פסח אויסגאבעס תשפ״א

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

די שפאציר אין בארא פארק איז גאר גוט, נישט די לאקאציעס, נאר בעיקר די שפראך איז עפעס געוואלדיג. קורץ און שטעכעדיג.
אויך געטראכט אזוי - אבער טיילמאל איז ער שוין אביסל צו קורץ

די אמונת ישראל ארטיקל איז זייער רוי, נישט קיין חידושים, נאר קאלטע פאקטן אן קיין סאך קריעטיוויטי.

בכלל געווענליך ווען מאמענט לייגט א בילד פון איינעם ערווארט איך אן אינטערוויו נישט קיין פלעינע ביישרייבונג.

די לב טהור גרים ארטיקל איז זייער רירנד, א שאד דער גליק האט נישט געמאכט א סטאפ דארט בשעת זיין באזוך. מסתמא פלאנט ער אהינצופארן בקרוב.

יא אויך זייער הנאה געהאט דערפון - פארפאלן ר' אלי' יואל האט א פיינע פעדער.


אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א פוינט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
א תושב האט געשריבן: מיין אויסוואהל
די וואך
דער בלאט
דער איד
א בליק
משפחה
בקהילה זוך איך נאך צו קויפן
די וואך אריינגעקומען זייער קלאר תוכנדיג גענומען די שרייבער טאמבור פון ירושלים וואס פלעגט שרייבן אין מאמענט,ער רופט זיך דערט שמואל סופר מאכט א גוטע דזשאב, די שחרית פראיעקט איז פיין, א בליק זייער שוואך געקאווערט די שליחים פפון חב"ד, מאראקע פיינע נייעס, מאמענט געזעהן ביים טאטן, זייער פיין מיט ראצפערטער רב, (נפשי מיט סיקסא רב אפילו איך בין נישט מסכים מיט יעדע ווארט וואס ער זאגט) פיינע דזשאב בכלל, דער איד בלאט ווי געווענדליך פסח, סוכות, משפחה עברית זייער פיין אפאר גוטע פראיעקטן דארט וועגן נתניהו, די מוסד, מעלער, דאס איז מיין צוויי צענט איבער די פסח אויסגאבעס תשפ"א,

ער שרייבט נאכאלץ..

דארף מיר געוואויר ווערן וועלכע נאמען ער האט זיך פארשאפט...

האב איך מיר טאקע געוואונדערט ווער די סופר איז..

ער רופט זיך געהעריג אלטר שמואל טאמבור, ער שרייבט פשוט נישט אזוי אפט.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
א תושב האט געשריבן: מיין אויסוואהל
די וואך
דער בלאט
דער איד
א בליק
משפחה
בקהילה זוך איך נאך צו קויפן
די וואך אריינגעקומען זייער קלאר תוכנדיג גענומען די שרייבער טאמבור פון ירושלים וואס פלעגט שרייבן אין מאמענט,ער רופט זיך דערט שמואל סופר מאכט א גוטע דזשאב, די שחרית פראיעקט איז פיין, א בליק זייער שוואך געקאווערט די שליחים פפון חב"ד, מאראקע פיינע נייעס, מאמענט געזעהן ביים טאטן, זייער פיין מיט ראצפערטער רב, (נפשי מיט סיקסא רב אפילו איך בין נישט מסכים מיט יעדע ווארט וואס ער זאגט) פיינע דזשאב בכלל, דער איד בלאט ווי געווענדליך פסח, סוכות, משפחה עברית זייער פיין אפאר גוטע פראיעקטן דארט וועגן נתניהו, די מוסד, מעלער, דאס איז מיין צוויי צענט איבער די פסח אויסגאבעס תשפ"א,

ער שרייבט נאכאלץ..

דארף מיר געוואויר ווערן וועלכע נאמען ער האט זיך פארשאפט...

האב איך מיר טאקע געוואונדערט ווער די סופר איז..

ער רופט זיך געהעריג אלטר שמואל טאמבור, ער שרייבט פשוט נישט אזוי אפט.

