גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חיים שרייבער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 10:47 am

גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שרייבער »

אקעי. דעם שבת האמיר געכאפט א שפאציר צום לאקאלן פארק וואס ווערט גערופן 'לינטש פארק' ע''ש די צענדליגע שעות וואס ווערן דארטן גע'לינטשט רח''ל... די בארא פארקע זאלן זיך נישט פארמישען מיט די וואויל באקאנטע 'פראש פארק'... יענץ איז עפעס אנדערש... זייענדיג דארטן איז די כנגד ארבע טאטע'ס דיברה התורהארויסגעקומען מיט די שענסטע קאלירן... און די זעלבע זאך ווערט קאלירט מיט פילפארביגע קאלירן ביי די שרעק אנווארפענדע ווארט הנקרא 'חוילעמויד האלטען'.

לאמיר גיין צוביסלעך.

קודם איז דער חכם: ער איז די טאטע וואס ווייסט אז מען גייט חוילעמויד האלטן פאר די קינדער. פינטעל. ער ווערט נישט נערוועז ווען מ'פרעגט אויפן וועג צום אכצנטען מאל 'ווען קומט מען אהן?' שרייט נישט ווען צארטעלע גיסט אויס די יאגורט און די קאר-סיעט, און בלאזט נישט אויב די ווייב האט פארגעסן איינצופאקן זיין משניות'ל... און זיין קאר ארבעט 'חיימעל ביים סדר' אויף די העכסטע, און די קינדער ברעקלען מיט די לעידי פינגערס... ס'איז יומטעף, און מ'עסקפעקט אלעס...

מ'קומט אהן צום פלאץ האט ער א פיקס פארטיגע פלאן. שימעלע שיקט ער כאפן א פלאץ ביי די ראלעקאוסטער. יענקעלע שטעלט זיך אין די ליין פאר די גליטשער. חיים שיקט ער קויפן באטלעך וואסער, און ער זעלבסט שטעלט זיך אין די ליין צו קויפן די טיקעטס צו קענען בכלל גיין אויף די רייד'ס... אזוי שיסט ער פיר פייגלעך אין איין שמייס...
אט דער טאטע האט הנאה צו זעהן ווי די קינדער האקן א לעבן, ער וועט שטיין מיט די קאפל אראפגעריקט צום שטערן, די קאפ אויף ארויף, און הויעך ארויף שרייען 'שימעלע טאנץ נאך העכער...' יענקעלע געב א גוטע שפריץ אהן חיים...' קינדער צורייסטס דעם מקום... אט אזוי! לעבעדיג!'
ליתר שאת וועט ער נאך מאכן א קידושהאשעם און זאגן 'טענק יו' מיט 'העלאו' פאר יעדע גוי וואס ער זעהט נאר... דער וועט געווענליך גיין מיט א שאל און די בעקיטשע גארטעל וועט איהם הענגען פון אינטען ציגעקנעפעלטערהייט...

בקיצור: ער ווייסט און פארשטייט אז ער האט נישט איבער די יאר צו סאך געלעגנהייטן צו זעהן זיינע קינדער עקטן ווי... קינדער! ער ניצט עס אויס ווי עס באדארף צו זיין, און אזוי פלאנצט ער איין גוטע זכרונות און ער געט א אמת'ע שמחות יום טוב פאר זיינע קינדערלאך.

נעקסט איז דער ר....: ער וואלט ווען אויסגעריסן חוילעמויד צוזאמען מיט די ציונים... ער האט נישקאנאנוג פארוואס ס'איז נישט דא געהעריג קיין חיידער דעי טעג... און ער שימפט אז אין זיינע צייטן פלעגט מען חוילעמויד לערנען ביז פינפע אין סעמעדרעש, און דערנאך האט די טאטע געלאזט קויפן א וואסער באטעל וואס מ'האט געמעגט טרינקען אין א ווייסע האט-קאפ לכבוד יום טוב...

