וויצע פרעזידענט אנקעטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועם ווילט איהר אז טראמפ זאל אויסקלויבן פאר זיין וויצע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:03 pm

וויוועק ראמאסוואמי
14
13%
טים סקאט
6
6%
גלען יאנגקין
5
5%
לי זעלדין
20
19%
עליסע סטעפאניק
11
10%
קריסטי נאויעם
7
7%
טאלסי גאבארד
10
10%
מארקא רוביא
20
19%
סערע האקעבי סענדערס
3
3%
בען קארסאן
6
6%
איינעם אנדערש (שרייב ארויס)
3
3%
סך הכל שטימען: 105

אוועטאר
דאני
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

נאויעם
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
פאר מאר יעירס, פאוז....
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

טים סקאט אדער קריסטי נאועם.
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

ר' משה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 11:59 am
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 1:42 am
ווייסעך נישט וויאזוי צו שטימען אויף דעם אנקעטע, אבער דאס איז מיין מיינונג:

וועם יא איז זייער שווער צו זאגן, היות עס איז דא אסאך זאכן וואס מען וויל קוקן אין א וויצע, עס איז דא דער זאך אז יענע זאל צוברענגן א געוויסע דעמאגראפיק פון וואוטער'ס וואס וואלטן סתם אזוי נישט געוואוט פארן פרעזידענט, דערנאך איז דא דער געדאנק אז סוף כל סוף וועט יענע דארפן זיין די ממלא מקום פונעם פרעזידענט סיי אויב עפעס גייט Wראנג אבער בעיקר אין 2028 און אז נישט וועט זיין א בלוטיגע פריימערי אים ארויסצושטויסן.

במילא איז מיר לכאורה אסאך גרינגער צו זאגן וועם איך וואלט לכתחילה נישט געוואלט אז טראמפ זאל אויסוועלן, (הגם קיין איינס פון די אויבערדערמאנטע וועט מיר נישט מאכן טוישן מיין שטימע, אבער וועט זיכער יא טוישן די בליק און אפטעמיזם איבער די קומענדיגע אדמעניסטראציע).

טים סקאט- ער האט די מעלה זייענדיג א מינאריטעט און א שטיקל געשמאקע מענטש, גענוג שטיל נישט איבערצונעמען טראמפ'ס אטענשען.
איך וואלט אים אבער נישט געוואלט זעהן אלץ וויצע צוליב עטליכע סיבות, קודם איך גיב אים קרוב צו זירא טשענסעס ער זאל קענען געווינען אין 2028 נישט נאר די דזשענערעל נאר אפי' נישט די פריימערי, און אויב מאכט זיך עס יא איז ער צו רעליגיעז קאפ אין וואנט צו באווייזן צו געווינען א דזשענערעל עלעקשען. פעלט ענטויזיאזים ווען ער רעדט. און נאך.
אין קורצן, איך האב נישט ליב זיין פערסענעליטי.

קריסטי נועם- זי האט די מעלה פון זיין א פרוי, קענען ענדישער רעדן צו פרויען וויילער וואס טרענדן לינקס, שטעלט זיך אהער קאנסערוואטיוו, האט ענטויזיאזים צו אויפהייטערן די מאסן אבער גענוג אין די זייט נישט איבערצונעמען די ספאטלייט, און איך וואלט איר געקענט (כאטש אין א ווייטע מציאות) זעהן געווינען אין 2028.
איך וואלט איר אבער נישט געוואלט זעהן אלץ וויצע צוליב די איינע סיבה וואס ווייניג גראדע ווייסן, זי האט שטילערהייט געוויטאוט אין סאוט דעקאטע עטליכע שטארקע קאנסערוואטיווע פריאריטעטן בילס, און אזוי אויך איז זי כסדר נישט אויפן זעלבן פעידזש מיט די סטעיט פרידאם קאוקוס אינעם סאוט דעקאטע לעגיסלאטור, און לדעתי דארף די קומענדיגע דור מאגא רעפאבליקאנער זיין מענטשן וואס זענען אלץ דא מיטן ציהל צו ארבעטן צוזאמען און נישט פאלן פאר די עסטעבלישמענט און מידיע פחדים איבער בילס וכדומה. (יא איך ווייס אז טראמפ אליין איז נישט אזוי...)

