אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כ'האב אסאך צייט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:20 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב אסאך צייט »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
יא דער רב ז''ל האט געלאזט די רעביצין ע''ה מיט די טעכטער בראקן
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:07 pm
עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:36 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:28 pm
א ניגון פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס מען זינגט אין באבוב אויף ויאתיו?
א ניגון פון הייליגן תפארת שלמה אויף ויאתיו וואס אדומו''ר מבאבוב האט געזינגן מוצאי יוה''ק העעל''ט
היבש באקאנט גיהערט לעצטע מאהל ווען כבין צופעליג אריינגעפאלן אין ראדאמסק'ער שטיבל צו ס''ג ווי סווערט געזינגן יעדן וואך (לכאו')

א רעקארדירונג פונעם ניגון האט איינער?

יישר כח למפרע
נישט קיין רעקארדירונג, אבער אפשר וועט עס אייך העלפן
viewtopic.php?p=4609326#p4609326
אוי, פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:10 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי, פארצייטנס »

כ'האב אסאך צייט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:14 pm
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
יא דער רב ז''ל האט געלאזט די רעביצין ע''ה מיט די טעכטער בראקן
דאכציך איך האב אמאל געהערט פון איינע פון די אור אייניקלעך פון די רב (מהרב"צ) ז"ל הי"ד אז ווען זי איז געוועהן א מיידל איז געוועהן א דבר ידוע צווישן די באבובער אייניקלעך אז די טעכטער פון די רב (מהרנ"צ) ז"ל בראקן.
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

געטובל'ט און ארויס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:27 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:07 pm
עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:36 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:28 pm
א ניגון פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס מען זינגט אין באבוב אויף ויאתיו?
א ניגון פון הייליגן תפארת שלמה אויף ויאתיו וואס אדומו''ר מבאבוב האט געזינגן מוצאי יוה''ק העעל''ט
היבש באקאנט גיהערט לעצטע מאהל ווען כבין צופעליג אריינגעפאלן אין ראדאמסק'ער שטיבל צו ס''ג ווי סווערט געזינגן יעדן וואך (לכאו')

א רעקארדירונג פונעם ניגון האט איינער?

יישר כח למפרע
נישט קיין רעקארדירונג, אבער אפשר וועט עס אייך העלפן
viewtopic.php?p=4609326#p4609326
דער נייע נאר-וואס ארויסגעגעבענע אלבום עת רקוד # 10 האט דעם ניגון
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:07 pm
עילוי נפלא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:36 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:28 pm
א ניגון פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע וואס מען זינגט אין באבוב אויף ויאתיו?
א ניגון פון הייליגן תפארת שלמה אויף ויאתיו וואס אדומו''ר מבאבוב האט געזינגן מוצאי יוה''ק העעל''ט
היבש באקאנט גיהערט לעצטע מאהל ווען כבין צופעליג אריינגעפאלן אין ראדאמסק'ער שטיבל צו ס''ג ווי סווערט געזינגן יעדן וואך (לכאו')

א רעקארדירונג פונעם ניגון האט איינער?

יישר כח למפרע
געטראפן דא אויפן וועלטל
https://www.dropbox.com/s/2oqgf2ps3yhmy ... C.mp3?dl=0
אוי, פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:10 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי, פארצייטנס »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט דעם פסח פון א אייניקל פון ר' חיים הירש'לי ה"ש ז"ל, אז זיין זיידע האט אים דערציילט אז די אלטע רביצין ע"ה האט אין די עלטערע יארן - ווען זי האט שוין נישט געקענט עסן קיין מצה - זיך מתיר נדר געוועהן צו בראקן אין מי פירות (אראנד"ז דזא"ס).
אוועטאר
טא סענטס
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 3:08 pm
לאקאציע:צווישן די וואלקענעס

תגובה דורך טא סענטס »

