כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך טוה דאנקן דעם אייבערשטען אז מיינע קינדער זענען היינט צוריקגעגאנגן אין די מוסדות נאכן זיין אינדערהיים פאר באלד צוויי וואכן, איך גלייב אז געוויסע קינדער האבן נישט די געהאט די מעגליכקייט צוריקצוגיין אין די מוסדות צו וועגן זיי פילן נישט גוט, צו וועגן אישו'ס וואס די עלטערן האבן מיט די הנהלת המוסדות (ווי מיינער א באקאקנטע האט געהאט), צו ווייל זיי ברויכען וואוינען אין אזעלעכע פלעצער ווי עס זענען נישט פארהאן קיין מוסדות, צו ווייל די עלטערן האלטן ליידער נישט ביים שיקן צו קיין מוסדות התורה. ב''ה פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

טרעפענדיג מיינער א באקאנטער א גרוש האב איך-וועלענדיג אים אביסל אויפלעבן און זיך וויסענדיג מאכן פון אים- אים געפרעגט וויאזוי עס איז געלונגען זיין יחץ (זיך וויצלענדיג פון די עלטערע דור וואס פלעגט דאס ארום פרעגן מיט גרויס חיות..) אבער אנשטאט ארויפצוברעגן א שמייכל אויף זיין געזיכט גיט ער זיך א רוף אן פארווייטוגט ''איך ווייס נישט,איך ווייס אז איך בין א יחץ'' אין דא האט ער אנגעפאנגן זיך אויסצוגיסן זיין פעקל ווי קיינעם אינטרעסירט נישט זיין מצב קיינער קוקט נישט אויף אים און אז מ'טראגט אים גארנישט אן וכו' וכו' פארשטייט זיך איך האב פראבירט וויפיל ס'שייך צו מיטפילן מיט אים און אים מחזק זיין.
אבער נאכן הערן זיין ווייטאג אזוי ליי''ף אראפגעלייגט וויל איך ברבים דאנקן דעם רבוש''ע אז איך גיי דאס נישט אדורך, איך ווייס אז איך בין עס נישט ווערט נאר מרוב טובו וחסדו ית' היט ער מיך אפ פון דעם, כן יעזור השי''ת הלאה (און דער אייבערשטער זאל שוין אויפרעכטן די אלע וואס זענען ליידער יא און דעם מצב)

אזוי אויך וויל איך דאנקן דעם רבוש''ע אז איך האב די וואך באקומען אפאר בוקינג'ס פאר די סערוויס וואס איך פראווייד. ב''ה פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך טוה ברבים דאנקן דעם רבוש''ע אז מיין זון ני''ו איז פיין מסודר מיט גוטע חברותות אויף קומעדיגע זמן הבעל''ט, נאככדעם וואס אין די עבר האט ער זיך אפאר מאל געמוטשעט דערמיט (דוקא צוליב זיינע כשרונות) און עס איז געווען היבש אפאר מאל א אנגעצויגענע טעמע אין די טעג צווישן יו''ט און התחלת הזמן. הודו לה' פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4241
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

איך טיע דאנקן דעם באשעפער אז איך בין אויפגעשטאנען געזינט אין שטארק, אין אז מיינע קינדער זענען בה אינדערהיים געזינט אין שטארק נאךדעים וואס זיי זענען געווען אוועק וועגן זייער נייע שוועסטער בעבי, הודו לד'
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך טוה דאנקן דעם באשעפער אז די דשאב פון נעכטן וואס האט אויסגעזעהן פון אנהייב אז עס גייט גיין פייפן איז למעשה יא אויסגעקומען מיט גרויס סוקסעס,
אזוי אויך וויל איך אים לויבן אויף דעם וואס איך האב געהאט די מעגליכקייט,רצון,און געלעגענהייט צו קויפן אפיקומן פאר מיינע קינדערלעך. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך טוה דאנקן דעם רבוש''ע אז מיין קינד וואס האט פאר א לאנגע תקופה(פאר איבער א יאר זיכער) זיך געמיטשעט מיט באנעצן ביינאכט האט שוין פאר א שיינע פאר וואכן אויפגעהערט. הודו לה'
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך טוה דאנקן דעם אייבערשטן אז איך בין נישט כלו בבית צוליב קיין שום סיבה און איך קען גיין און קומען מיט א רוהיגקייט. הודו לה' פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
ספענסער
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 10:25 am

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספענסער »

איך טוה דאנקן דעם אייבערשטן אז מיין טאטע וואס האט זיך געמוטשעט לעצטענס מיט א שטיקל קרענק איז די לעצטע צוויי וואכן אקעי
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

