פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:08 pm
ריעל ניוז האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:06 pm
בניהו האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
איך שיהיה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:08 pm
יאך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט
רובא דרובא פון אונזער ציבור באקומט נישט קיין אמת'ע הדרכה אין די סוגיא פון שלום בית.
דער עולם דא שיקט צי טערעפי אדער ענליכעס ווען אין רוב פעלער איז עס א חסרון אין הדרכה און יסודות'דיגע ידיעות.
פאר מען לערנט דאס מיינט יעדער פארהייראטער אז ער ווייסט וואס ער האט צי טוען ווען דער ריינער אמת איז אז דאס דארף מען געהעריג לערנען, וואס דארף זי ?פארוואס שרייט זי ? וואס ליגט אינטער די אלע אויסברוכען ? איך זאג נישט, אלץ קען זיין א אויסנאם און מען דארף אמאל גיין צי ספעציעלע הילף אבער אזוי ווי מיר אלע ווייסען אז מען האט חתונה געהאט אנע געהעריגע הדרכה איז דעס די ערשטע זאך וואס מען דארף צי לערנען.
ליידער ווען עס מאכט זיך א סכסוך עפנט דער שלו' בית עסקן אויף א 'קעיס' ווען באמת אין כאן קעיס נאר ס'פעלט יסודות, זעירון אינון וואס שיקן צוריק דעי קאפל פאר יסודותדיגע הדרכה
די גוי׳אישע ציבור באקומט יא?
היינטיגע צייטן אוודאי נישט, און זיי האלטן זיך טאקע נישט.
אין שלום בית איז כמעט נישט שייך הדרכה אויב איז מען נישט קיין מענטש. מ׳קען נישט מאכן א צווייטן פאר א מענטש. הבחירה ביד כל אחד ואחד. אין קדושת הבית פעלט יא הדרכה און דאס קען מען און מ׳דארף געבן.
חוץ פון זיין א מענטש איז דא א חלק וואס מען קען מדריך זיין מען זאל וויסן צו ערווארטן, א שטייגער ווי אפטע mood changes וכו'...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ס'איז טאקע נישט שייך קיין הדרכה אויב מ'איז נישט קיין מענטש, אבער מ'קען ארומפאטשקענען מיט די געפילן ביז מ'ווערט א מענטש. איך טו דאס כסדר און ס'ארבעט ב"ה פיין.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 3:13 pm
ס'איז טאקע נישט שייך קיין הדרכה אויב מ'איז נישט קיין מענטש, אבער מ'קען ארומפאטשקענען מיט די געפילן ביז מ'ווערט א מענטש. איך טו דאס כסדר און ס'ארבעט ב"ה פיין.
ארימפאטשקענען מיינט איי געס, געזונטע עמאשענעל מוניפאלעישן , אים מאכן פילן אז זיין לעבן גייט זיין א דיזעסטער אויב ער נעמט זיך נישט אין די הענט אריין ?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ניין. פונקט פארקערט. אויפצוארבעטן יעדן געפיל וואס מ'דארף צום לעבן. אפגעזען וואס ס'טוט זיך אינדרויסן, אדער אין די אנדערע מידות. ס'איז נישט שווער, מ'קען עס לכאורה טון אפילו אויפ'ן סיסטעם. (ענדערש אין מיין אשכול, ווי איידער דא).
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
איך שיהיה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:08 pm
יאך וועל אריינווארפן מיינע צוויי צענט
רובא דרובא פון אונזער ציבור באקומט נישט קיין אמת'ע הדרכה אין די סוגיא פון שלום בית.
דער עולם דא שיקט צי טערעפי אדער ענליכעס ווען אין רוב פעלער איז עס א חסרון אין הדרכה און יסודות'דיגע ידיעות.
פאר מען לערנט דאס מיינט יעדער פארהייראטער אז ער ווייסט וואס ער האט צי טוען ווען דער ריינער אמת איז אז דאס דארף מען געהעריג לערנען, וואס דארף זי ?פארוואס שרייט זי ? וואס ליגט אינטער די אלע אויסברוכען ? איך זאג נישט, אלץ קען זיין א אויסנאם און מען דארף אמאל גיין צי ספעציעלע הילף אבער אזוי ווי מיר אלע ווייסען אז מען האט חתונה געהאט אנע געהעריגע הדרכה איז דעס די ערשטע זאך וואס מען דארף צי לערנען.
ליידער ווען עס מאכט זיך א סכסוך עפנט דער שלו' בית עסקן אויף א 'קעיס' ווען באמת אין כאן קעיס נאר ס'פעלט יסודות, זעירון אינון וואס שיקן צוריק דעי קאפל פאר יסודותדיגע הדרכה
די גוי׳אישע ציבור באקומט יא?
די גוישע ציבור האט נישט חתונה סיסטעמאטיש ביי די 18-19, זיי וועלן זיך אליינס דעם עזר כנגדו, זאלן זיי אליינס אויספיגערן זייער לעבן אויך.

