קרב יום ולא לילה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

קרב יום ולא לילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

אצינד פאר דעם יום טוב נאכאמאל מיר שטייען
שפאנען צום סדר ווי א מלך ווידעראמאל מיר גייען
אגאנץ יאר אין גלות זענען מיר משעובד ווייס איך
אבער פריי ווי בני מלכים זענען מיר דורכאויס פסח

שטארקע קשיות פרעגן די קינדער און איך פארשטיי אים
דעריבער פארציילן מיר פאר זיי די מעשה פון יציאת מצרים
ווי הקב"ה האט אונז מעבדות לחרות ארויסגענומען
און א האנט פונעם טאטן אליין האבן מיר באקומען

אבער טראכטנדיג איבער אונזער מצב דעם שוואכן
הייבן אן רינען פון אונזערע אויגן טרערן טייכן
מיר ווילן שוין פריי זיין - דיין פאלק איז אפגעשוואכט
מיר ווילן שוין ארויסגיין - נישט ווארטן ביז פסח ביינאכט

- - - - -

קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה
דערנענטער דעם טאג אויף וועלכע מיר ווארטן אזא לאנגע וויילע
רם הודע כי לך היום אף לך הלילה
יעדער ווייסט דאך אז דו ביסט דער וואס מאכט לעכטיג ממילא
שומרים הפקד לעירך כל היום וכל הלילה
מאך אונז שפירן פארזיכערט און ענטפער יעדע קשיא און שאלה
תאיר כאור יום חשכת לילה
אונזער פינסטערניש דריי איבער צו א לעכטיגקייט א נייע'לע

ויהי בחצי הלילה - כאטש מיר האלטן נאך אינמיטן דעם גלות
דיין אויסדערוועלטן פאלק איז פארווארפן - און ווי אין א טאל איז
זיי שוין מבטל אלע שלעכטע גזירות און ביטערע ממשלות
און ברענג שוין צוריק די אלטע גוטע צייטן - ווי געווען אמאל איז.
אוועטאר
issy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:31 pm
לאקאציע:אונטער דיך פון די אנדערע זייט

Re: קרב יום ולא לילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך issy »

הערליך!!!!!!! יעדעסמאל איבעראשסטו מיר פונדאסניי
לא תעמוד על דם עצמך
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6315
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: קרב יום ולא לילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שיין שיין, זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין דערצו בקרוב!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”