מאכן שמחות פרי!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8129
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

אזווי עס איז דא אסאך שמחות, פארוואס קען מען נישט אנהייבן פרי פארוואס אין דער וועלט דארף א חופה זיין נאך 7:30 אין בר מצווה 9:00 וכדומה, מען לייגט זיך נאכדעם אין די וועלט אריין אין די גאנצע טאג נאכדעם גייט כאדראם
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:33 pm
אזוי אסאך שמחות, פארוואס קעמען נישט אונהאבען פרי פארוואס דארף חופה זיין נאך 7:30 בער מצוה נאך 8:30 וכדומה, נעקסטע ביז נארמאל מענטשן ביי די ארבעט וכדומה, קען קאסטן אסאך ביליגער שמחות אז מען מאכט עס פרי?
א שטארקע נקודה, אבער האט עטליכע פראבלעמען. קודם כל רוב זאלן זענען אין באנוץ דורך די מוסדות איבערן טאג און מען ברויך צייט צו גרייטן, נאכדעם מיינט דאס אז מחוץ לעיר געסט הרג’נען א גאנצן טאג (נישט אז יעצט נישט, אבער סייקאלאדשיקלי נישט).
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אוט אוו טאון ביי די מער אמעריקאנער עולם איז עס זייער פאפלוער צו מאכען א חתונה זונטאג פרי נאכמיטאג און זיין פארטיג צו מעריב און די שיעור
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

מענטשען ארבעטן. לגבי בר מצוות דארף מען קודם לייגן קינדער שלאפן.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

יאנאש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:36 pm
חלה לכבוד שבת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:33 pm
אזוי אסאך שמחות, פארוואס קעמען נישט אונהאבען פרי פארוואס דארף חופה זיין נאך 7:30 בער מצוה נאך 8:30 וכדומה, נעקסטע ביז נארמאל מענטשן ביי די ארבעט וכדומה, קען קאסטן אסאך ביליגער שמחות אז מען מאכט עס פרי?
א שטארקע נקודה, אבער האט עטליכע פראבלעמען. קודם כל רוב זאלן זענען אין באנוץ דורך די מוסדות איבערן טאג און מען ברויך צייט צו גרייטן, נאכדעם מיינט דאס אז מחוץ לעיר געסט הרג’נען א גאנצן טאג (נישט אז יעצט נישט, אבער סייקאלאדשיקלי נישט).
אינטערסאנט אז ווען איך האב געמאכט א פדיון הבן נישט מער געדאכטת האבן זיי מיר געזאגט אז נאר נאך 4:30pm ווייל מען דארף געבען צייט נאך לאנטש,
זעט אויס אז ווען מען מיז קען מען.
viewtopic.php?t=67745
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

כ'וואלט געטוישט נושא צו "ענדיגן שמחות פרי"
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

דער עולם האלט נישט דערביי צו קומען פרי פינטעל
צו קומען פרי דארף מען עקסטער ארענזשען (כרעד פון איינער וואס האט א משפחה און געווענליך עפעס פארנומען מיטן טאג) א חוץ די עצם קומען, יעצט די משפחה קען נאך געלונגען צו זען פרי אין זאל, ווייל זיי קומען דאך במילא, די פרייוויליגע געסט דארפן נאך טראכטען צו זיי ווילן אדער זאלן קומען.. מען וויל דאך זען מענטשען ביי די שמחה און נישט נאר די משפחה
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

קוק עס נאך.

ווען עס קומט א משפחה פון אויסערן לאנד, ווילן זיי אלעמאל מאכן פרי, ווייל זיי זענען הונגעריג, און ביי זיי איז 6 אדער 7 דער פאסיגע צייט פאר נאכטמאל.

לפעמים אויך ביי זיידע'ס, וואס פארפירן אז אלעס דארף זיין פרי. און צומאל אויך די שנה ראשונה אינגעלייט'לעך שוואגערס און ברידער.