טאלסי גאבארד- זי האט די מעלה אז זי איז א פרוי, קען שטארק אויסנעמען ביי פרויען וויילער, איז א געוועזענע דעמאקראט און רעדט שטארק צו רעיגען דעמאקראטן און דיסאינפעקטעד דעמאקראטס, איז אבער גענוג שטיל.
איך וואלט אבער קיינמאל נישט געוואלט איר זעהן אלץ וויצע, קודם כל איז זי נאך צו לינק אויף אסאך אישוס בעיקר אין מאניטערי/פיסקעל זאכן, די גאנצע איר זיין מער קאנסערוואטיוו איז בעיקר אויף סאציאלע אישוס וואס זי איז סה"כ געבליבן נארמאל, אנדערש ווי רובא דרובא דעמאקראטישע פארטיי וואס איז געגאנגען אינגאנצן משוגע, אבער פון דארט צו זאגן אז זי איז א פיסקעל קאנסערוואטיוו און קעגן ביג גאווערמענט איז אבסורד, יא זי איז אביסל פופוליסטיש געשטימט אבער דאס קען נאך גיין אויך מיט בערני סענדערס אינאיינעם (וואס טאקע געוויסע פון זיינע שטיצער זענען אריבער צו טראמפ), א חוץ פון דעם וואס די רעדסט דא פון איינע וואס איז געווען די ווייס טשעיר פון די דעמאקראטישע פארטיי.
אין קורצן, איך בין פערזענליך זייער סקעפטיקעל איבער איר.

גראדע האלט איך שטארק אז גאבארד זאל לויפן פאר סענאט אלץ אינדעפענדעט אין האוואי, די רעפאבליקאנער פארטיי זאל נישט ארויסשטעלן איינעם צו לויפן (אזוי ווי די דעמאקראטן האבן געטוהן אין יוטא), איך האלט אז זי האט גאנץ גוטע טשענסעס צו עס מאכן דארט, חוץ אויב זי איז פארפיינטעד היינט דארט, איך ווייס נישט די מציאות.

אלע אנדערע קאנדידאטן דערמאנט אינעם אנקעטע האב איך נישט דווקא קיין מיינונג אויף נישט (חוץ רוביא וואס איך ווייס אבער אליין נישט עכט פארוואס), איך האלט אבער גראדע אז טראמפ וועט נעמען איינעם וואס מען טראכט בכלל נישט אזוי ווי אין 2016.
זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט שכח ר' שמואל

איך וויל מחולק זיין מיט עטליכע נקודות

קודם בין איך בכלל נישט איבערצייגט אז דער וואס וועט זיין די וויצע איז די ווארשיינליכע נאמיני פאר 2028 (פארשטייט זיך חוץ אויב טראמפ שטארבט און יענער איז די אינקאמבענט) איך ווייס אז דאס איז געווען אנגענומען ביז יעצט אבער פאליטיק היינט האט זיך גאר שטארק געטוישט

איך גלייב אז אזא איינער ווי וויוועק ראמאסוואמי אויב זאל ער האבן א אקטיווע טייל און די טראמפ אדמיניסטראציע קען ער פאטענשעל זיין א שטארקע קאנדידאט, אזא איינער ווי קערי לעיק אויב זאל זו זיין א אקטיווע סענעטער קען זו פאטענשעל זיין א שטארקע קאנדידאט וכו' וכו'

יעצט בנוגע טים סקאט ער איז די לעצטע מענטש וואס פעהלט ענטוזיאזעם ווען ער רעדט (איך ווייס אז ווען ער האט קאמפיינט פאר זיך האט ער נישט אזוי פלייסיג קאמפיינט ער איז געווען אביסל פארשלאפן דאס קומט לכאורה ווייל ער האט געוויסט אז ער קאמפיינט פאר גארנישט) קוק נאר אביסל וויאזוי ער קאמפיינט פאר טראמפ ער איז גאר ענטוזיאסטיש און גוט אויפגעלייגט ביים קאמפיינען, בנוגע זיינע שאנסן צו געווינען בין איך נישט איבערצייגט אז ער קען נישט געווינען