"די וואך" האט אויך געהאט דעם יום טוב מיט זיין פולן נאמען
א תושב
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2021 10:11 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תושב »

ער נישט געשריבן קיין איינן ארטיקל אין מאמענט דעם פסח
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אלע אויסגאבס זענען געווען פיין און גוט אבער וואס טוט זיך איבער די הלכה פון נישט קוקן קיין עדס אין שבת ויו"ט? פארוואס מאכט מען נישט קיין עקסטערע אויסגאבע נאר פאר די עדס?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע:Misplaced

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

אין מוקדם ומאוחר
בליק
וואך
הונדערט
בחצרות סאטמאר
דער גלאק
דער בלאט
דער איד
יסודות
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב אויך הנאה געהאט ווי אלע פון ענק,
איך האב אסאך הערות אבער איך וויל רעדן איבער עפעס וואס קיינער האט נאך נישט ערווענט,
די "במחיצתם" קונטרס פון דער וואך איז איינע פון מיינע פעוואריטס, זייענדיג פון די עלטערע אידן דא געדענקט איך ב"ה א ריזיגע חלק פון די רבנים פון לעצטן דור לייוו (און די היינטיגע עלטערע אין די יונגע יאהרן), און די זכרונות קומען ארויף פריש מיט נאסאטאלגיע!
אבער די פראבלעם איז אז עס זענען דא אביסל צופיל בילדער און א גרויס חלק פון זיי איז אזוי פיצי אז די אויגען פאלן כמעט ארויס! יא, אפילו ווען איך רוק די ברילן אויף שפיץ נאז!!! פארוואס נישט מאכן אביסל ווייניגער און גרעסער?

אויכעט בין איך נייגעריג ווי אזוי די בילדער זענען געווען אריגינעל. איז דאס געמאכט פון אלטע פילם קעמערעס? דאן ווי אזוי האט מען עס דיזשיטייזט?
למאי נפ"מ?? ווייל אסאך בילדער וואלט מען געקענט קלארער מאכן מיט אפאר פשוט'ע קנעפלעך אויף סיי וועלכע PHOTO פראגראם, עס זאל נישט זיין למשל אזוי רויטליך, אדער פארבעסערן די לייטינגס (די ברייטנעס, עקספאוזשער, היילייטס אדער שעדאוס וכו' כידוע ליודעים).
ממש א שאד.
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

איך האב היינט געדאווענט אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, און ביי מיין מנין איז געגאנגן נאך געלט א חתן פון ארץ ישראל, און כ'האב נאכ'קוקט און געזעהן אז א גרויסע חלק פון די עולם האט זיך זייער ווארעם משתתף געווען.
נאכ'ן דאווענען האבן עטליכע פון די מתפללים געשמועסט און ממש כולם בפה אחד האבן געזאגט אז די ארטיקל פון 'די וואך' איבער משולחים האט זיי געמאכט טוישן זייער אויפפירנג צו משולחים, און רוב האבן געזאגט אז זיי האבן צוליב דעם מוסף געווען די נתינות.
#תזכו למצוות.
פרישטאג
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 3:54 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישטאג »

איך האב געזעהן אז קיינער האט כמעט נישט דערמאנט דעם הערליכען שמועס מיט אב"ד סיקסא (כמעט) יעדע ווארט איז קלאר אויסגעשמועסט מיט אן אמת
איך בין געווען נייגעריג איז דאס פערצופאל אז קיינער האט עס פונקט נישט געליינט ווייל עס איז זייער לאנג אדער עס ווערט צעהנזירירט???
פרישטאג
פרישטאג
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 3:54 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישטאג »

איו די נפשי חלק אין די מאמענט

פרישטאג האט געשריבן: איך האב געזעהן אז קיינער האט כמעט נישט דערמאנט דעם הערליכען שמועס מיט אב"ד סיקסא (כמעט) יעדע ווארט איז קלאר אויסגעשמועסט מיט אן אמת
איך בין געווען נייגעריג איז דאס פערצופאל אז קיינער האט עס פונקט נישט געליינט ווייל עס איז זייער לאנג אדער עס ווערט צעהנזירירט???
פרישטאג
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