אלעס האט מיט דעם צוטוהן, אז א נארמאלע מענטש ארבייט, און קען נישט אראפ נעמען פון ארבייט ביי יעדער ברודער'ס / שוואגער'ס קינד'ס שבע ברכות, אדער אפילו יעדער פלימעניק וואס האט בר מצוה, אויב עס געשעהט מער פון צוויי דריי מאל א יאהר (ער נעמט שוין אויך אראפ פאר וואקאנס, און אויך ווען ער אליין מאכט א שמחה. )
ממילא, ארבייט ער נארמאל, און ערשט נאכ'ן ארבייט קען מען טראכטן זיך צו גרייטן.

(א פדיון הבן איז גענוג מצוה נדירה, אז מ'קען יא עפעס פעלן).

דערנאך איז דא, אז די קליינע קינדער האבן מארגן חדר, זיי זענען נישט גערופן צום מעמד, ממילא דארפן זיי גיין שלאפן נארמאל.
ביז מ'טרעפט א בעבי סיטער, קען נעמען א לאנגע צייט, אבער מ'קען נישט געבן פאר'ן בעבי סיטער זאל געבן נאכטמאל און באדן, לייגן שלאפן . ערשט נאכ'ן צוגרייטן די קינדער קענען די עלטערן זיך אליין צו גרייטן.
ממילא איז פאר 9 אזייגער קען א אידישע מאמע נישט עכט קומען.

אפילו ווען עס איז דא עלטערע קינדער, איז עס נישט אלעמאל לייכטער, מ'רעדט שוין נישט אז די עלטערע טעכטער ווערן אויך צומאל געליידענט, אבער אפילו ווען נישט, נעמט צייט.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

מאכן שמחות פרי? קיינער וויל נישט! איך האב שוין אסאך מאל מיטגעהאלטן פון בעלי שמחה וואס האבן געוואלט מאכן פרי חתונה וכד׳ דער עולם האלט נישט בא גארנישט! יעדער האט א טאג ארבעט א שטוב מיט קינדער און מען קען נישט איבער דרייען א וועלט פאר א שמחה.

זונטאג איז גראדע יא גרינגער פאר די מענער צו קומען פריער, אבער ווייטער, סאיז דא קינדער וכו וכו
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:33 pm
אזווי עס איז דא אסאך שמחות, פארוואס קען מען נישט אנהייבן פרי פארוואס אין דער וועלט דארף א חופה זיין נאך 7:30 אין בר מצווה 9:00 וכדומה, מען לייגט זיך נאכדעם אין די וועלט אריין אין די גאנצע טאג נאכדעם גייט כאדראם
ביסט גערעכט אז ס׳טוט וויי! אבער עס גייט זיך נישט טוישן! מענטשן זענען באקוועם און האבן נישט ליב קיין טויש!

#דירות קריזיס, עכאו שיך!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8129
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:11 pm
כ'וואלט געטוישט נושא צו "ענדיגן שמחות פרי"
ביידע!!
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ביי קאוויד האבן אסאך געמיינט אז עס גייט אזוי בלייבן.
למעשה, רוב עולם האט ליב צו קומען שפעט. בפרט די וואס קומען צום טאנצען - קיינער וויל נישט קומען 7 אזייגער נאכמיטאג טאנצן.
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
חלה לכבוד שבת
שר שמונת אלפים
תגובות: 8129
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

איך בין געווען פאר יאר צוריק ביי א פדיון הבן מיט די ווינטער די עלום איז געזעצן מיט גרויסע רויקייט פון גרויס ביז די קליינע קינדער,ממש עכטע מחיה געווען נישט געווען שענער ווי אזוי שמחה!!!
לעצט פארראכטן דורך חלה לכבוד שבת אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:39 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:18 pm
קוק עס נאך.

ווען עס קומט א משפחה פון אויסערן לאנד, ווילן זיי אלעמאל מאכן פרי, ווייל זיי זענען הונגעריג, און ביי זיי איז 6 אדער 7 דער פאסיגע צייט פאר נאכטמאל.

