משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

נשמה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:51 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מחמת חיבה צו די דיבורים, טייפ איך עס אראפ. ר' שרגא נ"י רעדט דאס אין די פינף און דרייסיגסטער שיעור אויף צורכי הנפש.

איך האב געוואלט אביסל ארומרעדן וועגן די מצב אין ארץ ישראל, און די מצב אין די וועלט היינט, די אלע ענגזייעטיס וואס מענטשן האבן, די ענגזייעטיס דארף מען צו וויסן אז ווי מער א מענטש ווייסט אז דאס איז דער אייבערשטער וואס איז דא אין אלעם, און ער פירט אלעס. יעדע מענטש בפרטיות איז אוועקגעלייגט וואס ער דארף האבן.

ס'איז א טיפע סוד.

א יודן דארף וויסן אז די גאנצע עסק וואס טוט זיך היינט אפ, די גאנצע מצב אין ארץ ישראל, סיי יודן אין חוץ לארץ, און סיי אין ארץ ישראל וואס זענען אויך אין גלות, דארף מען וויסן אז דאס איז א טיפער סוד, די סוד פון די גאולה העתידה. (ער מיינט צו זאגן די בירור וואס געשעט דורך דעם)

ס'איז א אינטערעסאנטע זאך. איך האב געזען ברענגען, ס'איז געווען א גרויסע גאון וואס האט דורכגעלעבט די צווייטע מלחמה, א מתנגד געווען גראדע, נישט קיין חסיד, אבער ער איז געווען א גרויסער גאון, דער חזון איש האט זייער געהאלטן פון אים, ר' מאטיל פאגראמאנסי זצ"ל, ער האט געוואוינט אין פראנקרייך נאך די מלחמה, און נאך וואס די מדינה איז אויפגעשטאנען האט מען אים געפרעגט: ס'איז א פלא'דיגע זאך, אזוי ווי די חז"ל רעדן אסאך זאכן וואס עס גייט זיין פאר משיח וועט קומען, דאס וועט זיין, און יענץ וועט זיין, און זיי האבן אין ערגעץ נישט דערמאנט אז ס'גייט זיין א מדינה.

א אינטערעסאנטע זאך. וואס איז דאס?

האט ער געענטפערט א אינטערעסאנטע תירוץ. ער האט געענטפערט "א זאך וואס קומט בנסיון פאר'ן דור, איז מען נישט מודיע פאראויס. ווייל אז מ'וועט מודיע זיין וועט מען דאך זיין צוגעגרייט. מ'איז מודיע נסיונות, אבער נישט בפרטיות. און וויבאלד דאס איז די גרעסטע נסיון פאר משיח וועט קומען, איז ממילא האט מען דאס נישט מודיע געווען. דאס איז א סודות'דיגע זאך.

אין אנדערע ווערטער: דאס איז א חלק פונעם סוד פון ביאת המשיח.

ביאת המשיח איז א גרויסע טיפע סוד, און דאס גאנצע עסק מיט די מדינה, אז ס'האט זיך אויפגעשטעלט א מדינה, איז א טיפער העכערער סוד. א נסיון, א טיפע סודות'דיגער נסיון אויף כלל ישראל. דארף מען זיך אזוי מבטל זיין צו דעם. (לכאורה מיינט ער צו זאגן אז אפילו אויב ס'איז שווער צו חזר'ן די גנות פון די מדינה, און אז מ'טאר נישט האבן שייכות דערמיט, דארף מען וויסן אז אזוי האט השי"ת אנגעשטעלט די בריאה, אז ס'זאל דאס אויך קענען געשען. ווייל עס איז סך גרינגער אוועקצונעמען די נסיון, צי דורך זאגן אז ס'איז אזוי מעג עס זיין, אדער דורך אנדערע וועגן וויאזוי אוועקצונעמען פון די זיך די נסיון)

איך זע נישט אז איינער רעדט פון דעם, און איך ווייס נישט פארוואס. מ'איז כסדר פארנומען אז מ'דארף מתפלל זיין פאר יודישע קינדער זאלן ניצול ווערן, אוודאי אזוי, ס'איז א גרויסע צער פאר כלל ישראל אז יודן אין ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט אויך מיט די אנטיסעמיטיזם, ובפרט אין ארץ ישראל, יודן זענען אונטער אזא סכנה, מ'דארף זען זייער שטארק מתפלל זיין אז זיי זאלן ארויסגיין בהרחבה, סיי בגוף, סיי בנפש, אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום יוד. אונז ווייס מיר נישט וויאזוי דאס וועט זיין, לכאורה נאר דורך משיח וועט דאס זיין, ווייל ס'איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי דאס זאל זיך אפשטילן דארט אין ארץ ישראל.

דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט אז די מדינה זאל בלייבן אזוי. "אה, ס'איז א מדינה, אונז זעמיר רואיג, אונז האב מיר שוין" , ס'איז נישטא אזא זאך. דער אייבערשטער האט ארומגענומען די מדינה מיט שונאים פון אלע זייטן, צו ווייזן ניין, עטץ קענטס נישט מאכן אליין די גאולה, נישטא אזא זאך.

וואס עטץ וועטס טון וועט זיך נישט האלטן, און דאס איז דער אמת. און עס וועט זיך נישט האלטן.

אבער וויאזוי דאס וועט נתבטל ווערן, דארף זיך דער אייבערשטער מרחם זיין, דאס זאל קומען דורך משיח צדקינו. אונז זאג מיר: ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים', 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב', וואס איז דאס 'ברחמים' ? וואס איז נישט גוט אז מ'זאגט 'ולירושלים עירך תשוב'? נאר 'ברחמים' דייקא. ווייל זעט אויס אז ס'וועט זיין א גרויסע דין ווען משיח וועט קומען, און דער אייבערשטער וועט צוריקגיין צו ירושלים, איז וועט ס'וועט זיין ותחזינה עינינו 'בשובך לציון', וועט זיין א פראגע, צי ס'זאל זיין ברחמים, צי ח"ו... דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע יודן. און דאס דארף מען מתפלל זיין, אז ס'זאל זיין ברחמים.

און ברחמים וועט דאס נאר זיין דורך משיח צדקינו.

איך וויל דא צולייגן א נקודה.

אוודאי דארף מען מתפלל זיין.

אבער מ'דארף אביסל מתבונן זיין. יעדע צרה וואס קומט אויף כלל ישראל, איז מען מתפלל אויף די צרה. אבער יעדע צרה האט דאך א סיבה פאר די צרה. אלעס וואס מיר רעדן דאך ביז היינט איז אז די טבע איז נישט די סיבה פאר'ן זאך וואס דארף געשען. זאכן דארפן געשען, און צו דעם איז דא א טבע. מ'זעט אז די טבע איז א סיבה, אבער ס'איז נישט קיין סיבה.

אונז קוק מיר דאס אן אז אזוי איז די וועלט. די שנאת ישראל, אז די אראבער, זיי זענען די סיבה צום גאנצן פראבלעם. און דער אמת איז אז ניין, ס'איז נישט אמת. על פי תורה איז נישט אזוי. די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם איז די מדינה. די מדינה איז וואס איז מעורר קטרוגים. אז ס'איז דא יודן וואס פילן מיט מיט די מדינה. דאס איז א גרויסע נסיון דאס. אפילו יודן וואס זיי זענען נישט ממש איינס להדיא מיט די מדינה. אבער נאך אלץ, מ'האט הנאה, מ'קלאפט זיך "אה, זיי זענען שטארק, א מדינת ישראל מיליטער..." און דאס - ר' מאטיל האט געזאגט אז ס'איז א נסיון פאר משיח וועט קומען - איז מעיןדי נסיון פונעם עץ הדעת, און פונעם עגל, באלד נאך מתן תורה איז געווען א גרויסע נסיון.

דער זעלבער נסיון איז פאר די גאולה העתידה, א גרויסע נסיון.

און פונקט אזוי ווי משה רבינו איז אראפגעקומען פון הימעל און דן געווען כלל ישראל ביים עגל, דער וואס האט אין הארץ געהאט פאר'ן עגל, יעדער האט געהאט זיין אייגענע דין, אזוי וועט משיח קומען און ער וועט מבטל זיין די מדינה, און ער וועט דן זיין כלל ישראל,

און דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך.

מ'וועט דן זיין כלל ישראל, זייער אסאך, לויט דעם וויאזוי מ'האט געלעבט. בכלל וויאזוי מ'האט געלעבט מיט כוחי ועוצם ידי, אבער די מדינה איז דאך ממש דער סימבאל פון דעם כוחי ועוצם ידי, פון דעם גאנצן פאלשן, א כלליות'דיגע כלל ישראל'דיגע כוחי ועוצם ידי, ס'איז נישט שייך קיין ערגערע זאך ווי מיטצופילן און מיטצוטאנצן מיט דעם. און דאס איז מעורר שטארקע קטרוגים אויף כלל ישראל.

