חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Excalon
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 3:32 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excalon »

יעצט באקומען אין אימעיל פון JCDC
משפטים תשפ”ד אפדעיט
נקדמה פניכם בתודה!
איידער מיר וועלן אייך פארציילן די פארשריט, ווילן מיר זיך באדאנקען פאר די הונדערטער אידן וואס האבן איינגעשריבן צו באקומען די אפדעיטס, און קוקן ארויס אויף די הצלחה פון דעם פראיעקט. מיר האפן אייך כסדר צו האלטן אינפארמירט מיט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע איבער אלע פארשריט פון דעם 'עפארדעבל ליווינג פראיעקט'.

מיר האפן אז דער פראיעקט וועט זיין די ערשטע פון מערערע פראיעקטן וואס וועלן העלפן שליכטן דעם דירות קריזיס אין וויליאמסבורג, דורך געבן פאר תושבי וויליאמסבורג אן ערשט-קלאסיגן אלטערנאטיוו אין דזשערזי סיטי.

די ערשטע פאזע איז צוטיילט אין 4 חלקים.

1) די פולטאן 1 פראיעקט: דריי דירות, וואס די ארבעט איז שוין כמעט פארטיג, מען ענדיגט צו די טיילס, פעינט, און מאלדינגס וכדו'. לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די פולטאן פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן אין בערך 4-5 וואכן.

2) די פולטאן 2 פראיעקט: צוויי דירות. די פאונדעישאנס זענען שוין געגאסן, און מען גרייט זיך אנצוהייבן ארויפציען די ווענט אין די קומענדיגע טעג. – לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די פולטאן 2 פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן בערך אלול תשפ"ד.

3) די ארמסטראנג פראיעקט: צען דירות. זעקס פון די דירות האט מען שוין געגאסן די פוטינגס פון די פאנדעישאנס, און מען גרייט זיך אי"ה צו גיסן דעם גאנצן פאנדעישאן אין די קומענדיגע טעג. די אנדערע פיר דירות, האלט מען אינמיטן לייגן די אייזערנע Rebar פאר’ן פאונדעישאן. – לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די ארמסטראנג פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן בערך אלול תשפ"ד.

4) די וואודלאון פאריעקט: אכט דירות, מען גרייט זיך אראפצואווארפן די געביידעס וואס שטייען יעצט אויפן שטח, ביז געציילטע וואכן, און תיכף דערויף אנהייבן גראבן. – לויט די יעצטיגע שאצונגען וועט די וואודלאון פראיעקט אי"ה זיין גרייט צום פארקויפן חשון תשפ"ה.

אין די קומענדיגע וואכן וועלן מיר בעז"ה עפענען א וועיטינג-ליסטע פאר מענטשן וואס ווילן באקומען א דין קדימה, ווען מען וועט האלטן ביים פארקויפן די הייזער. קוקט ארויס אויף די קומענדיגע מעלדונגען.

צום ווידערזען.

https://drive.google.com/file/d/1AqxN-w ... sp=sharing
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (322.36 KiB) געזען 4435 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (111.86 KiB) געזען 4435 מאל
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

מאפע פון פאזע 1
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-02-13 at 11.07.49 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-02-13 at 11.07.49 PM.jpeg (292.23 KiB) געזען 4184 מאל
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

עד
אטעטשמענטס
JCDC 5 .jpg
JCDC 5 .jpg (346.19 KiB) געזען 3900 מאל
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

בס"ד

עש''ק כי תשא תשפ"ד

לכבוד די חשוב'ע אפדעיט סובסקרייבער הי"ו,

מיט געוואלדיגע פרייד טוען מיר דא מיטטיילן מיט אייך, אז די מאמענטום פאר דעם פראיעקט איז אומגלויבליך. עס רעגיסטרירן זיך טאג טעגליך פרישע סובסקרייבער צו באקומען אפדעיטס פונעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט.