אינעם טאג פון בדיקת חמץ לייגט ער ארויף א פארבאט אויף די קינדער צו בכלל דערמאנען די ווארט 'חולעמויד האלטן' ביז די ערשטע טאג חול המועד ניינע אינדערפרי... אינעם יום המר אינדערפרי וועט ער פארשטענדליך אויפשטיין נישט פאר צענע אזייגער, כאפן א לאאאאנגע שווים אין בור, דאווענען מיט די שטייסטע מנין, קיפקענ'ן, קאווענ'ן, ציגארעטלנ'ן... און בערך צוועלף דרייסיג אנקומען בשטומ''צ אינדערהיים און אויסגיסן ס'צארן אויף די ב''ב -וואס הערט שוין די גראגערייען 'ווי גייט מען חוילעמויד האלטן?' זייט ניינע אינדערפרי- אז זיין פיטער אייערשפייז איז נישט גרייט...

מ'וועלמיר אויסלאזן די גאנצע חיילעק און מיט ווי סאך קולות ס'איז צוגעגאנגען די סעלעקציע אויף די פלאץ ווי מ'גייט, אבער און א מזל'דיגע שעה איז מען בשעה צוויי דרייסיג פיינעלי אין די מיניווען. מזל טוב.
א גאנצע וועג פליען דעות און באפעלן בשעת וואס ר' יוסף חיים גרינוואלד דרשנ'ט אין די הינטערגרונט... 'זרח זיץ רואויג, יענקי נאך איין מאל די עפענס אויף די סיעט-בעלט, סטאפ איך די קאר און איך לאז די איבער ביי די זייט פון די הייוועי...' 'שראגי!! וואס גיסטו אויס דיין פאטעטא טשיפס??? ווייסט נישט אז מ'האט דזשאסט אויפגעקלינט די קאר?' ווי-סאך-מאל-דארף-טאטי-זאגן-אז-מען-עסט-נישט-קיין-יאגורט-אין-די-מיניווען?!?'
'נאך איין מאל איינער פרעגט ווען מ'קומט אהן כאפט ער אזא פרא... 'וואטש!! דעי קאר דארט דרייווט ווי א חי'... די משוגענ... קוקסט נישט ווי די דרייווסט? אה... פארשטענדליך איז עס א חסידישע איד... דרייוועט נאך מיט א שטריימעל... וואס באהאלט ער דארט? זיינע הערנער?' מעשיגע מעטארע...
'שוין! ברוכהאשעם מ'זעמיר אין טראפיק! כ'פארשטיי נישט?! מהדרין דזשי פי עס ווייסט נישט אז האלב כלל ישראל פארט צו די פלאץ? פארוואס האט ער מיר געשיקט דעי וועג בכלל? קראנקע דעווייס...

ווען מ'קומט פיינעלי אהן צו די פלאץ איז א שווערע גרימצארן אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט. 'יענקי שטיי גראד! מאך א קידושהאשעם... קוק ווי אלע מאדערנע טאטעס קוקן ווי א שלעכטע אינגעל די ביסט...' סאמהאו האט האט ער נישט געחאאאלעמ'ט אז די פלאץ גייט זיין אזוי געפאקט... ער איז שוין גרייט זיך גראד צוריקצודרייען. אבער נאך א מעמד תחנונים ובקשות פון די ווייב און די קינדער האט ער מיט זיין גרויס באגאנדיגקייט מסכים געווען דארט צו בלייבן. 'אבער נאר פאר איין שעה...'

א גאנצע צייט וואס מ'איז דארט, שפאנט ער ארום מיט א משניות'ל אין די הענט אבער האט נישט קיין מינוט צו אריינקוקען דערין. זאגאר ער איז פארנומען שיסן טאטי'שע סלאגאנען... 'זרח טאנץ נישט אזוי הויעך, ס'איז א סכנה', 'שראגי שטופ נישט יענקי...', 'גיטי! די מיזט נעמען בעיבי פראדעלע אויף יענע רייד! אפי' ס'איז נישט דיין עידזש...' 'קינדער אויב מ'פירט זיך נישט אויף שיין גייט מען יעצט אהיים!' וואס שטייסטו ביי די טרינקען? ס'איז נישט אינזער הכשר... מאדערנע אידן מעגן טאקע אבער אינז נישט...' 'זיך נישט צוהערן צו די מוזיק. יעדע מאל ס'ארבעט זאל מען פארשטפען די אויערן...'

וואטעווער. עטס כאפסט די מאנסע?