איך האב געהערט פון איינער פון די איידעמער פון האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אז די רעבעצען בראקט און זי האט אייגענע כלים

טא סענטס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 am

אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"צ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב נישט געבראקט, (און עס קומט פון לימינוב אדער גאר פון דעעש).
לעצט פארראכטן דורך אוי, פארצייטנס אום דינסטאג מאי 07, 2024 7:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:56 pm
טא סענטס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט פון איינער פון די איידעמער פון האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אז די רעבעצען בראקט און זי האט אייגענע כלים
אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"ץ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב נישט געבראקט, (און עס קומט פון לימינוב אדער גאר פון דעעש).
שטותים איך האב געהערט פון איינער פון די אייניקלעך אז זיין מאמע תחי’ האט געבראקט ביז איהר חתונה נאכדעם האט איהר מאן נישט געוואלט אבער ביים באבובער רב (דברי שלמה) ז"ל אינדערהיים האבן אלע פרויען געבראקט
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:56 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט דעם פסח פון א אייניקל פון ר' חיים הירש'לי ה"ש ז"ל, אז זיין זיידע האט אים דערציילט אז די אלטע רביצין ע"ה האט אין די עלטערע יארן - ווען זי האט שוין נישט געקענט עסן קיין מצה - זיך מתיר נדר געוועהן צו בראקן אין מי פירות (אראנד"ז דזא"ס).
איך האב מורא איז איינע דמיון'ט דא...
אין צאנז האט מען געהאלטן אז איינטינקען אין מי פירות איז בכלל נישט קיין געבראקס.
די קדושת ציון זצ"ל אליין, אין די שפעטערע יארן ווען ער האט געליטן אויף די צעהן, פלעגט ער ברבים איינטינקען די מצה אין מי פירות כידוע ומפורסם אצל חסידי באבוב (וכן מובא הן ב'הגדה בית צדיקים' והן בספר 'מלך במסבו', והן ב'הגדה שבח פסח')
ממילא הן מצד אבותיה הק' לבית צאנז און הן מצד בעלה הקדוש מבאבוב האט מען זיך נישט איינגעהאלטן פון איינטינקען מצה אין מי פירות.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:56 pm
טא סענטס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט פון איינער פון די איידעמער פון האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אז די רעבעצען בראקט און זי האט אייגענע כלים
אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"ץ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב נישט געבראקט, (און עס קומט פון לימינוב אדער גאר פון דעעש).
אין באבוב אינדערהיים [און אויך דאהי] האבן פרויען אין קינדער געבראקט. דאס איז א פאקט
אזוי פארציילן אויך די חשובע טעכטער שתחי' לאוי"ט פון די באבובער רב - מהר"ש השני - זצ"ל, אז בבית אביהם זצ"ל האבן די נשים געבראקט אויף א באשיידענע פארנעם.
און אזוי האב איך אליין געהערט פון די עלטערע אידן און אידענעס, לאו דוקא פון חסידי באבוב נאר אויך די אידענעס פון יענעם גלילות פון מעריב גאלציא, און ס'איז געווען א דבר פשוט אז דעם חומרא פון בראקן איז נאר פאר בחורים און פארהייראטע חסידים. די מענער האבן שטארקט מדקדק געווען נישט צו ניצן די זעלבע געשיר ווי די וועלכע בראקן אין שטוב און אזוי אויך האט מען נישט סעוד געווען אויף'ן זעלבע טיש ווי די וואס בראקען.

היינט צו טאגס איז שוין לייכטער דאס ענין פון נישט בראקען, דעריבער האבן רוב באבובער חסידים פונען נעקסטען דור נאכן קריג פארלאנגט פון די נשים נישט צו בראקען כדי צו פארמיידן עגמ"נ און פארצוימטקייט, ממילא איז דאס אביסעל אומבאקאנט אינעם היינטיגען דור. אבער דאס איז א נייע פרימעניש פון חסידים, די רביים זי"ע אליין האבן דאס אויך דאהי נישט פארלאנגט אין שטוב. זיי האבן כידוע נישט געגליכען ווען מ'האט מער מחמיר געווען מיט מער פרימענישען ווי אינדערהיים (בפרט אויף די חשבון פון נשים וקטנים...).