דאגעגן ביי אונז זענען די עלטערן עפי"ר די וואס זענען אינוואלווד אין טרעפן און מאכן די שידוך געשען, סא אונזערע חתנים/כלות זענען מעהר רויע צו די גאנצע מסכת קידושין/רילעישאנשיפס, אפגערעדט אז זיי ווייסן זייער ווייניג איבער זייער עזר כנגדו ביזן צאמלעבן, ברויכן זיי אויטאמאטיש א מעהר דיטעילט אינטראדאקשען איבער די נושא, וואס ס'הייסט א רעד פלעג, און וואס ס'הייסט געזונטע שוועריקייטן.
tule
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2019 1:35 am

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tule »

טייערע חבר איך ווייס נישט ווער דו ביסטאיך זעה אז דער עולם האט שון אסאך געשריבון דא אוך וויל נאר מיטטיילן מיט דיר צוויי נקודות
איך וויל דיר נאר זאגן דו ביסט נישט אליין און דעם פעקל עס זאנען דא אסאך
אבער מיט תפלה און א גוטע שליח פון הימל קען מען אנקומען אסאך און לעבען א גליכליכע לעבן מיט די זעלבע ווייב אויב ממיינט עס אמתדיג און מען איז גרייט זיך צו לערנען און העלפון
נאך איין נקודה וואס איך ווייס נישט אויב די ביסט גרייט צו הערן יעצט אבער ליידער געווינדליך מיינט זו נישט קיין שלעכטס זו ווייסט ליידער נישט פון עפעס בעסערס וד."ל און מיט סייעתא דשמייע קען מען אנקומען
איך האב אמאל געהערט פון הרב יצחק אלעזר מאסקאוויטש פון שאץ אז ווען איינער וויל זיך העלפון דארפסטו אים נישט געבן קיין עצות ער ווערט מוט סייעתא דשמיע טרעפון די וועג אויב ער מיינט עס אמתדיג אבער ווען איינער וויל נישט קענסטו האבן די בעסטע עצה אבער עס ארבעט נישט
גדענט די ביסט נישט אליין און מיט סייעתא דשמייע וועסטו אנקומען
עס איז דא אסאך הילף היינטיגע צייטן און די נושא
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

Kosher Travel האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:30 pm
נוסח אשכנז האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:46 pm
אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:53 pm
באר רחובות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:48 pm
איך האב אריינגעסיינט דיר צו געבן חיזוק, וויפיל איך קען, דער אויבערשטער זאל דיר געבן כח, זאלסט טרעפן די ריכטיגע שליח, דיר ארויסצוהעלפען פון דיין מצב.
אין פאר די וואס מאכען חוזק, וואס איז דאס? טרינקען יענעס בלוט!