מיר האלטן שוין היינט ביי שווערע הונדערטער אידן וואס ווילן מיטהאלטן די פארשריט פון דעם פראיעקט. צווישן זיי פילצאליגע וואס זענען ערנסט אינטערעסירט צו קויפן הייזער פון דעם נייעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט.

ב"ה די פראיעקטן רוקן זיך פאראויס ווי געפלאנט, און מיר וועלן, אי"ה אינעם נאנטן צוקונפט מיטטיילן מער פרטים איבער די פארשריט פון די קאנסטראקשן.

אבער כדי צו קענען פארשטיין בעסער די געברויכן פון די פאטענשל קונים, און כדי צו קענען עפענען א וועיטינג ליסטע פאר די וואס ווילן א דין קדימה ווען עס וועט קומען צום פארקויפן, האבן מיר בייגעלייגט א פאָרם אויסצופילן פאר אלע סובסקרייבערס.

ביטע פילט אויס דעם פארם און שיקט עס תיכף צוריק, כדי מיר זאלן קענען יעדן צופרידנשטעלן עצהיו"ט.

צום ווידערזען!

פילט אויס די פארום
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

תושבי גרינוויל גרייטן זיך צום גרויסן שבת שקלים הבעל''ט קאמבאנירט מיט עלי' לתורה בחצרות הקודש סקווירא גרינוויל
אטעטשמענטס
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_2 (1).jpg
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_2 (1).jpg (92.62 KiB) געזען 3723 מאל
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_1 (1).jpg
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_1 (1).jpg (85.65 KiB) געזען 3723 מאל
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

שמחת בית סקווירא
אטעטשמענטס
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_3 (1).jpg
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_3 (1).jpg (90.46 KiB) געזען 3714 מאל
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_4 (1).jpg
Simchas Bais Skver (2) updated 11x17_Page_4 (1).jpg (87.3 KiB) געזען 3714 מאל
הרבני הנגיד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 22, 2022 1:22 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנגיד »

וווי קען מען רופן צו דינגען דירות און גרינוויל?
מיין ידיד זוכט צו דינגען א 5 בעדרום!
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

הרבני הנגיד האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 4:14 pm
וווי קען מען רופן צו דינגען דירות און גרינוויל?
מיין ידיד זוכט צו דינגען א 5 בעדרום!
JCDC
201-733-5232
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

JCDC
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-03-26 at 3.23.17 PM (1).jpeg
WhatsApp Image 2024-03-26 at 3.23.17 PM (1).jpeg (208.4 KiB) געזען 3309 מאל
כל האזרח
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 10:38 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל האזרח »

