רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע:עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 11:54 pm
ווען איז די יארצייט?
ג' אלול
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע:אין ביבליאטעק

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 11:54 pm
ווען איז די יארצייט?
ג’ אלול
אוועטאר
יתר עז
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:17 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יתר עז »

ווייסט איינער וואו און קראקא איז געווען רבי ישעי'לע'ס בית המדרש?
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

שטאפיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 12:44 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 11:54 pm
ווען איז די יארצייט?
ג' אלול
תש”ג?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע:אין ביבליאטעק

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

כרוספדין האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 7:50 am
שטאפיק האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 12:44 am
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 11:54 pm
ווען איז די יארצייט?
ג' אלול
תש”ג?
יא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24942
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע רבי ישעי' טשחויבער זי"ע הי"ד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי יצחק ישעיה ב"ר חיים מצאנז זי"ע, הי"ד, (הלברשטאם), מטשחויב, "הנקרא ר' ישעי'לע טשעחובער"

ער איז געבוירן אין שטאט צאנז, בשנת תרכ"ד,

אלס דער יונגסטער זון צו זיין טאטן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
בן הרה"ק רבי אריה ליבוש אב"ד טארניגראד זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רעכיל דבורה ע"ה,
בת הרה"ק רבי יחיאל צבי הירש אונגאר מטרנוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי הירש זי"ע, וואס אויף דעם זיידן וואס איז געווען א וויין סוחר, האט דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע מעיד געווען אז ווען ער האט געמאסטן די וויין פאר די קונים האט ער מייחד געווען די זעלבע יחודים ווי די צדיקים הראשונים האבן אינזין געהאט ביים דאווענען,

עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים האט געהאט א ספעציעל שמחה ווען דער קינד איז געבוירן געווארן, און אפילו זייענדיג שוין 70 יאר אלט און שוין מער נישט אנגענומען קיין מוהלות ביי א ברית, אבער ביי דעם ברית האט ער געמאכט א אויסנאם און יא געווען דעם מוהל, דער קוואטער איז געווען הרה"ק בעל עטרת שלמה מבאבוב אב"ד בוקאווסק זי"ע,

ביים ברית האט מען דעם קינד א נאמען געגעבן "יצחק ישעיה", יצחק נאכן גאון הרה"ק רבי איציקל האמבורגער זי"ע, און ישעיה נאכן צדיק הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע,

ווערט דערציילט אז ווען די רבי איז געווען א יונג קינד האט די טאטע דער הייליגער דברי חיים אמאל געשיקט אים מיטן ברידער רבי שלום אליעזר זי"ע קיין קרעניץ מיט הרה"ק רבי דוד'ל דינובער זי"ע דער זון פונעם הייליגען בני יששכר זי"ע,

איין טאג איז פאר דעם קינד רבי ישעי'לע איינגעפאלן צו שפילן ווי ער איז א פאסט טרעגער, און ער האט אפגעשריבן אפאר ווערטער אויף א פאפיר, און ער האט דאס אריינגעטראגן פאר רבי דוד'ל און געזאגט א טעלעגראם א טעלעגראם, און דער קינד איז ארויס,

ווען רבי דוד'ל האט אויפגעמאכט דעם פאפיר, האט ער געזען אז דארט שטייט "ראבינער הלברשטאם קומט היינט קיין קרעניץ", רבי דוד'ל האט זיך נישט קיין סאך צוטון געמאכט דערפון, אבער לפלא אפאר שעה שפעטער איז דער טאטע דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע אנגעקומען אומגעראכטן קיין קרעניץ צו זען וואס זיינע קינדער מאכן, האט דער רבי דוד'ל דערציילט פארן טאטן דערוועגן און געזאגט אז דער קינד ישעי'לע איז א בעל מופת, האט דער טאטע געזאגט "יעצט איז ער נאכנישט א בעל מופת, אבער ער וועט נאך זיין א גרויסע בעל מופת",