פרישטאג האט געשריבן: איו די נפשי חלק אין די מאמענט

פרישטאג האט געשריבן: איך האב געזעהן אז קיינער האט כמעט נישט דערמאנט דעם הערליכען שמועס מיט אב"ד סיקסא (כמעט) יעדע ווארט איז קלאר אויסגעשמועסט מיט אן אמת
איך בין געווען נייגעריג איז דאס פערצופאל אז קיינער האט עס פונקט נישט געליינט ווייל עס איז זייער לאנג אדער עס ווערט צעהנזירירט???

איך האב עס דערמאנט פריערט
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פרישטאג האט געשריבן: איך האב געזעהן אז קיינער האט כמעט נישט דערמאנט דעם הערליכען שמועס מיט אב"ד סיקסא (כמעט) יעדע ווארט איז קלאר אויסגעשמועסט מיט אן אמת
איך בין געווען נייגעריג איז דאס פערצופאל אז קיינער האט עס פונקט נישט געליינט ווייל עס איז זייער לאנג אדער עס ווערט צעהנזירירט???

עטליכע האבן עס קריטיקירט אין די מאמענט אשכול. ע"ש.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך קום צוביסלעך אן צו ליינען די פסח׳דיגע סחורה, ס׳איז אזא ווייטאג וואס די די ׳וואך׳ און ׳בליק׳ טוען צו אונזער ליין מאטריאל, א שרעק. מען נעמט באמבאסטישע איידיעס און מען שחט עס אפ מיט אפאר הונדערט לופטיגע קערעקטערס, און יעצט אויב איינער וויל באשרייבן די זעלבע זאך איז עס שוין ׳אלטע נייעס׳.

נעם א דוגמא, דער ׳משולח׳ ארטיקל: דאס וואלט געקענט זיין די ארטיקל פון יאר צענדליג! די געדאנק איז א חידוש, עס וואלט געקענט זיין שפאנענד, ציענד, וועלטן פון אינפארמאציע און דראמא, און דא? א לופטיגע ארטיקל, געדעקט קוים צוויי בתי מדרשים, נישט געגעסן מכלומרשט פאר דריי שעה, און דער שרייבער איז שוין הונגעריג ווי א בער, און. שוין. דערזעהסט זיך ביים סוף פון די ארטיקל.

אפגעהארגעט א געדאנק, סתם ווייל מען מוז שיסן נאך קעפל. (די עצם קארגע שרייבעריי איז גראדע גוט געווען)

חסידים אין יו עס עי: אזא קנאקדיגע גברא און חפצא, געקענט ווען מאכן א לאנגס און א ברייטס, דער פאטארירער האט א אוצר פון אויסטערלישע איבערנעמנדע בילדער. אבער ניין, געגעבן א שיס אפ אפאר קערעקטערס, ארויפגעשמירט אפאר בילדער אן קיין עכטע משמעות, און? שוין. אפגעהארגעט א געדאנק.

אטו כי רוכלא? כהנה וכהנה.

איך רעד שוין נישט די דרגא פון קינדישקייט וואס גיסט זיך מיט אן איבערפלוס פון ׳די בליק׳, די הגהה איז שוואך, די שפראך איז ניטאמאל קינדיש, די תוכן איז פריזינג לופטיג, די נידריגסטע לעוול אין שרייבעריי זענען זיי דער העכסטער געווינער.

