נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

ארויסגענומען פון טיב הקהילה און אידיש
בנשיאות הרה"צ רבי גמליאל הכהן רבינוביץ שליט"א

אין צענטער פון די צענטראלע שטיבלעך שטייט א יונגערמאן א תלמיד חכם, און שטרענגט אן זיינע אויערן,
וועלנדיג הערן אויב פון ערגעץ קומט ארויס א קול פון קדיש אדער קדושה,
און ווען ער הערט דאס וואס ער האט געזוכט,
לויפט ער מיט איין אטעם צום ריכטונג פון וואו דער קול איז געקומען,
און אזוי לויפנדיג קערט ער איבער עטליכע שטענדערס און טישן אנגעהויפנט מיט ספרים,
שטופט עטליכע עלטערע אידן און ווארפט אראפ עטליכע קליינע קינדער,
דער עיקר אז ער האט נישט דערלייגט דעם קדיש, קדושה אדער ברכו...

אט דער מענטש – איז אונז אליין.

דער שילדערונג איז טאקע זייער עקסטרעם, אבער
פונדעסטוועגן פירן מיר זיך אויף גאנץ ענדליך דערצו,

זייענדיג באשעפטיגט מיט איין מצוה,
און אויפן וועג צוטרעטן מיר און זענען מבטל אלע אנדערע תרי"ג מצוות.

איינער באשליסט אז ער וועט מקדיש זיין אלע זיינע טעג פאר לימוד התורה,
און דערפאר דאוונט ער נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין,
אדער האלט ער זיך צוריק פון טון חסד מיט אנדערע אדער אפילו צו העלפן פאר זיין הויזגעזינד,
וויבאלד ער האט מורא פון ביטול תורה.
אזוי אויך פארקערט,
איינער וואס האט באשלאסן אז ער גייט אריינלייגן אלע זיינע כוחות און פארמעגן אין חסד,
אבער ער פארגעסט צו דאווענען און לערנען...

דער אויבערשטער זאגט צו משה רבינו " אך את שבתתי תשמרו" און רש"י ערקלערט,

אז אפילו אויב מען וועט זיין פאריאגט און פארנעומען מיטן טון די הייליגע ארבעטפונעם משכן,
זאל דער שבת נישט פארשטופט ווערן פון איר.
דאס מיינט צו זאגן,
אז אויך אויב עס איז יעצט דא א חשוב'ע מצוה וואס דער אויבערשטער האט אונז באפוילן זיך צו באשעפטיגן אין איר,
און אפילו אויב די מצוה טראגט יעצט א שטארקערער דין קדימה,
פונדעסטוועגן טוט דאס בויען דעם משכן נישט דוחה זיין דעם שבת,
אזוי אויך ווער עס איז עוסק אין איין מצוה איז נישט פטור פון טון די אנדערע מצוות.
(אויסער אזעלכע מצוות וואו עס שטייט קלאר אז ווער עס איז עוסק אין זיי איז פטור פון טון
אנדערע מצוות).

און אזוי שרייבט דער הייליגער חזון איש זצוק"ל, אז זיינע רבי'ס האבן אים געלערנט,
אז ביי יעדער זאך זאל זיך א מענטש עצה'ן מיט די ארבעה חלקי שולחן ערוך.
עס איז טאקע א גוטע זאך אז א מענטש זאל זיך נעמען איין מצוה וואס דאס זאל זיין "זיין מצוה",
אויף וועלכע ער איז ספעציעל מקפיד, מער ווי אלע אנדערע מצוות,
אזוי ווי מיר האבן שוין געהערט אויף גדולי ישראל וועלכע האבן זיך אויסגעוועלט א ספעציעלע מצוה.
איינער האט אסאך עוסק געווען אין לערנען די הייליגע תורה,
א צווייטער האט זיך אסאך אפגעגעבן אין עבודת התפילה,
און א דריטער האט דווקא אסאך זיך באשעפטיגט אין די מצוה פון פדיון שבויים.
פונדעסטוועגן איז קלאר ביי אונז אז דאס איז נישט געקומען
אויפן חשבון פון אנדערע מצוות.
דעריבער וועלן מיר אויך אכטונג געבן ׁשלא יצא שכרנו בהפסדנו,
אז דער שכר וואס מיר וועלן באקומען פאר די מצוה זאל נישט זיין ווייניגער
ווי דער פארלוסט וואס מיר וועלן ח"ו האבן פון דאס וואס איז צוגעברענגט געווארן
דורכדעם.
און ווען מיר זענען מקבל אויף זיך א געוויסע מצוה אדער גוטער מנהג,
זאל עס נישט קומען אויפן חשבון פון קיין שום אנדערע מצוה.
לעצט פארראכטן דורך כ'בין א פשוט'ער איד אום מאנטאג מארטש 04, 2024 9:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שכח פארן מזכה זיין.
אינטערסאנטע נושה.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 11:44 pm
שכח פארן מזכה זיין.
אינטערסאנטע נושה.
עס איז מער די פוינט פון די מעשה.
ווי א אינטערסאנטע נושה.

כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 11:41 am
יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 11:44 pm
שכח פארן מזכה זיין.
אינטערסאנטע נושה.
עס איז מער די פוינט פון די מעשה.
ווי א אינטערסאנטע נושה.
יא יא.
ס'איז נוגע פאר אסאך יודן היינטיגע צייטן.... וד"ל
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

יעצט פאר פסח איז דא מענטשן וואס דארפן עס איבערחזרן
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

שבת איז בכלל נישט קיין גוטע משל ווייל שבת איז דאך א לא תעשה און מען טאר אוואדי נישט עובר זיין אויף א לא תעשה אסער ווי סאיז אי אפשר לקיים שניהם ווי למשל מילה בשבת אדער כלאים בציצית וואס מען דארשענט סמיכות און אפילו לויט רבי יהודה וואס דרשענט נישט סמיכות בכל התורה דארשען יא און משנה תורה.

למעשה זעט מען און די גמרא ברכות אז סאיז יא דא א בחינה פון תורתו אומנתו און האבען נישט געדאווענט לכבוד דעים.

איז אזוי סאיז קלאר אז נישט אלעס איז געמאכט פאר יעדעם.
סאיז דא מענטשן וואס לערנען איז נישט ממש געמאכט פאר זיי וועגען פארשידענע סיבות איז די אידן זענען עוסק און גמ"ח.

ווידער איז דא אידן וואס לערנען פלייסיג אבער גיין און שפיטאל באזוכען וכדומה איז נישט עפעס וואס רעדט צונעים.

שוין די עיקר איז מען האט אינזועהן צו ווערען נענטער צום אייבירשטער

אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכיון.

ונזכה להיות בירושלים עיר הקודש ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים
יין שרף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין שרף »

מעג איך מיר אפשטעלן געבן א "היטש" פאר איד, אז 10 קארס גייען שטיין און ווארטן ביז יענער זעצט זיך אריין?
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

יא
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: נעמען איין מצוה אויף די חשבן פון אנדערע איז אויסגעהאלטן? ליינט דא.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

יין שרף האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:12 pm
מעג איך מיר אפשטעלן געבן א "היטש" פאר איד, אז 10 קארס גייען שטיין און ווארטן ביז יענער זעצט זיך אריין?
ניין!
פון מיין קוק ווינקל אלס איינער וואס האט גענומען היטשעס בעבר, און געבט אסאך היטשעס און פארט צומאל לאנגע אומוועגן צו געבן א היטש, אבער פרובירט נישט עס צו טון אויפן חשבון פון אנמאכן א טרעפיק
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”