וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צוויי גראשן
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

חיים חייקל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 10:46 am
א מאסיווע ארבעט אריינגעלייגט....

איך האב עס נעכטן באקומען אויף פאסט, און איך האב עס אדורוכגעליינט פון דעקל צו דעקל, סאיז ממש געוואלדיג, אזוי שיין און קלאר צענומען יעדע פרט, פון די אריינקריכן אין פלאנטער ביזן ארויס קריכן.

די גאנצע מעשה ווערט אראפגעלייגט כאילו איינער שרייבט זיין אייגענע דורוכגאנג. (איך בין זייער סקעפטיש צו סאיז טאקע אמת די גאנצע מעשה אדער סאיז געבויעט אויף אמתע פאקטן. סאיז מיר שווער צו גלייבן אז מזאל אזוי שנעל ארויסקריכן נאכן זיין אזוי טיף באגראבן)

פאר די וואס האבן מורא אז סוועט אויפקלערן בחורים. ערשטנס די בחורים ווייסן זייער גוט די מצב, און צווייטנס מקען גארנישט ווערן מער אויפגעקלערט פון דאס ליינען, סאיז געשריבן אויף א געוואלדיגע אויסגעהאלטענע שפארך. והאריך במקום שאמרו להאריך וקצרו במקום שאמרו לקצר

און פאר די מערכת הבדלה וויל איך זאגן. תחזקנה ידיכם וחפץ ה' בידכם יצליח
ווי איז יוסעלע איז א עכטער נאמען ס'איז פאקטיש געשען...
געהערט פון א פארלעסליך קוואל פון איינער פון די העד -קארטערס אז מ'האט ארויסגעשניטן אמגרויס חלק הארט פארן געבן צום דרוק, וואס דעס וואלט ממש אויפגעקלערט די כתה ח' ילדים
האסעל+סטראגעל=א גרויסן סוקסעס ראטע
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: וואו איז יאסעלע? אויסגאבע איבער מאווי"ס און ווידיאו"ס ביי בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מתמודד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am
אלס איינער וואס קען ביידע זייטן פונעם בחור'ישען ספעקטרום, לאזט מיר צוווארפן מיינע צוויי צענט.

סאיז הייליג וואר אז עס זענען דא אסאך אזאנע יאסעלעך, און מען דארף זיי אדרעסירן.

אבער צו דער זעלבער צייט איז הייליג וואר אז עס זענען אסאך יוסף'ס, וואס האבן קיין וויסטן מושג פון די אלע מושגים, און פאר זיי איז אזא ליפלעט נישט ווייניגער ווי גיפט.

איך געדענק די ערשטע מאל ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהערט פון א חבר אז ער האט געזעהן א נישט אידישע פילם, איך בין געווען געפרוירן פאר צוויי טעג, סאיז געווען אינדרויסן פון מיין טערמין-בוך, און אזוי האט עס געזאלט צו בלייבן.

איך בין געווען מער א סאציאלער פיגור, דערפאר האב איך געהאט אפענע שמועסן מיט בחורים פון אלע סארטן, דערפאר האב איך טאקע געקענט אזאנע זאכן פון די נאנט. אבער א בחור אינעם סטאנדארט ווי איך בין דאן געווען וואס איז נישט געווען אזוי איבערגעטריבן סאציאל אנגעקניפט איז אין זיין לעבן נישט עקספאוזט געווארן צו אזאנע זאכן, און איך רעד דא פון א מינימום פון זעכציג צו זיבעציג פראצענט ישיבה בחורים.

סאיז זייער גרינג צו ארבעטן אויף די זיידעס און זיי דרייען א קאפ ווי כאילו רוב ישיבה בחורים זענען אינפעסטירט מיט מאוויס וכדומה, אבער פאר אזא איינער ווי איך, וואס האט פארלאזט די ישיבה ווענט אונטער פיר יאר צוריק, און איך האב נאך יעצט פריינט אין ישיבה, קען מען נישט פארשטעלן אן אלטערנאטיוון רעאליטעט. די ישיבה בחורים זענען פיל ריינער ווי פארשידענע פאראנטווארטליכע ווילן עס אראפמאלן, און דערפאר דארף מען צוגיין צו אזא טעמע מיטן פולסטן מאס סענסיטיווקייט, נישט צו מאכן קיין חורבנות.

ביודעי ובמכירי, קיין איין אויסגאבע וואס גייט אדורך די מינדעסטע רבני'שע פיקוח וואלט נישט געקענט אריינלייגן ארטיקלען פון דעם גאטונג וואס הבדלה שיקט אריין אין מיין פאסטקעסטל, מיטן גוטן ווילן פון אלארמירן די וועלט מאכט מען פארט קריטישע גרייזן, און עס איז א גרויסע פראבלעם.

מען דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן, צו איז רעדן פון זאכן אזוי אפן עפעס וואס ברענגט בכלל א תועלת? צו מאכט עס טאקע אזא גרויסן דיפרענץ אז עס זאל זיך האבן געלוינט? לאגיק זאגט אז נישט, מיטן מעורר זיין פשוט, און נישט רעדן אזוי גראב איז מען פונקט אזוי מעורר א גרויסן ציבור, און דער דיפרענץ צווישן דער וואס ווערט נישט נתעורר דייקא ווען עס קומט אויף א גאלדענעם טאץ וואס ער קוקט ווארשיינליך מילא נישט אן איז צו ווינציג אז עס זאל ערלויבן צו עפענען טונקעלע פירהענג פאר רוב כלל ישראל. מען דארף נישט אויסוואשן יעדע נושא אין פובליק.

הבדלה טוט מורא'ידעג זאכן, אבער דאס איז שוין א גרייז. א גרייז וואס ליגט אין מיין פאסטקעסטל.
זייער קלאר און דברים של טעם

און פאר די אלע אנדערע וואס האלטן אנדיש און האבן געזעהן און דעם ביכל א ישועה פאר די אלע טויזענטער בחרים און ווי ער האט עס אראפ געלייגט איז עס גאר די רוב זאלן ביטע דא ארויף קומען און פארציילן וואס דאס האט געטוישט און די עולם הישבת מיט די ריזיגע פארצענטן וואס סטראגלן און דעם נושא
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”