הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

מנחם נחום האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:09 pm
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:25 pm
גרינוויל תושב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 19, 2022 2:42 pm
מוהרא"ש זי"ע ביי די לעצטע חנוכה ליכט אין זיין לעבן - זאת חנוכה תשע"ה
https://drive.google.com/file/d/13LZfJt ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/14BO-er ... sp=sharing

קליפ פון צינדען איז פון די ערשטע נאכט.
די קליפ פון זאת חנוכה בעהט מוהרא"ש אז מ'זאל זאגן א קאפיטל תהילים פאר זיין ווייב ע"ה
(למעשה איז מוהרא"ש נפטר געווארן פאר איר, די רעבעצין איז נפטר געווארן יענע יאר זומער.
אין מיינע שווארצסטע חלומות איז מיר נישט איינגעפאלן אז א חודש א האלב שפעטער וועט מוהרא"ש מער נישט זיין מיט אונז!)
יישר כח @דעה חכמה לנפשך פארן ארויפברענגען דעם אשכול! כ’האב עס קיינמאל נישט באמערקט.
די צווייטע ווידיאו פון זאת חנוכה ברענגט מיר צוריק צו זיסע זכרונות בצלו פון מוהרא”ש זי”ע אינמיטן האב איך באמערקט מיר אלץ קינד ביי די 12, און מיין טאטע און ברודערס און א פעטער.
זכור אהבת קדומים!
נא אפשר שרייבסטו דא אראפ דיינע זכרונות פון מוהרא''ש זצ''ל האסט געלערנט אין חדר אין ווילימסבורג? האסט אמאל געהאט א פריוואטע שמועס מיט מוהרא''ש?
לכבודך און לכבוד @דעה חכמה לנפשך וועל איך זיך אביסל צאמקלויבן מיינע מחשבות פון מיינע קינדער יארן וואס כקהאב מיטגעהאלטן ביי מוהרא"ש און וואס כקהאב נאכגעהערט פון כמעט אלע תלמידים ובזה החלי:
פון די 7 יאר ליגט מיר אין זכרון דעם איש גדול בענקים, מיט כמה עובדות והנהגות וואס כ’האב זוכה געווען מיט מיין יונגע פארשטאנד צו מיטהאלטן דא און דארט.
זייענדיג א קליין אינגל פון בערך 8 יאר זענען מיר געפארן אין קעמפ פון די ברסלב’ע ישיבה תפארת התורה פון הגה”צ ר’ יואל ראטה שליט"א, און איך געדענק די ר”ח סעודות ווען מוהרא"ש פלעגט קומען רעדן צו די בחורים, און איינמאל א שבת.
ביי איינע פון די דרשות האט מוהרא"ש געוואלט מעורר זיין נישט צו קומען מיט קיין קראק”ס ביים דאווענען האט ער מיר געבעטן מיינע קראקס.. צו ווייזן במה המדובר, (היות ער האט נישט געוואוסט וויאזוי מען זאגט קראקס..) און אסאך געדענקען עס נאך.. שוין, דאס איז א זייטיגע נקודה.
מיין טאטע פלעגט מיר נעמען צו די שיעורים ליל שישי אין בארא פארק, און אויפן וועג צוריק קיין קרית יואל פלעגט מען איבערשמועסן די גאנצע שיעור וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג ארומרעדן איבער לערנען, דאווענען בציבור, און שלום בית אמונה ועוד.
ביי איינע פון די שיעורים האט מוהרא"ש זיך אנגערופן: ”מען דארף נישט גלייבן וואס איך זאג, אדרבה פרעגטס אריין”.
(דהיינו יעדע זאך האט א מקור)
בעיקר פלעג איך ליינען גאר אסאך ספר אשר בנחל אין אידיש. און אזוי זיך באקענט מיט מוהרא"ש.
מוהרא"ש איז געווען סנדק ביי מיינע 2 אינגערע ברודערס.
די לעצטע פורים (תשע”ד) האט מוהרא"ש געפרעגט גאר אסאך מענטשן וואס וועסטו טוהן נאך מיין פטירה? און קיינער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן... ביז איינער האט זיך אנגערופן אז ער וועט לערנען אשר בנחל.. האט מוהרא"ש שטארק הנאה געהאט דערפון.
