לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ישר כח הרב אנוכי הרואה.

ווער איז רבי וועלוול?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
ישר כח הרב אנוכי הרואה.

ווער איז רבי וועלוול?
שמעלצער, דער בעל הגליון אן אוצר.

אגב, איך האב געהערט די מעשה ערשטהאנטיג פון דעם חשובן ר' יואל ש. און ער לייגט צו אז אין "דעם אשכול" האט ער געזען אז ר' יוסף ע"ה האט געוואוינט אין וואדריזש, ומגלגלין זכות ע"י זכאי ה"ה דער פותח האשכול.

אנכי הרואה האט געשריבן:

ישר כח!

כ'זאג נישט אז איך בין 'זכאי'... אבער ברוך השם אז מען קען עפעס טוען פאר א אידישע נשמה.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אמר רבי אלעזר
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 30, 2021 12:30 am

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמר רבי אלעזר »

ווערט געזען הרה"ח ר' יוסף ז"ל ביי א שמחה בבית כ"ק גאב"ד וואודרידזש שליט"א
שנת תשס"ט אין ארה"ק
אטעטשמענטס
484748+.jpeg
484748+.jpeg (397.05 KiB) געזען 661 מאל
כ"ק מרן מוואודריזש שליט"א ביי ישיבה בית הילל חנוכת הבית
פולע ווידיאוי https://www.dropbox.com/scl/fi/ho8zlolc ... wgkpf&dl=0

[email protected]
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

מומחה יוחס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 10:25 pm
פון ווען אן הייסט ער דער "איש פלא" פון וואודרידזש?
פונאנדערגעשיידט האמיר גוט געקענט ר' יוסף ע''ה, אים געטראפן שפאצירן א 20 יאר צוריק ווען מיר זענען אנגעקומען אויף וואודריזש, און ער האט דערציילט פון זיין עררייכונג מיטן אהערשטעלן די מחיצה אין די וואודריזשער 'שטאטישער שול', וואס ער האט דורכגעפירט מיט נישט קיין לייכטע ארבעט, זיך דארפענדיג דורכקומען מיט די ארטיגע פשוטע בעלי בתים וראשי הקהל.

אצינד קענען פולע היימישע אידן אויך געניסן פון דעם שול, וואס די אלע זכותים גייט אויף ר' יוסף' ע''ה'ס קאנטע. ער אליין פלעגט אייביג דאווענען פרייטיג צונאכט'ס ביים רב, און צופרי און של''ס אין די שטאטישע שול.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

קומענדיגן וואך דאנערשטאג וישב - ערב חנוכה איז די יארצייט.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

עירמאנט'ער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:51 pm
קומענדיגן וואך דאנערשטאג וישב - ערב חנוכה איז די יארצייט.
נו איר פלאנט צו מאכן נאכאמאל א פלא'דיגע מעשה?
ס'נאך נישט דא קיין מופתים?

שטאטס מבין האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:55 pm
עירמאנט'ער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:51 pm
קומענדיגן וואך דאנערשטאג וישב - ערב חנוכה איז די יארצייט.
נו איר פלאנט צו מאכן נאכאמאל א פלא'דיגע מעשה?
ס'נאך נישט דא קיין מופתים?

לאל.... איך מאך נישט גארנישט... און איך קען ניטאמאל גיין צום ציון.

ווער קען גיין יא צום ציון דאנערשטאג?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אמר רבי אלעזר האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:30 pm
ווערט געזען הרה"ח ר' יוסף ז"ל ביי א שמחה בבית כ"ק גאב"ד וואודרידזש שליט"א
שנת תשס"ט אין ארה"ק
תשס"ט? לכאורה ע"ט
וקול התור נשמע בארצנו
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

לכבוד די יארצייט, א שנעלע חזרה אויף די האר-אויפשטעלנדע השגחה פרטית מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט פונקט א יאהר צוריק אין אט דעם היינטיגן טאג – ערב חנוכה תשפ"ג, דא ביי אונז אין נוא יארק.

בקיצור - יענע זונטאג איז אויסגעפאלן די ערשטע יארצייט פונעם בנש"ק הרה"ח ר' יוסף סופר ז"ל פון וואודרידזש, ר' יוסל איז געווען באקאנט ביי אלע באזוכער אין וואודרידזש אלס איש ירא אלוקים און קאררעקטער עהרליכער מענטש, ער האט געזארגט אגאנץ יאהר פאר'ן מנין אינעם שטאטיש'ן שוהל, בדם נפשו האט ער מתקן געווען א כשר'ע מחיצה אינעם בית המדרש - און ביי קדשים, אזוי אויך האט ער מתקן געווען די כשרות סטאנדארטן ביי קדשים אינעם שטאטישן שוהל וכו' וכו'. ער האט זיך געפארעט מיט די אלע עניינים ממש עד לידי מסירות נפש - אין פולן זין פון ווארט, ווי מעהרערע תושבי וואודרידזש דערציילן אז טיילמאל איז די זאך צוגעקומען ממש לידי הכאה – ווען יונגאטשן וואס האבן נישט געוואלט אז ס'זאל זיין א געהעריגע מחיצה און מ'זאל זיצן געהעריג אפגעטיילט ביי די קדשים, זענען פיזיש איבערגעפאלן רבי יוסף ז"ל.

