איטאליענער 2.0 - דראמא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

חננאל האט אויפגעמאכט די טיר נאכאמאל.

"נאר נאך די איינע מאל" טראכט ער צו זיך "איך דארף נישט זיין אזוי דערשראקן, ס'איז שוין אריבער א לאנגע צייט זינט דעמאלטס."

ער כאפט א בליק אויף זיין 5 יעריגע דרילינג, אביגיל, שירה, און כנרת, זיי זענען טיף געשלאפן, ער קוקט אויף די וואנט אויף זיין זייגער, און ער געט א טיפן געניץ, "די זייגער קלאפט שוין אויף 3 אינמיטן נאכט, נישט קיין וואנדער איך בין אזוי מיד..."

ער גייט אריין אין זיין שלאף צימער, טוט אן די שלאף קאפל, און ער לייגט זיך אריין אין בעט.

ער ווארט אז די מלאך החלומות זאל אויסשפרייטן זיינע פליגלען אויף אים, אבער זעהט אויס אז היינט איז נישט זיין טאג, ער דרייט זיך פון איין זייט צום צווייטן, אבער עפעס כאפט אים נישט די שלאף, א טיפע זארג נעסטיגט אין זיין הארץ, ער קען אבער נישט אנצייכענען וואס דאס איז.

ער גייט ארויס נעמען א ווארעמע גלעזל מילך, און ווי זיין געוואוינהייט גייט ער צו צום קינדער צימער, ער וויל שוין עפענען די טיר, אבער די לעצטע מינוט געט ער א צו צוריק זיין האנט, "ס'איז שוין העכסט צייט אפצושטעלן די משוגעת, אויב נישט יעצט, ווען דען?"

ער גייט אריין אין קיך, ער פילט אן דעם טעפל מיט מילך, און ער שטעלט עס ארויף אויפן אויוון עס זאל זיך אנווארעמען, ער זעצט זיך אוועק אויף א בענקל, און זיינע מחשבות הייבן אן וואנדערן.

ער פליט אין אן אנדערע וועלט, א וועלט פון מאכט און טרוים, א וועלט וואו ער האט פארמאגט די אויסשליסליכע רעכטן אויף די קוילן מינע אין סיציליע, די פארט אין קאטאניע איז געווען אנגעפירט דורך זיינע מענטשן, ער האט געשארט גאלד.

אוי, גאלד... אלעס וועגן דעם גאלדענעם קאסטן... "פארוואס האט עס אויסגעפעלט?" טראכט ער מיט ביטערניש, "זיי האבן מיר דאך געווארנט דערוועגן, אבער איך, וואו איז געווען מיין שכל?"

ער קען שמעקן די לופט פון דעם ביטערן טאג, ווען אלעס איז אוועק מיטן רויעך, די פארסמאליעוועטע ביימעלעך און בלומען וואס זיין קליינער זכרי' האט זיך געשפיגלט מיט, ער קען שמעקן נאך עפעס, ס'איז די שמעק פון פארברענטע מילך... חננאל געט זיך א כאפ אויף, ער נעמט אראפ דעם טעפל מילך פונעם אויוון, "ס'איז נאך גוט, ס'האט נאר געשמעקט פארברענט", ער גיסט עס אריין אין א גלעזל, און ער זופט רואיג.

ער ענדיגט, מאכט אן ערליכע נאך ברכה, און ער גייט צוריק צו זיין צימער.

אויפן וועג גייט ער אדורך די קינדער שטוב, ער לייגט צו זיין הענט צו עפענען די טיר, אבער ער ציהט עס שנעל צוריק "אונז האבן דאך יעצט געמאכט א פרישע אפמאך, נישט אזוי?" טראכט ער צו זיך מיט א האלבע שמייכל.

ער גייט צו זיין צימער, קושט די מזוזה, און ער עפענט די טיר.

זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ.

זיין ווייב, שולמית, איז געזעצן אויף איר בעט, איר פנים ווייס ווי די וואנט, אין איין האנט האט זי געהאלטן די לאמטערנע, און אין די צווייטע האנט האט זי געהאלטן א בריוו, איר הענט האט זיך געווארפן ווי א בלעטל.

"חננאל", האט זי געפליסטערט "וואו ביסטו געווען?"

חננאל האט געקוקט אויף איר צומישט "ווייטער מיט די חלומות?" טראכט ער צו זיך, "איך האב געמיינט אז אונז האלטן שוין לאנג נאכדעם".

דאן האט ער עס געזען.

אין א שיינע קלארע רינדעכיגע שריפט, איז געשטאנען די אדרעסס פונעם שיקער.

טרענטא פראווינץ.

"זיי האבן נאכנישט פארגעסן" טראכט ער מיט שרעק, "אבער ווער שרייבט צו מיר פון דארט?" ער שלעפט ארויס די בריוו פון זיין ווייבס הענט מיט אן אימפעט, כמעט צורייסנדיג דאס פאפיר, און ער הייבט אן ליינען.

"פרידן צו דיר חננאל,
מיר האבן געפינען אן אלטע שאכטל מיט דיין נאמען דערויף, עס אנהאלט אין זיך עטליכע אידישע מאנוסקריפטן, ווי אויך א לאנגע בריוו אויף צוויי שטיקער האלץ ---"

יעצט איז געקומען חננאל'ס צייט צו שוואך ווערן.

