ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אקטיווע ליינער
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 2:05 am
לאקאציע:ביים ביכל

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיווע ליינער »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 6:56 pm
אגב איינער זאגט מיר אז די וואשינגטאן ארטיקל און איינע פון די אויסגאבעס איז א באצאלטע ארטיקל, נישט אז עס איז מעלה או מוריד, דזשאסט א קרישקעלע.
ס׳איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן, צדק איז נישט די סטייל ארגענעזאציע צו באצאלן פאר א ארטיקל, זיי מאכן נישט יעצט נאך א קאמפיין.. ממילא האמיר עס וועריפייד מיט די העכערע פענסטער, און ס׳איז געבליבן אז דיין ׳איינער׳ ווייסט נישט וואס ער רעדט, צדק האט נישט באצאלט קיין פרוטה.

אגב, פון דיינע ווערטער ״און איינע פון די אויסגאבעס״ איז משמע ווי כאילו אלע אויסגאבעס האבן געהאט וואשינגטאן ארטיקלען.. קענסט קלאר ארויסשרייבן אז דו רעדסט פון שטיבל.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

להסיר מכשול

ביי די עדווערט פון לערנער שטריימל געפונט זיך די שם המפורש אין די סידור ביי ולא נתתו

ס'איז ראטזאם עס ארויסצונעמען פאר יו''ט אין לייגן אין שמות כדי נישט גורם צו זיין בזיון השם דורך עס אריינעמען במקום הטינוף

עס בלייבט נאר איבער צו ווינטשען , חכמים (לערנער) הזהרו בדבריכם. און מ'טאר נישט לערנען אינמיטן דאווענען אפילו מיט א מיללער...
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10849
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אינטערסאנט געוואלט קויפן די וואך (אנשטאטס די שטיבל, וואס ס'האט מיר נישט אזוי געצויגן...) אין סיי ביי די W גראסערי און סיי ביי מאורות זשודעקא איז עס מער נישטא..
גייט דאס טאקע אזוי שטארק???
(כ'האב כמעט קיינמאל נישט געקויפט די וואך, די שטיבל קויף איך פון מאל צו מאל...)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8807
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

eller האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:20 pm
אינטערסאנט געוואלט קויפן די וואך (אנשטאטס די שטיבל, וואס ס'האט מיר נישט אזוי געצויגן...) אין סיי ביי די W גראסערי און סיי ביי מאורות זשודעקא איז עס מער נישטא..
גייט דאס טאקע אזוי שטארק???
(כ'האב כמעט קיינמאל נישט געקויפט די וואך, די שטיבל קויף איך פון מאל צו מאל...)
מסתם האט מען אפגעגאנבעט א פעלעט...
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 5:29 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:47 am
כ'האב אסאך גענישטערט און געליינט,
סתם פאר נייגער, דאס באקרוינען דיין שוין פון לאנג באקרוינטן מאמענט מיט א פרישע קרוין, איז געקומען נאכן ענדיגן דורכליינען ס׳גאנצע מאמענט, שטיבל און שריפט?

ווייל פון דיין תגובה איז משמע אז דו האסט זיי שוין ממליך געווען נאר פון כאפן א בליק אויף די דעקלעך און דערביי עובר געווען אויפן מאמר ׳דאונט דזשאדזש עי בוק ביי היס קאווער׳.
און אויב ווילסטו מיר קומען דערציילן אז האסט שוין מסיים געווען אלע דריי אויסגאבעס, דאן ׳אשרי העם שככה לו׳, וואויל איז פאר די פאלק וואס פארמאגט א מיטגליד וואס האט די מעגליכקייט אדורך צו ליינען כמעט צוויי אלפים בלעטער תוכן אין א קנאפע צוויי און זיבעציג שעה…

ווערטער זענען איבריג…
די פאקט אז עס שטערט דיר אזאנס שטארק אז א ליינער דרוקט אויס זיין מיינונג, און טוט אן דעם קרוין פאר זיין אויסוואל אין ליטעראטור, די וועג וויאזוי דו בונטעוועסט צייגט אז דו נעמסט עס נישט אן, נישט ווייל דו האלטסט אז די ווערטער זענען אומריכטיג, נאר ווייל דו האסט א טיפע אגענדע.