פון די צווייטע זייט, בנוגע זיך מישן האט מען אמאל אין אונזער גלילות מער מחמיר געווען ווי היינט, צ.ב.ש פארהייראטע קינדער זענען נישט געגאנגען אויף סעודת יו"ט צו די עלטערן (כן שמעתי בעצמי מזקנים), און דעם אויסדריק "ביי א רבי הייסט נישט געמישט" האט מען נישט געהערט ביי אונז, אדער האט מען במשך גאנץ יו"ט געגעסן פונעם רב'ס קאך אדער נישט, מהאט נישט געטאנצען פון איין קאך צום צווייטען.
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דינסטאג מאי 07, 2024 11:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
מיבא
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 4:50 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיבא »

איין הערה האב איך נאר, וואס האט בראקען מיט נגינה איינגעלייגט? וד"ל......
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

מיבא האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:34 am
איין הערה האב איך נאר, וואס האט בראקען מיט נגינה איינגעלייגט? ודי......
אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב
חוץ מזה אי'דאך באקאנט אין באבוב די ניגון וואס אן עם הארץ האט אמאל געזיגנען אחרון של פסח "בראק אריין אין ים סוף און האט הנאה..."
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

ריקוד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:25 am
פון די צווייטע זייט, בנוגע זיך מישן האט מען אמאל אין אונזער גלילות מער מחמיר געווען ווי היינט, צ.ב.ש פארהייראטע קינדער זענען נישט געגאנגען אויף סעודת יו"ט צו די עלטערן (כן שמעתי בעצמי מזקנים), און דעם אויסדריק "ביי א רבי הייסט נישט געמישט" האט מען נישט געהערט ביי אונז, אדער האט מען במשך גאנץ יו"ט געגעסן פונעם רב'ס קאך אדער נישט, מהאט נישט געטאנצען פון איין קאך צום צווייטען.
אין "מלך במסיבו" ווערט געברענגט עטליכע ענינים וועגן עסן פון איין קיך.

א) א בחור איז געקומען צו פארן אויף פסח צום קדו"צ, מיטהאלטן די סדרים וכו', זיין באבע האט געוואוינט אין באבוב, ווען ער איז געגאנגען עסן ביי זיין באבע האט דער קדו"צ געהייסן אז ער זאל מיטנעמען עסן פון די קיך אין באבוב צו זיין באבע, ווייל פסח עסט מען נאר פון איין קיך, און ער זאל עס מסביר זיין פאר זיין באבע אז זי זאל נישט געטראפן ווערן אז ער עסט נישט פון אירע מאכלים.

ב) די חסידים וועלכע האבן געוואוינט אין באבוב און האבן געפראוועט די סדרים אינדערהיים, האבן צום טיש פונעם קדו"צ מיטגעברענט זייערע אייגענע מאכלים פון זייער קיך, ווייל מען עסט נאר פון איין קיך.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

ריקוד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:41 am
חוץ מזה אי'דאך באקאנט אין באבוב די ניגון וואס אן עם הארץ האט אמאל געזיגנען אחרון של פסח "בראק אריין אין ים סוף און האט הנאה..."
אז דו רעדסט פון נישט זעצן גוט די ווערטער אויף בבקעך ים סוף, עס וואונדערט מיר אייביג פארוואס הער איך סאטמארע אידן זינגען דעם ווארט בְּבָקְעֲךָ מיט אנדערע נקודות אויסלייג, כזה בְּבָקַעְךָ , מיט א פארמאכטע קמ"ץ און א פת"ח ק', אנשטאט אן אפענע קמ"ץ וואס כאפט אריין דעם שו"א ק' און א חטף-פתח אויפ'ן ע'.
אוי, פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:10 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי, פארצייטנס »

