניענדן מענה לשון. "איך בין נישט קעניג און איר זענט נישט קיין קנעכט. בסך הכל רעדט מען פון עפּעס וואס כ'האב באשטעלט אבער נישט באקומען".

יענער איז געבליבן פארלוירן. ער האט זיך געלערנט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט נערוועזע, צערייצטע פּאסאזשירן. שמייכלען איז אים גרינג. דער הונגעריגער איד מיט זיינע פּראטעסטן קעגן זיינע שטיק מיט די קני איז שוין מער קאמפּליצירט.

איך בין, האב איך אויסגעפירט, נישט ברוגז אויף קיינעם. מען רעדט נישט פון א וואָך-לאנגער רייזע אין א הייסן מדבר. כ'האב געגעסן פאר'ן ארויספארן און וועל עסן נאכ'ן אנקומען. אינדערצווישן בין איך הונגעריג. נישט געפערליך.

*


די איבערלעבעניש האט מיך געוויזן דעם כח פון חנופה, וואס ארבעט אפילו ווען יענעמס כוונה איז אזוי דורכזיכטיג און אפילו ווען דער גע'חנפ'עטער כאפּט די שפּיל און דעם ציל.

א מינוט פריער האב איך געזידט פאר כעס. יענער האט זיך אראפּגעלאזט אויף די קני און אנגעהויבן רעדן מיט הכנעה, און מיין רוגזה האט גראד אויסגעוועפּט.

כ'קען זיך ערגערן אויף מיין שוואכקייט אזוי פארלוירן צו ווערן פאר ביליגע טעאטער-שטיק, אבער דעם פארמעסט האט דער פראנצויז, מיט זיין פאלשקייט און צביעות, פארט געוואונען.

***


נ"ב. כ'האב געכאפּט א שמועס מיט איד וואס איז נישט אזוי מיט אלעמען. צווישן אנדערן האט ער דערציילט, אז זיין פאטער איז נפטר געווארן מיט דריי חדשים צוריק. ער איז צעבראכן, אבער פארשטייט אז שטארבן איז א חלק פונעם לעבן. "אויב מענטשן וואלטן נישט געשטארבן, וואלט דאך נישט געווען קיין פּלאץ אויף דער וועלט פאר יעדן", האט ער אנגעוויזן.

"אבער", האט ער זיך אויפאמאל געכאפּט. "וואס וועט זיין נאך תחיית המתים: וואו וועלן אלע האבן פּלאץ?"

ס'איז געבליבן אז ער גייט אויפזוכן דעם גרעסטן רב און יענעם פרעגן די שאלה.


בולעטין

הרב ברוך מאשינסקי איז א מייסטער ארטיסט, וואס איז דערצו א גאון אין מליצה און שפּראך. ער שרייבט און מאלט קינסטליכע כתובות, תנאימס, און פּארטרעטן מיט א חסיד'ישן טעם. קענסט באשטעלן דורך אימעיל — [email protected] .



אגב

די ברעקעלעך קאסטן מיר צייט (און געדולד — וואס כ'האב גראדע בשפע). כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ קען זיך דא סובסקרייבן. זיי אליין מחליט וויפיל דו ווילסט צאלן. א דאלאר א וואך איז אויך חשוב. קענסט קענסלען דיין סובסקריפּשאן צו יעדער צייט, ווי פארשטענדליך.

יישר כח!
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

ביימער וואס האבן זיך ליב


אינמיטן דעם שטאַט קאליפארניע שטייט א גרופּע ביימער, וואס ווערן אנגערופן 'רויטע האלץ' — 'רעדוואוד' (Redwood). די געגנט וואו די ביימער וואוינען ציט יערליך מיליאנען באזוכערס, וואס קומען באטראכטן און באטאפּן די זעלטענע ביימער פון דער נאנט.

די 'רעדוואודס' צייכענען זיך אויס מיט זייער הייך און אויסטערלישן עלטער. די רויטע ריזן זענען אין דורכשניט הויך דריי-הונדערט פיס (91 מעטער) — איבער דרייסיג שטאק. דער שפּיץ פונעם העכסטן זקן דערגרייכט איבער 380 פיס (116 מעטער).