ער האט גאר גוט געוואוסט וואס דאס מיינט, מיט א שוואכע שטימע, נישט גלייבנדיג וואס ער אליין זאגט, שעפשעט ער "מיין טאטנ'ס ספר תורה... ס'ליגט ביי זיי".

אבער וויאזוי?

וויאזוי.

די פראגע האט געקלינגען אין זיין מח ווי מיט צענדליגע גלעקלעך, דאן האט עס ווי געטראסקעט אין טאל, זיך צושפרייטנדיג מיט טויזנטער קולות ---

ו-ו-י-א-ז-ו-י-?-?-?

און דאן איז אים אלעס קלאר געווארן.

אבער אזוי קלאר, אז ער זיין קאפ האט אנגעהויבן שווינדלען, ער האט געזען מיליאנען שטערנס דרייען זיך ארופ אים מיט אן שנעלקייט, ער האט אראפגעטראסקעט אויף דער ערד מיט א הילכיגן זעץ, און ער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין.

פארשלעפט אין א טיפן ענדלאזן שווארצן חלל, הערט ער א שטימע וואס איז אים גאנץ באקאנט, "חננאל, פארגעס נישט פון מיין ספר תורה, היט עס אפ ווי די שווארץ אפל פון דיין אויג, זאג מיך צו...".

דאס איז געווען זיין טאטנ'ס שטימע.

***

ער האט זיך דערוועקט, זיין לינקע האנט האט געשריגן מיט ווייטאג, אבער נישט דאס האט אים יעצט אינטערעסירט, אים האט מער אינטערעסירט וויאזוי ער האט יא פארגעסן פונעם ספר תורה, און וויאזוי ער האט עס נישט אפגעהיטן ווי די שווארץ אפל פון אויג, ס'האט אים געשטאכן און געברענט, אבער דאס איז די מציאות.

איין מינוט... איז דאס טאקע די מציאות? ס'דארף זיכער זיין א וועג צוריק.

אבער וואס? וויאזוי? קען איך עס אליין טון?

ער האט זיך אויפגעזעצט מיט א קרעכץ, ערשט יעצט האט ער געהערט זיין ווייבס באזארגטע שטימע "וואס איז געשען מיט דיר?"

"גארנישט, גארנישט" האט ער גענטפערט שטיל.

די זון האט שוין אריינגעבליקט פון די שפאלטענעס פון די צוריסענע פירהאנג, "היינט וועל איך שוין נישט שלאפן, איך דארף אויפקומען מיט א פלאן" זאגט ער האלב צו זיך און האלב צו זיין ווייב.

און דאן האט אים אויפגעשטראלט א געדאנק אין זיין קאפ.

בערנארדיני.

ער קומט פון מילאן א יעדע צווייטע מיטוואך צו ברענגען פארשידענע זאכן צום שטעטל, ער איז כאריזמאטיש, פיפיג, און נאכמער, ער ארבעט שטיל און שנעל.

חננאל נעמט א שטיקל פאפיר, און ער נעמט זיך שרייבן.

************

אנטשולדיגס פארן אייך אנציען, אבער דאס איז לכבוד מיין 999'סטע תגובה, און איך האב געוואלט נעמען דעם סינדראם צום קומענדיגע שטאפל, האב איך געשריבן 999 ווערטער (אזוי האט מיר מייקראסאפט געזאגט, אדרבה, פעיסט די גאנצע מעשה דא אין וואורד, און קוק אונטן לינקס וואס ס'שטייט דארט...)

ווער ס'וויל קען ווייטער ציען די מעשה...

אויב ווילט עטץ נאך איינס פאר די 1000'סטע, געטס א לייק (אפי' אויב נישט...)
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

טאקע דראמא...
יעצט גיימיר דארפן ווארטן ביזן נעקסטן 99999 פאר א פארזעצונג ?

נאדיר א גרינע פארן ארטיקלנעקסט לעוויל!
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
א סארט מאלפע
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 4:53 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סארט מאלפע »

דער יעניגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:17 pm

זיי פרייליך וועט דיר זיין גוט
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

@דער יעניגער
און צום צווייטן מאל

#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

ווי איז די ערשטע?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

כ'פארלאנג א פול פלעדזש ארטיקל !!
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
קעפיטאל
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:50 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעפיטאל »

Wow Wow Wow! שרעקליך ציענד!! די קענסט אונז נישט לאזן נייגעריג!
האט איר פראבלעמען מיט אייער קינד?
ווילט איר האבן מנוחת הנפש?
דריקט יעצט זיבן!!
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

בררר
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
לפידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

@דער יעניגער האסט גוט דעם פאך, שפין עס ווייטער ביטע, לאז דיינע מחבות לויפן פריי
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

דו ביזט א מאסיווער שרייבער!

שרייב ווייטער!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

עולם עולם.... א דאנק פאר די לייקס און קאמענטס, הלואי כ'האב ווען צייט צו שרייבן ווייטער...
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

מאסיוו
👍👍👍👍
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איטאליענער 2.0 - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

נו גיי ווייטער... איי איי איי
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”