ווי באקאנט איז ער געווען דער בן זקינים ביי זיין הייליגן טאטן, און ביי די צוויי יאר אלט האט ער ליידער פארלוירען די מאמע ע"ה, און ביים פטירה פונעם טאטן תרל"ו איז ער געווען 12 יאר אלט, און ער איז נתגדל געווארן ביים ברידער הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע,

ער איז געווען א איש צדיק וקדוש, א בקי בש"ס ופוסקים, א עניו וחסיד, ער האט זיין עבודת הקודש געטון מיט א געוואלדיגע הסתר בתוך הסתר, זיין עבודת התפלה איז געווען מיט א געוואלדיגע התלהבות דקדושה, צדיקי הדור האבן מפליא געווען זיין גרויסע קדושה און צדיקים האבן אויף אים געזאגט אז ער האט געהאט א גאר הייליגע נשמה, אויך איז ער געווען באוויסט אלס א גרויסע בעל מופת און א פועל ישועות,

לגבי זיין געוואלדיגע התמדת התורה דערציילט מען אז ער האט יעדן פארטאג'ס געהאט א שיעור מיט אפאר גרויסע תלמידי חכמים, די שיעור האט זיך אנגעהויבן בערך 4 אזייגער פארטאג'ס, אבער ווען די אידן זענען אנגעקומען האט מען שוין געטראפן דעם צדיק זיצן און לערנען, און וויפיל די יונגעלייט האבן פראבירט אנצוקומען בעפאר רבי ישעי'לע איז דאס זיי נישט געלינגען, ווייל יעדעס מאל זיי זענען אנגעקומען האט מען שוין דעם צדיק געטראפן לערנען,

הרה"ק רבינו יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע האט זייער מעריץ געווען דעם רבין און אים געהאלטן אלס דער צדיק הדור, און ער איז געווען פון די איינציגסטע וואס דער סאטמאר רבי האט גערופן מיטן תואר "הקדוש",

דערציילט מען אז איינמאל האט איינער געברענגט צום סאטמאר רבי א בעקיטשע וואס איז געווען מקובל אז דאס איז פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע,

האט דער סאטמאר רבי געזאגט, איך האב מקובל אז דער הייליגער צדיק מטשעחוב זי"ע האט אויסגעזען ממש אזוי ווי זיין טאטע מיט צורה און מיטן הייעך, און ווי באוויסט איז דער הייליגער טשעחובער געווען א נידעריגער אזוי ווי דער טאטע, אבער די בעקיטשע איז געווען מער א לענגערע, דערפאר קען זיין אז די בעקיטשע איז פון דער קרייזער רב ר' אהרן זי"ע דער זון פון צאנזער רב, און די רבי האט מסיים געווען "דאס איז אויך א חשיבות",

איינמאל האט זיך דער צדיק רבי ישעי'לע זי"ע אויס געדריקט אויף זיך בזה"ל, "איך האב נאכקיינמאל נישט עובר געווען אויף א עבירה, אויסער אויף איין עבירה וואס איז אויפן פסוק "כִּי אָדָם אֵין צַדִּיק בָּאָרֶץ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה טּוֹב וְלֹא יֶחֱטָא",
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פריידא ע"ה,
בת הרה"ק רבי יחיאל העשיל מקריליוביץ זי"ע,
בן הרה"ק רבי משולם זושא מזינקוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי יצחק מאיר מזינקוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,

דער שווער פונעם רבין ר' יחיאל העשיל זי"ע איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי יהושע רוקח דער מיטעלער רבי מבעלזא זי"ע, דער תנאים איז פאר געקומען אין צאנז, און די חתונה איז פאר געקומען אין בעלזא ביים הייליגען זיידן,

הגה"ק רבי שמואל ענגיל אב"ד ראדומישלא זי"ע האט דערציילט אז ביים חתונה פונעם רבין וואס ווי באקאט איז שוין געווען נאכן הסתלקות פונעם הייליגען טאטן דער דברי חיים מצאנז זי"ע, האט דער זיידע הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע געפרעגט דעם חתן אויב ער האט איינגעלאדנט דעם טאטן צו די חתונה, און געזאגט פארן חתן, וויסן זאלסטו אז היינט ביים חתונה איז די זמן אז די זאלסט בעטן דעם טאטן אז די זאלסט האבן א קשר און א שייכות מיטן טאטן און אויך מיט די אבות הקדושים,