בקיצור מוצאי שבת, א נאכט בעפאר'ן יארצייט איז פארגעקומען א יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג בהשתתפות אדמורי"ם ורבנים מבני משפחתו פון רבי יוסף ז"ל (האחים האדמורי"ם לבית פאפא, כ"ק אדמו"ר מנייטרא, האדמו"ר מצעהלים ועוד) וואו מ'האט מסיים געווען ששה סדרי משנה משניות.

זונטאג אינדערפריה, האט א חשוב'ער איד רבי יואל ש. פון וויליאמסבורג, געקוקט אויף אייוועלט ביי די אשכול פון יארצייטן פון רבנים. און געזעהן דארט רבי יוסל'ס נאמען. שפעטער אין טאג איז עס אראפגענומען געווארן די נאמען - ווייל רבי יוסף איז דאך נישט געווען א רב און די דאזיגע אשכול איז געווידמעט אויסשליסליך פאר רבנים. למעשה האט ר' יואל געזעהן די נאמען, און עס געשיקט צו הרה"ח רבי יצחק ווייס - וואס אין די זומער האלט ער זיך אויף אין וואודרידזש. רבי יצחק האט געזעהן די מודעה און ווייטערגעגאנגען.

אביסל שפעטער האט זיך רבי יצחק באטייליגט ביי א לויה פון א עלנדער בחור, און מ'האט איהם געבעטן זיך אויך צו משתתף זיין ביים קבורה. רבי יצחק האט זיך נישט געזוימט און ארויסגעפאהרן קיין לאנג איילענד צום קבורה.

נאכן קבורה האט איהם זיין שוואגער רבי משה ריבא הי"ו צוגערעדט צו צופאהרן צום צעהלימער רב זי"ע'ס ציון, וכן עשה.

נאכן מתפלל זיין ביים צעהלימער ציון האט זיך רבי יצחק אביסל ארומגעקוקט אויף די חלקות ארום, און צו זיין וואונדער זעהט ער פאר זיך א מצבה 'יוסף סופר!' ער גייט צו נעהנטער און ער זעהט אז יאפ - דאס איז דאס! ס'איז אונזער רבי יוס'ל - היינט איז זיין ערשטער יארצייט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. הערשט פאר עטליכע שעה האט ער געהערט אז ס'איז זיין יארצייט, אז ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און דא טרעפט ער זיך פלוצלינג נעבן זיין ציון!

אין קורצן, רבי יצחק האט צאמגעשלעפט א מנין אויפן ארט, און געזאגט בציבור תהלים, קדיש, משניות וכו'.

ממש ווי זיי זענען זיך צוגאנגען איז די חשובע אלמנה אנגעקומען אליין מיט 1 באגלייטער. זעעהנדיג ווי א ציבור צוגייט זיך פון איהר מאנס קבר, האט זי אויסגעבראכן אין א יאמערליכע געוויין: קוקט'ס ווי מיין מאן האט זיך אליין ערלעדיגט מנין פאר זיך! ער האט זיך אלעמאל געזארגט און מוסר נפש געווען פאר מנין אין וואודרידזש, ער האט זיך אלעמאל געזארגט און געטוהן פאר די מתי מצוה אין ליבערטי, און דא קומט אלעס צוריק צו איהם!

איך גלייב אז דאס יאהר וועלן יא ארויספאהרן געוויסע, אפשר גאר ר' יצחק ווייס – דער בעל המעשה פון פאראיאר, און סתם אידן וואס ווילן טוהן א טובה פאר א לויטערע נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט נאך בדורינו....
א גלעזעלע וויין
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 05, 2020 1:27 am

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעלע וויין »

הער איך פון א קרוב משפחה אז דאס יאהר פאהרן ארויס עטליכע מנינים צום ציון אין לאנג איילענד
ער ליגט אינעם צעהלימער חלקה
דער קרוב מיט וועם כ'האב גערעדט זאגט אז ער פאהרט מיט א מנין אידן, מיט'ן פלאן צו דארט זיין בערך 12 אזייגער מיטאג...

נישט געלאזט קיין קינדער כאטש א משנה א לעכטל...
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

נפש נקי וצדיק. צהלתו בפניו ואבלו בלבו
ס'בענקט זיך...
תנצב"ה
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

א גלעזעלע וויין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:25 am
הער איך פון א קרוב משפחה אז דאס יאהר פאהרן ארויס עטליכע מנינים צום ציון אין לאנג איילענד
ער ליגט אינעם צעהלימער חלקה
דער קרוב מיט וועם כ'האב גערעדט זאגט אז ער פאהרט מיט א מנין אידן, מיט'ן פלאן צו דארט זיין בערך 12 אזייגער מיטאג...

נישט געלאזט קיין קינדער כאטש א משנה א לעכטל...
טאקע געווען א גרויסע מנין ביים יארצייט, אין שפיץ פון ר' יצחק ווייס הי"ו און ר' יואל ש. הי"ו און פילע קרובים משפחה און ידידים יבלחט"א אינאיינעם מיט די חשובע אלמנה תחי'.
IMG-20231220-WA0061.jpg
IMG-20231220-WA0061.jpg (373.09 KiB) געזען 189 מאל
IMG-20231220-WA0064.jpg
IMG-20231220-WA0064.jpg (382.96 KiB) געזען 186 מאל
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: לעילוי נשמת ר' יוסף סופר ע"ה - כ"ד כסלו תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געגעבן א סכום הגון - לפי השגתי - צדקה לע"נ ר' יוסף יודא בן ר' אליעזר מרדכי אפרים ע"ה
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”