די האלצערנע גיבורים זענען זייער אלט. דער דורכשניטליכער לעבנסשפּאן פונעם געווענליכן רעדוואוד-בוים לויפט פון פינף- ביז אכט-הונדערט יאר. עס זענען פאראן עטליכע טיפּן פון די ביימער וואס לעבן אויסטערליש לאנג — ביז אפילו צוויי-טויזנט יאר. צווישן די עלטערע אזעלכע זקנים זענען פאראן 3,000-יעריגע ביימער, וואס געדענקען נאך שמואל הנביא און דוד המלך.


שטארקע איינוואוינערס אין שוואכע הייזער

דער רעדוואוד-ריז איז פון די העכסטע, שטארקסטע ביימער אויף דער וועלט, מיט א גראדן, פעסטן שטאם וואס שרעקט זיך נישט פאר וועטער און ווינט.

דאס האלץ פון די ביימער איז עקשנות'דיג געדעכט, און לאזט זיך נישט אויפעסן דורך אינזעקטן, שימל, און אנדערע צרה'לייט, וואס זענען אין אנדערע ערטער מצליח צו פארניכטן גאנצע צוֹמח-משפחות. אפילו פייער קען אים נישט אייננעמען, און דאס רעדוואוד-האלץ לאכט די פלאמען אין פנים.

א חידוש מיט די דאזיגע געזונטע, געבויטע ריזן, אז די ערד אין וועלכער די שיבה-טובה'דיגע ביימער זענען פארווארצלט איז בכלל נישט אזוי רייך און געזונט. יענע געגנט איז בפירוש נישט קיין פּלאץ וואו א בוים וואס וויל וואקסן הויך און לאנג לעבן וואלט אויסגעקליבן געבוירן צו ווערן.

ובכל זאת, האבן די רעדוואודס זיך דארט אנטוויקלט בעסער ווי אין די פרוכטבארסטע, רייכסטע, זאטסטע ערד.

וויאזוי האבן די דאזיגע העלדישע זקנים דאס באוויזן?


צעווארצלטע פּלייצעס

דער סוד פון די ביימער ליגט אין צוזאמארבעט, פון זיך העלפן און שטיצן איינער דעם אנדערן. פאר דעם צוועק זענען די רעדוואוד אויפגעקומען מיט א סטראטעגיע, פון וואקסן די ווארצלען אין דער ברייט.

אנדערש ווי אנדערע בוים-משפחות, וואס שיקן זייערע שרשים וואס טיפער אראפּ אין דער ערד, האט דער רבונו של עולם אריינגעגעבן אין די רעדוואודס אן אייגנשאפט, פון צעשיקן די שרשים זייערע צו מזרח-מערב און צפון-דרום.

דאס מיינט, אז ווען אזא בוים ווערט געבוירן און צעוואקסט זיך, וועט ער פריער צי שפּעטער אין לעבן זיך משדך זיין מיט שכנים, און זיינע ווארצלען וועלן זיך אנשטויסן אין די ווארצלען פון ארומיגע רעדוואודס.

ווען די ווארצלען פון צוויי אזעלכע ביימער באגעגענען זיך, באגריסן זיי זיך ווארעם און אנטוויקלען תיכף א טיפן, אינטימען קשר פון פריינטשאפט. זיי קריכן און פלעכטן זיך אריין איינער אינעם צווייטן. ס'איז אזא סארט בוימישער מנהג, פון ארומנעמען א הארץ-פריינט און בלייבן פארהאלזט ביז'ן לעצטן טאג.

די אריכות-ימימ'דיגע זקנים זענען ברייטהארציג און לאזן יענעם אריין צו זיך אין די קישקעס. זיי האלטן מיט וואס ביי יענעם טוט זיך — אבער נישט אזוי ווייט צוליב יענטעשאפט, ווי צו וויסן ווען יענער נויטיגט זיך אין הילף. א רעדוואוד שפּירט א צווייטנ'ס צרה און ווייטאג, און טוט וואס ער קען יענעם צו העלפן זיך צוריקשטעלן אויף די פיס.