עס נעמט נישט אוועק פון דעם, אז אין ׳די וואך׳ לדוגמא איז געווען אויסטערלישע שיינע פראיעקטן, באמת שיינע זאכן. און אנדערע אויסגאבעס האבן אויך געהאט גאר גאר גוטע סחורה, די מאמענט, גלאק, אותיות, און נאך, אבער די שאדן וואס די אויסגאבעס טוען איז א ווייטאג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע:צװישן טעאריע און פאקט

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ענדע צדיק! האט געשריבן: איך קום צוביסלעך אן צו ליינען די פסח׳דיגע סחורה, ס׳איז אזא ווייטאג וואס די די ׳וואך׳ און ׳בליק׳ טוען צו אונזער ליין מאטריאל, א שרעק. מען נעמט באמבאסטישע איידיעס און מען שחט עס אפ מיט אפאר הונדערט לופטיגע קערעקטערס, און יעצט אויב איינער וויל באשרייבן די זעלבע זאך איז עס שוין ׳אלטע נייעס׳.

נעם א דוגמא, דער ׳משולח׳ ארטיקל: דאס וואלט געקענט זיין די ארטיקל פון יאר צענדליג! די געדאנק איז א חידוש, עס וואלט געקענט זיין שפאנענד, ציענד, וועלטן פון אינפארמאציע און דראמא, און דא? א לופטיגע ארטיקל, געדעקט קוים צוויי בתי מדרשים, נישט געגעסן מכלומרשט פאר דריי שעה, און דער שרייבער איז שוין הונגעריג ווי א בער, און. שוין. דערזעהסט זיך ביים סוף פון די ארטיקל.

אפגעהארגעט א געדאנק, סתם ווייל מען מוז שיסן נאך קעפל. (די עצם קארגע שרייבעריי איז גראדע גוט געווען)

חסידים אין יו עס עי: אזא קנאקדיגע גברא און חפצא, געקענט ווען מאכן א לאנגס און א ברייטס, דער פאטארירער האט א אוצר פון אויסטערלישע איבערנעמנדע בילדער. אבער ניין, געגעבן א שיס אפ אפאר קערעקטערס, ארויפגעשמירט אפאר בילדער אן קיין עכטע משמעות, און? שוין. אפגעהארגעט א געדאנק.

אטו כי רוכלא? כהנה וכהנה.

איך רעד שוין נישט די דרגא פון קינדישקייט וואס גיסט זיך מיט אן איבערפלוס פון ׳די בליק׳, די הגהה איז שוואך, די שפראך איז ניטאמאל קינדיש, די תוכן איז פריזינג לופטיג, די נידריגסטע לעוול אין שרייבעריי זענען זיי דער העכסטער געווינער.

עס נעמט נישט אוועק פון דעם, אז אין ׳די וואך׳ לדוגמא איז געווען אויסטערלישע שיינע פראיעקטן, באמת שיינע זאכן. און אנדערע אויסגאבעס האבן אויך געהאט גאר גאר גוטע סחורה, די מאמענט, גלאק, אותיות, און נאך, אבער די שאדן וואס די אויסגאבעס טוען איז א ווייטאג.

viewtopic.php?f=91&t=45593&start=250#p2717745
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

מזל מידיע האט געשריבן: גיי זאג עס פאר די אפיסעס פון יוד און בלאט... זייערע סטעף זאגן געהעריג מיטוואך צופרי, קאל אן.
יאיר גאלד האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן: שקר גס, וואס פייניגסטע די מענטשהייט, מקומט ארויס ווי אלע וואכין מיטוואך צופרי

יעדן יו"ט קומט אלעס ארויס א טאג פריער ווי געווענליך.

העי, האסט פארגעסן צו שרייבן בס"ד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לא לנו האט געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2021 3:24 pm
Ban Mazel האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
למען ידעו האט געשריבן:
די שרייבסט וואס די טראכסט אדער וואס די ווייסט?

א מין געשרייבעכץ דאס, אינטערגעריסן א גאנצע טוץ מיט צייטונגען וועלכע לייגן אריין כוחות, קומען ארויס מיט שיינע זאכן, טראץ וואס זיי בעטן גאנצע 3 4 דאללער בעת די מאגאזינען בעטן דאפעלט, נאך אריינגעשליידערט א נאמען וועלוול שמעלצער ווי כאילו עס קומט דא אריין און די ביזט נאך א מבין אויף שרייבעריי אויך ווי די ענדיגסט צו....
ער רעדט פון דער איד (און אפשר אויך פון דער בלאט).
און גראדע איז דאס זייער אמת..