א קורצער באריכט:
מיר האבן באזיכט די פארגאנגענע וואך דעם בליענדן ישוב און גרינוויל, זייענדיג א באזעסענע ברוקלינער תושב וואס צאלט 3200 א חודש פאר א פיצקעלע דירה און שטאט, איז אויסגעקומען אז איינע פון די אפציע פון זיך ארויסציען צו א נייע געגענד און עס איז נאנט און סיטי לייף איז געווען גרינוויל, האמיר אריינגערופן די JCDC אפיס און געמאכט א אפוינטמענט ווען מען קען אראפקומען באזוכן דעם ישוב און די אפיס האט מיך געגעבן א דאטום דינסטאג אינמיטן טאג, און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג און מיר האבן אריינגעלייגט די אדרעס פון די הויז 15 Fulton AVe. מיר זענען ארויסגעפארן ארום 11 פארמיטאג זיך רעכענדיג אז אפשר וועט זייו טרעפיק אבער מיר זענען אנגעקומען צו אונזער דעסטאנאציע 11:32, איך האב ממש נישט געקענט גלייבן אז מען רעדט פון אזוי נאנט וואס ביי מיר איז דאס די שטערקסטע פאקטאר צוליב וואס מיין בני בית האט א מכובד'יגע שטעלע און א היימישע מיידל שולע און ווילאמסבורג, היות מיר זענען אנגעקומען פריער האט די יונגערמאן וואס האט אונז געוויזן געזאגט אז ער איז נאכנישט גרייט ווייל ער ווייזט יעצט די הויז פאר א אנדערע משפחה ממילא בין איך אריבער צום דערנעבענדיגע שול בית זאב דוב וואס דאס איז די צענטראלע שול און מיר האבו געמאכט א שמועס מיט מענטשן וואס דרייען זיך דארט, צו סאך תושבים האבן מיר שוין נישט געטראפן קוקט אויס אז דער עולם ארבעט דארטת אבער מיר האבן געטראפן אידן בעלי מלאכה וואס קומען אריין דאווענען דארט און גייען וווייטער און זיי האבן מיר געזאגט אז דא הערשט א זא רואיגקייט אז עס איז זיי ווערט צו פארן און קומען דאווענען דא, און אויך זאגן זיי אז זינט די עפענונג פון JCDC טוט זיך א געקומאכטס פון מענטשן וואס קומען קוקען, און געוויסע קויפן אלטע היייזער, און נייע הייזער האלט מען יעצט ביים ענדיגן, היות מיין בעה''ב איז יעצט אריינגעקומען און אפיס וועלן מיר ממשיך זיין שפעטער מיט ביישרייבן די הויז, און די געגענט, און געוויסע פאקטארן, וואס קיין איינע פון די נייע געגענטער האט נישט וואס טוט אונז באוועגן אריינצוקוקן זיך צו ציען און די ישוב.
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

א בליק אויף איינע פון די הערליכע הייזער וואס ווערט נארוואס פארענדיגט.
177 Fulton AVe #1
מינגא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 6:21 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינגא »

בסוכות תשבו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:35 pm
א בליק אויף איינע פון די הערליכע הייזער וואס ווערט נארוואס פארענדיגט.
177 Fulton AVe #1
WOW!
עזריה
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:44 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריה »

צו וועם דארף מען רעדן? איך קאל די אנגעגעבענע נומבער צענדליגער מאל, אבער אין קול ואין עונה.
שמעון אחי עזריה, והלא שמעון היה גדול מעזריה, אלא על ידי שהיה עזריה עוסק בפרקמטיא ונותן בפיו של שמעון, לפיכך נקרא הלכה על שמו.(ויקרא רבה פר' כ''ה)
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

עזריה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:07 pm
צו וועם דארף מען רעדן? איך קאל די אנגעגעבענע נומבער צענדליגער מאל, אבער אין קול ואין עונה.
וועלכע נומבער האט איר גערופן?

אזוי זענען די אידן ארויס פון וויליאמסבורג!
אטעטשמענטס
JCDC 7 - 11x17 (1).jpg
JCDC 7 - 11x17 (1).jpg (162.5 KiB) געזען 1925 מאל
הרבני הנגיד
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 22, 2022 1:22 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנגיד »

בסוכות תשבו האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:44 am
עזריה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:07 pm
צו וועם דארף מען רעדן? איך קאל די אנגעגעבענע נומבער צענדליגער מאל, אבער אין קול ואין עונה.
וועלכע נומבער האט איר גערופן?
איך האב גערופן 201-733-5232 און א ווייבל האט מיך צוריקגערופן!
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

איז דא א מנין שבת פארן זמן תפילה ???
מינגא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 6:21 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינגא »

in Kollel at 471 Ocean ave.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מינגא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 2:41 pm
בסוכות תשבו האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:35 pm
א בליק אויף איינע פון די הערליכע הייזער וואס ווערט נארוואס פארענדיגט.
177 Fulton AVe #1
WOW!
דאס איז שיין!!!!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

כ'האף אז די דעוועלאופערס וועלן זיין ריזענעבל מיט פרייזן פאר די נייע מאסע נחשונים. כ'וויל זעהן א מאווומענט. א פרישע פלייץ.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:58 pm
כ'האף אז די דעוועלאופערס וועלן זיין ריזענעבל מיט פרייזן פאר די נייע מאסע נחשונים. כ'וויל זעהן א מאווומענט. א פרישע פלייץ.
מען פרובירט דאס מערסטע צו האלטן די דעוועלאפארס מיט ביליגע פרייזן, אבער בויען איז לעצטענס שרעקליך טייער!
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

