ראבאטינע. די שטעטל וואס איז געווען די צענטער פון די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע און איז צום סוף באפרייט געווארן איז ווידער פארמישט אין שווערע קאמפן ווען די רוסן פרובירן נאכאמאל צו צוריק כאפן ראבאטינע פון די אוקריינער.
א ווידעא פון היינט ווייזט ווי א רוסישער פאן ווערט ארויפגעצויגן אין ראבאטינע.
די פונקטליכע צושטאנד ווערט נאך אויסגעקלארט שרייבט דיעפ-סטעיט מאפעס.
א לופטפעלד ווערט געבויט אין די רוסישע בעלגאראד ראיאן נישט צו ווייט פון די אוקריינער גרעניץ ביים שטאט כארקאוו.
די לופטפעלדער איז מתחילה געווען די איניציאַטיוו פון א פריוואטע ביזנעס אייגענטומער אבער איז זייער מעגליך אז דאס וועט אין די ענדע דינען פאר מיליטערישע צוועקן
ATACMS קלאסטער מיסילס האבן געצילט א רוסישע באזע אין Kuban - לוהאנסק. ארום 80 צו 100 ק"מ פון די פראנט ליניעס און איז שיין אפגעכאפט געווארן מיט גאר קלארע קעמערעס.
נארמאליזעםהאט געשריבן:↑מיטוואך מאי 01, 2024 12:29 pm
ATACMS קלאסטער מיסילס האבן געצילט א רוסישע באזע אין Kuban - לוהאנסק. ארום 80 צו 100 ק"מ פון די פראנט ליניעס און איז שיין אפגעכאפט געווארן מיט גאר קלארע קעמערעס.
איבער יום טוב האבן די אוקריינער געמאכט א קליינע עדווענסמענט פון עטוואס מער פון א סקווער קילאמעטער נעבן טארסקע
די רוסן האבן אקופירט ארום 15-20 סקווער קילאמעטער אויפן אוודיווקע פראנט. גענומען די שטעטלעך נאוואקאלינאווע און קעראמיק.
אזוי אויך האבן די רוסן זיך געריקט נאנטער צו אוריזשיינע אויפן זאפאריזשע פראנט. אטאקירט ראבאטינע (ווארט פאר אן אויסקלארונג אויב שטח האט געטוישט הענט)
צוגענומען א קליין שטיקל אין שטעטל קיסליווקע אויפן כארקאוו פראנט.
אריין אינעם שטעטל נעטיילאווע.
גענומען א צאל אוקריינער פאזיציעס רעכטס פון קראסנאגאריווקע. פאזיציעס וואס גייט צוריק צו 2014.
אזוי אויך שרייבט דיעפ-סטעיט מאפעס האט דער אוקריינער גענעראל סורסקי - צו קענען סקאורן א פוינט? - געמאלדן אז זיי האבן באפרייט אן אינזל נעבן כערסאן. אבער - ווי אפט - געמאלדן צו פרי בעפאר די ארבעט איז געווען פארטיג. עפעס וואס האט געמאכט אז די רוסן זאלן צוריק אנהייבן באשיסן די אינזל ווי עס איז רוב אין א גרויע זאנע.
(זייער סאך פון די אינזלען זענען רוב מאל ליידיג אן קיין עכטע אבזערוואציע פונקטן אדער אנוועזענהייט. סיי רוסישע און סיי אוקריינער. די טאפאגראפיע מאכט עס גאר שווער צו אנהאלטן אן אנוועזנהייט אויף זומפיגע אינזלען)
צוויי שפיאנאזש באאמטע פון די אוקריינער שפיאנאזש אגענטור אין אן אינטערוויא באצייכענען די לעצטערע רוסישע אטאקעס איבער די פראנט ליניעס און די נאכאנאנדע מיסיל אטאקעס אויף כארקאוו, אלץ אן הכנה פאר א רוסישער אפענסיווע אינעם כארקאוו דירעקציע ווי זיי ווייעכען די בּאָדן דערפאר. לויט זיי ערווארטן זיי א רוסישער אנגריף ערגעץ סוף מאי אנהייב יוני.
רוסלאנד האלט ווייטער אן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט די מערב וועלט...
א שילד אין מאסקווע מעלדט אז אמבאסאדע איינגעשטעלטע פון די אמעריקאנער, ענגלישע, דייטשע, פוילישע, און פראנצויזישע אמבאסאדעס קענען איבערהיפן די ליניעס און מען וועט זיי שנעלער צופירן זען די וואפן אויסשטעל ווי רוסלאנד גייט ארויסלייגן פארכאפטע מערב וועלט מאשינערי בשעת די יערליכע רוסישער מאי-9 פאראדע
אין דרום זאפאריזשע האבן די רוסן זיך אריין געריקט אין שטעטל אוריזשיינע. אוריזשיינע איז די לעצטע שטעטל וואס די אוקריינער האבן באפרייט אויפן וועליקע נאוואסילקע פראנט בשעת די קאנטער-אפענסיווע