דערנאך איז דא די תם: ער וועט זיך מוצאי די ערשטע טעג אוועקזעצן מיט די ב''ב. זי וועט האבן די יעזורו ביכל, און ער וועט האבן די וויקלי לינק און מ'הייבט אהן צו איבערגיין אלע פלעצער.
ריידס? נעה! וואס פעלט עס אויס? ס'מאכט סתם די קינדער צולאזט... מוזעאמס? נישט אינטערסאנט. צו זעהן אלטע זאכן קענעך גיין צו עלטער באבי'ס הויז... אה! א שיינע פארק צו זעהן נפלאת הבורא... אזוי כאפט מען אריין די מצוה פון חוילעמויד האלטען פלוס מען זעהט הקב''ה'ס שיינע וועלט. איז ווי און וועלכע קען מען גיין? שוין יגעתי ומצאתי תאמין. זיי האבן געטראפן אין די יעזורו ס'שטייט אזוי: 'א שיינע גראזיגע פארק מיט הערליכע פאנאראמעס וואס פארמאגט א קליינע טייכעל ווי די קינדער קען פיטערען די קאטשקעס און הנאה האבן פון די גליטשערס און סווינגס' פשיהא! ממש וואס זיי זיכען... וואס קען דען זיין בעסער?

חוילעמויד אידערפרי הייבט ער אהן א סירטש ווי ער קען שאפן א קאר... כ'מיין... ווי וואלט ער ווען געדארפט וויסן שוין פאריגע וואך אז ס'קומט אזא זאך ווי חוילעמויד? ס'איז איהם בכלל נישט איינגעפאלן אז מ'דארף שוין דעמאלטס רענטען א קאר...
ווען ער טרעפט פיינעלי א מיניווען זעצט ער אריין די געזינדעל און ויסעו. די דזשי פי עס ווייזט אז די פארק איז דריי אהאלב שעה אוועק... ממש דא...
ויבוא. מ'קומט אהן און... מען טרעפט עפעס א שטיקעל אויסגעאקערטען פעלדעלע, מיט עפעס א גרויסע פאדעל וואס האלב דערפון איז גרין און די אנדערע האלב ברוין מיט צוויי קראנקע קאטשקעס וואס שווימען דערין... פארשטענדליך האט די א.ג. 'טייך' א לאנגע לעגאלע נאמען נאך עפעס א בירעגערמייסטער פון 180 יאר צוריק...
אין די זייט איז דא דריי סווינגס וואס מאכט אזא נויז אז די מתים קענען טויב ווערן דערפון. א גליטשער וואס ווען מ'כאפט עס אהן כאפט מען א געזונטע ברי. און א טיש וואס עפעס א גוישע משפחה האט געמאכט א גריל אויף דעם פאר צוויי וואכן צוריק...

אה... און פארשטענדליך וועט ער טרעפן דארט אפאר ליטאים וואס ווילן מאכן א מנין...

און צום סוף איז דא דער שאינו יודע (ווען צו סטאפן) לשאול: דער בחור איז אלץ דא מיט א זאק פון שאלות, פראגעס, דעות און הערות... ביי די ריידס וועט ער פרעגן דער ספאניאלא דארט 'העי אמיגא? מיי טשיילד איז אנדער פינעף יאר, ער מעג גיין אויף די רייד? ניין מ'דארף זיין אכט? אבער ער איז שוין עכט גרויס... יו נאוי דע מא-נעש-תא-נאָ? דע טינג יו סעי ביי די סדר? משה'לע האט עס געזאגט אזוי שיין... ער איז עכט גרויס... מעיבי פליז?' סארא אנטעסימיט...

ביי די גליטשער וועט ער פרעגן א אנדערע אינגערמאן וואס שטייט דארט. 'האלאו ווי סאך וואג האלסטו קען די גליטשער האלטן? ס'איז סעיף?' 'נישט צו לאנג צוריק איז אין סאן פראנסיסקא (ווייסט ווי ס'איז? נעקסט טו LA....) געווארן סטאק אזא מאשין... הערסטע? ס'געגאנגען יללות פון דעי חעברע וואס זענען געווען סטאק דארט אויבן...'
'די האלסט דעי פלאץ מאכט געלט? ס'איז ריייזיג... ווייסט ווי סאך רענט ער צאלט?! דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'

ער זעצט זיך אראפ אויף די באנק. 'וויאזוי הייסט א איד? פון וויליאמסבורג? אה... דעי פון די גראסערי? מיין שכנ'ס באבע'ס צווייטע מאן, איז א צוקריגטע שותף מיט דיין זיידעס ערשטע קאזין...' 'זעמיר ממש קרובים...' וויאזוי ביסטו געקומען? מיט דיין אייגענע קאר? האסט פלאץ פאר א פעקל אפשר...?' 'שווערער טראפיק געווען אויפן וועג. הא? נא... ס'טוט מען נישט פאר די קינדער...' א בלינק מיט די אויג. 'אגב, ס'גייט דא באלד זיין א מנין מנחה?'