דערציילט ר' שמואל ענגיל זי"ע אז עס האט פארן עולם אנגעכאפט א גרויס פחד וויסענדיג אז דער הייליגער צאנזער רב איז דא, און אויך פארשטייענדיג אז אויב דער גרויסער חתן וואס איז געווען א קדוש וטהור און א גאון בתורה, ברויך בעטן אז ער זאל בלייבן מקושר צום טאטן, וואס ברויכן מיר מתפלל זיין אז אונז זאלן האבן א שייכות און קשר מיט די צדיקים און גדולים מדורות הראשונים,

ווי באקאנט איז די חתונה פאר געקומען דאנערשטאג ביינאכט, און די קומענדיגע טאג פרייטאג ערב שבת קודש איז פאר געקומען די ערשטע שבע ברכות נאכמיטאג, און מען האט געברענגט א מאכל וואס איז געווען דער מנהג ערב שבת קודש אין בעלזא "ראסיל", איז דארט געווען דער ברידער פונעם חתן הרה"ק דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, און ער האט געהאט תערומות אז מען האט נישט געגעסן קיין פיש ווי דער מנהג איז ביי א סעודות מצוה,

שבת קודש ביינאכט האט דער הייליגער זיידע דער מיטעלער רב מבעלזא זי"ע געזאגט פארן שינאווער רב, מיין טאטע דער הייליגער שר שלום מבעלזא זי"ע האט געהאט א מנהג אז ערב שבת קודש האט מען נאר געגעסן דעם מאכל "ראסיל",

האט דער בעלזא רב מוסיף געווען, אז אין די תורה זעט מען אז פאר אברהם אבינו ע"ה האט מען געטוישט די נאמען פון אברם צו אברהם, און פאר יעקב אבינו ע"ה האט מען געטוישט פון יעקב צו ישראל, אבער ביי יצחק אבינו זעט מען נישט אז מען האט געטוישט זיין נאמען,

זאגט דער הייליגער רבינו בחיי, אז אין פסוק (תולדות כ"ו), וַיָּשָׁב יִצְחָק וַיַּחְפֹּר אֶת בְּאֵרֹת הַמַּיִם אֲשֶׁר חָפְרוּ בִּימֵי אַבְרָהָם אָבִיו וַיְסַתְּמוּם פְּלִשְׁתִּים אַחֲרֵי מוֹת אַבְרָהָם וַיִּקְרָא לָהֶן שֵׁמוֹת כַּשֵּׁמֹת אֲשֶׁר קָרָא לָהֶן אָבִיו, זעט מען אז די פסוק לויבט אויס יצחק אבינו ע"ה אז אפילו די נעמען פון די בורות וואס זיין טאטע האט געגעבן האט ער אויף נישט געטוישט, מן הסתם וועגן דעם האט מען די נאמען פון יצחק נישט געטוישט, זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען א איד טוישט נישט קיין מנהג אדער סיי וואס די טאטע פלעגט טון,

נאך די חתונה איז ער געבליבן אויף קעסט ביים זיידן דער בעלזא רב זי"ע, דארט איז דער אייניקעל געזעצן על תורה ועבודה מיט א געוואלדיגע התמדה און מיט א קדושה וטהרה, אויך האט ער געהאט א געוואלדיגע חביבות פונעם זיידן וואס האט געזען דעם גדלות התורה פון דעם אייניקל און אויך זיין קדושה מיט וואס ער האט זיך געפירט,

הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע דערציילט אז איינמאל ווען רבי ישעי'לע טשחובער זי"ע האט געלערנט מיט זיין פעטער הרה"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זי"ע, און עס איז זיי שווער געווען עפעס און זיי האבן נישט געקענט טרעפן דעם תירוץ, אינמיטן האט דער בעלזא רב איינגעדרימלט און דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע איז אים געקומען אין חלום און מסביר געווען דעם תירוץ, און אים געזאגט אז דאס איז בשכר ווייל ער לערנט בחברותא מיט זיין זון רבי ישעי'לע,