לפעמים אויך ביי זיידע'ס, וואס פארפירן אז אלעס דארף זיין פרי. און צומאל אויך די שנה ראשונה אינגעלייט'לעך שוואגערס און ברידער.

אלעס האט מיט דעם צוטוהן, אז א נארמאלע מענטש ארבייט, און קען נישט אראפ נעמען פון ארבייט ביי יעדער ברודער'ס / שוואגער'ס קינד'ס שבע ברכות, אדער אפילו יעדער פלימעניק וואס האט בר מצוה, אויב עס געשעהט מער פון צוויי דריי מאל א יאהר (ער נעמט שוין אויך אראפ פאר וואקאנס, און אויך ווען ער אליין מאכט א שמחה. )
ממילא, ארבייט ער נארמאל, און ערשט נאכ'ן ארבייט קען מען טראכטן זיך צו גרייטן.

(א פדיון הבן איז גענוג מצוה נדירה, אז מ'קען יא עפעס פעלן).

דערנאך איז דא, אז די קליינע קינדער האבן מארגן חדר, זיי זענען נישט גערופן צום מעמד, ממילא דארפן זיי גיין שלאפן נארמאל.
ביז מ'טרעפט א בעבי סיטער, קען נעמען א לאנגע צייט, אבער מ'קען נישט געבן פאר'ן בעבי סיטער זאל געבן נאכטמאל און באדן, לייגן שלאפן . ערשט נאכ'ן צוגרייטן די קינדער קענען די עלטערן זיך אליין צו גרייטן.
ממילא איז פאר 9 אזייגער קען א אידישע מאמע נישט עכט קומען.

אפילו ווען עס איז דא עלטערע קינדער, איז עס נישט אלעמאל לייכטער, מ'רעדט שוין נישט אז די עלטערע טעכטער ווערן אויך צומאל געליידענט, אבער אפילו ווען נישט, נעמט צייט.
יאפ גערעכט.
אפשר דארף מען שניידן פון מוזן גיין צי אזוי סאך שימחות אדער אפשר נאר די מאן אדער פרוי זאל גיין
געהאט לעצטע ווינטער א זאק מיט שימחות ב"ה חוץ די געלט וואס עס קאסט איז ביטער שווער צי באקומען א בעביסיטער אלע שכנים און גיטע פריינד שוין אויסגעניצט, דערנאך דארפען די קינדער מסכים זיין ווייל פון א שיינע צאל בעביסיטער האבן זיי מורא.. נאכען לייגן די קליינע שלאפן קען מען אפשר זיך ארויסזען פון דער היים 9:30
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

און אייראפע מאכט מען טאקע די חתונות פריער.

גיימער צוריק קיין אייראפע ?!
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14928
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:36 pm
איך בין געווען פאר יאר צוריק ביי א פדיון הבן מיט די ווינטער די עלום איז געזעצן מיט גרויסע רויקייט פון גרויס ביז די קליינע קינדער,ממש עכטע מחיה געווען נישט געווען שענער ווי אזוי שמחה!!!
א פדיון הבן האט מען איינס אין 3 יאהר, א בר מצוה און שבע ברכות האט מען 3 און איין יאהר
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

איך האב שוין געמיינט אז פוה"א וויל מאכן שמחות פאר free.
וקול התור נשמע בארצנו
אביסל משקה
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 14, 2024 3:42 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל משקה »

קלאנג האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 4:56 pm
איך האב שוין געמיינט אז פוה"א וויל מאכן שמחות פאר free.
איך האב אויך אזוי געמיינט מעיבי וואן דעי
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:39 pm
חלה לכבוד שבת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:33 pm
אזווי עס איז דא אסאך שמחות, פארוואס קען מען נישט אנהייבן פרי פארוואס אין דער וועלט דארף א חופה זיין נאך 7:30 אין בר מצווה 9:00 וכדומה, מען לייגט זיך נאכדעם אין די וועלט אריין אין די גאנצע טאג נאכדעם גייט כאדראם
ביסט גערעכט אז ס׳טוט וויי! אבער עס גייט זיך נישט טוישן! מענטשן זענען באקוועם און האבן נישט ליב קיין טויש!