דארף מען וויסן אז דאס איז די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם. אז יודן זענען אין א סכנה צוליב דער מדינה. נישט אז די מדינה איז א הצלה. פונקט פארקערט. און במילא אז מענטשן זענען מתפלל נאר אז מ'זאל געראטעוועט ווערן, און מ'איז נישט מתפלל אויף די עצם סיבה, אויפן חטא אליין זאל אוועקגיין. מ'דארף תשובה טון אויפן חטא, מ'דארף נישט הנאה האבן פונעם גאנצן מציאות. אז כאילו ס'איז אזוי שטארק וואס זיי טוען, מ'טאר נישט מיטפילן מיט דעם, מ'טאר זיך נישט מיטפרייען מיט דעם.

מ'דארף אבער מתפלל זיין אויף דעם אז די מדינה זאל בטל ווערן.

די זעלבע צייט ממש וואס מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז די מדינה זאל בטל ווערן. פאר 'ועל הצדיקים', זענען מיר מתפלל 'ולמלשינים', דאס איז דאך דער עיקר. מיר קענען נישט מתפלל אז אלע צדיקים זאלן געראטעוועט ווערן, אויב מ'איז נישט מתפלל קודם אויף ולמלשינים.

און דאס איז דאך די גאנצע סיבה וואס ברענגט אלע צרות אויף כלל ישראל (לא עלינו)

און במילא מיט דעם ווייזט מען - כביכול - פאר'ן אייבערשטען אז מ'איז מכיר וואס די סיבה איז. און דעמאלטס האט מען א רעכט צו מתפלל זיין אז יודן זאל געהאלפן ווערן. מ'דארף מתפלל זיין אז יודן זאלן געהאלפן ווערן. נישטא וואס צו רעדן. און נישט געבן עצות פאר'ן אייבערשטן, וויאזוי, וואס, און ווען. זיכער נאר דורך משיח. מ'זאל נישט געהאלפן ווערן דורך דעם מדינת ישראל מיליטער. קיינמאל נישט

אבער מ'זאל געהאלפן ווערן דורך משיח צדקינו, דער אייבערשטער זאל העלפן בקרוב ממש, אז מיר זאלן דאס זוכה זיין דאס צו זען. אבער מ'דארף מתפלל זיין אויף דעם אז די סיבת הקטרוג, וואס די גאנצע פראבלעם איז דאס, זאל נתבטל ווערן.

און דעמאלטס איז די תפילה אז יודן זאלן געהאלפן א אמת'ע תפילה. און ס'האט א סגולה אז מ'זאל דאס אננעמען למעלה. אז יודן פארשטייען וואס די סיבה איז, און אז מ'איז מתפלל אויף דעם אויך. אז יעדעס מאל מ'איז מתפלל ביי 'ולמלשינים', ביי 'ולמלכות הרשעה', ומלכות זדון, דארף מען מתפלל זיין אויף דער מדינה, ומלכות זדון מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכניעם, אז ס'זאל נישט איבערבליין קיין זכר פון דעם רע. דאס איז די שפיץ רע, מימות העולם איז נאכנישט געווען אזא שפיץ רע, אזא מרידה אינעם אייבערשטן, בפלטין של מלך, און נאך ליידער איז דא ערליכע וואס האבן א חלק אין דעם, און שפילן מיט מיט דעם, און ס'איז דא גרויסע קטרוגים אויף דעם.

ס'איז אלעס בשוגג, קיינער מיינט נישט גארנישט, קיינער וויל נישט ח"ו, אלע ווילן דעם אייבערשטן. ערליכע יודן מיינען דעם אייבערשטן, אבער מ'ווערט אריינגעשלעפט אין דעם נסיון, און דאס איז א גרויסע קטרוג, און מ'דארף אויף דעם מתפלל זיין, פונקט אזוי ווי מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטוועט ווערן.

אסאך זענען מתפלל אז יודן זאלן געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון דעם צרה, פון דעם רע.

און דער אייבערשטער זאל העלפן טאקע אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו. וואס זאל משפט'ן די וועלט, און אז ס'זאל אראפקומען א רחמים אויף דער וועלט, און אלע השפעות טובות אויף כלל ישראל, און אז מ'זאל זוכה זיין צו זען בכבוד ה' עליך יראה אויף כלל ישראל, און אויף די גאנצע וועלט במהרה בימינו אמן.
וועלכע חסיד איז עא
אלי שטיינפעלד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2022 2:56 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי שטיינפעלד »

שאלה: איז דא א רב צו א רבי וואס איז מאמץ אדער ממלית צו ניצן זיין מהלך (צו איז עס אן הכמה צו איז עס דאס אז זיי שיקען צו איהם)?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”