כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

מניעות
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 11:39 pm

Re: כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מניעות »

פנימחדשות האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 01, 2021 7:51 am
קען איינער איבערלייגען די ווידיאו פון אנפאנג אשכול, אוןיף דרייוו אדער דראפבאקס?

א דאנק.
גא"מ
"די וועלט איז הפקר-אבער סאיז נישט קיין הפקר וועלט!"
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
נר נשמה
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 4:17 pm

Re: כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נר נשמה »

נו קען עס איינער לייגן?
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

פרידן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:45 pm
מחותן האט געשריבן:
איך האב נישט געליינט די גאנצע אשכול, נאר אנגעהויבן פון ׳אינגערמאן׳ תגובה, עס איז זייער ווייטאגליך און עס קאסט א טרער.

אבער חשוב לדעת אז יעדע מעשה האט צוויי זייטען, יעצט זאל א גרושה געבן איר זייט ווי אזוי איר געוועזענע עקס האט איר געפייניקט ביזען טויט, קודם מיט סטראשאנען אז ער גייט קיינמאל נישט געבן קיין גט, איר לאזען הענגן ביז זי זעט שוין פיינעלי דעם גט, נאכן גט נישט צאלען קיין טשיילד סופארט, נישט מסודר׳דיע וויזיטעשין, אא״וו ווי אזוי גרושים קענענן אמאל זיך אויף פירען היבש רשעות׳דיג כאילו די מאמע פון די קינדער איז נישט קיין צד דא...

יעדע מעשה האט צוויי זייטען, און ווען מען הערט ווי א גרוש/סעפערעט אינגערמאן וויינט אז ער זעט נישט זיינע קינדער, דארף מען אים פרעגן אויב ער איז קארענט מיט די מינעמאלע טשיילד סופארט, אויב זיינע קינדער האבן עסן אויפן טיש, אויב ער צאפט נישט זיין ווייב׳ס בלוט על לא דבר, אא״וו
אפשר אז א טאטע איז שולדיג 50,000 אין גראסערי אין ער האט די געלט צובאצלען נאר ער וויל מיט רשעות אויסטריקענען די בעל הבית זאל מען אים צונעמען די קינדער אין די קינדער זאלן זיך ארום דרייען ווי צובראכענע שארבען
מען פלעגט עס טוען ביי די פריצים אינדערהיים
איך ליין יעצט די אשכול, ביי די תגובה האב איך זיך אנגעשטעלט, דאס נאגלט די נושא, א טענה שאין עליה תשובה.

ווי ווייטאגליך דאס הערט זיך, א נושא וואס האט געקאכט אין די אידישע גאס פאר 10 יאר צוריק איז נאכאלס נישט געסאלווט, און מיט גאר ווייטאגליכע און טרויעריגע נאכפאלגן, השם ירחם.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אזוי ווי אנדערע האבן שוין מגיב געווען, א מאמע פרובירט צו האלטן די שטוב און קינדער אין א רעלאטיוו מסודר'דיגע מצב, אבער דער פרישער גרוש האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו נארמאלע פארשטענדליכע זמנים וואס איז אויסגעשטעלט אך ורק לטובת זיינע אייגענע קינדערלעך, און דערנאך ווען דאס געוועזענע שטעלט אראפ א פיס אז ער קען נישט צוריקברענגען די קינדער מוצאי שבת ביים עלות השחר הייבט ער אויף א ווייגעשריי און ווי א קאזאק הנגזל לויפט ער ארום וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז זי איז א רשע'ענטע און לאזט אים נישט צו צו זיינע קינדער

ביטע פאר איר הייבט אויף א פאון צו א ווייבל איר פארצוהאלטן מאכט אביסעלע ריסוירטש

ליידער זייער אסאך גיטין איז אין רעזולטאט וואס דער מאן איז נישט מסודר, צעפראסקעט און צעפלויגן און עס שפילט אויף פי כמה זייענדיג א גרוש וד"ל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

קרייסלער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 10:47 am
אזוי ווי אנדערע האבן שוין מגיב געווען, א מאמע פרובירט צו האלטן די שטוב און קינדער אין א רעלאטיוו מסודר'דיגע מצב, אבער דער פרישער גרוש האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו נארמאלע פארשטענדליכע זמנים וואס איז אויסגעשטעלט אך ורק לטובת זיינע אייגענע קינדערלעך, און דערנאך ווען דאס געוועזענע שטעלט אראפ א פיס אז ער קען נישט צוריקברענגען די קינדער מוצאי שבת ביים עלות השחר הייבט ער אויף א ווייגעשריי און ווי א קאזאק הנגזל לויפט ער ארום וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז זי איז א רשע'ענטע און לאזט אים נישט צו צו זיינע קינדער

ביטע פאר איר הייבט אויף א פאון צו א ווייבל איר פארצוהאלטן מאכט אביסעלע ריסוירטש

ליידער זייער אסאך גיטין איז אין רעזולטאט וואס דער מאן איז נישט מסודר, צעפראסקעט און צעפלויגן און עס שפילט אויף פי כמה זייענדיג א גרוש ודי
דו האסט די טעות וואס זייער אסאך האבן, דא רעדט מען נישט אזוי ווייט פון די צער פון די טאטע/גרוש דא רעדט מען פון די קינדערליך ווי די מציאות שטעלט זיך ארויס סיי פון וואס די קינדער זאגן און סיי וואס די ערוואקסענע קינדער פארציילן זייער פעין אלס קינדער ווי שטארק זיי ווילען האבן שייכות.

די מאמע האט נישט קיין רעכט אין קיין שום פאל אפצוהאקן די קינדער פון זייער טאטע, אפילו זי איז גערעכט, זי האט פשוט נישט רעכט דאס צו טון צו אירע קינדער.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”