א שבת און זשערסי סיטי

האבענדיג צוויי שוואגערס אין זשערסי סיטי האבן מיר אלץ ארויס געקוקט ווען עס וועט קומען די געלעגענהייט צו זיין דארט אויף א שבת,
און והנה די פארגאנגענע שבת איז עס ב"ה אינטערגעקומען ווען א שוואגער מיינע האט געמאכט א קידוש פאר א מיידעלע שנולדו לו למזל טוב, איז לאמיר צוגיין צום געהויבענעם שבת און פרובירען אביסל צו באשרייבן די בליק פון א גאסט אויף א ווייל.

ארויס געפארן זעמיר מיט מיין שוואגער אינאיינעם גע'מקוה'עטערהייט פרייטאג בערך 4:15 נאכמיטאג, דאס מיינט אז מיר האבן נאך געהאט דעם כמעט גאנצען פרייטאג רואיג אין שטאט, גענומען האב מיר דעם מאנהעטן בריזש צום האלאנד טאנעל און שוין נאכען פארפארען איינמאל האט די וועג גענימען א ס"ה פון אונטער א שעה,

אינ'אמת'ן אריין איז עס נישט די ערשטע מאל וואס מיר זענען דארט אבער זייענדיג פאר א שבת האט מען אויפגעכאפט אסאך מער דיטאלען פונעם עצם מקום,
רוב הייזער זעהן אויס צו זיין היפש אלט אבער נישט אזוי נאכגעלזט און דא דארט זעהט מען יא שיינע נייע געביידעס,
רוב שטאט איז בערך 3 שטאק הויעך מיט געציילטע אויסנאמען אויך נישט מער פון 5 שטאק, אויף די מעין גאס'ן איז אלעס בריק און די סטריט'ס (וואס איז אגב אסאך לענגער ווי די היימישע נוי יארק'ע גאס'ן) מער ווייניגער אלעס אלטע האלצערנע בנינים, די גאס'ן זענען זייער זויבער נישט דא קיין ראטן, כ'האב געפרעגט איינעם ווי אזוי גייט צו די רייניגען די גאס'ן זאגט ער אז ס'איז דא אלטערנערסייט אבער זיי פייפען פאר זיי קומען אן און נאר דעמאלטס געבן זיין א קוויטל און איינמאל די טראק פארט פארביי מעג מען שוין לעגאל פארקען האלוואי אויף אונז געווניטשען...
איין זאך מאכט אבער יא זייער נערוועז אז די ספיד לימיט איז 25mph אבער אויף אלע סטריטס איז דא בערך יעדע 40 פיס א ספיד באמפ וואס אפילו מ'פארט אויף mph12 טאנצט אלע ביינער...
לגבי די שכנים, קיינער קוקט דיך נישט אן! ער שעלט נישט, גריסט נישט, זעהט אייך בכלל נישט.
אבער אינטערעסאנט איז אז דארט טוט זיך נישט קיין פייפערייען נישט דא די גאנצע היץ פון נוי יארק מ'לאזט זיך איינדרייען, פארקען ארויספארן פון א ספאט בקיצור א זויבערע רואיגקייט הערשט דארט, מוזיק קען מען הערן דא דארט ווי די שטייגער איז ביי די נישט שטייגער'דיגע חברה אבער אויך נישט ווילד,
אבער די געמויזאכטס פון ווייערס וואס הענגען פארקניפטערהייט איבער אלע גאס'ן אזוי געפלאכטן באחדות וואס מקען נישט מנתיק זיין האט מיר דארמאנט פון דעי בחור'ס פיאות ששון פורים נאכמיטאג אויף'ן וועג צום ביהמ"ד נאך וואס זיין מאמע האט ענדליך מצליח געווען אים צריק צו ברענגען... כ'בין נאר נייגעריג צו איינער האט דאס אזוי פאכמאניש דיזיינט אדער יעדע איינוואוינער קען ממש טוהן מה שליבו חפץ און דאס איז די ריזאלטס - שווארצע סכך?!.

