שלוות הנפש?!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

Letshelpothers האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:47 pm

זיי דיך מסביר ווען די האסט צייט
ביידע קומען צו צום זעלבן דעסטינאציע פון לעבן רואיג און טון עבודת ה' כפי היכולת

איינער קומט אהין מיט א שפראך פון אמונה
און איינער נוצט א שפראך פון יאוש

צו איינעם נוצט מען אזא שפראך, צו א צווייטן נוצט מען אזא שפראך
היינט נוצט מען אזא שפראך און מארגן א צווייטע שפראך

אבער עווענטועל גרייכט יעדער צום זעלבן ציל
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
Letshelpothers
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:05 pm
Letshelpothers האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 5:47 pm

זיי דיך מסביר ווען די האסט צייט
ביידע קומען צו צום זעלבן דעסטינאציע פון לעבן רואיג און טון עבודת ה' כפי היכולת

איינער קומט אהין מיט א שפראך פון אמונה
און איינער נוצט א שפראך פון יאוש

צו איינעם נוצט מען אזא שפראך, צו א צווייטן נוצט מען אזא שפראך
היינט נוצט מען אזא שפראך און מארגן א צווייטע שפראך

אבער עווענטועל גרייכט יעדער צום זעלבן ציל
איבער מיט יואש קומט מען נישט אן
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

Letshelpothers האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:18 pm
איבער מיט יואש קומט מען נישט אן
ווען דער יאוש איז לשם נישט אויפצוטון
ווען דער יאוש ברענגט אז מען זאל יא אויפטון דאן קומט מען יא אן.

די מקור פון יענע פאראגראף האב איך גענומען פון ספר חמדה גנוזה וואס זאגט עס בשם דעם הייליגן צאנזער רב, הלואי זאל איך עס טרעפן נאכאמאל אינעווייניג.

בקיצור, מען דארף נוצן יעדע סארט טול, יעדע סארט מחשבה וואס קען בייהילפיג זיין צו עבודת ה'
וואס איז די גדר פון ענווה פסולה?
וואו איז דער גרעניץ צווישן ויגבה לבו בדרכי ה' און תועבת ה' כל גבה לב?

דער מבחן איז "וואס ברענגט דיר עווענטועל צו עבודת ה'?" אויב מיטן זיך אראפברענגען און זיך האלטן קליין, לאזטו נאך פון עבודת ה' ווייל דו ביסט סייווי גארנישט דאן סטאפ!!!!
אויב מיטן זיך האלטן גרויס ביסטו מזניח פון עבודת ה' דו פילסט אז דו טוסט שוין גענוג? דאן סטאפ!!!

ומובן
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 12:47 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:29 pm
◄ ווייז ספוילער
Letshelpothers האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 7:51 pm
די תירוץ אין איין ווארט איז יא.
אבער ווי אזוי דערגרייכט מען דאס דאס איז נישט אזא פשוטע תירוץ.
די ערשטע קשיא איז זיכסטו טאקע שלות הנפש, אדער זיכסטו נאך צו לויפן הבלי עולם הזה?

אלס אידן שלות הנפש וועט איר נאר דערגרייכען ווען איר טוט די רצון השם מיט שמחה, יעדע קליינע מצוה מתוך שמחה.
שלות הנפש ווערט נישט דערגרייכט מיטן גיין קיין פלארידע, שלות הנפש ווערט ניש דערגרייכט מיטן אוועק לויפן פון זיך אין טראכטען ווען איך וועל האבן א שיינע הויז, קאר, אסאך געלט, כבוד, גוטע קינדער, גוטע ווייב, געזונט וכו וכו. דעמאלטס וועל איך האבן שלות הנפש.
שלות הנפש איז יעצט שמחת החיים איז יעצט אין דיין מצב. אז די וועסט עקסעפטן דעם רצון השם אין עם דינען מיט שמחה אין יעדע מצב זיך האלטן רויאיג ווייל דאס וויל שי רבושע יעצט, וועסטו דערגרייכען שלות הנפש, עס איז נישט אלעמאל גרינג.