ב''ה פאר די רוהיגע טאג וואס כ'האב נעכטן געהאט אן קיין שום אינצידענטן אדער עגמות נפש, כ'האב נישט געהערט קיין שום בשורה לא טוב וועגן אדער אויף מיר, נישט געהאט קיין עמערדשזענסי'ס אינדרהיים( הצלה,פייער וכדו') נישט געהאט קיין בושות, פשוט געהאט א פיינע געשמאקע רוהיגע טאג, א מתנה פונעם רבש''ע. הודו לה'
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

איך וויל דאנקן דעם רבוש''ע אז איך קען גיין איינקויפן צרכי שבת אן דארפן צוקומען צו הילף פון אנדערע.הודו לה'
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

בלב מלא התרגשות והודאה טוה איך דאנקן דעם גרויסן גוטער באשעפער אז נאך וואכן פון טיפע זארגעניש און צאפעלניש און נאך א וואך פון שרעקעדיגע צאפלנישען און אנגסט זינט מען האט גענימען דעם MRI צו דערגיין וואס ליגט אונטער דעם מיסטריעזן שוואכקייט וואס האט מיר פלוצלונג באטראפן מיט אפאר חדשים צוריק אין נישט געהאלטן ביים זיך אפטראגן פון מיר צו מיין שטארקע פחד און צו די ערענסטע זארג ביי די דאקטורים וואס דאס קען מיינען איז אצינד צוריקגעקומען דער פריידיגע ענטפער פונעם MRI אז דאס איז ב’’ה גארנישט און ס’איז נישט דא פארוואס און פון וואס זיך צו זארגן. הודו לה’

מער פון דעם טוה איך דאנקן דעם רבוש’’ע אז די דאקטורים האבן מיך בכלל נישט געשיקט נעמען דעם שרעקעדיגן MRI און זענען זאגאר נישט געווען באזארגט פון די ערשטע מינוט אן, נאר מיך כסדר בארוהיגט אז דאס איז נאר א דורכגאנג און די שוואכקייט וועט פון זיך אליינס אוועקגיין נאך א שטיק צייט. ברוך ה’

אבער באמת טוה איך אסאך אסאך מער דאנקן דעם רבוש’’ע אז די שוואכקייט האט מיך קיינמאל בכלל נישט אנגעכאפט ב’’ה, און אויסער דעם וואס איך האב מיך דער גאנצער צייט געפוהלט אמבעסטן ב’’ה בין איך אויך נישט אריבער די אלע זארג, פחד און אנגסט, נאר מיט רוהיגקייט און מיט כח און געזונט אנגעגאנגען מיט די געשמאקע לעבן וואס דער אייבערשטער האט מיך באשאנקן
הודו לה’ כי טוב כי לעולם חסדו
לעצט פארראכטן דורך דעה והשכל אום מיטוואך מאי 15, 2024 5:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
צוויי גראשן
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

טאטי אין הימל דא איז די ריכטיגע מקום וואס איך קען דיר דאנקען און לויבן און אנדערע זאלן אויך נתחזק ווערן.
כ'בין א בחור וואס אין מיינע עלטער האבן מיינע חברים אין גענערל א קינד פלאס, כ'בין איינער פון די לעצטע איבערגעבליבענע פון מיין שיעור,
כ'בין א דורכשניטליכע בחור געזונט פיזיש און גייסטיש , חברים איז דא בשפע ארום מיר אויפגעפיקט איז אויך א שטארקן ארטיקל ביי מיר.
א העכסט נארמאלער היימישע משפחה אנע בלאט פלעקן,

אויף דעם אליינס טאר איך נישט אויפהערן דאנקען! און דעס טוה איך בכל יום יום.

מיין ציל דא איז צו דאנקען ברוך הוא אז די פאון סטאפט נישט צו קלינגען פון איבעראל, יעדער איינער אויף זיין וועג טראגט אן.
אויף אט אדאס הייב איך מיינע קליינע הענטלעך און מיט א תפילות תודה אויף מאמע לשון שפראך לויב איך דיר טאטע.

וויפיל משפחות שטייען און ווארטן ביים טיר און ביים סעל פאון אפשר דאך וועט זיך איינער דערבאראמען און אנטראגן, איז פארהאן בכלל איינער אויפן וועלט וואס ווייסט איבער מיר?
סשוין ענדערש צו ליגן אין בית החיים, דארט איז יעדער אזוי ווי מיר צרות רבים חצי נחמה...
פון דעם אליין קען מען אראפ גיין פון זינען
האסעל+סטראגעל=א גרויסן סוקסעס ראטע
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

עס איז מיר אויסגעקומען צו ליינען א באשרייבונג ווי עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן מיט א מאמע מיט BPD ל''ע שילדערט די צרות יגון ואנחה וואס די מאן און די קינדער זענען אדורך ל''ע, און עס איז מיר ממש געקומען צו וויינען פאר די סארט קינדער,
אבער און די זעלבע צייט קומט עס מיר אויך צו דאנקן דעם רבוש''ע אז איך בין נישט אויפגעוואקסן און אזא שטוב און אז מיינע קינדער האבן אויך נישט אזא מאמע.הודו לה' פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

