טישטוכער איבער טישן און בענק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

טישטוכער איבער טישן און בענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א היציגע ווערטער אויסטויש צווישן ר' שלום און ר' מעכיל האט מיר איבערגעלאזט מיט חומר למחשבה. פעלט אויס צו שרייבן אז די נעמען זענען פיקטעווע?


ווען די טישטוך עגא האט זיך אויסבאהאלטן און פארוואנדלט געווארן אין א שיטה קדושה אויף וואס עס האט זיך געקאכט טישן און בענק

9:00 אזייגער אינדערפרי, די מנין שחרית האט נארוואס געענדיגט, כ'זעץ מיר לערנען אן עמוד מיט ר' שלום און די צייט וואס ר' מעכיל באכלעפטשעט זיך נאך מיט זיין טלית און האלט אינמיטן מחליט זיין אויב ער זאל יעצט לייגן רבינו תם אדער בעסער שפעטער שוין נאנט צום זמן רבינו תם.

ר' שלום איז אין די טעג פארטון אין א שטיקל פראיעקט צו אויסטישטוכען די ביהמ"ד לכבוד יו"ט און עס וועט אים אריינשלעפן אין א שטיקל אויסגאבע אויף וואס ער האט געזוכט צו שנארן אביסל.

די רואיגע פריע שעות אטמאספערע האט אים געגעבן א רואיגע מינוט צו פרעגן ר' מעכיל אויב ער וויל צושטייער געבן פאר די טישטוך פראיעקט.

ר' מעכיל האט אנגעהויבן קווינקלען און נישט געגעבן קיין געהעריגע תשובה, ער האט אויסגעקוקט צו זיין אומבאקוועם מיט די גאנצע עסק און נישט געוויסט וויאזוי צו ארויסברענגען זיין קעגנערשאפט, ער איז געבליבן שטיל און אנגעהויבן פארדרייען די שמועס איבער טישן און בענק אלעס אבי נישט צו רעדן וועגן די טישטוכער.

איך בין געזעסן אין די זייט, קענענדיג ר' מעכיל נישט פון היינט האב איך פארשטאנען צו זיין אומבאקוועמליכקייט וואס איך האב שוין מיטגעהאלטן אין ענדליכע סארט סיטואציעס.

ר' מעכיל איז די גבאי אין שוהל און עס ווערט אים גאנץ שווערליך אויפן הארצן ווען ער זעט אנדערע וואס זענען עוסק אינעם שוהל, ער שפירט ווי מ'גייט אריין אין זיין טעריטאריע.

כבודו במקומו מונח - ער איז גראדע זייער א פיינע פערזאן אבער צו קענען זען אנדערע טון איז עפעס וואס ער קען נישט פארטראגן, זיין עגא מאכט אים שפירן אז בעסער קיינער זאל נישט טון ווי איידער אז א צווייטער זאל זיין דער וואס טוט. סטאטוס קווא.

א שיטה הייבט זיך אן פארמירן
ר' שלום האט נאך בכלל נישט געוויסט צו זאגן אז דא זאל זיך עפעס קאכן אונטערערדיש, ער איז פינקט ארויסגעגאנגען מאכן א פאון קאל און פלאנירט צו אריינקומען א מינוט שפעטער צו לערנען ווייטער די שיעור.

ווען ער איז ארויס פון שוהל צו מאכן זיינע פאון געשפרעכן האט ר' שלום אויסגענוצט די צייט צו אנהייבן בויען א שטיקל קעיס און מסביר זיין פארוואס ער איז קעגן די אינציאטיווער טישטוך אונטערנעמונג , ער האט געברענגט ראיות ברורות פון אנדערע שוהלן וואס האבן נישט קיין סחורה'נע טישטוכער און אזוי פרובירט צו בויען א פעדעראלע קעיס.

כ'האב געטראכט צו מיר "נעבעך, עטליכע טעג פאר פסח און דער טראגט דאגות" אבער פון זיין זייט האט די קעיס באקומען א שטיקל צורה און ער האט זיך באמת געקאכט דערין מיט אייפער.


