עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

רעים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:46 pm
נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:40 pm
גור אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:22 pm
קאנספיראציע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:19 am
גור אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:51 am

ער איז נישט געווען פאר דעם רב אין מאנטריאל?
יא, אבער פיל יאר פריער פאר א קורצע תקופה,
די מאנטרעאלער אידן האבן זיך נישט פארשטאנען מיט אים..

אדרבה, איינער ווייסט קלאר וועלכע יאר און ווילאנג?
דאכטזיך אז סאיז נאך געווען ווען ביידע וויזשניץ זענען נאך געווען צוזאמען.
ווען די זיידע האט נאך געלעבט? דעס גייט שוין צוריק גאר אסאך יאר.
נע ס'האט זיך צוטיילט בערך בשנת תש"מ
אויב איך בין מיך נישט טועה איז געווען א חלק פון די רייבעריי אויף יענעם ביהמ"ד
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

רעים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:55 pm
קרית יואל פלייש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:25 pm
נייע שטאט האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:12 am
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:38 am
ער איז יא
שטימט מען היינט אויפן רעפערענדום?
עס איז מעגליך די לעצטע ווילידזש אין ני סטעיט היסטאריע.
שמעתי אז די טאון האט געקענסלט די היינטיגע רעפערענדום אפשטימונג
https://townofthompson.com/wp-content/u ... Ateres.pdf
https://townofthompson.com/wp-content/u ... eres.2.pdf
https://midhudsonnews.com/2024/01/18/judge-orders-village-of-ateres-vote-to-proceed/ האט געשריבן:
THOMPSON – Fallsburg Town Supervisor Michael Bensimon and Thompson Town Supervisor Bill Rieber were awakened very early Thursday morning – 2:48 a.m. – when they were served with an order to show for the election to create the new village of Ateres to go forward. The vote on whether to allow creation of the new village that straddles both towns was scheduled for Wednesday, but because issues pertaining to the number of affirmative votes were not resolved, the two officials cancelled the vote. Late Thursday morning, Justice Stephan Schick ordered the election to be held immediately on the same day as his order. Town officials said the votes would be counted after the polls close but will be sequestered until a later date. Rieber said as ordered by the judge, the supervisors and town clerks will not be required to certify the election at this time
עס איז זייער אינטערערסאנט ווייל איך האב פארשטאנען אז דער גאווערנאר שרייבט אונטער נאר בתנאי אז ביידע גייען עס טוישן צו אריין לאזן גיבערס. אויב נישט דאן פאלט אוועק די גאנצע חתימה, איצט זע איך אז ס'איז נאר א גערעדעכץ, דער גאווערנאר האט נישט קיין לעגאלע כח עס צו טון, ס'איז נאר א ביטע, און אויב די אסעמבלי פייפט זיך אן, וועט גארנישט ווערן און עטרת בלייבט אויסגעשפילט. איך גלייב צום סוף וועט מען זיך פארגלייכן אבער דאס הייסט פורים געמאכט פונעם עולם בגדול.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

נייע שטאט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:08 pm
עס איז זייער אינטערערסאנט ווייל איך האב פארשטאנען אז דער גאווערנאר שרייבט אונטער נאר בתנאי אז ביידע גייען עס טוישן צו אריין לאזן גיבערס. אויב נישט דאן פאלט אוועק די גאנצע חתימה, איצט זע איך אז ס'איז נאר א גערעדעכץ, דער גאווערנאר האט נישט קיין לעגאלע כח עס צו טון, ס'איז נאר א ביטע, און אויב די אסעמבלי פייפט זיך אן, וועט גארנישט ווערן און עטרת בלייבט אויסגעשפילט. איך גלייב צום סוף וועט מען זיך פארגלייכן אבער דאס הייסט פורים געמאכט פונעם עולם בגדול.
איר האט גוט פארשטאנן, זי האט עס אונטערגעשריבן בתנאי אז די געזעץ געבער גייען מאכן די טוישונגן. אבער לעגאל איז נישטא קיין וועג עס צו מאכן אן דעם וואס די לעגיסלעטאר זעצן זיך צאם און שטימען אויף דעם און די גאווערנער שרייבט עס נאכאמאל אונטער. דאס איז די מהלך וויזוי א געזעץ ווערט אפיציעל געזעץ אין די סטעיט.

אמת אז ביז זיי פירן עס נישט דורך, איז די געזעץ בתוקף אן די אפגעמאכט טוישונגן, אבער אין די היסטארי פון די סטעיט איז נאכנישט געווען אז די לעגיסלעטאר זאלן ברעכן די צוגעזאגטע טוישונגן, אלזא קען מען ערווארטן אז דאס מאל וועט אויך אזוי זיין, און די טוישענונגן וועלן פריער אדער שפעטער ווערן געזעץ.