ווען איין רעדוואוד ווערט קראנק, וועלן די אנדערע אראפּנעמען פון זיך א פּארציע וויטאמינען און מינעראלן, און דאס יענעם אריבערשיקן דורך די פארבינדענע ווארצלען. זיי בלייבן אזוי זארגן פאר יענעמס וואוילזיין, ביז דער נצרך-בוים ווערט געזונט און שטעלט זיך צוריק אויף די פיס.


ברידערשאפט קעגן קאנקורענץ

אזוי לעבן רעדוואוד ביימער שוין הונדערטער און טויזנטער יארן אין שלום און שלווה. די אומשטענדן זענען טאקע נישט די בעסטע, אבער מיט ברידערשאפט און פארגינעריי האבן זיי מצליח געווען בעסער ווי אנדערע, וואס זענען געבוירן געווארן מיט סאך בעסערע מעגליכקייטן.

די רעדוואוד-ביימער האבן איבערגעלעבט שטורעמס און מגיפות. זייערע צרות האבן זיך אנגעהויבן ווען דער מענטש מיט זיין צערייצטן אפּעטיט פאר האלץ האט זיי אנגעהויבן אויסהאקן.

נאטירליכע שונאים, מיט גרויסע, צעשטערערישע כוחות, האבן די ביימער נישט געקענט בייקומען. די רעדוואודס האבן געלעבט און געלאכט, ביז געקומען איז דער מענטש און מקריב געווען הונדערטער ליבליכע זקנים אויפ'ן מזבח פון לוקסוס און קאנקורענץ.

*


זעט אויס אז אזוי לאנג ווי מענטשליכע מידות מישן זיך נישט אריין, קען מען מיט אחדות און פארגינערישקייט בייקומען מאכטפולע שונאים און בליען אויך אונטער שווערע אומשטענדן.

***


נ"ב. היינט פאלט אויס דער צווייטער יארצייט פון ברוך יודא לעבאוויטש ז"ל (שלום ברוך יהודה בן רבי יוסף יחיאל מיכל). אויב ס'גליסט זיך דיר, קענסטו טאן א טובה אדער געבן א שמייכל פאר צווייטן איד לטובת נשמתו.

אט איז עפּעס וואס כ'האב דעמאלט געשריבן אין 'מאמענט'.


בולעטין

הרב ברוך מאשינסקי שרייבט שיין און מאלט נאך שענער. איך רעד פון קינסטליכע כתובות, תנאימס, און שיעור-עיונ'דיגע פּארטרעטן מיט א טיף-חסיד'ישן טעם. באשטעל דורך שיקן אן אימעיל צו [email protected] .


אגב

די ברעקעלעך קאסטן מיר צייט (און געדולד — איך ארבעט דערויף). כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ קען דא סובסקרייבן. עס קאסט וויפיל דו ווילסט צאלן. א דאלאר א וואך איז אויך חשוב. קענסט קענסלען דיין סובסקריפּשאן צו יעדער צייט.

יישר כח!
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

זיכערע בליצן

קענסט דעם פּאליצייאישן מנהג פון זיך פארשטעקן ביי די זייטן און לאקערן אויף פארבייפארנדע מאטאריסטן?

איך רעד פונעם פּאליסמאן, וואס זיצט באוואפנט מיט זיין ראדאר-מכשיר געצילט אויף פארבייפארנדע אויטאמאבילן, און ווארט ווי א שפּין אויפ'ן קומענדיגן קרבן אריינצופליען אין זיין נעץ.

באקוועם אין קאר, ווארט ער מיט געדולד אויף איילנדע אויטאמאביל, וועמען 'וועיז' האט נישט אנגעיאגט צו אלארמירן וועגן זיין פארשטעקטער אנוועזנהייט.