'אה! דעיס איז דיין הגדה? ער זאגט שיינע זאכן... נע. איך האב עס נישט... איך האב אריינגעבליקט דערין ביי די ספרים סטאר...'

---

הצד השווה שבהן? אז אלע זאלן האבן א כשר'ע פרייליכע פסח!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »


פיין געשריבן!!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

גאר גוט.
שכח פארן ארויפברענגען א שמייכל אין אזא פארנומענע טאג.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אייזן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייייער גיט
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
אינקוויזיציע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:08 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינקוויזיציע »



קנאקעדיג!
גלייב נישט אלעס וואס די טראכסט.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm


אה... און פארשטענדליך וועט ער טרעפן דארט אפאר ליטאים וואס ווילן מאכן א מנין...


דאס איז א געפערליכע אנשיקעניש.... עס איז קוים 12 און ער איז שוין ביזי אז "דעיר וויל בי עי מנין עט וואן טורטי עט די באמבאלבי רייד.... רעב איד איך בין קוים אנגעקומען לאז אפ....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע:ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

מרנן ורבנן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:31 pm
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm


אה... און פארשטענדליך וועט ער טרעפן דארט אפאר ליטאים וואס ווילן מאכן א מנין...


דאס איז א געפערליכע אנשיקעניש.... עס איז קוים 12 און ער איז שוין ביזי אז "דעיר וויל בי עי מנין עט וואן טורטי עט די באמבאלבי רייד.... רעב איד איך בין קוים אנגעקומען לאז אפ....
איך קום אייביג אן ארום 12:30/1, נאך פארן אריינגיין אין פארק ווארטען מיר שוין אפ אפאר ליטאים פרעגן מיר צו איך האב שוין געדאווענט מנחה, פארשטייסט גאנץ יאר מאכט ער ליצנות פונעם חבדסקער מיט די תפילין, געווענדליך ענטפער איך אז איך דארף נאך כאפן א שחרית. 5 מינוט פאר די שקיעה און דער זעלבער חכם דרייט שוין די קאפ פאר מעריב,

איין יאר וויל איך אנקומען פאר 10 זעהן צו די חברה ווארטען שוין אויף מנחה.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ביזט זיס...


#שוין געזאגט היינט א קאפיטל תהלים אז @אבימלך זאל בלייבן מיט אונז ?
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

פיינע נייעס!
בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל


נישט פארגעסן צו לייקן אונזער 'נייעס טישל פאזיצער'
אבימלך!
אוועטאר
ריעל ניוז
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm

שימעלע שיקט ער כאפן א פלאץ ביי די ראלעקאוסטער. יענקעלע שטעלט זיך אין די ליין פאר די גליטשער. חיים שיקט ער קויפן באטלעך וואסער, און ער זעלבסט שטעלט זיך אין די ליין צו קויפן די טיקעטס צו קענען בכלל גיין אויף די רייד'ס... אזוי שיסט ער פיר פייגלעך אין איין שמייס...
צו דעם בין איך חולק, איך וואלט נישט געזאגט אז דאס טוט א חכם. האלטן א פלאץ אין א ליין פאר א רייד איז אן אומרעכט און א חילול ה'.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
נאמן
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:29 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאמן »

נעקסט לעוועל אראפגעלייגט!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

האלטן?
אדער חלילה פארקערט?

כמבואר דא: viewtopic.php?f=3&t=53796&p=3427100#p3422198
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

זייער שיין אראפגעלייגט!
דו עולם זאל געדאנקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

גוט
בן סאלמאן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 18, 2021 10:04 pm

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סאלמאן »

פיינע נייעס


soda water
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 24, 2021 11:39 am

Re: גייסטע חאלעמויד האלטען? וועלכע ביסטע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך soda water »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”