אגב די לויערס פון עטרת האבן אריינגעגעבן פארן געריכט, אז די נייע געזעץ - אפי' אן די טוישונגן - מיינט נישט זיי זינט זיי זענען שוין געווארן באשטעטיגט פון די טאונ'ס בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

לאז געמאכט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:36 am
אגב די לויערס פון עטרת האבן אריינגעגעבן פארן געריכט, אז די נייע געזעץ - אפי' אן די טוישונגן - מיינט נישט זיי זינט זיי זענען שוין געווארן באשטעטיגט פון די טאונ'ס בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט.
ריכטיג, שווער צו זעען א מציאות אז עטרת זאל נישט ווערן אפראוואד.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:42 am
לאז געמאכט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:36 am
אגב די לויערס פון עטרת האבן אריינגעגעבן פארן געריכט, אז די נייע געזעץ - אפי' אן די טוישונגן - מיינט נישט זיי זינט זיי זענען שוין געווארן באשטעטיגט פון די טאונ'ס בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט.
ריכטיג, שווער צו זעען א מציאות אז עטרת זאל נישט ווערן אפראוואד.
וואס זאל איך טון אז איך האב א שוואכקייט צו די סארט זאכן איינמאל לעגאליטעט קומט אריין אין בילד.
אפראווד מיינט אפראווד, און אדורך מיינט אדורך, ספעציעל ווען ס'האנדלט זיך איבער היימישע ישובים. קוק אן דעם שכן אפאר מייל אראפ אין פארעסטבורג, וואס איז געווען פולי אפראווד און מ'האט עס אים שוין צוגענומען ווייל ער איז א איד. אמת, ער קעמפט אין געריכט אבער באשר הוא שם היינט צוטאג איז ער פארבאטן צו בויען, מיט כל מיני פארדרייטע תירוצים, די זעלבע זאך באר שבע ווילידזש, שוין געווען פארזיכערט און איצט באמפס.
דעריבער האלט איך מ'קען זאגן כמעט, אדער זיכער אין דיין קאפ, אבער גארנישט איז נישט געשען ווילאנג ס'נישט באמת געשען.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

היסטאריע איז געבראכן געווארן אין די יעצטיגע טעג ווען נאך לאנגע חדשים פלאנען און אויסארבעטן, איז אפיציעל פארמירט געווארן די נייע ווילעדזש אוו עטרת אין קרית וויזניץ קייאמישע, ווען היינט מאנטאג איז די נייע קארפארעישען אונטערגעשריבן געווארן דורך די לאקאלע אינסטאנצן פון טאון אוו טאמפסאן און טאון אוו פאולסבורג.

עטליכע מאל איז שוין באריכטעט געווארן אין די נייעס איבער די פלענער פון די נייע ווילעדזש, איבערהויפט האט עס געבראכן היסטאריע ווען דער ניו יארק סטעיט גאווערנער האוקעל האט צוגעלייגט א שורה צו א פרישע געזעץ, כדי צו פארזיכערן די פארמירונג פון די נייע עטרת ווילעדזש. אין די לעצטערע וואכן איז אפגעהאלטן געווארן א רעפערענדום דורך די לאקאלע איינוואוינער, און היינט האבן די ערוועלטע באאמטע אונטערגעשריבן דעם אפיציעלן בויגן, וואס באשטעטיגט די נייע ווילעדזש אלס א פאקט.

אין די קומענדיגע טעג וועלן די איינוואוינער אין שטעטל שטימען אויף מערערע פאזיציעס, ארויסשטעלן א מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, און אזוי ווייטער.


קרעדיט: JDN
לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

קרית יואל פלייש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:56 pm
היסטאריע איז געבראכן געווארן אין די יעצטיגע טעג ווען נאך לאנגע חדשים פלאנען און אויסארבעטן, איז אפיציעל פארמירט געווארן די נייע ווילעדזש אוו עטרת אין קרית וויזניץ קייאמישע, ווען היינט מאנטאג איז די נייע קארפארעישען אונטערגעשריבן געווארן דורך די לאקאלע אינסטאנצן פון טאון אוו טאמפסאן און טאון אוו פאולסבורג.

עטליכע מאל איז שוין באריכטעט געווארן אין די נייעס איבער די פלענער פון די נייע ווילעדזש, איבערהויפט האט עס געבראכן היסטאריע ווען דער ניו יארק סטעיט גאווערנער האוקעל האט צוגעלייגט א שורה צו א פרישע געזעץ, כדי צו פארזיכערן די פארמירונג פון די נייע עטרת ווילעדזש. אין די לעצטערע וואכן איז אפגעהאלטן געווארן א רעפערענדום דורך די לאקאלע איינוואוינער, און היינט האבן די ערוועלטע באאמטע אונטערגעשריבן דעם אפיציעלן בויגן, וואס באשטעטיגט די נייע ווילעדזש אלס א פאקט.

אין די קומענדיגע טעג וועלן די איינוואוינער אין שטעטל שטימען אויף מערערע פאזיציעס, ארויסשטעלן א מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, און אזוי ווייטער.