איך בין נישט די בעסטע שרייבער, איך האף עס וועלן אריין קומען די גוטע שרייבער אין מרחיב זיין.
אבער די נקודה איז איין נקידה.
פארוואס האט א מענטש נישט קיין מנוחה, ווייל ער וויל ערגעץ אנקומען. א מענטש אינטערוועגנס האט נישט קיין מנוחה.
אבער ווען די מענטש ווייסט אוואדאי דארף מען אנקומען, אבער דאס וואס איך בין יעצט דא איז נישט נאר אנצוקעמען. נאר די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט. אין אז די רבושע וויל איך זאל דא זיין יעצט, בין איך נישט אינטערוועגנס, איך בין יעצט ביי די סטאפ, אין ביי די סטאפ וועל איך זיין צופרידען ווייל איך דין יעצט די רבושע, אין איך האב אמונה פשוטה. קען מען האבן שלות הנפש אין יעדע מצב.
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
37 לייקס!!!
טאקע נישט שרייבעריש, אבער קולע אל השערה!!!

יאוש איז די זאך!!! אויפגעבן!!! איך בין וואס איך בין, פון מיר וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, יעדע מצוה וואס איך טו איז א פלאס, יעדע פארגעניגן וואס דער אייבערשטער רוקט מיר אונטער איז א פלאס, יעדע נסיון וואס דער באשעפער האט מיר געהאלפן אז איך בין בייגעשטאנען איז א לויטערע פלאס, ווען עפעס גייט נישט ווי פארגעשריבן איז עס נישט קיין מיינוס, ווייל איך בין סייווי א דורכפאל, מען טוט השתדלות און מען פרובירט צו טון וואס מען האט צוטון ווייל דאס וויל דער אייבערשטער, דאן איז מען זוכה בדרך הטבע צו די לאנג ערווארטעטע אזוי ארויסגעקוקטע שלוות הנפש...

שלוות הנפש קומט ביים לערנען!
שלוות הנפש קומט ווען מען איז זיך מתגבר אויף נסיונות!
שלוות הנפש קומט מען עס איז געווען א לאנגע דאווענען און איך בין נישט ארויסגעגאנגען שמועסן!!!
שלוות הנפש קומט ווען כ'האב געלערנט און כ'האב נישט פארשטאנען, כ'האב געוואלט עס סקיפן און גיין ווייטער כ'האב מיר אבער יא געמוטשעט קעגן דעם רצון פון מיין פארדרעקטע גוף!!!
שלוות הנפש קומט ווען כ'האב געוואלט רעדן לשון הרע, עס איז געליגן אויף מיין שפיץ צונג און כ'האב עס אין די לעצטע רגע נישט געזאגט!!!
שלוות הנפש קומט ווען עס איז געקומען א נסיון פון כעס און מען האט זיך איינגעהאלטן!!!
עיין עוד ותמצא נחת
אביסל צו ווילד צו קענען האבן שלות הנפש.
עבודת עבודה - דברות קודש
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.12.jpeg
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.12.jpeg (171.1 KiB) געזען 221 מאל
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.30.jpeg
WhatsApp Image 2024-04-14 at 13.32.30.jpeg (126.6 KiB) געזען 221 מאל
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

די אוילם איז גלייך געגאנגען וויאזוי מען באקומט שלוות הנפש
קודם כל דארף מען ווייסן וואס מיינט שלוות הנפש?
איז לאמיר גיין נאך א סטעפ פריער וואס איז די נפש?
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

Bentzion האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:11 pm
די אוילם איז גלייך געגאנגען וויאזוי מען באקומט שלוות הנפש
קודם כל דארף מען ווייסן וואס מיינט שלוות הנפש?
איז לאמיר גיין נאך א סטעפ פריער וואס איז די נפש?
נפש איז די די נידריגסטע חלק פון די 5 חלקי הנשמה
(נפש רוח נשמה חי' יחידה)

נישט אז איך ווייס, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די נפש דער "איך"
די גוף איז נישט 'איך' ווייל ווען דער גוף ווערט פארפוילט אין קבר בלייבט נאך אלס אן 'איך'
עס איז א רוחניות'דיגע זאך וואס מען זעהט נישט בעין גשמי, אבער דער גאנצער מענטש, א איד ווי א גוי צוגלייך האט א נפש וואס דאס איז ער
די געפילן, שכל, און גאנצער יש און אידענטיטעט פונעם מענטש איז דער נפש.

