אייוועלט הטבת חלום צענטער

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

מאכצעך אמאל ש'מיר אדער ש'דיר א שלעכטע חלום ניש מער געדאכט.. אנשטאטס וואס די חלום זאל אפ'הרג'ענען די גאנצע טאג און מאנכע זאלן פרעגן אויב עפעס גייט פאר מיט די שלום בית קעמינעס דא אויסשמועסן און באקומען גוטע פתרונות פון וואוילע יודן און די שווער פעקל וועט אראפגיין פון הארץ,

נו ווער איז די ערשטער ?

אה... די עולם שעמט זיך, אקעי איך וועל זיין די ערשטער..

וארא בחלומי, והנה...

כ'בינאך קיינמאל נישט געווען אין אוקריינע, אבער די נאכט בין איך געווען די ערשטע מאל, די חלום האט נישט געוויסט צו פארציילן וויאזוי כ'בין אנגעקומען אהין, נאר אז כ'בין שוין דארט ארומפארנדיג אויף מקומות הקדושים

מיך מיט א חבר פארן ארום אין א קאר מיט א אוקריינישע דרייווער, מ'גייט פון פלאץ צו פלאץ, כ'בין נאכנישט געווען אין אין א שאוער אין צוויי וואכן, כ'בין געפערליך פארשוויצט און כ'וויל מיך זעהן צוריק אינדערהיים אין א ווארימע שטוב, איי געט די פילינג אז כ'גיי זיין פאר אייביג אין דעם קאר מיט די פאר'סרוח'טער דרייווער וואס גייט מיר אויף די געהירן, ער פרעגט צו מ'איז שוין געווען דא אדער דארט און צו יעדע פלאץ זעמיר געצווינגען מיטצופארן, מיין חבר האט א פארלוירענער בליק אויף זיין פנים

אימיטן וועג צוברעכט זיך די קאר, ס'איז ביטערליך הייס און אונז געפינען זיך אין א מדבר שממה אן וואסער אדער עירקאנדישען, כ'בין אינגאנצן מיואש און מיין סעלפאון האט נישט קיין סערוויס, כ'פיל ווי דאס איז די ענדע...

פלוצלינג גיבט מיר די דרייווער א כאפ אן מיט זיין לאנגע האנט, כ'ווייס נישט וואס טוט זיך, כ'פאל אריין אין די טיפענישן פון שווארצקייט, כ'זעה גארנישט, תהום ושאיה... און אט ! כ'האב מיך דערוועקט

אקעי, די עולם קען פותר זיין...
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@ הרב(?) אליהו ליכטענשטיין פאסט נישט פאר דיר אזא'ן אשכול.. הייב אן דעם זמן מיט א פרישקייט..
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:49 pm
@ הרב(?) אליהו ליכטענשטיין פאסט נישט פאר דיר אזא'ן אשכול.. הייב אן דעם זמן מיט א פרישקייט..
שויניימאל פאסט עס... כ'בין נישט חשובער ווי אביי ורבא
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:50 pm
ליטווישער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:49 pm
@ הרב(?) אליהו ליכטענשטיין פאסט נישט פאר דיר אזא'ן אשכול.. הייב אן דעם זמן מיט א פרישקייט..
שויניימאל פאסט עס... כ'בין נישט חשובער ווי אביי ורבא
ביינוז זאגט מען 'האלט דיך נישט אזוי קליין, ביסט נישט אזוי גרויס'..
שוין וווי נעמט מען דעם בר הדיא? איך האף האסט כאטש די געלט פון אביי זאלסט ח''ו נישט אויסזען ווי רבא..
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איך האב געהאט נעכטן א גאר שרעקעדיגע חלום!!

ובחזיוני זע איך ווי הונדערטער צעיועזשטע סטודענטן ראיאטירן און פארוואנדלען די קאמפוסן אין ווי זיי לערנען און נעמען זיך ארום פלעטערן מיט עפעס א פאן פון א לאנד וואס זיי וואלטן נישט געקענט איבערלעבן דארטן קיין לינת לילה.