ווייל ווען דו ווילסט עכט פארשטיין פארוואס איך טוה אן דעם קרוין, פאר איינעם ווערסוס דעם אנדערן וואלטסטו מיר געקענט פרעגן אויף א ציווילער פארמאט, אין א נידריגער טאן, מיט אן אינטערעסע וועלכע צייגט בלויזע נייגער, און מיר וואלטן געקענט רעדן, דאס אז דו אטאקירסט מיר, צייגט אלעס, און ווערטער זענען טאקע איבריג.

אסאך ווערן דא זייער דערשראקן פון אפענע שמועסערייען און דעבאטעס און פארגינען נישט קאמפלימענטן וועלכע קומען זיך, איך האב פרובירט געבן גוטע ווערטער פאר אלעמען, פאקט איז אז יונגערע מאגאזינען שטעלן זיך נאך אוועק און קענען נוצן מער קריטיק און קאמענטארן ווילאנג זיי שטעלן זיך אוועק אויף די ריכטיגע רעלסן און דערגרייכן די פראפעסיאנאליטעט פון פירמעס וועלכע זענען שוין לענגער אויף דער מאפּע. פאר זיי זאג איך, וואס האט איר פון פרובירן פארשטאפן דעם מויל פון איינער וואס שרייבט אנדערש ווי וואס איר ערווארטעט, ווילט איר טאקע ליינען בלויז וואס מאכט אייך באקוועם, און בלויז פיטערן דעם וואן-וועי הייוועי אויף וואס איר פארט?

אבער פאר די רעקארד, איך ליין שנעל, איך נעם ליין מאטריאל ערנסט, און צוליב וואס מיינע בחורים זענען אין א"י אויף יום טוב, האב איך אסאך צייט, און איך ליין.

איך באזיר נישט מיינע באהויפטונגען בלויז אויף ארטיקלען, איך נעם אריין אלע פאקטארן, ערשטנס ווער עס שרייבט, זענען דאס נעמען וועלכע האבן א רעפוטאציע פון שרייבן גוט, אדער גיי איך לעזן פון מענטשן וועלכע באהאלטן זיך אויס אונטער פסעוודאנימען אדער זענען ניי אין די פעלד.

איך קוק. צי זענען די וועלכע שרייבן בדחנים, אדער שריפטשטעלער מיט טאלאנט, זענען זיי גוטע רעדנער, אדער זענען זיי מענטשן מיט גוטע פעדערס.

דערנאך קוקט מען אויף אויסוואלן, וואס האט די אויסגאבע געטון צו ברענגען גוטע חומר, איך ליין אויך אסאך ענגליש און איך קאמענטיר אויף א געוויסע ענגלישע זייטל אסאך איבער די ענגלישע שרייבער, דארט אטאקירט מיר קיינער נישט און עס איז פארשטענדליך ביי יעדן אז אמאל שענקט מען א קאמפלימענט און אמאל א קריטיק.

ווייטער קוקט מען וויאזוי עס ווערט פאקטיש אראפגעלייגט, די בילדער וואס מען נוצט, די קעפלעך, דעזיין, און געוויס די שרייבער'ס טאלאנט, די קלארקייט, די פארמאלקייט, אביסל וויצן, א באלאנס פון גוטע אבער נישט צו אומבאנוצטע ווערטער.

דעריבער, האלט איך, לויט מיין מיינונג, אין איין קרוינען מאמענט, איך גלייך אויך צו ליינען דער שטערן, איך קוק אסאך דער איד וועמען איך באקרוין אלס דער מערסט פראפעסיאנאלער ערשטקלאסיגער צייטונג צווישן די היימישע צייטונגען, און דאס זעלבע מיט קינדער שטוב, דער ביילאגע פון א בליק, וועמען איך באקרוין אלס דער מערסט שעפערישער און פראפעסיאנאלער קינדער אויסגאבע וועלכע ווירבלט מיט שיינע געדאנקען און ארטיקלען און הערליכע דעזיין.

נעמענדיג אין באטראכט פארשידענע פאקטארן, און קוקנדיג אויף דעקלעך, נאכ'ן נישטערן און ליינען, קרוינט מען וועמען מען שפירט צו קרוינען.

גלייבט מיר אז איך האב שוין בלעטער פון ווארע און קאמענטארן, איך האב שוין אפגעליינט פון דעקל צו דעקל, אן אויסלאזן גארנישט, עטליכע מאגאזינען און ביילאגעס, אבער צוליב וואס עס ווערט דא גאר היציג וועט מען זיך דערווייל אפהאלטן.