אט פליט עמיצער פארביי, און דער פּאליציאנט לאזט זיך מיט א פייערליכן רויט-בלוי-ווייסן געשריי ארויס אין א געיעג נאכ'ן קרבן —

"געכאפּט!"



אזהרות און קנסות
די דאזיגע 'כ'האב-דיך-געפּאקט' (!gotcha) קולטור, איז אין אמעריקע זייער גאנגבאר. אין אנדערע לענדער לאזט מען אויך נישט מאטאריסטן פארן צו שנעל, אבער דארט לייגט מען מער דגוש אז מענטשן זאל פארן פּאמעליכער, ווי איידער יענעם לאזן פליען און אים דאן כאפּן ביי דער מעשה.

אין אסאך אייראפּעאישע לענדער און אויך ארץ ישראל, איז דער סיסטעם מער אויסגעשטעלט אפּצוהאלטן מענטשן פון טרעטן אויפ'ן געזעץ, ווי איידער אים לאזן אריינפליען אין א צוגעגרייטער פּאסטקע.

נעם צום ביישפּיל אזא זאך ווי ספּיד-קאמערעס, וואס כאפּן אויף שנעל-פארערס און שיקן זיי דעם טיקעט אויף דער פּאסט. וואס ווילסטו מיט'ן קאמערע: יענער זאלן פארן ווי א מענטש אומזיסט, אדער ער זאל פליען און באצאלן?

דער וואס זוכט אפּצוהאלטן מאטאריסטן פון פליען, מאכט זיכער אז די קאמערעס ווערן קלאר געזען. והמחמירים לייגן צו אן אויפשריפט וועגן דעם עלעקטראנישן אויג, וואס האלט חשבון אויף דיין שנעלקייט.



בליצנדע שפּיצלעך
איין אזא פּאטענט באשטייט פון אוועקשטעלן זוילן ביי די זייטן פונעם וועג, מיט פּאליצייאישע בליצערלעך ביים שפּיץ. די בליצנדע קלעצער, וואס זעען פון דערווייטנס אויס ווי פּאליצייאישע קארס, זענען געמאכט צו צעמישן מאטאריסטן וואס לאזן זיך איבעררעדן פונעם שטן און פארן שנעלער ווי מ'מעג.

די טריק ארבעט, לכל הפחות די ערשטע פּאר מאל. אזוי קען איך עדות זאגן פון אייגענער ערפארונג, ווען די בליצן האבן מיך מחזיר בתשובה געווען אינמיטן א שנעלן געיעג.

דאס איז געווען ערגעץ וואו נעבן בית שמש. נישט אום שבת גערעדט, בין איך געפארן היפּש שנעלער ווי די מדינה האט מחליט געווען. אויפאמאל האט די שיין פון יענע בליצערלעך זיך דורכגעריסן דעם חושך, און כ'האב מיט פחד רעדוצירט דעם ספּיד.

ווי כ'בין געקומען נאנטער צום בליצנדן קלאץ, האב איך זיך געבייזערט און גע'ברוגז'ט אויפ'ן פּאליצייאישן שפּיצל. כ'האב זיך געפילט לעקיש און אויסגענארט, מיט גרויס חשק אראפּצולאזן צוויי בליצנדע פּעטש פאר'ן מחדש פון דעם אויפטו.



פּאליצייאישע ידידים
מיט א וואך שפּעטער בין איך ווידעראמאל דורכגעפארן דעם זעלבן פּלאץ, דאסמאל אינמיטן טאג. אנקומענדיג צום פארפלאנצטן בליצער, האב איך אויפאמאל באמערקט אַן אויפשריפט, "למען בטחונך" — פאר דיין זיכערקייט.

אהא. דער שפּיצל איז נישט געמאכט געווארן מיך אויסצושפּילן, נאר יענעם — די אנדערע דרייווערס. די פּאליציי מיט זייער זארג פאר מיין וואוילזיין זוכט איבערצושרעקן יענעם ווילדן מאטאריסט, וואס שטעלט מיט זיין אומ'אחריות'דיגן פארן מיך אריין אין א סכנה.

