ווען פטר'ט א ברכה א מאכל וואס האט די זעלבע ברכה?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

ווען פטר'ט א ברכה א מאכל וואס האט די זעלבע ברכה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די וועלט זאגט אז פסח מאכט מען א שהכל און א בורא נפשות און מען קען אלעס עסן אינצווישן... איז עס טאקע אזוי?

איך האב געקוקט אינעם ווינדעליכן ספר משפט הברכות (אידיש) פון הרב אהרן ווידער (סקווירא), האט ער דארט א גאנץ פרק דאס איז פרק יד "מאכן א ברכה אויף א מאכל וואס מען האט נישט געהאלטן אין דער האנט בשעת דער ברכה" איז דער קעפל.

ער לייגט עס אראפ אזוי: א ברכה טוט צוויי פעולות איינס אז מען קען עסן דאס וואס מ'האלט אין די הענט בשעת'ן מאכן די ברכה, צווייטע אז מען קען עסן פון אט דעם זעלבן מאכל אדער משקה נאך וויפיל עס באגערט אים.

ער שרייבט אסאך כללים און פרטים וואס כ'וועל כמובן נישט מעתיק זיין אלעס, נאר אזויפיל מעורר זיין אויף אזאך אויף וואס כ'האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט ווען מען מעג יא עסן נאך וועניש. און אפי' יעצט ביניך אויך נאכניש קלאר... עס איז דא אזויפיל תנאים און כללים עס איז געוואנדן אין זעכע דקות'דיגע זאכן אמאל לוינט נישט צו עסן די זאך פשוט ווייל ס'איז צו קאמפליצירט צו מען דארף יא מאכן נאך א ברכה אדער עס איז שוין גע'פטר'ט.

לעצטענס פרוביר אינזין צו האבן יעדע מאל איך מאך א שהכל אז איז דעם זאל זיין אינקלאדעט יעדע מאכל אדער משקה וואס זיין ברכה איז שהכל סיי וואס איז פאר מיר סיי וואס וועט אמאל קומען.

וויזוי פירט איר זיך אין דעם?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גענוי ווי דיר.

אויב האט מען נישט מכוון געווען בשעת הברכה דארף מען איבערמאכן א ברכה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מאך עס נישט אזוי שווער... מיין דיין האט מיר אמאל געזאגט אז מען קען זיך אויסנעמען איינמאל פאר אלעמאל אז יעדע מאל וואס איך מאך א שהכל איז נכלל אין דעם אלעס וואס ליגט אין די הויז, ממילא דארף מען שוין נישט עקסטער אינזין האבן יעדע מאל ווייל עס איז שוין על דעת זה.
דאכט זיך אז די מקור איז פון א אשל אברהם (מבוטשוטש).
(אגב אז מען רעדט שוין פון ברכות איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען א שועה"ר (סי' רי"ג ס"ד) וז"ל: אין אדם יוצא ידי חובתו בשמיעת הברכה אפילו ענה אמן אלא א"כ שמעה מתחילתה ועד סופה ונתכוין לצאת בה ידי חובתו והמברך נתכוין להוציאו ואז יוצא ידי חובתו בדיעבד אפילו לא ענה אמן (ולדברי האומרים שמצות של דבריהם א"צ כוונה אע"פ שלא נתכוין המברך להוציאו וגם הוא לא נתכוין לצאת בה יצא בין בברכה אחרונה בין בברכה ראשונה כגון מי שנטל פרי בידו לאכלו או מצוה לעשותו וקודם שהספיק לברך שמע ברכה זו מפי אחר המברך לעצמו אין צריך לברך ויש לחוש לדבריהם וליזהר שלא ליכנס בספק ברכה לבטלה)
אין קאווע שטוב איז דאס דאכט זיך גאר א שווערע זאך, אז יעדע מאל מען הערט א ברכה זאל מען קלאר אינזין האבן אז מען וויל נישט יוצא זיין...)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אגב, האב איך געהערט פון א רב אז א פרוי קען מאכן איין ברכה צופרי און א נאך ברכה ביינאכט...
איך ווייס נישט צי ער האט עס געזאגט להלכה או למעשה או לבדיחא בעלמא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

למעלה משבעים האט געשריבן: אין קאווע שטוב איז דאס דאכט זיך גאר א שווערע זאך, אז יעדע מאל מען הערט א ברכה זאל מען קלאר אינזין האבן אז מען וויל נישט יוצא זיין...)

מאך עס נישט אזוי שווער... מען קען זיך אויסנעמען איינמאל פאר אלעמאל אז יעדע מאל כ'הער א ברכה וויליך ניש יוצא זיין. ממילא דארף מען שוין נישט עקסטער אינזין האבן יעדע מאל ווייל עס איז שוין על דעת זה.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לאז געמאכט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן: אין קאווע שטוב איז דאס דאכט זיך גאר א שווערע זאך, אז יעדע מאל מען הערט א ברכה זאל מען קלאר אינזין האבן אז מען וויל נישט יוצא זיין...)

מאך עס נישט אזוי שווער... מען קען זיך אויסנעמען איינמאל פאר אלעמאל אז יעדע מאל כ'הער א ברכה וויליך ניש יוצא זיין. ממילא דארף מען שוין נישט עקסטער אינזין האבן יעדע מאל ווייל עס איז שוין על דעת זה.

מקור?
מסתבר איז אז ווען איך מאך א ברכה וואס בעצם האב איך אינזין דאס וואס איך האב אין האנט, נאר איך דארף אויך אינזין האבן אנדערע זאכן, קען איך זאגן אז איך נעם זיך אויס אז אייביג איז מיין כוונה אויך אויף אנדערע זאכן וואס זענען אין הויז (לכאורה אלץ סוב-קאנטשעס), אבער דא ווען עס איז נישט גענוג וואס מען האט סתם נישט אינזין יוצא צו זיין, נאר מען דארף א היפך כוונה דהיינו מען זאל אינזין האבן נישט יוצא צו זיין, לכאורה איז נישט מסתבר עס זאל העלפן, אבער אויב האסטו א מקור אדרבה זאג מיר, עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו זען.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

כ'האב נישט קיין מקור, כ'האב פלעין גע'וויצ'לט
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9346
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווען פטר'ט א ברכה א מאכל וואס האט די זעלבע ברכה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איינער מאכט א שהכל אויף גאם און נעמט זיך קייען. שפעטער, נאך אינמיטן קייען, ווערט ער דארשטעריג און וויל טרינקן. דארף ער מאכן נאך א שהכל?
טאמער יא, איז עס אפילו איין מינוט נאכ'ן ערשטע שהכל? א רגע?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”