און יעצט צו אונזער שבת צווישן אחינו בני ישראל תושבי זשערסי סיטי וואס ווייסן קוים וואס ס'מיינט פעטוועי...

פרייטאג צונאכטס זעמיר געגאנגען דאווענען און די ביהמ"ד וואס געפונט זיך אין איינע פון די בניני המוסדות ס'איז מער אזא סארט קרעיטשמע שוהל כ'מיין מ'רופט עס משה יצחק איידליס'עס שוהל דארט איז דא צוויי רבנים איינס איז א ראזענבוים מער אין די יונגע 40'גער יאהר'ן זעהט ער אויס, ער האט געדאווענד מנחה ביים ברעטל געמאכט קולות ווי ס'פאסט פאר א ראזענבוים די צווייטע רב איז הרה''צ רבי עזריאל יודא ראטה שליט''א גאב''ד עמק התשובה.
ווען מ'האט אנגעהויבן דאווענען איז געווען קרוב צו א מנין אבער צום סוף איז שוין יא געווען 12 שטריימלעך די וועג צום ביהמ"ד האט גענימען א קנאפע צוויי מינוט און מ'האב מיר אפילו אריינגעכאפט צו זעהן א פייער טראק פליען זעהט אויס אז ס'איז א לעגאלע ריקווייערמענט אז די פייער טראקס מיזען מאכן צירקוס אויף די גאס'ן כסדר אזוי ווי אין שטאט...
נאכן דאווענען אין א שמועס מיט א מתפלל הערן מיר אז ס'איז דא 4 5 בתי מדרשים, אויף מיין פראגע 4 אדער 5? זאגט ער נישט יעדער האט מנין. אויף אונזער פראגע וואס מ'קען טוהן נאך די סעודה זאגט ער אז מקען גיין צום סקווער'ן רבי'ס טיש וואס איז זייער שיין אבער מיר זענען שוין נישט אנגעקומען דארט ווייל די סעודה האבן מיר גענדיגט ארום האלב צוויי.
שבת צופרי זעמיר געגאנגען אין די איינצוגסטע געהעריגע מקוה וואס איז אין די אלטע שוהל אויף MLK, די שוהל ווערט שוין נישט געהעריג באניצט ס'איז היינט א ברעסלעווע נעסט, אבער אדערווייל איז דארט די איינצוגסטע קהל'שע מקוה די מקוה זעלבסט איז גראדע שיין אבער זייער זייער קליין, פלאץ פאר בערך 6 מענטשן און בלויז 2 שויערס די וועג אהין האט אונז גענימען ארום 7 מינוט, אויף'ן גאס האט מען נאר געזעהן דעם עלטערן דור ווי זיי באגריסן זיך איינער דעם צווייטן זעהט אויס אז די יונגערע דור האט זיך געלייגט שפעט...
אינדרויסן פונעם אלטן שוהל האט מען געקענט זעהן די ניסים וואס זענען דארט פארגעקומען מזעהט בולעט לעכער אין א אייזענער שטאנג וואס האט געראטעוועט דעם אינגערמאן וואס איז ארויסגעלאפן פון געשעפט אויב געדענק איך גוט הייסט ער סאקס.
אלענפאלס פון דארט זעמיר געגאנגען צום נייער ביהמ"ד אויף פולטען א גרויסע לופטיגע היכל ביהמ"ד וואס ווי מ'הערט האט מען שוין אריין געלייגט אחוץ פון עצם אפקויפען די בנין ארום $900,000 פאר אנדערפיניק און פאר די מקוה, אויף די שאלה וואס טוט זיך מיטן היכל הביהמ"ד זעלבסט וואס קען נאך ניצן א שיינע פאר דאלער? קרעכעצט איינער אז ס'איז נישט דא קיין עסקנים, מ'פלאנט אפשר צו מאכן א קאמפיין לע"נ ר' חיים בער מייזעלס און קורא שם זיין היכל חיים בער זאגט א צווייטער,
דער עולם דארט זעהט אויס צו זיין זייער צופרידען און אויפגעלייגט פאר שחרית זעמיר צוריק געגאנגען צום שוהל וואס דארט איז געווען די גרויסע קידוש זמן שחרית איז געווען 10:45 הודו און דאסמאל איז שוין געווען א געפאקטער ביהמ"ד און וואס א פאר מינוט שפעטער איז געווארען מער פרייליכער די מצב רעדן שושקענען זינגען קל אדון ביי שטילע שמו"ע וכו' ר"ח בענטשן האט באקימען רב ראזענבוים און צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה''צ רבי עזריאל יודא ראטה שליט''א גאב''ד עמק התשובה.
4 עקסטערע קראקפאטס זענען געווען איינגעפלאגט אין שוהל אלעס איז געווען פון קוגיל זעהט אויס אז טשאלענט איז נישט אזוי גאנגבאר ביי זיי און טאקע פרייטאג צונאכטס האט מען שוין אריין געקוקט אינעם טאפ און איינער מער אזא טעטיגער סטייל האט פארפירט אז ס'איז איז אויף צו א הויכע פלאם ער האט גאר געסטראשעט מיט א פארברענטע ביהמ"ד אויב מ'טוט נישט וואס ער הייסט...

