Re: וואס באדייט די ווארט?
ראשי תיבות אזוי שטארק (עד כדי כך-אויף אזוי שטארק)
מיט אזא קאנספיראציע טראג איך מיר שוין יארן אין קאפ, יעצט שעיר איך עס די ערשטא מאל מיט די ברייטע וועלט..
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
ראשי תיבות אזוי שטארק (עד כדי כך-אויף אזוי שטארק)
אינטערסאנטintellectual האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:13 amראשי תיבות אזוי שטארק (עד כדי כך-אויף אזוי שטארק)
מיט אזא קאנספיראציע טראג איך מיר שוין יארן אין קאפ, יעצט שעיר איך עס די ערשטא מאל מיט די ברייטע וועלט..
ס'איז א אידישע ווארט. ערשיינט אין די ווערטערביכער.
וואס מיינט דאס ווארט? פון וואו קומט עס?יחליצך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:31 pm*באלמוטשעןיידישע קהילות האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:47 pmאון ווידעראמאל זעה איך נוצן דאס ווארט "באמוטשען" אין דעם קאנטעקסט פון "מוטשען", ווען באמת מיינט עס "אויסברענגען" ('באמוטשע נישט די צייט'...)
זייער אינטערעסאנט. (איין פאר דעם לעצטן פאראגראף דערמאנט מיר פון 'מעלות', און די לעצטע פראזע (איז עס א זאץ?) האט מיר געקאסט א לאך.)גרשון האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:25 pmוואס מיינט דאס ווארט? פון וואו קומט עס?יחליצך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 9:31 pm*באלמוטשעןיידישע קהילות האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:47 pmאון ווידעראמאל זעה איך נוצן דאס ווארט "באמוטשען" אין דעם קאנטעקסט פון "מוטשען", ווען באמת מיינט עס "אויסברענגען" ('באמוטשע נישט די צייט'...)
די ווערטערביכער (באל עמוטשען) טייטשן אז ס'מיינט פּלאפּלעןאדער זיך פארזוימען. אין אן אלטן הלכה ספר שטייט אז מ'טאר נישט באלעמוטשען נאכ'ן מאכן א ברכה איידער'ן עסן. א צווייטער שרייבט אז אויב באלעמוטשעט מען ביי אהבה רבה, וועט מען נישט קענען ליינען קריאת שמע בציבור.
הארקאווי (ע' 153) האט א שטיקל אויסברייטערונג: "באלעמוטשען" איז רעדן דברים בטלים, א "באלעמוט" איז א פלאפלער וואס רעדט דברים בטלים, בעת "באלעמוצטווע" איז דאס דברים בטלים גערעדעכץ זעלבסט. יעצט "באלעמוטשען די צייט" באדייט אויסנוצן איינעמ'ס צייט פאר גארנישט.
דאס ווארט קומט פון די סלאווישע שפראכן. ס'קוקט אויס ווי אריגינעל מיינט עס רעדן נארישקייטן, און פון דארט האט עס געקריגן דעם באדייט פון אויסנוצן די צייט פאר נארישקייטן, און פון דארט צו פּעניעןאיז שוין א קאצן-שפרונג. אין פויליש איז "באלעמוט" עמיצער וואס זעצט זיך ארויף אויף יענעם און דרייט א קאפ; דאס איז וויאזוי אסאך היינטיגע שרייבערס וואלטן גענוצט "באלעמוטשען".
די גענויע עטימאלאגיע פונעם ווארט ווייס איך נישט, אבער גאנץ מעגליך האט עס שייכות מיט'ן לאטיינישן באַלאָ , וואס האט זיך אנטוויקלט אין אסאך שפראכן בשייכות מיט "רעדן". און פון וואו קומט "באלעמער", א בימה פון וואס מ'ליינט פאר'ן עולם? אפשר האט עס אויך א פארבינדונג.
עכ"פ ס'פארמאגט נישט קיין שום שייכות מיט מוטשען. (ווער ס'זאגט אז יא איז א באלעמוט.)