די פראפעסארן זענען אומהילפבאר און דארפן צוקומען צו די הילף פון די ארטיגע פאליציי זאלן באפרייען די אוניווערסיטעס פון אט זייערע אייגענע תלמידים.

די פאן וואס איז אזוי פאפולער געווארן איז פון עפעס א געמיינע געמיינדע וואס האט סאם האו איינגענומען די וועלט מיט א פאסטאראלישע זיסע רציחה טעם, די אומשולדיגע פאן האט אין זיך א געוואלדיגער כח צו טוישן וועלטן און קאלירן, עס האט אריין געכאפט אין אירע זעלטענע אויגפארכאפנדע פראכטפולע שטראלן פון די בעסטע און די שענסטע פארגעשריטענע סטודענטן וואס זענען כל ימי חלדם געווען באשוואוירן פאר שלום און פרידן.

איך דריי מיך איבער צו די אנדערע זייט בעט, איך פראביר צו פארבעסערן די פאזיציע פון די קישן מיינער, און אט זע איך אין פארנט פון מיינע אויגן א אלטע זקן שבע ימים, אן צודרייטע הדרת פנים, און ער האט זיך גענומען פארדאמען די לעצטע געשענישען מיט ק''נ טעמים, בחדא מחתא האט ער משלב געווען שטיצע פאר די נהרגים והורגים, קלאר געמאכט אז מ'ברויך שטיצן די נרדפים אבער ביינזאם ברויך מען זיי עלימינירן עד חרמה, די איסלאמעפאביע איז א קאזין פון אנטיסעמיטיזם און ביידע זענען נישט וועלקאם אבער מ'ברויך צולאזן נאר פרידליכע און פיעספולע אנטיסעמיטן צו לאזן פאלן זייערע אנטיסעמיטישע לאזונגען.

אויב האב איך געמיינט אז די קאנפליקט איז צווישן צווי גרופעס אין עפעס א ווייטע פארווארפענע דריטע וועלט לאנד ווי יעדע מחנה סטודענטן האבן זיך געקליבן א צד וועם צו שטיצן - התבדתי!

בחלומי זע איך עטליכע מאגערע קיען שלעפן אראפ די באליבטע פאן פון אונדזער היימלאַנד אמעריקע! און תחת מקומו ציען זיי ארויף די מאדנע אומשולדיגע פאן פון די נרדפים וואס מ'ברויך זיי עלימינירן.

אט זע איך ווי די עולם פאנגט אן צו שעלטן אונזער לאנד, און איך פארשטיי נישט בכלל, ''ווער וועט שיקן משלוח מנות פאר די נעבעכיגע נרדפים אויב נישט אונזער מאמע מעריקע"?

אבער צו מיין באדויער האב איך מיך אויפגעוועקט און געכאפט אז די קול מבשר איז געבליבן אנגעצינדן און בלויז געשילדערט די נייעס כמו שהוא.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

דאס איז שויניש א חלום... בהקיץ קען צומאל זיין ערגער.

אבער לאמיר דיר פותר זיין,

כולם יהיו מותרים לך, כולם יהיו שרויין לך, כולם חילופין לך,

אין כאן לא נזק ולא ארור, לא ביידען ולא חרם, וכשם שמתירין לך בבי''ד של אייוועלט כך יהיו מותרין לך בבי''ד של אפיעל''ס קאורט
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:46 pm
וארא בחלומי, והנה... כ'בינאך קיינמאל נישט געווען אין אוקריינע....
סאו עכט ביזסטו יא געווען?
BATLEN ❤️ CHAOS
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

בטלן האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:51 pm
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:46 pm
וארא בחלומי, והנה... כ'בינאך קיינמאל נישט געווען אין אוקריינע....
סאו עכט ביזסטו יא געווען?
כל החלומות הולכות אחר הפה, זייץ פותר
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

סובסקרייבט..
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט הטבת חלום צענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עקיבא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”