ווען דער בעלזא רב האט זיך דערוועקט איז ער געלאפן צום טאטן און דערציילט דערוועגן, האט דער בעלזא רב זי"ע געלאזט רופן דעם אייניקל רבי ישעי'לע און אים געזאגט מיט א התרגשות און טרערן, זעה ווי שטארק דיין הייליגע טאטע איז זיך מטריח, אז אפילו אויבן פון גן עדן ווי דיין טאטע איז אויף א גאר הויעכע פלאץ, קומט ער אראפ וועגן דיר,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

נישט לאנג נאך די חתונה האט ער זוכה געווען צו באקומען הוראה דורך איינע פון די גדולי הפוסקים בדורו הגה"ק רבי דוב בעריש הכהן ראפאפורט אב"ד ראווא בעל דרך המלך זי"ע, וואס האט כמעט קיינעם נישט געגעבן די הוראה, אבער פאר רבי ישעי'לע האט ער געמאכט אן אויסנאם,

דערציילט מען אז זומער תרצ"ב איז דער רבי ר' ישעי'לע געגאנעגן באזוכען צום שטאט קאשוי, און ווען דער גאון הרה"ק רבי שאול בראך בעל שאול שאל מקאשוי זי"ע האט געהערט אז דעם דברי חיים זון קומט, איז ער ארויס אים מקבל פנים זיין און אים גאר שטארק מכבד געווען, און אים אויך משמש געווען מיט אלעם,

האט דערציילט דער פעטער הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, אז איינמאל איז דער רבי ישעי'לע געווען זייער נישט געזונט, און מען האט זיך איינגעטיילט צו זיין נעבן בעט פונעם רבין, איין נאכט האט דער פעטער געזאגט אז ער וויל זיין די נאכט ביי רבי ישעי'לע, און יענע נאכט איז פאר דעם רבין ב"ה בעסער געווארן און ער איז געזונט געווארן,

ווען דער בעלזא רב האט געפרעגט רבי ישעי'לע וואס איז פאר געקומען די נאכט, האט רבי ישעי'לע דערציילט אז אינמיטן די נאכט איז די טאטע דער הייליגער דברי חיים זי"ע געקומען צום אים און געברענגט א עפל, און געהייסן דעם זון עסן דעם עפל, און נאכדעם וואס ער האט געגעסן א האלבן עפל איז ער גלייך געזונט געווארן,

בשנת תרמ"ג איז ער געווארן רב אין שטאט טשעחוב, און דארט איז דער צדיק באוויסט געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות און בעל מופת עצום, אידן אין די טויזענטער זענען געקומען זיך מזכיר זיין ביי דעם צדיק וקדוש, אויך איז מען געקומען מיט האלטן זיין עבדות הקודש וואס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע התלהבות און א אש דקדושה,

בשנת תרנ"ג איז דער צדיק אריבער צום שטאט סאטמאר פאר א שטיק צייט, און דערנאך האט ער זיך געצויגען קיין קראקא, וואס דארט איז ער געבליבן ביז די צווייטע וועלט מלחמה,

ווען זיין רעבעצין איז נפטר געווארן האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת אסתר ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב צבי ראבינאוויטש בעל עטרה לראש צדיק מפוריסוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי יהושע אשר מזליחוב זי"ע,
בן הרה"ק דער יוד הקדוש מפשיסחא זי"ע,
בן הרה"ק רבי אשר אב"ד פשעדבורז זי"ע,
א אייניקל פון דעם הייליגען טו"ז זי"ע,

ער האט דארט אין קראקא אסאך מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים, הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות און ניסים ממש חוץ לדרך הטבע, ער איז געווען נערץ ונקדש ביי אלע גדולים און צדיקים אין שטאט קראקא,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