'שלוות הנפש' איז טייטש נישט אנגעצויגן, נישט פארלוירן, מסודר די מחשבות, רואיג מיושב און קלאר מיט זיך
ארבעטן שווער, ארבעטן טעטיג, אראנדזשירן און איבערדרייען א וועלט איז נישט קיין סתירה מיט די ווארט שלוות הנפש, אויב איז מען רואיג און זיכער מיט זיך מען ווייסט וואו מען שטייט און מען ווייסט און מען גלייבט אז זאכן זענען גוט, און זאכן גייען זיין גוט, איך בין קלאר מיט מיינע צילן, כ'האב א חשבון וואו איך דארף בדרך הטבע אנקומען און וואספארא שריט איך דארף טוהן ווייטער, דאס איז שלוות הנפש.

ווען מען לעבט אין ספיקות, מען איז אנגעצויגן פונעם עתיד, מען האלט אינמיטן א פראיעקט און זאכן פארן נישט ווי געפלאנט און מען ווערט פארלוירן דערפון דאס איז נישט קיין שלוות הנפש, ווען מען געבט זיך נאך תאוות עולם הזה אבער די נפש שפירט זיך ליידיג און אינהאלטסלאז, הונגעריג און מען ווייסט נישט פארוואס, מען שפירט נישט קיין סיפוק אין לעבן דאס איז נישט קיין שלוות נפש.

כ'האף אז כ'האב מיך קלאר ארויסגעברענגט.
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: שלוות הנפש?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

דער מענעדזשער האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:36 pm
Bentzion האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 5:11 pm
די אוילם איז גלייך געגאנגען וויאזוי מען באקומט שלוות הנפש
קודם כל דארף מען ווייסן וואס מיינט שלוות הנפש?
איז לאמיר גיין נאך א סטעפ פריער וואס איז די נפש?
נפש איז די די נידריגסטע חלק פון די 5 חלקי הנשמה
(נפש רוח נשמה חי' יחידה)

נישט אז איך ווייס, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די נפש דער "איך"
די גוף איז נישט 'איך' ווייל ווען דער גוף ווערט פארפוילט אין קבר בלייבט נאך אלס אן 'איך'
עס איז א רוחניות'דיגע זאך וואס מען זעהט נישט בעין גשמי, אבער דער גאנצער מענטש, א איד ווי א גוי צוגלייך האט א נפש וואס דאס איז ער
די געפילן, שכל, און גאנצער יש און אידענטיטעט פונעם מענטש איז דער נפש.

'שלוות הנפש' איז טייטש נישט אנגעצויגן, נישט פארלוירן, מסודר די מחשבות, רואיג מיושב און קלאר מיט זיך
ארבעטן שווער, ארבעטן טעטיג, אראנדזשירן און איבערדרייען א וועלט איז נישט קיין סתירה מיט די ווארט שלוות הנפש, אויב איז מען רואיג און זיכער מיט זיך מען ווייסט וואו מען שטייט און מען ווייסט און מען גלייבט אז זאכן זענען גוט, און זאכן גייען זיין גוט, איך בין קלאר מיט מיינע צילן, כ'האב א חשבון וואו איך דארף בדרך הטבע אנקומען און וואספארא שריט איך דארף טוהן ווייטער, דאס איז שלוות הנפש.

ווען מען לעבט אין ספיקות, מען איז אנגעצויגן פונעם עתיד, מען האלט אינמיטן א פראיעקט און זאכן פארן נישט ווי געפלאנט און מען ווערט פארלוירן דערפון דאס איז נישט קיין שלוות הנפש, ווען מען געבט זיך נאך תאוות עולם הזה אבער די נפש שפירט זיך ליידיג און אינהאלטסלאז, הונגעריג און מען ווייסט נישט פארוואס, מען שפירט נישט קיין סיפוק אין לעבן דאס איז נישט קיין שלוות נפש.

כ'האף אז כ'האב מיך קלאר ארויסגעברענגט.
שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”