קינדער, נו, ענק ווייסן שוין וואו עס ליגט דער ניינטער ברעקל? עס גייט פליען פעטש.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פליעז ביטע האלט אייך נישט ציריק און קימט אריין מיט אן אנעליז שכוח
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

איך האב נאכנישט געליינט שריפט. עס ליגט אין די פּייל, און איך האף זיך צו נעמען דורכליינען, די פאקט אז שמעון ראלניצקי האט זיך דארט פלאצירט גיבט זיי גרויסע האפענונג, עס קען ווערן א זאך.

פאר איינער וואס קויפט א בילדער ביכל, און באקומט נאך א קינדער שריפט און שריפט, איז עס א געוואלדיגער פעקל, אבער פאר מיר איז עס ארויסגעווארפן געלט אין א געווענליכער וואך, ווייל די בילדער העפט גייט גראד אין מיסט, און איך זוך צו קויפן וואו איך קען ליינען אסאך, צו מיין טעם.

יעצט אז שמעון וועט שרייבן וועט מען בלויז צוליב די נייגער און פארגעניגן צו ליינען זיינס א געשריבן ווארט, אנהויבן אבאנירן צו דער שריפט. שמעון איז מיין העלד פאר לאנגע יארן.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

תגובה דורך בלוט בלבול »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:12 pm

איך לייג אויך די בילדער העפט גלייך אין מיסט, אבער רוב וואס קויפן די וואך אדער בליק קויפן עס נישט צוליב די בילדער נאר צוליב דעם מאגאזין. אין פאקט איז עס אינגאנצן אן אנדערע געשעפט, כ׳ווייס טאקע נישט פארוואס ס׳איז נאכנישט אפגעטיילט.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

רויטע קרעיאן איך צייל זיך אויך פון די וואס ווארטן פאר דיינע זאפטיגע ריוויוס אויף אלע אויסגאבעס. יש''כ

וואס דו זאגסט אז א געווענליכע וואך איז עס ארויסגעווארפן געלט פאר דיר מיט די בילדער אויסגאבעס, נעם א רעגולער וואך'ס שריפט וועסטע זען דארט מער קוואנטיטי ווי מאמענט, אפשר נישט דיין סטייל ארטיקלן וואס דו זוכסט אבער זיי שטעלן נאך צו אזוי פיל חומר אינעם שריפט ווי מאמענט אפילו אן די בילדער.

אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דו האלטסט דער איד מער פראפעסיאנאל ווי למשל די צייטונג, טעותים פון אלע סארטן איז גראדע דא מער אינעם איד.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

נעכטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:40 pm

איך קויף עס כסדר, איך בין בכלל נישט איינשטימיג. איך זוך צו ליינען אינטעלעקטועלע און אינטערסאנטע ארטיקלען.

איך גלייך די שרייבער אין מאמענט, פינחס גלויבער איז דערווייל נישט אין שריפט, משה לעזער ליבערמאן זיצט אין מאמענט, ברוך וויינשטאק, און אסאך אנדערע שטערנס וועלכע געבן א געוויסע פראפעסיאנאליטעט.

אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

נעכטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:40 pm
רויטע קרעיאן איך צייל זיך אויך פון די וואס ווארטן פאר דיינע זאפטיגע ריוויוס אויף אלע אויסגאבעס. יש''כ

וואס דו זאגסט אז א געווענליכע וואך איז עס ארויסגעווארפן געלט פאר דיר מיט די בילדער אויסגאבעס, נעם א רעגולער וואך'ס שריפט וועסטע זען דארט מער קוואנטיטי ווי מאמענט, אפשר נישט דיין סטייל ארטיקלן וואס דו זוכסט אבער זיי שטעלן נאך צו אזוי פיל חומר אינעם שריפט ווי מאמענט אפילו אן די בילדער.

אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דו האלטסט דער איד מער פראפעסיאנאל ווי למשל די צייטונג, טעותים פון אלע סארטן איז גראדע דא מער אינעם איד.
כ׳ווייס נישט אויב דו ביסט גערעכט אדער נישט. אינעם צייטונג ערווארט איך אפילו נישט צו זען קיין גראמאטישע אויסגעהאלטנקייט, אינעם איד יא, און פארדעם באמערק איך די טעותים דארט. ווער איז מער פראפעסיאנאל?

והיינו הך לגבי מאמענט און די אנדערע מאגאזינען.