בתו הצדקת מרת רעכיל דבורה ע"ה, הי"ד, אשת הרה"ק רבי חיים יצחק טברסקי מלויעב זי"ע, הי"ד,
בנו הרה"ק רבי חיים אדמו"ר מטשחוב בניו יורק זי"ע, חתן הרה"ק רבי מנשה מרופשיץ זי"ע,
בתו הצדקת מרת הענא ע"ה, אשת הרה"ק רבי מנחם מענדל הלברשטאם זי"ע, בן הרה"ק רבי אריה לייב ממודינא זי"ע,
בנו הרה"ק רבי יעקב צבי זי"ע, הי"ד, אב"ד סוכא, ראש ישיבת דברי חיים מקראקא,
בנו הרה"ק רבי יחזקאל שרגא מקרקוב זי"ע, הי"ד, חתן הרה"ק רבי בן ציון הלברשטאם מבאבוב זי"ע


י"ז אלול תרצ"ט איז דער צדיק אנטלאפן קיין לעמבערג און דארט האט דער צדיק ווייטער ממשיך געווען זיין עבודת הקודש, און אפילו שפעטער ווען מען האט דעם צדיק געפירט צום באכניא לאגער האט ער ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקדוש מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,

ביום ו' ערב שבת קודש ג' אלול תש"ג איז דער צדיק וקדוש אומגעברענגט געווארן דורך די דייטשן ימ"ש, זייענדיג איינגעוויקלט אונעם טלית און תפילין פון זיין הייליגען טאטן דער דברי חיים מצאנז זי"ע איז דער צדיק פארברענט געווארן אונעם באכניא געטא הי"ד,

ארץ אל יכסה דמם ואל יהיה מקום לזעקתם עדי עד ישקיף ה' ויראה בצרת עמו ויגאלנו ברחמיו שנית לעיני כל חי בביאת גואל צדק בב"א.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אמאל ווען דער רבי ישעי'לע איז געווען א קינד איז ער זייער קראנק געווארן און דאס איז געווען בעפאר יום הקדוש, און יום הקדוש ביינאכט איז די מצב געווען גאר ערענסט, איז דער טאכטער פון דברי חיים הצדקת מרת נחמה'לע ע"ה געלאפן צום טאטן וואס האט געהאלטן פאר כל נדרי און מזכיר געווען דעם ברידער, אבער די טאטע דער דברי חיים איז דאן געווען אין א דביקות און דערהויבן ווי א מלאך אלקים, און ער האט געזאגט פארן טאכטער, ווי אזוי קען מען יעצט טראכטן פון אייגענע קינדער ווען מען בעט ביים באשעפער פאר כלל ישראל,

האט די טאכטער געזאגט פארן טאטן, איך וועל נישט אוועק גיין פון דא ביז די טאטע וועט שוין צוזאגן א באלדיגע ישועה, בלית ברירה האט דער צאנזער רב ארויס גענומען זיין טאביק פושקע און געזאגט דא האסטו מיין טאביק פושקע, לייג דאס ארויף אויפן קינד און ער וועט האבן א רפואה שלימה, און ער וועט נאך מעריך ימים זיין און זיין א גרויסע פועל ישועות, איבעריג צו זאגן אז די הייליגע ווערטער פונעם טאטן איז מקויים געווארן און רבי ישעי'לע איז געזונט געווארן, און שפעטער יארן האט ער מיט דעם טאביק פושקעלע גע'פועל'ט גרויסע ישועות,

דערציילט מען אז אמאל איז די טאביק פושקעלע פונעם טאטן פארשוואונדן געווארן, און רבי ישעי'לע האט געהאט גרויס צער און עגמת נפש דערפון, וויבאלד ער האט געפילט אז ער איז נישט בכוח מיט זיינע אייגענע כוחות צו משפיע זיין ישועות פאר כלל ישראל,

ווען ער האט זיך אויסגערעדט זיין ביטער הארץ פארן הייליגען ברידער דער שינאווער רב זי"ע, האט אים דער ברידער געזאגט, דער טאטנ'ס קינד דארף נישט קיין טאביק פושקע, ער קען אויס'פועל'ן ישועות מיט זיין אייגענעם זכות,

