דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שרייב ווערק
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב ווערק »

"ארץ ישראל" אדער ווי מיר רופן עס מיט בענקשאפט "ארצינו הקדושה" איז א לאנד וואס פארמאגט היינט א גאר וויכטיגע פלאץ אין די וועלט פאר עטליכע סיבות, אבער פאר אונז אידן איז עס פרעזענליך.

שוין פאר באלד צוויי טויזענט יארן זענען מיר מתפלל עטליכע מאל א טאג "ולירושלים עירך ברחמים תשוב", ווייל מיר זענען גלות מיט דעם וואס ס'איז נישט ישראל שרוין על אדמתם (וואס "אדמתם" גייט ארויף אויף דעם לאנד) מיט די שכינה צווישן אונז אינעם בית המקדש אין איר הויפטשטאט ירושלים.

מיר לערנען אייביג אונזער היסטאריע ווי דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט דעם לאנד, ווי מיר זענען ענדליך אנגעקומען אהין, אלעס וואס מיר האבן דארט געהאט - די גוטע און שווערע צייטן - און ווי מיר זענען פארטריבן געווארן פון דארט צום גלות וואס מיר מאכן מיט ביז היינט.

אויך נאכ'ן חורבן האבן אידן געוואוינט אין ארץ ישראל, אין אלע דורות האבן אידן משתוקק געווען צו וואוינען אין ארץ ישראל, דורכאויס די היסטאריע האבן אסאך אידן טאקע עולה געווען קיין ארץ ישראל, און היינט וואוינט דארט א גרויסע פראצענט פון כלל ישראל.

ליידער אין די לעצטע באלד הונדערט יאר מיט די מרידה בה' וואס גייט דארט ליידער פאר איז פארגאסן געווארן דארט הויפענס מיט אידיש בלוט, און יעצט איז דאס לאנד פארוויקלט אין א שווערע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן דעם פארלאפענעם שמחת תורה ווען הונדערטער רוצחים פון עזה האבן זיך א לאז געטוהן אויף א צאל שטעטלעך אין יענע געגנט און ליידער אומגעברענגט איבער טויזענט אידן מיט מיתות משונות הי"ד, און פארכאפט נאך אסאך (די צאל איז נאך אומקלאר) און פארוואונדעט טויזענטער.

די גאנצע וועלט איז אויף מיט די מלחמה, און אלעס אין די נייעס דרייט זיך ארום דעם, און ווען ס'קומט צו מלחמה סארט נייעסן איז אפטמאל זייער וויכטיג צו זיין באקאנט מיט די דעמאגראפישע, געאגראפישע, און היסטארישע שטריכן פון לאנד פאר די קאנטעקסט פון די נייעס, און פאר דעם צוועק וועט די אשכול דינען.
קעגןעסקנים שרייטמען , צועסקנים וויינטמען .
שרייב ווערק
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

Re: דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב ווערק »

ערשט וועלן מיר אנהייבן מיט די היינטיגע באפעלקערונג פון ארץ ישראל.

די לאנד וואס מיר האבן אין אלע דורות גערופן "ארץ ישראל" איז דאס שטיק לאנד צווישן דעם ירדן און די ים הגדול (הגם אידן האבן איינגענומען חלקים פון עבר הירדן האט מען עס אבער נישט גערופן ארץ ישראל נאר טאקע "עבר הירדן", און אזוי אויך אנדערע חלקים וואס אידן האבן איינגענומען אין די שפעטערדיגע יארן), דאס איז די שטח וואס איז געווען באקאנט אין די גוי'אישע וועלט אלס "פאלעסטינע" פון ווען די רוימער האבן פארטריבן די ארטיגע אידן (און זיי האבן געטוישט די נאמען כדי צו פארמעקן דעם אידישן זכר פונעם פלאץ) ביז ווען מדינת ישראל איז ליידער געגרינדעט געווארן אום תש"ח.

די לאנד איז היינט צוטיילט אין דריי הויפט פאליטישע ראיאנען, דאס איז מדינת ישראל, די מערב ברעג (וואס מדינת ישראל רופט " יהודה ושומרון"), און די עזה פאס, און דאס איז איר היינטיגע באפעלקערונג:

Capture.JPG
Capture.JPG (29.47 KiB) געזען 653 מאל

המשך יבוא אי"ה, ווער ס'קען איז פארבעטן צוצולייגן.
קעגןעסקנים שרייטמען , צועסקנים וויינטמען .
Excellent
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

נו....ווען קומט שוין די המשך?
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Excellent האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:23 am
נו....ווען קומט שוין די המשך?
ווען סהעט זיין מער לייקס
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

געוואוסע חלקים פון לבנון, אין לויט געוויסע מפרשים ארויף ביז אזוי ווייט ווי טערקיי איז אויך חלק צפון די תורה'דיגע ארץ ישראל,
טעיפ רעקארדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

די לאנד האט א גאר שטארק קאלירפולע גיאגראפיא, האבנדיג אין דעם קליינעם שטח פון דרום קיין צפון סיי מדבריות אין סיי בערג הויכן מיט שניי,

עס איז דא א קייט פון בערג וואס לויפט פון די געגנט פון עמק יזראעל ביז אראפ קיין ערד, וואס אויפן וועג שניידט עס דורך
- שומרון
- בנימין
- ירושלים
- גוש עציון
- חברון
-דרום הר חברון


פון ירושלים צו מזרח זייט צו דרום, געפונט זיך מדבר יהודה, וואס לויפט אראפ ביז די גרעסערע מדבר די נגב

די גאנצע מערב גרעניץ פון ארץ ישראל איז די ים הגדול - מעטטערדעניען סי,
די געגנטער פון די שורה פון בערג ביז די וואסער ווערט אנגערופן די שפלה
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”