כ'דאנק דעם אויבישטער פאר די היצן, ב"ה כ'בין נישט קראנק און קאלט!
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

שכח אייבערשטער, פאר די געשמאקע פרישטאג, וואס כ'האב היינט געהאט! אז ער מאכט מיך פילן הינגעריג, אין ער געבט מיך ריזיגע אויסווייל פין עסן, מיט א גוטע טעם, אין א גוטע קאליר!, אין איך ווער זאט!! שכח אייבערשטער!! (אין שכח, אז איך קען דיך דאנקן!!)
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

מעשה שהי' כך הי': מיין ב''ב האט געפרעגט נעכטן די גויטע וואס איז נעכטן געווען רייניגען ביי מיר אינדערהיים צו דער וואס האלט איר מארגן (היינט מיטוואך)האט איר נישט פערצופאל געקענסלט ווייל זי האט זייער שוין זייער לאנג געוואלט עפעס מסדר זיין און זי קען עס נאר ערלעדיגן מיטוואך און זי האט זייער געוואלט איר הילף, האט איר די גויטע געזאגט אז קיינער האט איר נישט געקענסלט אבער היות זי האט אויך חשק צו טוהן די ארבעט פון וואס מ'רעדט וועט זי זאגן פאר די פרוי צו וועם זי דארף גיין מארגן אז זי האט אן אפוינטמענט און זי קען נישט קומען, מיין ב''ב האט איר קאטאגריש אפגעזאגט זאגענדיג אז זי וויל נישט טוהן פאר יענעם וואס זי וואלט נישט געוואלט אז יענער זאל טוהן צו איר און נישט איז נישט, צצוויי מינוט שפעטער ווייזט די גויטע פאר מיין ב''ב א טעקסט מעסעדש וואס האט יענע רגע באקומען פון די פרוי אז זי דארף ערגעץ גיין מארגן במילא זאל זי נישט קומען מארגן,
טוה איך דאנקן דעם רבוש''ע וואס האט מסבב געווען אז מיין ב''ב זאל קענען האבן די הילף פון די גויטע, און א עקסטערע דאנק אז מיר האבן נישט דערלייגט פארן זיין ארענטליך. ברוך השם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

מיט לויב און דאנק טוה איך זינגן שירה פארן גוטער באשעפער אז נאכן נעמען א העירינג טעסט אויפן גוטהייסונג פון די פריימערי דאקטער איז היינט די רעזולטאטן צוריקגעקומען אז מיין קליינע מיידעלע הערט ב''ה פיין אויף ביידע אויערן און עס איז נישט דא פון וואס צו זארגן,(אנדערש ווי מיין שכן וועלכע איז אינפארמירט געווארן נאכן נעמען אזא טעסט אז זיין מיידעלע פארלירט נעבעך צוביסלעך איר חוש שמועה ל''ע). הודו לה' כי טוב
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח הייליגע לעכטיגע גוטע באשעפער פאר צושיקן די אשכול אין ריכטיגע צייט, און איהם לויבן פאר אלעס וואס ער טוט מיט מיך בפרט די מינוט וואס כהאב געפילט חושך ענן וערפל האט ער מיר אריינגעשיינט א אור. שכוח באשעפער.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

טוה איך דאנקן דעם רבוש''ע אז כ'האב געהאט די מעגליכקייט צו באלוינן מיינע קינדער מיט עפעס וואס כ'האב שוין לאנג געהאט חשק זיי צו באלוינן מיט דעם נאר געווען צו טייער און יעצט איז עס מיר אינטערגעקומען אינטער די פיס בחינם. ב''ה פאר דעם
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
אוועטאר
דעה והשכל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 2:51 pm
לאקאציע:ס’עכט נישט אינטרעסאנט צו וויסן!

Re: כי טוב ה' - ווייל דער אויבערשטער איז גוט!! = לאמיר דאנקן אונזער 'גוטער באשעפער'!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה והשכל »

היינט צופרי האב איך מיטגעהאלטן ווי א איד האט זיך אליינס פארשעמט ברבים מיט זיינע ''מדות טובות'' (אדער עפעס א מחלה מיט עטליכע בוכשטאבן איך בין נישט אזוי באקאנט).
דאנק איך דעם דעם אייבערשטען אז מיינע מדות (רעות) האלט נישט ביי אזא שטאפל. הודו לה'
דאס לעבן איז ווי א בילד וואס די קענסט נישט אלס טוישן איר אינהאלט און אויסשטעל,וואס יא,די קענסט אדער אריין zoom'ן און די שיינע חלקים און הנאה האבן פון דעם בילד(דיין לעבן),אדער קענסטו אריין zoom'ן און די נישט שיינע חלקים און זעהן א שלעכט בילד.ובחרת בחיים!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”