דער רבי ישעי'לע האט אנגענומען די ווערטער פון זיין ברידער מיט אמונת צדיקים און טאקע געפויעלט גרויסע ישועות, און אפילו שפעטער ווען מען האט געטראפן דעם טאביק פושקע און מען האט דאס געקענט צוריק באקומען, האט דער צדיק דאס נישט געוואלט נעמען, און געזאגט אויב די ברידער זאגט אז איך קען פויעלען ישועות אן דעם ברויך איך דאס נישט,
--
מען דערציילט אז איינמאל איז רבי ישעי'לע געווען אין א שטאט אין אונגארן לצורך רפואה, איז צום רבין געקומען א איד און זיך אויס גערעדט דאס הארץ, אז זיין זון איז ל"ע אראפ פון אידישן וועג, ער היט נישט קיין שבת און לייגט ליידער נישט קיין תפילין און אפגעלאזט יעדעס ברעקל אידישקייט,

האט אים די רבי געזאגט אז ער זאל ברענגען דעם זון צו אים און ער וועט זען וואס ער קען טון, ווען דער זון איז אהיימגעקומען האט אים דער טאטע געבעטן אז ער זאל אים טוען א טובה און איינמאל קומען אין ביהמ"ד,

דער זון האט באוויליגט און האט אנגעטון זיין קאפל און איז געקומען אין ביהמ"ד צוזאמען מיטן טאטן, ווען דער טאטע האט געזאגט פארן רבין אז דער קינד איז דא אין ביהמ"ד האט דער צדיק גארנישט ראגירט,

נאך עטליכע מינוט גייט רבי ישעי'לע צו צום זון מיט א שנעלקייט און איז אים מכבד אז ער זאל נעמען טאביק פון זיין טאביק פושקעלע, פארשטייט זיך אז דער בחור האט נישט געקענט אפזאגן דעם רבין, און ער האט גענומען א שמעק טאביק,

לפלא האט דעם בחור גלייך נאכן שמעקן דעם טאביק אנגעכאפט א הרהר תשובה און ער האט תיכף געבעטן אז מען זאל אים ברענגען זיינע תפילין וואס ער האט שוין יארן נישט געלייגט, און נישט לאנג נאכדעם איז דער בחור געווארן א פולקאמע בעל תשובה,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז זייענדיג אין שטאט קראקא האט מען געזען דאס געוואלדיגע ענווה פון דעם צדיק, און אפילו זייענדיג א גרויסער גדול וגאון און א קדוש אלקי, האט ער בכלל נישט געמאכט פון זיך א וועזן,

הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע דערציילט אז ווען עס איז געווען דער גרויסע יארצייט פונעם טאטן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע און דער גאנצער עולם האט זיך געשטיפט צו באקומען ליכט וואס איז געווען א גאר טייערע זאך, האט זיך דער צדיק רבי ישעי'לע אויך געלאפן נעמען ליכט, עס איז אים אפילו נישט בייגעפאלן אז פארן צאנזער רב'ס זון וועט מען שוין ברענגען ליכט,

הרה"ק מקלויזענבורג זי"ע האט דערציילט אז דער צדיק וקדוש רבי ישעי'לע איז ערב סוכות אליין ארויס אין די גאס זיכן א שיינעם אתרוג און לולב, און עס איז אים בכלל נישט איינגעפאלן אז מען וועט אים שוין אלס צאנזער רב'ס זון אינזין האבן מיט די ד' מינים,

הרה"ק מטשערנאביל זי"ע האט דערציילט אז א איד איז געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק רבי ישעי'לע אז האלט שוין יארן לאנג נאך די חתונה און ליידער האט ער נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק,