ר' מעכיל גבאי שטעלט פאר זיין קעגנערישע מיינונג

ר' שלום איז שוין געווען צוריק אויפן וועג אריין צום שיעור מיטן טיי אין די האנט, ר' מעכיל האט שוין געהאט גענוג צייט צו טראכטן און זיך אליינס ערקלערן פארוואס ער איז דערקעגן און אזוי האט ער געקענט אנהייבן נוצן ווערטער מיט וואס ער האט געקענט ארויסברענגען זיין קעגנערשאפט אין די צייט וואס מיט אייניגע מינוטן בעפאר האט ער נאכנישט געקענט. ס'האט זיך אנטוויקלט מיט די צייט.

ר' מעכיל האט פארגעשטעלט זיין מיינונג "איך האלט נישט פון די טישטוכער, קיין איין גרויסע שוהל פארמאגט עס נישט… עס גייט ווערן פלעקיג.. ווי גייט מען עס וואשן.. אא"וו.

ר' שלום איז בכלל נישט געווען גרייט צו ווערן אטאקירט, די לייכטע קעגנערישע זאצן און פראזן וואס ר' מעכיל האט אנגעהויבן ווארפן אנטקעגן די סחורה'נע טישטוכער איז געווען מער ווי גענוג אים צו געבן א צימבל אונטער אים צו ארויסנעמען פון די כלים, אזש עס האט אנגעהויבן גיין א רויעך אהין און צוריק.

די הויכע טענער האבן זיך אפגעגעבן מיט גאר שוואכע אישוס ווי וויאזוי מ'גייט באהאנדלען די פלעקן אויף די טישטוכער און וויאזוי מ'גייט זיך אן עצה געבן אויב עס גייט ווערן פלעקיג אינמיטן שבת אויף וואס ר' שלום האט גראדע געהאט א פלאן צו האבן אפאר באזונדערע פאר ווען עס פעלט אויס.

אינמיטן איז ר' מעכיל גבאי גאר געקומען מיט א טענה פארוואס ר' שלום לעבט אין הויכע אלערט צו פארדעכטיגט יעדעם וואס זאגט אים א האלבע ווארט און די צייט וואס ר' שלום האט נישט געוויסט פארוואס ר' מעכיל האט זיך היינט גענומען איבער זיינע ביינער און פרובירט צו אוועקמאכן זיין אונטערנעמונג צו משפר זיין די בית המדרש לכבוד יו"ט.


הלל הזקן איז אריינגעקומען אינעם דיאלאג

צו מזל האבן מיר אנגעהויבן לערנען די עמוד יומי שבת ל: ת"ר לעולם יהא אדם ענותן כהלל - דאס האט געגעבן א שטיפ פאר ר' שלום צו נאכלאזן זיין העצע און פשוט פארענדיגן די היציגע דיאלאג וואס איז געווען געבויעט אויף שטרוי וואס האט איבערגעדעקט א שטייפע עגא ביינדל.

א קליין ביסל עגא איז געווארן באטריגערט פון זען אנדערע טון און עס האט אוועקגעשטעלט א גאנצע קעיס פון וואס ס'איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס ביזן קומען צו אן האסטיגע אפשטעל און ביידע האבן זיך געגעבן די האנט און צוגעשטימט אז די גאנצע זאך איז געווען א טעות.

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז די מעשה וועט זיך נאכאמאל איבערשפילן כל זמן ווען ר' מעכיל גבאי וועט נישט קענען מבחין זיין חילוק בין עגא לשיטה. אזוי לאנג ווי עס הערשט צעמישעניש וועט מארגן א פרישע צימבל נעמען אויף אן ענדליכע רייזע מיט אנדערע קאלירן.
שווער שווער
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:47 pm

Re: טישטוכער איבער טישן און בענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווער שווער »

איך האב גראדע א שטיקל הסבר אויפן גבאי ווייל ווי נישט ווי ווערט אלעס זיין פראבלעם למשל וואשן, ארויפלייגן ערב שבת, אא"ו איז פאר די זאגסט אז ס'איז עגא טראכט אז אפשר זענען צופיל פריוואטע אינטערנעמונגען געפאלן אויף זיין קאפ (למשל נאך די פרישקייט פון די מתחיל וועפט אויס)
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: טישטוכער איבער טישן און בענק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

למעשה האט הרב @תבלין כנגדו א פיינעם פעדער
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”