אויפאמאל האט דאס בילד זיך געביטן. דאס ווידערווילן כלפי דעם בליצנדן שפּיצל איז אויסגערינען. אנשטאט דעם ברוגז פונעם פריערדיגן מאל, האב איך אזוי נישט מיר נישט דיר הנאה געהאט פונעם איינפאל: קלוגע חברה, מיט שכל און זארג פאר דער וואוילזיין פון אומשולדיגע מאטאריסטן ווי למשל מיר...

ווייל דאס איז דאך אמאל זיכער אז איך בין א גוטער, פאראנטווארטליכער דרייווער. אויב איז פאראן אן אומ'אחריות'דיגער מאטאריסט, איז עס יענער. און די פּאליציי פארשטייט עס אויך; והא ראיה: למען בטחונך.

*

כ'בין זיכער אז אזעלכע געשיכטעס שפּילן זיך כסדר אפּ אין לעבן. כ'גלייב אז יעדן טאג, און מסתמא מער ווי איינמאל אין טאג, באגעגן איך זיך מיט מענטשן, זאכן און געשעענישן, וואס כ'וואלט אינגאנצן אנדערש אפּגעלערנט און פארשטאנען, אויב יענער וואלט נאר געזאגט אדער געוויזן אזא סארט 'למען בטחונך' אויפשריפט.

***

נ"ב. צוויי מענטשן גייען אין מדבר. זיי זענען אויסגעדארשט ביז סכנת נפשות. איינער פון זיי פארמאגט וואסער גענוג פאר איין מענטש. זאגט רבי עקיבא, אז ער זאל עס נישט אוועקגעבן נאר אליין אויסטרינקען. "חייך קודמין" — דיין לעבן קומט פריער ווי יענעמס.

ביים לערנען די גמרא זע איך זיך שטענדיג אלס דער איינער וועמענס לעבן קומט פריער ווי יענעמס. ס'איז ביי מיר פשוט אז רבי עקיבא'ס פסק מיינט מיך — איך זאל אויסטרינקען מיין גלאז וואסער, אנשטאט זיך טיילן מיט'ן חבר.

א היכי תמצא פון מיך אינעם מדבר, מיט'ן גלאז וואסער ביי יענעם, איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן.

בולעטין

האסט געזוכט די ווייסע וויינען פון אַדִיר? כ'ווייס, געווען אויספארקויפט. אבער יעצט זענען זיי צוריק אין געשעפט. פון וואו ווייס איך? ווייל מיין ידיד ר' מענדל אונגאר (וועלכער אימפארטירט דעם דאזיגן וויין פון ארץ ישראל) האט מיר דערציילט.

ביישטייערונגען

די ברעקעלעך שיק איך גערן, אבער כ'בין זייער דאנקבאר פאר מענטשן וואס באצאלן. קענסט עס טאן דורך מיט וועכנטליכן סובסקריפשאן (וואס דו קענסט קענסלען סיי-ווען), אדער אן איינמאליגן אופן. א דאלאר א וואך איז אויך חשוב. יישר כח.
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

ווי סיינט מען זיך אויף עס צו בייקימען דעי אימעלס
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

עד סנאודען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:37 am
לינק זיך איינצושרייבן: Https://bit.ly/brekelech
געהער דא
מיין חבר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 19, 2023 12:30 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין חבר »

אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:31 am
עד סנאודען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:37 am
לינק זיך איינצושרייבן: Https://bit.ly/brekelech
געהער דא
וויאזוי ארבעט עס?
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פנחס גלויבער וועכענטליכער אימעיל | ברעקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

עד סנאודען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:37 am
לינק זיך איינצושרייבן: Https://bit.ly/brekelech
ארבעט נישט!
טייערע אידן!איר האט געזען א תגובה, בילד, אדער סיי וואס און איר האט הנאה געהאט, ביטע זיי אויך מהנה דער וואס האט אייך מהנה געווען און גיב אים א לייק, און גלייכצייטיג זייט אויך מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לריעך כמוך, וואס איז א כלל גדול בתורה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”