#דירות קריזיס, עכאו שיך!
סאיז טאקע אסאך באקוועמער אזוי. כזעה נישט קיין סיבה מזאל עס טוישן.

רוב אידן זענען נישט גרייט 7 אזייגער צו גיין צו א שמחה. כזעה נישט וואס סאיז ראנג די יעצטיגע מהלך קלענערע שמחות זענען געווענליך פון 9 ביז 11 פערפעקט טיימונג פאר יעדן.. קומט אהיים נערמאל פון ארבעט לייגט די קינדער שלאפן קען אפילו אריינכאפן א שטיקל שיעור. און מאיז אינדערהיים גאנץ בחסד נישט געפערליך שפעט.

חתונות איז אויך נישט שייך עכט צו מאכן פריער, נאר אזויפעל יא מקען ענדיגן 1 אזייגער אנשטאט 3.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
bundel
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

סאיז אויכעט שולדיג דעי חלק אז קיינער וויל נישט קומען פרי ווייל מוועט נאך מיינען אז ער איז א לא יוצלח
ווייל ווי שפעטער מען קומט אלץ מער ארויפגעקוקט איז מען ווייל ער ווייזט אז ער איז זייער א פארנומענע יונגערמאן
סא די עכטע עצה איז, נישט צו בלייבן ביי א שמחה (נישט אריינגערעכנט חתונה) נאך 10 10:30 ווייל איך האב א נארמאלע סדר היום אפשר אזוי העט מען אנהייבן מאכן שמחות פרי
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

איך ווייס פון איינער וואס האט געוואלט זיין א פיאניר און האט געריפן דעם עולם צו קומען פרי צו א א שבע ברכות וואס ער האט צוגעשטעלט.
ער איז ארומגעגאנגען אנזאגן די געלאדענטע געסט צו קומען פרי וויל ער וויל ענדיגן צייטלעך.
למעשה איז יענער מיט איינע פון די מחותנים געזיצן אין זאל פאר מער פון א שעה, ווארטענדיג אז דער עולם זאל זיך אנריקן.
עס איז א שאד די טינט.
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

שבע ברכות ברויך מען סתם אזוי אראפ נעמען פון די ליסטע, מען ברויך זיך אוועקרייסן פון טאג צו זיצן מיט א בארינג פעטער עסנדיג נאך א וועדזשעטעבל קניש, און ארומקלעטערנדיג נאך א שמח תשמח, בשעת דער חתן זיצט דארט א געפאנגענער, און מען בלייבט נאך מיט א לאך און טאש פאר א באנוס. אבסעלוטלי רידיקולוס.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: מאכן שמחות פרי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

יעצט הער איך איך בין געלאדענט צי א יארצייט סעודה מיט מיין פרוי פון א זיידן און קרית יואל 7:30 וועט מען גיין צום פעלד דערנאך זיך וואשען נאך פאר די זמן דאס מיינט איך דארף ארויספארן פין שטאט 6 בערך איבערלאזן א שטוב מיט קינדער. די באבע איז שוין אויך נישט דא סוי וואס איז די משוגעת? ווען איך פרעג מיין שוויגער פארוואס איך דארף גיין איז די תירוץ די משפחה זאל זיך צאמהאלטן אין די קינדער אין אייניקלעך זאלן הערן וואס מען רעדט פון דער זיידן... בין איך דא מוסר מודעה אפשר וועט מיין ווייב אדער איך גיין ביידע זיכער נישט און מען וועט איבערגעבן וואס מען האט גערעדט אי"ה און אגב איך האב גארנישט מיט מיינע פעטערס און קאזינס ( ווייל זי האט אויך נישט קיין סאך מיט אירע געשוויסטער ממילא קענען מיר זיך אויכנישט)
סה"כ איז איין פעטער עמאנציעל אין דער עולם טאנצן מיט קדוש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”