די לעצטע הושענא רבה און שמחת תורה האב איך מיטגעהאלטן, בעיקר ליגט אין זכרון די הארציגע נוסח פון הלל און הושענות. און שמחת תורה ביינאכט דענק איך חב”ד’סקע חסידים זענען אריינגעקומען אין ביהמ”ד טאנצן וכו’...
איינע פון די שיעורי ליל שישי האט מוהרא"ש מסביר געווען די תורה ד’ אין ליקוטי מוהר”ן: "כשאדם יודע שכל מאורעותיו הם לטובתו זאת הבחינה היא מעין עולם הבא" מיט אזא מין פשטות און דבקות אינעם אייבערשטען, אז יעדער קען אנקומען צו דעי מדריגה, פשוט וויסן ביי זיך אז אלעס טוט דער אייבערשטער.
איינמאל האט ער אראפגעלייגט וואס רבי נתן זאגט וואס מיינט אז דער אייבערשטער איז ”אין סוף”? אז מען וועט אנפילן דעי וועלט פיל מיט ווייץ און א פייגל וועט עסן יעדן טאג נאר איין ווייץ, גייט זיך עס אמאל ענדיגן? יא. אבער דער אייבערשטער איז אן קיין סוף.
חוה”מ סוכות ביי דער רבי’ס יארצייט האט מוהרא"ש דערציילט וויאזוי ער איז געפארן קיין אומן אין די צייטן פון קאמעניזעם, און ער האט געבארגט אסאך געלט דערפאר וכו’.
בעיקר די הרגשה פון מוהרא"ש אז אידישע שטובער זאלן נישט צופאלן, על זה תכלה היריעה.
מוהרא"ש האט אמאל דערציילט פאר איינעם אז איינמאל האט ער יא געהייסן איינעם זיך גט’ן, ווען די צוויי זענען געווען ביי אים אין ספרים צימער, און (אויב איך געדענק גוט) די פרוי האט זיך גענומען ווארפן ספרים אויפן מאן בפניו, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן פאר אים אויב ווייסטו וואס ס’גוט פאר דיר, דא ביי די עק פונעם גאס איז דא א בית דין שטיבל...
אבער בכלליות ווער ס’האט זיך נאר אמאל געדרייט ארום מוהרא"ש האט געהערט פון אים די פשט אין גמרא פארוואס דווקא די מזבח איז מוריד דמעות ווען מען גט זיך, ווייל ער זאגט אז גענוג קרבנות האט מען שוין מקריב געווען אויף מיר.
געדענק איך (כ’בין געווען בערך 8) האט ער געזאגט אז ער פלעגט געדענקן יעדע לשון ליקוטי מוהר”ן און ליקוטי הלכות אויפן לשון און נאכזאגן גאנצע שטיקער, אבער פון תחילת ההתנגדות וכו’, געדענקט ער בעיקר ליקוטי מוהר”ן און אויב הייבט מען אן זאגן ליקוטי הלכות זאגט ער ווייטער.
אחרון של פסח שנת תשע”ב האט ער געכאפט א הארץ אטאקע און בשעת מעשה געווען אונטן פונעם בנין, און געדארפט ארויפקריכן ביזן שלאף צימער (כ’מיין 4 שטאק) נאכן כאפן דעם הארץ אטאקע האט ער גלייך אנגעהויבן מתפלל זיין צום אייבערשטן ער זאל ארויסגיין פון דעם פלאנטער, און שפעטער האט ער געזאגט (עיין בסוף פירושו על מסכת אבות ”לב אבות”) אז אן די עצה פון תפלה והתבודדות, ווייסט ער נישט וויאזוי ער וואלט אנגעגאנגען נאך אזא זאך ל”ע.
יעדע יאר ביי די יארצייט פון רבי נתן זי”ע פלעגט ער מעורר זיין צו ענדיגן ליקוטי הלכות כאטשיג איינמאל א יאר. בזכותו האב איך זוכה געווען צו ענדיגן (דערווייל נאר) איינמאל דעם הייליגן ספר.
איך האב געשריבן ע”פ בקשתכם ממש מעט מזעיר, נאר פון דעם קען מען נעמען חיזוק לעבודת השם בשמחה און אהבה!
זכותו יגן עלינו.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 12:15 am