עפעס א קרעיאן האקט
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
נעכטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:40 pm
רויטע קרעיאן איך צייל זיך אויך פון די וואס ווארטן פאר דיינע זאפטיגע ריוויוס אויף אלע אויסגאבעס. יש''כ

וואס דו זאגסט אז א געווענליכע וואך איז עס ארויסגעווארפן געלט פאר דיר מיט די בילדער אויסגאבעס, נעם א רעגולער וואך'ס שריפט וועסטע זען דארט מער קוואנטיטי ווי מאמענט, אפשר נישט דיין סטייל ארטיקלן וואס דו זוכסט אבער זיי שטעלן נאך צו אזוי פיל חומר אינעם שריפט ווי מאמענט אפילו אן די בילדער.

אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דו האלטסט דער איד מער פראפעסיאנאל ווי למשל די צייטונג, טעותים פון אלע סארטן איז גראדע דא מער אינעם איד.
איך קויף עס כסדר, איך בין בכלל נישט איינשטימיג. איך זוך צו ליינען אינטעלעקטועלע און אינטערסאנטע ארטיקלען.

איך גלייך די שרייבער אין מאמענט, פינחס גלויבער איז דערווייל נישט אין שריפט, משה לעזער ליבערמאן זיצט אין מאמענט, ברוך וויינשטאק, און אסאך אנדערע שטערנס וועלכע געבן א געוויסע פראפעסיאנאליטעט.

אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
וויפיל גרייזן זאלעך דיר ברענגען, און וואס הייסט ביי דיר א גרייז?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:32 am
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:26 am
פרומע לבוש האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:09 pm
אינטרעסאנט אז עס איז דא די זעלבע באשרייבונג פון איינער יצחק הורוויץ וואס באזוכט און מונטווידאו אורוגוויי, סיי און די עמי און סיי און די בקהילה.
שוין יארן וואס ער שרייבט פאר ביידע.
פיין, אבער לייגן און די זעלבע וואך די זעלבע ארטיקל איז היפש פאני.
טאקע דאס טוט ער שוין יארן. צפון קארעא באזוך איז געווען אין ביידע די זעלבע צייט, ועוד הרבה.
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:47 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:32 am
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:26 am
פרומע לבוש האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:09 pm
אינטרעסאנט אז עס איז דא די זעלבע באשרייבונג פון איינער יצחק הורוויץ וואס באזוכט און מונטווידאו אורוגוויי, סיי און די עמי און סיי און די בקהילה.
שוין יארן וואס ער שרייבט פאר ביידע.
פיין, אבער לייגן און די זעלבע וואך די זעלבע ארטיקל איז היפש פאני.
טאקע דאס טוט ער שוין יארן. צפון קארעא באזוך איז געווען אין ביידע די זעלבע צייט, ועוד הרבה.
האראוויץ פון עמי איז געווען אין צפון קארעא?
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:47 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
נעכטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:40 pm
רויטע קרעיאן איך צייל זיך אויך פון די וואס ווארטן פאר דיינע זאפטיגע ריוויוס אויף אלע אויסגאבעס. יש''כ

וואס דו זאגסט אז א געווענליכע וואך איז עס ארויסגעווארפן געלט פאר דיר מיט די בילדער אויסגאבעס, נעם א רעגולער וואך'ס שריפט וועסטע זען דארט מער קוואנטיטי ווי מאמענט, אפשר נישט דיין סטייל ארטיקלן וואס דו זוכסט אבער זיי שטעלן נאך צו אזוי פיל חומר אינעם שריפט ווי מאמענט אפילו אן די בילדער.

אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דו האלטסט דער איד מער פראפעסיאנאל ווי למשל די צייטונג, טעותים פון אלע סארטן איז גראדע דא מער אינעם איד.
איך קויף עס כסדר, איך בין בכלל נישט איינשטימיג. איך זוך צו ליינען אינטעלעקטועלע און אינטערסאנטע ארטיקלען.

איך גלייך די שרייבער אין מאמענט, פינחס גלויבער איז דערווייל נישט אין שריפט, משה לעזער ליבערמאן זיצט אין מאמענט, ברוך וויינשטאק, און אסאך אנדערע שטערנס וועלכע געבן א געוויסע פראפעסיאנאליטעט.

אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
וויפיל גרייזן זאלעך דיר ברענגען, און וואס הייסט ביי דיר א גרייז?
איך ווייס נישט, אן אנדערער ניק באשולדיגט דער איד אין זיין גרייזיג, איך קען נישט אנטאפן וואס ער מיינט, בעט איך אים ער זאל מיטטיילן פון וואס ער רעדט.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
דא האסטו א טעות אויפן סאמע דעקל פון דער איד, פון בלויז א וואך צוריק

viewtopic.php?p=5014430#p5014430

'האבען'

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:52 pm

נישט אזוי גייט מען באשטימען אז דער איד האט גרייזן. גיוו מי עי ברעיק. איך װעל דיר בעטן א סיריעס סעריע פון בילדער פון גראבע גרייזן, צו אונטערשטיצן אזא באהויפטונג, איך ליין דער איד וועכנטליך, אזא באשולדיגונג שטימט נישט עכט מיט דער רעאליטעט.

האבען איז א שוואכע גרייז, לכאורה אן עלטערער שרייבער וואס שרייבט נאך ווי אמאל.
לעצט פארראכטן דורך רויטע קרעיאן אום זונטאג אפריל 21, 2024 10:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:51 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:47 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
נעכטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:40 pm
רויטע קרעיאן איך צייל זיך אויך פון די וואס ווארטן פאר דיינע זאפטיגע ריוויוס אויף אלע אויסגאבעס. יש''כ

וואס דו זאגסט אז א געווענליכע וואך איז עס ארויסגעווארפן געלט פאר דיר מיט די בילדער אויסגאבעס, נעם א רעגולער וואך'ס שריפט וועסטע זען דארט מער קוואנטיטי ווי מאמענט, אפשר נישט דיין סטייל ארטיקלן וואס דו זוכסט אבער זיי שטעלן נאך צו אזוי פיל חומר אינעם שריפט ווי מאמענט אפילו אן די בילדער.

אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס דו האלטסט דער איד מער פראפעסיאנאל ווי למשל די צייטונג, טעותים פון אלע סארטן איז גראדע דא מער אינעם איד.
איך קויף עס כסדר, איך בין בכלל נישט איינשטימיג. איך זוך צו ליינען אינטעלעקטועלע און אינטערסאנטע ארטיקלען.

איך גלייך די שרייבער אין מאמענט, פינחס גלויבער איז דערווייל נישט אין שריפט, משה לעזער ליבערמאן זיצט אין מאמענט, ברוך וויינשטאק, און אסאך אנדערע שטערנס וועלכע געבן א געוויסע פראפעסיאנאליטעט.

אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
וויפיל גרייזן זאלעך דיר ברענגען, און וואס הייסט ביי דיר א גרייז?
איך ווייס נישט, אן אנדערער ניק באשולדיגט דער איד אין זיין גרייזיג, איך קען נישט אנטאפן וואס ער מיינט, בעט איך אים ער זאל מיטטיילן פון וואס ער רעדט.
וואס ווייסטו נישט?

כ׳פרעג וויפיל גרייזן כ׳זאל דיר ברענגען, אז דו זאלסט ניש קענען ענטפערן ״נו שוין, איין/פינף/צען גרייזן ברענגסטו מיר? דאס אידעך גארנישט.״

אויך פרעגעך וואס עס הייסט ביי דיר א גרייז, צו פארמיידן א תשובה ווי ״נע, דאס הייסט ניש קיין גרייז, ערעב האצנפלאצער שרייבט אויך אזוי.״

האקט, אה, ענדליך זאכליך...
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

כ'רעד מער ווייניגער פון ספעלינג גרייזן ווי למשל איבריגע אותיות אין א ווארט אדער צוויי מאל די זעלבע ווארט אדער ווערטער וואס זענען פשוט ארויסגעפאלן, כ'ווייס נישט צי דאס מיינט נישט פראפעסיאנאל אדער פשוט א מגיה וואס שלאפט איין ביים ארבעט.
געשריבן דורך: נעכטן
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:54 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:52 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
דא האסטו א טעות אויפן סאמע דעקל פון דער איד, פון בלויז א וואך צוריק

viewtopic.php?p=5014430#p5014430

'האבען'
נישט אזוי גייט מען באשטימען אז דער איד האט גרייזן. גיוו מי עי ברעיק. איך װעל דיר בעטן א סיריעס סעריע פון בילדער פון גראבע גרייזן, צו אונטערשטיצן אזא באהויפטונג, איך ליין דער איד וועכנטליך, אזא באשולדיגונג שטימט נישט עכט מיט דער רעאליטעט.
אין אנדערע ווערטער, דו וועסט דרייען מיטן צונג אבי ארויסצוגיין גערעכט מיט דיין געקרוינעכצער, גיוו מי א ברעיק.