ריקוד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 10:59 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 12:56 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט דעם פסח פון א אייניקל פון ר' חיים הירש'לי ה"ש ז"ל, אז זיין זיידע האט אים דערציילט אז די אלטע רביצין ע"ה האט אין די עלטערע יארן - ווען זי האט שוין נישט געקענט עסן קיין מצה - זיך מתיר נדר געוועהן צו בראקן אין מי פירות (אראנד"ז דזא"ס).
איך האב מורא איז איינע דמיון'ט דא...
אין צאנז האט מען געהאלטן אז איינטינקען אין מי פירות איז בכלל נישט קיין געבראקס.
די קדושת ציון זצ"ל אליין, אין די שפעטערע יארן ווען ער האט געליטן אויף די צעהן, פלעגט ער ברבים איינטינקען די מצה אין מי פירות כידוע ומפורסם אצל חסידי באבוב (וכן מובא הן ב'הגדה בית צדיקים' והן בספר 'מלך במסבו', והן ב'הגדה שבח פסח')
ממילא הן מצד אבותיה הק' לבית צאנז און הן מצד בעלה הקדוש מבאבוב האט מען זיך נישט איינגעהאלטן פון איינטינקען מצה אין מי פירות.
ביסט 100% גערעכט עס איז מיר אויך שווער געוועהן, אבער אזוי האט ר' חיים הירש'לי ז"ל דערציילט.
לעצט פארראכטן דורך אוי, פארצייטנס אום דינסטאג מאי 07, 2024 7:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוי, פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:10 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי, פארצייטנס »

ריקוד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:25 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:56 pm
טא סענטס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:39 am
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
איך האב געהערט פון איינער פון די איידעמער פון האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אז די רעבעצען בראקט און זי האט אייגענע כלים
אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"צ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב נישט געבראקט, (און עס קומט פון לימינוב אדער גאר פון דעעש).
אין באבוב אינדערהיים [און אויך דאהי] האבן פרויען אין קינדער געבראקט. דאס איז א פאקט
אזוי פארציילן אויך די חשובע טעכטער שתחי' לאוי"ט פון די באבובער רב - מהר"ש השני - זצ"ל, אז בבית אביהם זצ"ל האבן די נשים געבראקט אויף א באשיידענע פארנעם.
און אזוי האב איך אליין געהערט פון די עלטערע אידן און אידענעס, לאו דוקא פון חסידי באבוב נאר אויך די אידענעס פון יענעם גלילות פון מעריב גאלציא, און ס'איז געווען א דבר פשוט אז דעם חומרא פון בראקן איז נאר פאר בחורים און פארהייראטע חסידים. די מענער האבן שטארקט מדקדק געווען נישט צו ניצן די זעלבע געשיר ווי די וועלכע בראקן אין שטוב און אזוי אויך האט מען נישט סעוד געווען אויף'ן זעלבע טיש ווי די וואס בראקען.

היינט צו טאגס איז שוין לייכטער דאס ענין פון נישט בראקען, דעריבער האבן רוב באבובער חסידים פונען נעקסטען דור נאכן קריג פארלאנגט פון די נשים נישט צו בראקען כדי צו פארמיידן עגמ"נ און פארצוימטקייט, ממילא איז דאס אביסעל אומבאקאנט אינעם היינטיגען דור. אבער דאס איז א נייע פרימעניש פון חסידים, די רביים זי"ע אליין האבן דאס אויך דאהי נישט פארלאנגט אין שטוב. זיי האבן כידוע נישט געגליכען ווען מ'האט מער מחמיר געווען מיט מער פרימענישען ווי אינדערהיים (בפרט אויף די חשבון פון נשים וקטנים...).