וואס איך וועלט יא געבעטן איז ביטע נישט מאכן אז יעדע צווייטע פעידזש זאל זיין א עד.. ס'איז זייער שווער צו ליינען אן ארטיקל ווען אויף יעדע פעידזש איז נאר דא איין זייט, און די אנדערע זייט איז א עד...
מאכטס א באזונדערע בוק פון אלע עדס....
כ'טראכט אז עס מוז זיין אז אדער קענט איר דער מזל ניק... אדער זענט איר א בל רוח הקודש...

וויאזוי מען קען פון זיין דיסקריפשן פארשטיין אז ער מיינט דער איד איז מיר א שטארקע פלא... קען זיין איר לייענט נישט דער איד.. דאס איז מיין לימוד זכות. דער איד - בכלל יעדע וואך, ספעציעל יו"ט - איז דארטן דא עכט אסאך חומר. אמת, עס איז נישט קיין מאגאזין און עס זענען זיכער דא וואס האבן ליב מאגאזין סארט סחורה.

אבער צו זאגן אז "מען דרוקט איבער אלטע ארטיקלן"... פליז... אפשר אמאל א אינטערעסאנטע ארטיקל פון ר' סענדער וכדו' געדרוקט פאר יארן צוריק און האט נישט פארלוירן די ווערט, און עס וועט אלס שטיין אז דאס איז איבערגעדרוקט. איך בין זיך אמאל מחי' מיט עפעס א אלטע זאך מיט די אמאליגע טעם.

די פאקט איז, מיט די אלע עדווערטייזעמענטס, ליגט אויף איין בלאט אין א צייטונג לכאורה מער אותיות פון עטליכע בלעטער אין א מאגאזין. שטייט א צייטונג און באצאלט געלט פאר שרייבער, אסאך אסאך אסאך בלעטער, און איינער מיט א דריי מיט די נאז מאכט פון דעם אויס.

איך נעם זיך נישט אן דירעקט פאר דער איד אדער צייטונגען בכלל. איך גלייך אסאך פון די אויסגאבעס און קויף פון אלע סארטן. און ווי געזאגט, נישט יעדער איז מחיוב ליב צו האבן וואס יענער איינער האט ליב צייטונג סטייל, איינער מאגאזין סטייל, און איינער שטערן-שפאקטיוו-אינטערעסנאט סטייל. אבער אוועקמאכן מיט זאכן וואס זענען אויסגעזויגן פון פינגער, בשעת יענער שטעלט צו אסאך סחורה איז נישט שיין.