די קידוש.. אוי איז געגאנגען קולות דארטן די גאנצע שטאט איז זיך צאם געקומען מ'האט זיך קוים געקענט רירען דארט,
האלא לעווי די האסט געמאכט די קישקע?? ס'איז צי זיס ס'טויג נישט!! נע איך האב דעי וואך נאר געמאכט די לאקשען קיגול קאסט עס כ'זאג דיר וועסט הנאה האבן... אלעס פארשטייט זיך מיטן חסידישן חן.
ווען ס'איז שוין געווארען אביסל שיטערער האמיר באמערקט צוויי שיינע געשטאלטען וואס האבן זיך אזוי אומבאמערקט אריין גערוקט צו פראווען א יחידות... סוף קידוש איז שוין די קולות געווען אויף טאן 10, ווי נישט ווי איז דאך געווען די יארצייט פון ב"מ.
ווי מען הערט איז די מוסד זייער סטאביל מיט געלט און מיט בנינים, טאטעס דארף'ן גארנישט צאלן דורכאויס דעם יאהר די גאנצע בוזשעט ווערט געדעקט פון וואטשערס, וואס אין די ארימיגע אידישע ישובים ברעכן די מוסדות אינטער,
אזוי אויך איז דא א הערליכע גרויסע מהודר'דיגע מקוה טהרה,
דורכאויס די וואך איז דא 5 מנינים שחרית און מען צוטיילט די היכל הביהמ"ד אין צוויי מיט האלבע מחיצות,
א 2600sq דירה קאסט יעצט ארום $800,000 וואס דאס אינקלאד שוין רעדי ממש אריין גערעכנט טשענדעליער'ס, אבער אויב קויפט מען א אלטע גוי'שע הויז און מ'מאכט עס אליין איבער קען מען ענדיגען ביי בערך $600,000 איז מיר איינער דארט מסביר.
די עולם נעמט אויף געסט זייער שיין ס'איז דא די סארט ברייטע נשמות דארט וואס קומען צו, אה די ביסט א ברידער אדער א שוואגער? ווי איינער זאגט אונז זענען אלטע גיטע פריינט, נאכדעם זענען אויך צוגעקומען מער די איידעלע סארט אינגערמאן וואס טוט וואס איז פאסיג, פארויטליכערהייט געט ער אזא שטילע שלום עליכם און לויפט גראד צום נעקסטען אזוי איז ער פערטיג און קארגע 15 סקונדעס וכו'
שלש סעודות האמיר געפראוועט אינעם גרויסן ביהמ"ד אויף פולטען די רב הרב מייער האט געזאגט תורה אלעס ווי געווענליך א אינטערעסאנטע זאך זעהט מען יא אז א שיינע צאל איודן קומען צו ש"ס מיט די דינע סארט כאלאט בעקיטשע זעהט אויס דארט שטעקט זייער ברייטקייט פון נישט וואוינען אין שטאט...
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
בסוכות תשבו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסוכות תשבו »

