המבזה את המועדים? אדער מבזה את עצמו.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

המבזה את המועדים? אדער מבזה את עצמו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

דעם ערשטן טאג חול המועד. איך שפאציר זיך געמיטליך צו תפילת שחרית, און איך קלער.

איינער וואס טוט א מלאכה האסורה אום חול המועד, ווערט בלשון חז״ל פארסטעמפלט אלץ איינער וואס איז מבזה די מועדות.

איך קלער אריין. ווער בין איך, א נישטיגער ביליגער קרוץ מחומר, ווער בין איך דען צו זיין א מבזה את המועדות.

ווען די הייליגע חכמים האבן איינגעזעהן אז אונזערע גלות אידן ווערן צושפרייט און צוזייעט אויף פילע שטעט און לענדער, און א כח פון א צענטראלער בית דין וועט נישט דערגרייכן אלע צושפרייטע קהילות. האט הילל האמורא מיט גרויס קלוגשאפט מתקן געוועהן אונזער לוח.

זינט דאן, שוין פילע הינדערטער יאהרן, קומען אונזערע לעכטיגע ימים טובים באלייכטן אונזערע טינקעלע גלות טעג צו די באשטימטע צייט יאר נאך יאר. די קדושה פון די מועדים קומט פון הקב״ה אליינס, דורך דעם כח וואס ער האט געגעבן פאר בית דין. איז וויאזוי קען א זעקל ביינער, וואס היום כאן ומחר בקבר, צורירן צו די הייליגקייט פון אונזערע טייערע מועדים מיט זיין אומפאראנטווארטליכער פיהרונג. אזא איינער איז א מבזה את עצמו, און די כבוד המועדים במקומם הראוי מונחת.

לאמיר קלערן נאך אביסל. זינט דעם ערשטן פרייטאג, פאר ה-תשפ״ד יאהר צוריק, ווען דער בורא עולם האט מקדש געוועהן דעם ערשטן שבת, קומט אונזער באליבטער שבת יעדע וואך גענוי, אן קיין אפשטעל. אז איינער טוט א מלאכה ביום השבת ח״ו ווערט אנגערופן א מחלל שבת רח״ל. פארוואס? וואס פאר א כח האט א נידעריגע ברי׳ צו פוגע זיין אין דעם הייליגן שבת? א מחלל עצמו? דאס פארשטיי איך, אבער א מחלל שבת? דער בורא כל עולמים האט דאס מקדש געוועהן, וויאזוי קען א נישטיגער נולד מטיפה סרוחה אנרירן, טשעפען און גאר מחלל זיין דעם שבת?

און אצינד נאך איינס. איינער וואס איז זיך, אדער זיינע קינדער מונע פון ברית מילה, ווערט אנגערופן א ״מפיר בריתו של אברהם אבינו״. פארוואס נישט א מפיר ״עצמו״ מבריתו של אברהם אבינו?

נישט ווייל א גרויסער בעל דרשן אדער בעל אגדה בין איך, איך שרייב דאס בלויז אלס א נקודה למחשבה.

ביים אריבערגיין דעם ירדן, אין די צייט פון יהושע בין נון, האבן מיר אלע מקבל געוועהן ערבות. אונזער טייער שבת איז נישט גאנץ אויב עטליכע פון אונז זענען נישט דערביי. יא, דער הייליגער שבת און די ווארימע ימים טובים ווערן נעבעך נתחלל ווען אפילו נאר איינער פון אונז טוט זיך פארשוועכן אין די טעג.

א מענטש זאל נישט זאגן אז ער וועט דורכלערנען הלכות שבת על בורי׳, ער וועט זיין אפגעהיטן און שלום עלי נפשי. אפילו ער איז נישט דער מחלל, ווערט אבער דער הייליגער שבת נתחלל. נישט אומזינסט האבן אונז חז״ל געלערנט אז ״אילו שמרו ישראל שתי שבתות״, און אפילו ״שבת אחת - מיד נגאלים״. מיר מיזן האבן יעדע איינציגע אידישע נשמה.

אזוי אויך, אויב איז ערגעץ דא א אידישע נשמה וואס פיהלט נישט פאר וויכטיג צו ווערן פאררעכנט פאר א חלק פון כלל ישראל, איז כלל ישראל נישט בשלימות. בריתו של אאע״ה איז נישט בשלימות.

זאל שוין מקויים ווערן וילמדו תועים בינה און מיר זאלן זוכה זיין לאכול מן הזבחים ומן הפסחים בתוך שאר בני ישראל. בב״א.
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: המבזה את המועדים? אדער מבזה את עצמו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

פייבל שרגא האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:34 am

?
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: המבזה את המועדים? אדער מבזה את עצמו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער שיין

האסט מיר דערמאנט וואס רבי אלחנן פלעגט אלס זאגן - דוכט זיך בשם רבו החפץ חיים - אביסל א פארקערטע בחינה, יעדן טאג גייט ארויס א בת קול אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, זאגט ער עס שטייט נישט 'אוי לה לתורה מעלבונה של בריות', ד.ה. אז די תורה איז בעצם אקעי אפילו ווען די בריות פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, עס איז די בריות וואס האבן א פראבלעם

(פארט שטייט למעשה אויך דארט דעם לשון 'עלבונה של תורה', וואס צייגט אז למעשה קענען די בריות מאכן א 'דענט' ווי מען רופט עס).
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”