דער צדיק האט אים מבטיח געווען מיט א קינד בקרוב, און כך הוה דער איד איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, און ווען עס איז אנגעקומען די טעלעגראם מבשר זיין אז דער איד איז געהאלפן געווארן, איז דער צדיק געבליבן זיצן גלייכגילטיג ווי נישט אים מיינט מען, ווייל עס איז געווען ביי אים פארשטענדליך אז די ישועה איז געקומען אין זכות פון זיין הייליגען טאטן זי"ע און עס האט גארנישט מיט אים,
--
אויך איז באקאנט אז ווען מען איז געקומען מזכיר זיין ביים צדיק א חולה אדער סיי ווען א איד האט געברויכט א ישועה, האט דער צדיק אייביג געזאגט בזה"ל, "דעם טאטנ'ס זכות זאל מגין זיין" אדער "איך וועל גיין צו מיין טאטן און אים בעטן ער זאל זיך דערבארעמען" און דאן האט מען געוויסט אז מען איז א געהאלפענער,
--
דערציילט מען אז א פארפאלק פון די שטאט פאדגורזש איז געקומען צו רבי ישעי'לע און זיך מזכיר געווען און געבעטן ברחמים אז זיי האלטן שוין 15 יאר נאך די חתונה און זיי האבן נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, און זיי ווילן זיך נישט גט'ן און די פרוי האט פארפירט און געזאגט אז זיי גייען נישט ארויס ביז די רבי איז זיי מבטיח זש"ק,

דער צדיק רבי ישעי'לע האט אויפגעמאכט דעם הייליגען ספר דברי חיים פונעם טאטן און אנגעהויבן מתפלל זיין און געזאגט, טאטן האסט דאך מיר צו געזאגט אז ווען איך וועל זיין אין אן עת צרה, וועסטו מיר קומען צו הילף, און א קורצע צייט שפעטער רופט זיך רבי ישעי'לע אן מיט א זיכערקייט, "גייט אהיים, וויל דער טאטע האט מיר צוגעזאגט אז איר וועט געהאלפן ווערן", פארשטייט זיך אז די פארפאלק האט זוכה געווען צו זש"ק,
--
הרה"ח רבי משה יהושע צאנגער ז"ל האט דערציילט, אז זייענדיג אין באכניא לאגער צוזאמען מיטן צדיק וקדוש רבי ישעי'לע מטשחויב זי"ע האבן די דייטשן געלאזט וויסן אז זיי גרייטן זיך פאר א אויסטויש מיט די אליאירטע מדינות, אז זיי וועלן באקומען דייטשע מלחמה געפאנגענע און זיי וועלן ארויס געבן אמעריקאנע און קאנאדישע בירגער,

און דער רבי משה יהושע האט פארמאגט קאנאדישע בירגער פאפירן, אבער ער האט נישט געוויסט וואס צו טון, איז ער אריבער צו רבי ישעי'לע און אנגעפרעגט וואס ער זאל טון, האט אים רבי ישעיל'ע זי"ע געזאגט בזה"ל, "און אז מען האט שוין פאפירן אין די האנט, דארף מען שוין לויפן, וואס איז דאס געאייל, עס וועט זיין גוט, וועט דאך זיין נאך א טראנספארט און נאך א טראנספארט",

פארשטייט זיך אז נאכדעם וואס איך האב באקומען דעם ענטפער פונעם צדיק האב איך מיט אמונת צדיקים געפאלגט דעם צדיק און זיך נישט איינגעגעבן אונעם טראנספארט,

עס איז טאקע ארויסגעפארן א טראנספארט פון 83 מענטשן, יעדער האט זיי גאר שטארק מקנה געווען אז זיי גייען באפרייט ווערן פון דעם גיהנום, אבער ליידער האט זיך פון דעם טראנספארט קיינער כמעט נישט צוריק געקערט לעבעדיג, ווייל די רשעים האבן רוב פון די מענטשן ליידער אומגעברענגט, דאן האב איך געזען דעם הייליגען כח פונעם צדיק און אז ער האט מיך געראטעוועט פון א זיכערן טויט, סוף פון די מלחמה איז דער ר' משה יהושע ז"ל טאקע באפרייט געווארן,
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9693
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי יצחק ישעי' האלברשטאם מטשחויב זצ"ל-הי"ד ג’ אלול תש”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

זיינס א קאנווערט פון קראקא
אטעטשמענטס
YYHYYH.jpg
YYHYYH.jpg (202.46 KiB) געזען 71 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”