Ad JCDC
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-05-06 at 4.18.29 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-06 at 4.18.29 PM.jpeg (99.2 KiB) געזען 714 מאל
אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4836
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

Screenshot_20240515_084103_Drive.jpg
Screenshot_20240515_084103_Drive.jpg (59.41 KiB) געזען 255 מאל
איש טוב מבשר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

פון JCDC אימעיל:

פרשת אמור אפדעיט

א גוטן ערב שבת,

אינעם יעצטיגן אפדעיט ווילן מיר אייך מיטטיילן צוויי חלקים פונעם עפארדעבל ליווינג פראיעקט. אן אפדעיט אויפן קאנסטראקשן פראנט, און אן אפדעיט אויפן מארקעטינג פראנט.

אויפן קאנסטראקשן פראנט קענען מיר מעלדן אז די ארבייט גייט ב"ה אן אין פולן שוואונג. און לויט די שאצונגען וועלן טאקע אלע 23 דירות פונעם ערשטן פאזע זיין גרייט בעפאר די ענדע פון 2024.

פולטאן פראיעקט 2 דירות: די גאנצע לעקטער, פלאמבינג, לאו וואלטעדזש, און עירקאנדישאנינג, איז שוין גע'ענדיגט, מען האלט שוין אינמיטן צו מאכן די ווענט מיט שיעטראק.

ארמסטראנג פראיעקט 10 דירות: האט מען שוין ארויפגעצויגן די ערשטע צוויי שטאק, און מען גרייט זיך צו ענדיגן די גאנצע פרעימינג אין די קומענדיגע צוויי וואכן.

וואודלאון פראיעקט – 8 דירות: האט יעצט באקומען דעם לעצטן עפראוול, און מען גרייט זיך אנצוהייבן די פאונדעישאנס אין די קומענדיגע וואכן.

דאס איז אין צוגאב צו די ערשטע דירות וועלכע זענען שוין גענצליך גע'ענדיגט.

אין די יעצטיגע טעג ווערן פארענדיגט די פלענער פונעם צווייטן פאזע פון בערך 40 דירות.

אויפן מארקעטינג פראנט ווילן מיר מיט טיילן אז דער ערשטער חלק פונעם מארקעטינג קאמפיין האט ב"ה געמאכט א מעכטיגן אפקלאנג, און פילע הונדערטער תושבי וויליאמסבורג האבן שוין אריינגערופן און קוקן ארויס זיך צו קענען ארויסציען קיין דזשערזי סיטי.

אין די יעצטיגע וואכן איז די מארקעטינג אריינגעגאנגען אין א צווייטע פאזע, מיט א סעריע פון עדס וואס רופט זיך "טראכט אריין און מופט ארויס" .די עדס פון דעם סעריע וועלן ארויסברענגען די טריקענע פאקטן ארום דעם וויליאמסבורג דירות קריזיס, און וויאזוי דער קריזיס ווערט בלויז ערגער פון טאג צו טאג, און עס איז נישטא קיין שום אויסזיכטן בדרך הטבע אז דער קריזיס זאל זיך שליכטן.

די סעריע וועט אי"ה לויפן במשך דעם גאנצן זומער מיט א פרישע פאקט יעדע וואך.

דער עד סעריע האט שוין געברענגט א גרויסער אויפוואכונג איבער דעם קריזיס, והחכם עיניו בראשו צוטון צו די זאך, און זיך ארויסזען פון דעם קריזיס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”