אבער אז די קענסט זיך אביסל מער ארויסברענגען וואס דיין פראבלעם איז, וועלן אנדערע דיר קענען העלפען, אין אסאך אנדערע וועלן קענען געהאלפען ווערן פון דיר.
ווי עס שיינט דארף ער רעפערלס צו מומחים אין דעם געביט אין זיין לאקאלע געגענט, אויב איר האט אינפארמאציע שיקט עהם אין אישי.
אדער אויב איינער איז דאס אדורך און ארויסגעקראכן דערפון זאל ער שרייבן עצות חיזוק און געדאנקען וואס קענען העלפן אנדערע ארויסקריכן דערפון
איינער? מיר אלע גייען דאס אדורך איעדען טאג. סיי ער, סיי די בני בית.
צדיק'ל, עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי love at first sight, אדער they lived happily ever after. אויף שלום בית דארף מען ארבייטן.
ביידע. איך ווייס קלאר אז איך בין נישט פערפעקט. איך ווייס אויך קלאר אז אמאל אמאל כאפט זי זיך אן אויף די גראדע ווענט... ווען דאס געשעט, ווייס איך אז עפעס אנדערשט באדערט איר. די חכמה איז ארויסבאקומען וואס. ווייל זי וויל יא רעדן דערפון, אבער וויל נישט אנהייבן. אסאך מאל איז פשוט ווי רחל האט געזאגט... דרך נ... לי. דארף מען ברענגן א גיטע אייזקריעם. דארף מען זאגן, היינט באד איך די קינדער, גיי לייג זיך אראפ. גיי ענדיג דיין פעיווערעט בוק.
די אלע וואס זאגן "איך האב אזא גיטע שלום בית, מיר קריגן זיך קיינמאל נישט" איז אדער איז איינער א מלאך אזוי ווי ר' חיים ק. מיט זיין רביצען זענען געווען, אדער איז איינער א pushover און מען נוצט אים ווי א שמאטע אדער איז איינער א bully און דער אנדערער שווייגט און שווייגט פאר שלום וועגען. איעדער קריעגט זיך אמאל. איך וויל גיין צו מיין טאטעס סדר, און זי וויל גיין צו אירס. מען דארף זיך אויסקומען, און מען דארף אויך נאכגעבן. און בעיקר: וויאזוי מען קריעגט זיך. חלילה זאגן זאכן וואס טוט אזוי וויי, אז ווען מען וויל זיך איבערבעטן קען מען עס נישט צירוקנעמען. זאגן פאר א פרוי, די פרעסט כסדר דערפאר ביסטו גראב איז אזוי ווייטאגליך, מען טאר עס נישט טוהן. זאגן פארן מאן, ביסט אזא לא יוצלח קענסט נישט האלטן א דזאב, "אזוי ווי דיין טאטע", איז אזוי ווייטאגליך אז מען קען עס נישט צירוקנעמען. מען דארף דיס-עגריען אויף די מעשים, נישט אויפן מענטש. "עס טוט מיר זייער וויי אז די האסט ווייטער געשריגן הויעך, איך שעם זיך פון די שכינים". אבער נישט "די קוויטשעטס ווי א מעשיגענער". אסאך מאל די ווייב רודפ'ט ווייל זי פיהלט זיך פיצל, אדער פיהלט זיך אז מען פארשטייט איר נישט, אדער גאר אז מען קעירט נישט פאר איר. קויפן בלומען ערב שבת העלפט. סתם רעדן שיין העלפט. מיין ווייב זאגן אייביג, די גייסט אין שוהל, האסטו שוין socialized. איך זאג איר איך גיין אין שוהל דאווענען. זאגט זי, אבער די האסט דאך למעשה געזען מענטשען... דארף מען פארשטיין די ווייב נאכדערצו ווען זי איז איינגעשפארט אגאנצן טאג מיט די קליינע קינדער וואס מען דארף כסדר ווינדלען, פיטערן, קעיר נעמען. עס איז נישט גרינג צו זיין א פרוי. דאס מיינט נישט אז זי מעג סתם טעראריזן.

והרבה יותר וויל איך שרייבן... אבער.

עס איז ערב שבת...

זאלט איר ווערן אויפגעראכטן.

זייער וויכטיג: איך בין נישט אנטקעגן טעראפי פאר זיך, צוזאמען, אבער... אויב שיקט מען אייך, מאכט זיכער נישט צו גיין צו א טעראפיסט וואס איז א "טעראפיסט מסדר גיטין". עס איז ליידער דא פון דעם...
פיין פיין געזאגט, מען דארף נאך אזעלכע תגובות.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:52 pm

ווען דו וואלסט געוואוסט וויפיל יונגעלייט האבן גאר שווערע טעג אין די ענינים וואלסטו נישט געפילט א פערטל אזוי צוקלאפט. קענסט נישט וויסן אפילו די פרייליכסטע שענסטע בעסטע רייכסטע פנים קען באדעקן אזא פעקל. חזקו ואמצו.

יעצט למעשה, ווען דו פילסט ממש מ'קען מער נישט אויסהאלטן, זאג א תפילה צום אב הרחמן ביי שמע קולינו. ער ווייסט "אלעס" וואס קיינער ווייסט נישט, און עס וועט דיך גוט אפשווענקן מיט חיזוק ווי א נייער מענטש. מיט די חיזוק הייב אויף א טעלעפאן צו א נאנטן גוטן איד, למשל דער מגי"ש ביי וועמענ'ס שיעור דו לערנסט אין ביהמ"ד, אדער דער רב-דיין אין דיין ביהמ"ד, אן אלטע גוטע ראש ישיבה, מנהל, מגי"ש, אפילו א ברודער אדער א פעטער וואס מ'קען טראסטן און ער קען נעמען פאזיטיוו עקשאן און/אדער אריינברענגען געלט כפי הקריזיס.

זארג נישט, מען לאזט דיך נישט אליינס. דארפסט אביסל אויפברעכן די סודות'דיגע באקס דורך קאמיוניקירן מיט מענטשן וואס קענען דיר עכט עכט עכט העלפן. ביז א קורצע צייט וועט די מצב זיין בעסער נישט צום דערקענען אי"ה.

אין חבוש מתיר עצמו, מ'קען נישט אלעס אליינס. לאז גוטע אידן טון אביסל גוטס לטובתך. זיי וועלן דיך נישט אנטוישן.
גוט געזאגט "די פרייליכסטע שענסטע בעסטע רייכסטע פנים קען באדעקן אזא פעקל"

ליידער ווייס איך פון אזא פאל
וואס איז דיין ארבעט/באשעפטיגונג? (אנקעטע)
viewtopic.php?t=68541
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: פארלוירן אין מיין אייגן שטוב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הלוואי בלויז איינס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”