אדרבה, כ'גלייב דו האסט נישט די אלטע איד פון פאריאר. אבער איך וואלט געוואלט זעהן אויף וואס אזא ברייטע אונטערייס איז געבויט.
לאמיר איבערגיין שטאטלעך איין נקודה נאכן צווייטען:
ערשטענס האב איך שוין קלאר געמאכט אז פאר מיר פירן א דיסקוסיע מוז זיין קלאר אז דו ביזט נישט א בלינדע שטיצער פון איינע פון די גרעסערע קהילות וואס פארטראנאזירן במילא זייער צייטונג וכדו', און פון זיי אויס קען זיין דארט הונדערטער בלענק בלעטער, אדער א קאלעקשאן פון אלע מודעות פון דעם משמש, בית הוראה, התאחדות אברכים וואס הענגט אין די צענטראלע שול פון די קהילה די לעצטע צוויי וואכן... און דאך וועט עס יעדער קויפן מיט שפאנונג... אדער אז די ארבייטסט אין אזא אפיס, דער נושא איז געמאכט צו ווערן אויסגעשמועסט ביי נייטראלע ליינער וואס גליכן א גוט שטיקל ארבייט ליינמאטריאל וואס ליגט אריינגעלייגט דערין לכל הפחות עטוואס מחשבה און געפיל עס זאל זיין אינטערעסאנט און מיט חידושים.
נאכדעם לאמיר זיין קלאר אז די ליינסט בכללות היבש אויסגאבעס און צייטונגען און די האסט א חוש צו מבינ'ן און מבחין זיין בין אלו לאלו.
צו איך ליין דער איד דער ענטפער איז: יא, שוין עטליכע צענדליג יארן, גראדע אין פאליטישע אנאליזן איז ער גאנץ שטארק און רייך, אבער אונזער שמועס איז איבער "אידישע" ארטיקלען.
און נאכדעם לאמיר זיין קלאר וואס מיין פוינט איז, צב"ש: פון דעם אליינס וואס דיין תשובה איז אז די צייטונגען האבן מער טעקסט פער פעיזש אויף איין בלאט וכו' זעה איך אז די האסט בכלל נישט פארשטאנען די נקודה, די נקודה איז דייקא דאס, אז די צייטונגען זוכן אפצודרוקן בלעטער אויף בלעטער מיט מיליאנען קערעקטערס, אבער עס איז נישט אין די אינטערעסע פונעם ליינער, עס ברענגט נישט צום שולחן הקוראים קיין חידושים פון וואס צו הנאה האבן, אויב ביזטו נישט קיין שטארקע ליינער דעמאלטס איז דער נושא בכלל נישט פאר דיר, די צייטונגען קענען זיין ריזיג, מעגא יום טוב פעקעדזש, הערליך גראפירט, ריזן בילדער, אבער נאך אלץ ליידיג פון סיי וועלכע חידושים. קיין סתירה.
צו איך האב באהאלטן דער איד פון פאריגן יום טוב איז נישט קיין ענין, ווייל איך האב נישט ארויסגעברענגט דוקא דער איד, נאר סיי ווער עס טוט אזעלכע נערישקייטן פון פארקויפן שטרוי אויסגעלייגט אויף הונדעטער בלעטער. און איך גיי נישט אריינגיין אין קיין ויכוח איבער סיי וועלכע צייטונג מיט א נאמען, ווייל איך האלט נישט ביים מצער זיין אדער שאדן מאכן סיי וועמען.
און דערפאר האב איך אויך נישט פארגעשלאגן צו קוקן אין די אויסגאבעס און עס דיסקוסירן דא דעם קומענדיגן יום טוב, ווייל מיר וועלן נישט אריינגיין אין דיטעילס איבער זאכן וואס קען וויי טון פאר סיי וועמען. אבער ווי געשריבן זע איך יעדן יום טוב ארטיקלען וואס איך אליינס האב שוין געליינט אין "להתענג" גליונות, אדער אין "אן אוצר" פון וועלוועל שמעלצער ווי עס ווערט איבערגעקייט אין אויסגאבעס מיט א געשמאק כאילו מען האט דא עפעס אויסגעפינען א נייע אויפדעקונג.
וואס איך מעג יא ארויסברענגען איז קרעדיט אין דעם נושא טאקע פאר די רעדאקטארן פון "דער אידישע צייט" אין "די צייטונג" וואס שטעלן צו יעדן וואך ממש א פרישער אוצר פון העכסט אינהאלטסרייכער ליינמאטריאל וואס ברענגט א עונג שבת, און אויף יום טוב דאפעלט, יא, עס האט מסתמא ווייניגער ווי א פערטל עמודים פון אנדערע ענליכע צייטונגען, אבער עס איז ווער יעדע דאללער. יישר כוחכם.
ווי ס'שיינט זענט איר א נייע ליינער.
צייטונגען נעמען פון להתענג? ווען האט איר לעצט געזען להתענג האבן עפעס פרישס? 'איז דאך פונקט פארקערט
וה"ה לגבי די אידישע צייט, ווי שוין היינט גוט באקאנט אז טאקע וועגן דעם האבן זיי אזעלכע גוטע סחורה ווייל ס'איז גענומע פון פארשידענע פלעצער, ואכמ"ל, ופשוט
יעצט זעה איך אז מיינע טענות 3 יאר צוריק האבען אויפגעטוען ב"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”