אגב, איך פלעג קויפן מאמענט יעדן יו"ט, בעפאר עני אנדערע מאגאזין. דעם יו"ט האט מיך עס ממש נישט געצויגן צו קויפן, ס'די ערשטע מאל וואס ס'איז באמת ממש טרוקן. ווילסט קרוינען? געזונטערהייט, אבער דיינע נגיעות זענען צו אבוויעס.

די בילדער מאגאזינען האבן מער קוואליטי און מער קוואנטיטי אפי' אן די בילדער בוקלעטס.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:54 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:52 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
דא האסטו א טעות אויפן סאמע דעקל פון דער איד, פון בלויז א וואך צוריק

viewtopic.php?p=5014430#p5014430

'האבען'
נישט אזוי גייט מען באשטימען אז דער איד האט גרייזן. גיוו מי עי ברעיק. איך װעל דיר בעטן א סיריעס סעריע פון בילדער פון גראבע גרייזן, צו אונטערשטיצן אזא באהויפטונג, איך ליין דער איד וועכנטליך, אזא באשולדיגונג שטימט נישט עכט מיט דער רעאליטעט.

האבען איז א שוואכע גרייז, לכאורה אן עלטערער שרייבער וואס שרייבט נאך ווי אמאל.
נאר בליקנדיג אויף דעם לינק וואס @יצחק אייזיקל האט צוגעברענגט.

קהילות ומוסדות: שפרודעלט, פילע, וועלט׳ס גרעסטע.

ביזנעס: א אויסברייטערונג

נעקסט…
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:01 pm

וואס איז נישט ריכטיג מיט פילע, אדער וועלט'ס גרעסטע?
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:05 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:01 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:54 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:52 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
דא האסטו א טעות אויפן סאמע דעקל פון דער איד, פון בלויז א וואך צוריק

viewtopic.php?p=5014430#p5014430

'האבען'
נישט אזוי גייט מען באשטימען אז דער איד האט גרייזן. גיוו מי עי ברעיק. איך װעל דיר בעטן א סיריעס סעריע פון בילדער פון גראבע גרייזן, צו אונטערשטיצן אזא באהויפטונג, איך ליין דער איד וועכנטליך, אזא באשולדיגונג שטימט נישט עכט מיט דער רעאליטעט.

האבען איז א שוואכע גרייז, לכאורה אן עלטערער שרייבער וואס שרייבט נאך ווי אמאל.
נאר בליקנדיג אויף דעם לינק וואס @יצחק אייזיקל האט צוגעברענגט.

קהילות ומוסדות: שפרודעלט, פילע, וועלט׳ס גרעסטע.

ביזנעס: א אויסברייטערונג

נעקסט…
וואס איז נישט ריכטיג מיט פילע, אדער וועלט'ס גרעסטע?
מסתם אז ביי פילע פעלט א פינטל אין די פיי
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

אז דו אפערירסט אזוי אז מען גייט נעמען א ספעציפישער דעקל און טרעפן צען ברעקלעך, שיק ארויף די צייטונג דעקל, און לאמיר אנהויבן זוכן חמץ. וואס זאגסטו דא.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: ליין מאטריאל לכבוד פסח - תשפ"ד לפ"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:52 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:45 pm
אין מיין מיינונג איז דער איד בכלל נישט קיין פארגלייך צו די צייטונג, גרייזן? צייג מיר ביטע. עס איז זעקס מאל דיקער ווי די צייטונג און עס פארמאגט גאר גוטע שרייבער, נייעס, ביזנעס, ארטיקלען, ס'איז גאר גוט.
דא האסטו א טעות אויפן סאמע דעקל פון דער איד, פון בלויז א וואך צוריק

viewtopic.php?p=5014430#p5014430

'האבען'
האבען?

זעלבע אדער ערגערע גרייזן אין צייטונג, פולווער אין די [דער] לופטען? שטאפּעל?

ווער גיבט א 'דעקל.'
אטעטשמענטס
IMG_20240421_225626_463.jpg
IMG_20240421_225626_463.jpg (190.11 KiB) געזען 258 מאל
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”