פון די צווייטע זייט, בנוגע זיך מישן האט מען אמאל אין אונזער גלילות מער מחמיר געווען ווי היינט, צ.ב.ש פארהייראטע קינדער זענען נישט געגאנגען אויף סעודת יו"ט צו די עלטערן (כן שמעתי בעצמי מזקנים), און דעם אויסדריק "ביי א רבי הייסט נישט געמישט" האט מען נישט געהערט ביי אונז, אדער האט מען במשך גאנץ יו"ט געגעסן פונעם רב'ס קאך אדער נישט, מהאט נישט געטאנצען פון איין קאך צום צווייטען.
אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"צ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב (ביי די רב אין שטוב) נישט געבראקט, (אין עס קומט פון לימינוב אדער סתם פון די המון עם ).
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:35 pm

אויב איז עס פון לימינובע, פון ווי איז עס אנגעקומען צו די טעכטער פון די רב ?
זיי האבן נישט געקענט די באבע וואס איז געווען א לימינובע טאכטער
arender האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:21 pm
מחאות קעגן יחידים, אפי' ציונים וכופרים איז נישט ערלויבט כפי תקנות המקום.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ועוד, אויב קענט איר אפשר געבן דוגמאות, וואס מ'האט געבראגט ?
מ'האט געגעסן קניידלעך גאנץ פסח ?
arender האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:21 pm
מחאות קעגן יחידים, אפי' ציונים וכופרים איז נישט ערלויבט כפי תקנות המקום.
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:35 pm

אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"צ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב (ביי די רב אין שטוב) נישט געבראקט, (אין עס קומט פון לימינוב אדער סתם פון די המון עם ).
קענסט זיך אפשר אליינס מסביר זיין ווי אזוי די קומסט צו צו דיין החלטות?
די הייבסט אן אז די פארשטייסט אז דאס וואס די באבובער רב (מהרנ"צ) זצ"ל האט אין זיין שטוב געלאזט די פרויען בראקן קומט פון לימינוב אדער דעשש.
זענען דא געקומען צוויי אידן און געשריבן אז זיי ווייסען אז אויך בבית אביו די באבובער רב (מהר"ש) זצ"ל האבן די נשים געבראקט.
האסטו אין דיין פרישע החלטה געלאזט 'לימינוב', ארויסגענומען 'דעשש', און צוגלייגט מיט גרויסע אותיות אז דעם הנהגה "קומט סתם פון די המון עם".
די באבובער רב (מהר"ש) זצ"ל איז געווען "סתם המון עם"? אדער דעשש? צו אפשר קלערסטו אז ער האט איינגעפירט ביי זיין רעביצין בזוו"ש קולות וואס ער האט געזען ביים שווער בזוו"ר אין לימינוב?
און בכלל איז נישט די לימאנובער רעביצין געווען א טאכטער פונעם ערשטען באבובער רב זצ"ל?
און חוץ מזה: השתגעת? די קעלרסט פאר א רגע אז א צדיק וקדוש קלויבט זיך אויס פסח'דיגע קולות וואס ער האט צוגעזעהן ביי סתם די המון עם?!
איך האף אז די האסט עפעס א מהלך ווי אזוי די מאכט דיין החלטות, אבער ביטע זיי מיר נישט מסביר ווייל איך בין שוין גענוג צומישט
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוי, פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:10 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי, פארצייטנס »

ריקוד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:23 pm
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:17 pm
וואס איז די מעשה מיט פרויען בראקן אין פסח, און אויב די רעבעצין פון די רב (מהר"ש) ז"ל און די טעכטער עכ"פ ביז צו די חתונה האבן געבראקט ?
אוי, פארצייטנס האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 11:35 pm