א גרויסע ישר כח, און מיר ווארטן אויף נאך!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 12:25 am

לכשירחיב הזמן...
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

אין אוצר החכמה זענען דא צוויי ביאגראפיע ספרים אויף דעם אדם הגדול בענקים,
איינס איז "רגעי מוהרא"ש" וואס מוהרא"ש האט אליינס געשריבן, די צווייטע איז "חיי מוהרא"ש" וואס זיין תלמיד ר' יצחק לעזער האט צאמגענומען
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

עפעס ליגט מיך אין קאָפּ אז ער האט פאראויסגעזאגט זיין פטירה, אדער עפעס גאר ענדליך בנוגע די זמן הפטירה
(איך געדענק אז עפעס האט מען דעמאלטס געשמועסט)
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2996
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:35 pm
עפעס ליגט מיך אין קאָפּ אז ער האט פאראויסגעזאגט זיין פטירה, אדער עפעס גאר ענדליך בנוגע די זמן הפטירה
(איך געדענק אז עפעס האט מען דעמאלטס געשמועסט)
שטייט דאך אין די גמרא אז אפילו פאר דוד המלך וואס האט געבעטן דערויף האט מען נישט מגלה געווען?
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

וויל וועלן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:29 pm
אין אוצר החכמה זענען דא צוויי ביאגראפיע ספרים אויף דעם אדם הגדול בענקים,
איינס איז "רגעי מוהרא"ש" וואס מוהרא"ש האט אליינס געשריבן, די צווייטע איז "חיי מוהרא"ש" וואס זיין תלמיד ר' יצחק לעזער האט צאמגענומען
חי מוהרא"ש איז דא חלק ב'?
לפנים משורת הדין...
viewtopic.php?t=69306
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

פרישער בחור האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 5:25 pm
וויל וועלן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:29 pm
אין אוצר החכמה זענען דא צוויי ביאגראפיע ספרים אויף דעם אדם הגדול בענקים,
איינס איז "רגעי מוהרא"ש" וואס מוהרא"ש האט אליינס געשריבן, די צווייטע איז "חיי מוהרא"ש" וואס זיין תלמיד ר' יצחק לעזער האט צאמגענומען
חי מוהרא"ש איז דא חלק ב'?
דערווייל נישט
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 5:19 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:35 pm
עפעס ליגט מיך אין קאָפּ אז ער האט פאראויסגעזאגט זיין פטירה, אדער עפעס גאר ענדליך בנוגע די זמן הפטירה
(איך געדענק אז עפעס האט מען דעמאלטס געשמועסט)
שטייט דאך אין די גמרא אז אפילו פאר דוד המלך וואס האט געבעטן דערויף האט מען נישט מגלה געווען?
דער אור החיים הקדוש אין פרשת ויחי (בראשית מז כט) שרייבט אז דאס וואס שטייט אין זוהר הקדוש אז 30 טעג פאר די פטירה ווערט נעלם די צלם אלוקים וכו’, דאס איז נישט פאר פשוט’ע מענטשן אבער צדיקים ווייסן יא ווען זיי וועלן נפטר ווערן. כ’שרייב בכלליות.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”