Of courseהאט געשריבן:↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:41 pm
איך הער. דו טענה'סט אז דאס וואס עס שטייט יעצט קלאר ארויס געשריבן ברחל בתך "כשר לפסח" איז נישט גענוג. מען זאל מאכן אן אייקאן און שטארק וויזיבל אלל יער ראונד. פיינע נקודה אויבנאויף. די תירוץ אויף דעם איז אז אונזער ציבור גייט נישט צורירן אגאנץ יאר זאכן וואס שטייט אין גרויס כשר לפסח. וואק אריין אין ערשטן געשעפט אדער פרעג אן אין שטוב.
איבער מילכיב האב איך געשריבן אז עס איז פשוט מער שכיח טאג טעגליך.
ר' מיכל פארט שווערליך אראפ דעם באקאנטען בית החיים ראוד, סאיז נישט שווער ווייל די קאר איז איבערגעפילט אדער ווייל די וועג איז אנגעלייגט מיט שניי, ס'איז זיין מח וואס איז אנגעלייגט מיט שווערע דאגותאיןאוןזיין געוויסן מיט גרויסע חובות. שוין א לענגערע וויילע וואס ר' מיכל מוטשעט זיך מיט פרנסה ער קען זיך עפעס נישט מסדר זיין, אין זיין שווערע מצב האט ער זיך געטראפן ארומדרייען מיט קרעדיט קארדס ליינסאףאווקרעדיט און אלע זייערע אנדערע שותפים וקרובים וואס הצד השוה שבהם אז עס שלעפט אריין דעם מענטש אין אן ענדלאזן שדים טאנץ פון בארגן פון הענדל צו באצאלן פאר מענדל און אזוי ווייטער... צו דעם אלעם האט נאך אן אומגעלומנגענעם געשעפט צוגעלייגט נאך א צענער צום הויפן און אנגעשלאסן נאך א שותף צום ווילדן ראד.
אלזא, אז קיין ברויןט אין שטוב איז נישט פארהאנען און קיין ליכט אינעם טונעל זעט זיך גארנישט אן, איז ר' מיכל יעצט אויפן וועג צום ציון הקדוש אין טאהש אשר ישועות בו מקיפות, דער צדיק וואס ביים זיין דא אויף די וועלט איז ער געווען דער תל שכל פיות פונים בו, דער עמוד צלותהון של ישראל און האט אזויפיל משפיע געווען פאר אידישע קינדער בני חיי ומזוני, איז אוודאי ווען ער איז אויף יענער וועלט שעומד שם ומשמש וקרוי חי איז דאס דער ריכטיגער פלאץ זיך אויסצוגיסן דאס הארץ און אפלאדענען די שווערע פעקלעך מט דאגות.
קאפיטל נאך קאפיטל וויינט זיך ר' מיכל אויס ער איז זיך מחזק אז זיינע קאפיטלעך זענען עושה רושם... אפשר נישט? נעה, אוודאי יא! און ער זאגט ווייטער, ער דערמאנט זיך אז די נשמה פונעם צדיק איז שורה ביים ציון און מען קען אוודאי אויס'פועל'ן כבחיים חיותו, אבער ער פילט נישט גארנישט... איך דארף מיר שטארקן אין אמונה בה' ובמשה עבדו טראכט ער צו זיך, ער הייבט אן רעדן אויף מאמע לשון ער וויינט זיך אויס איבער זיין שווערן מצב ווען ווידער כאפן זיך אריין אזעלכע פרעמדע מחשבות, "קיינער הערט מיר נישט", "פאר מיר גייען נישט געשען די מופתים"...איןאוןער ווערט שטיל, סאיז אזוי אומהיימליך אומבאקוועם עפעס שפירט ער זיך אזוי פארזאלצן... טרערן הייבן אים אן צו פליסן "רבי" בעט ער, "געב מיר עפעס א סימן אזדידוהערסט מיר אויס",לאז מיר שפירן אז מיינע תפילות גייען ארויף"... ער קוקט זיך אזוי ארום ווען זיינע אויגן פאלן אויפן דערנעבנדיג'ן שענקל ער זעט דארט די ספרי עבודת עבודה ווען ער ווענדט זיך צום רבין "איך גיי ארויסנעמען א ספר פון שאנק און עפענען, איך בעט דיר, גיב מיר עפעס א סימן אזדידוהערסט מיר אויס.
די מעשה האב איך געהערט פונעם בעל המעשה, ס'איז כדאי צו באטאנען אז ר'מיכל האט נאכנישט געהאט זיין ישועה אויף וואס ער האט געבעטן אבער לפחות ווייסט ער אז מען הערט אים אויס...
nobodyהאט געשריבן:↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:39 am
וויווען סילווער הי"ד די שלום אקטעוויסטקע וועלעכע איז געקומען ספעציעל מופן פון קאנאדע צו וואוינען נעבן די עזה גרעניץ מיטן ציל ארויסצוהעלפן די ארטיגע אראבער, און צו ברענגן שלום, אוןאיןדי ראם פון די ארגעניזאציע "פרויען מאכן שלום" האטאוןאיןאיהר לעצטעטמעסעדזש אויף טוויטער איין טאגבעפאר שמחת תורה גאר שטארק קריטקירט די מתנחלים און זיי באשיולדיגט מיטן "דורכפירען א פאגראם אויף פאלעסטינער".