קרעדיט: JDN
כ'האב עס ערשט יעצט באמערקט מזל טוב
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

באשטעטינגונג פון ניו יארק סטעיט איבער די גרינדונג פון די נייע עטרת ווילידש און קרית וויזניץ קאימישע
אטעטשמענטס
עטרת ווילידש.jpg
עטרת ווילידש.jpg (166.87 KiB) געזען 2788 מאל
לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

נעכטן איז נפטר געווארן ר' מרדכי לורינץ ע'''ה, די ערשטע תושב אין שטעטל, אין עלטער פון 60 יאר, נאכן נישט זיין געזונט א קורצע צייט
יהא זכרו ברוך

---
גיב א לאך האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:17 pm
זיכער? איך מיין אז ר’ אליעזר דוד ראזענבערג איז געווען די ערשטע
ער האט זיך ערשט אריבערגעצויגן תשס''ג (5טע אדער 6טע תושב)
חיים שרייבער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 10:47 am

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שרייבער »

געמאכט א וויזיט אינעם שטעטל, הענגט א באשיידענעם צעטל אז ס'קומט וואלן פאר מעיאר...

חברה, נאך אביסל קומט א חסידישע מאיאר'ן סאמיט און שאו...
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

מיט אומבאשרייבליכע התרגשות איז היינט געמאלדן געווארן מטעם הנהלת הקריה אין די וויזניצע שטעטל אין קייאמישע לעיק, אז דעם קומענדיגן זונטאג ל"ג בעומר הבעל"ט וועט אין א מזל'דיגע שעה פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע דעוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט אין שטעטל.

דאס קומט נאך לאנגע יארן פון האפענונג און ערווארטונג, שתדלנות און עסקנות ביי די שטאטישע אינסטאנצן, צו באקומען די נויטיגע פערמיטן אויפצובויען פרישע דירות אין שטעטל, א שריט וואס איז אנגעקומען ביטער שווער, אין די צייט וואס די איינוואוינער אין שטעטל האבן פשוט נישט געהאט קיין דירות וואו צו וואוינען, און אסאך פון די חתונה געהאטע קינדער האבן געמוזט ארויסמופן פון שטעטל.

אין די לעצטע דריי יאר איז פאראויסגעגאנגען דעם בוי פראיעקט, מיטן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, אויסהאקן די ביימער, און צוגרייטן די באדן פאר אינפאסטראקטשער, און אצינד גרייט מען זיך שוין צו פראווענען די מעמד הנחת אבן הפינה וואס וועט פארקומען בעז"ה זונטאג ל"ג בעומר 5:30 נאכמיטאג.

די מעמד וועט פארקומען ביי די אונטערשטע טייל פון די שטח הבניה, הארט נעבן די גראסערי פון שטעטל, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קייאמישע וועלכער וועט פארזאגן די מזמורי תהלים כנהוג.

אזוי אויך קומט היינט פאר די עלעקשאנס אין שטעטל, וואו די איינוואוינער וועלן אריין א לאקאלע מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, נאך די באשטעטיגונג פון די נייע "ווילעדזש אוו עטרת" אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.


קרעדיט: JDN
אטעטשמענטס
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (139.04 KiB) געזען 1272 מאל
לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

קרית יואל פלייש האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:16 am

אזוי אויך קומט היינט פאר די עלעקשאנס אין שטעטל, וואו די איינוואוינער וועלן אריין א לאקאלע מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, נאך די באשטעטיגונג פון די נייע "ווילעדזש אוו עטרת" אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.

ווער האט געוואונען?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:44 am
קרית יואל פלייש האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:16 am

אזוי אויך קומט היינט פאר די עלעקשאנס אין שטעטל, וואו די איינוואוינער וועלן אריין א לאקאלע מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, נאך די באשטעטיגונג פון די נייע "ווילעדזש אוו עטרת" אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.

ווער האט געוואונען?
נאר איינער איז געלאפן…
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
גיב א לאך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:57 pm
לאקאציע:ווי טאקע?

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א לאך »

את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:48 am
נישטאמת האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:44 am
קרית יואל פלייש האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:16 am

אזוי אויך קומט היינט פאר די עלעקשאנס אין שטעטל, וואו די איינוואוינער וועלן אריין א לאקאלע מעיאר און ווילעדזש טראסטיס, נאך די באשטעטיגונג פון די נייע "ווילעדזש אוו עטרת" אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק.

ווער האט געוואונען?
נאר איינער איז געלאפן…
ווער?
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: עטרת ווילעדזש (גיבערס) - קייאמישע לעיק, ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

קרית יואל פלייש האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 11:16 am
מיט אומבאשרייבליכע התרגשות איז היינט געמאלדן געווארן מטעם הנהלת הקריה אין די וויזניצע שטעטל אין קייאמישע לעיק, אז דעם קומענדיגן זונטאג ל"ג בעומר הבעל"ט וועט אין א מזל'דיגע שעה פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע דעוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט אין שטעטל.
הנחת אבן הפינה.JPG
הנחת אבן הפינה.JPG (110.39 KiB) געזען 404 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”