אז די קינדער פון באבובער רב (מהרנ"צ) ז"ל האבן געבראקט אדער בראקן ווייס איך, אבער ווי איך פארשטיי האט מען אין באבוב (ביי די רב אין שטוב) נישט געבראקט, (אין עס קומט פון לימינוב אדער סתם פון די המון עם ).
קענסט זיך אפשר אליינס מסביר זיין ווי אזוי די קומסט צו צו דיין החלטות?
די הייבסט אן אז די פארשטייסט אז דאס וואס די באבובער רב (מהרנ"צ) זצ"ל האט אין זיין שטוב געלאזט די פרויען בראקן קומט פון לימינוב אדער דעשש.
זענען דא געקומען צוויי אידן און געשריבן אז זיי ווייסען אז אויך בבית אביו די באבובער רב (מהר"ש) זצ"ל האבן די נשים געבראקט.
האסטו אין דיין פרישע החלטה געלאזט 'לימינוב', ארויסגענומען 'דעשש', און צוגלייגט מיט גרויסע אותיות אז דעם הנהגה "קומט סתם פון די המון עם".
די באבובער רב (מהר"ש) זצ"ל איז געווען "סתם המון עם"? אדער דעשש? צו אפשר קלערסטו אז ער האט איינגעפירט ביי זיין רעביצין בזוו"ש קולות וואס ער האט געזען ביים שווער בזוו"ר אין לימינוב?
און בכלל איז נישט די לימאנובער רעביצין געווען א טאכטער פונעם ערשטען באבובער רב זצ"ל?
און חוץ מזה: השתגעת? די קעלרסט פאר א רגע אז א צדיק וקדוש קלויבט זיך אויס פסח'דיגע קולות וואס ער האט צוגעזעהן ביי סתם די המון עם?!
איך האף אז די האסט עפעס א מהלך ווי אזוי די מאכט דיין החלטות, אבער ביטע זיי מיר נישט מסביר ווייל איך בין שוין גענוג צומישט
מיין החלטה קומט פון וואס איך האב נאך געהערט פון קינדער און אייניקלעך פון די רב מהרב"צ ז"ל הי"ד אז מען האט נישט געבראקט.

און יעצט דארף מען פארשטיין פון ווי קומט די יא בראקן ביים רב מהר"ש ז"ל אין שטוב פאר די מלחמה און ביים רב מהרנ"צ ז"ל, עס איז שווער צו זאגן אז עס האט זיך גענומען פון די המון עם, האב איך משער געווען אז ביים לימינובער רב האט מען געבראקט, אבער נאך דעם וואס איר האט ארויס געברענגט מיט א שטארקייט אז די המון האבן געבראקט, האב איך געשריבן עס קען טאקע זיין עס קומט פון די המון עם, (און דעעש איז געווען א ווערטעל).

און וועגען נאכן מלחמה וויל איך נישט מאריך זיין (באלד גייט איר זאגן אז פרויען האבן געגעסן מאשין מצות) וד"ל.

איך האף עס איז גענוג קלאר, איך בין נישט קיין גוטע שרייבער.
אוועטאר
קוועלער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 3:07 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועלער »

א גוט יאר טייערע ידידים, שוין לאנג נישט געווען דא
אוצר שירה פרשת קדושים תשפ"ד
צוויי ניגונים וואס מרן הדברי חיים מצאנז זי"ע האט געזינגען ביי הלל
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע:אין טאש

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

טא סענטס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
דרוקט דא
פאר אלע אוצר שירה'ס ביז אהער פון 1 ביז 24 פרשת ויחי תשפ"ד שיין מסודר
יישר כח פאר @קוועלער
קען מען אפשר צולייגן אלעס פון ביז אהער?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
טא סענטס
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 3:08 pm
לאקאציע:צווישן די וואלקענעס

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טא סענטס »

סעלפאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 3:44 pm
טא סענטס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 3:20 pm
דרוקט דא
פאר אלע אוצר שירה'ס ביז אהער פון 1 ביז 24 פרשת ויחי תשפ"ד שיין מסודר
יישר כח פאר @קוועלער
קען מען אפשר צולייגן אלעס פון ביז אהער?
אז די עולם וועט באפאלן @קוועלער מיט לייק'ס....
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”