בנוגע קריסטי נאויעם ווייס איך באמת נישט פון וואס דו רעדסט איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם אז זו האט וועטאירט קאנסערוואטיווע ביללס אדרבה שמועס ברייטער אויס פון וואס דו רעדסט

בנוגע טאלסי גאבארד איך האלט זו איז א אויסגעצייכענטע קאנדידאט און מיינע אויגן ,מיר איז וויכטיגער סאושעל אישוס ווי פיסקעל קאנסערוואטיוו, חוץ מזה וואס מיט די צייט וועט זו מיטגיין מיט דעם אויך, אבער העולה על כולנה איז איהר שטארקייט פון גיין קעגן די שטראם און זיין א הארטע אומבויגזאמע כאראקטער דעס נישט וואיטן פאר טראמפ'ס אימפיטשמענט איז געווען א מוראדיגע גבורה פון איהר זייט ס'איז געווען קעגן ווי די פאליטישע ווינט האט געבלאזן דעמאלט'ס, אנדערש ווי ווען ליז טשעיני האט געוואיט צו אימפיעטשן טראמפ ווייל זו האט זיך איינגערעדט אז נאך יאנואר 6' איז טראמפ דערנאך (גאר אסאך רעפובליקאנער האבן דעמאלט'ס אזוי געהאלטן)

בכלל זו רעדט מוראדיג צום זאך זו איז בכלל נישט קאפ און וואנט אריין דעס אז זו איז געווען א דעמאקראט מאכט גארנישט ווייניגער קעררי לעיק איז אויך געווען פרעזידענט טראמפ איז אויך געוען אדרבה דייקא די געוועזענע דעמאקראטן ווייסן וויאזוי צו פייטן ווי דעמאקראטן אויף פארקערט
זייער א ריכטיגע נקודה לגבי 2028, הגם איך וויל נישט זעהן קערי לעיק לויפן פאר פרעזידענט, און גראדע לגבי ראמאסוואמי, האט איר געזעהן די לעצטע גג על גג פלאן פון די געוויסע רעכטע אקטעוויסטן איבער וויאזוי ער קען ווערן א סענעטאר? פאר סאם ריזען ווערט ביי זיי מער און מער די געדאנק צו האבן דזשעי די ווענס אלץ וויצע (איך האב נישט קיין שום מיינונג אויף דעם פארשוין און קיינמאל נישט דורכגעטוהן זיין רעקארד וכדומה), וואס דאן ווערט דאך ליידיג א זיץ אין סענאט אין אהייא, קען מען פרובירן אריינצורוקן ראמאסוואמי אין סענאט (פארשטייט זיך אז די גאווערנאר גייט אים קיינמאל נישט שטעלן הגם נאך די רעזולטאטן פון מעראנאו קען זיין ער וועט שוין רעדן אנדערש).

בנוגע טים סקאט, איך האב אים נאר איינמאל געזעהן קאמפיינען מיט טראמפ און ער איז גראדע געווען אין זייער א גוטע מוד דעמאלטס, איך האב עס אבער אפגעלערנט אז דאס איז נאר געווען ווייל ער איז געווען מיט טראמפ אויפן סטעידזש, זאגסטו אז ער קען יא זיין אין די כלים ווייס איך נישט, לגבי געווינען פאר זיך האלט איך נישט אז איינע וואס זאגט אז די וועג צוזאמצוברענגן די לאנד איז מיט א 6 וואכן בען איז בכלל דאהי, (נישט אז איך בין נישט מסכים מיט די פאליסי).

נאויעם האט געוויטאוט א ביל וואס וואלט פארבאטן יקנה"ז שפילערס צו שפילן אין פרויען ספארטס, עס זענען אויך געווען נאך זאכן איך דארף נאר טרעפן דעם שמועס פון ווי איך האב דאס געהערט א צייט צוריק, עס איז געווען מיט איינע פון די פירער פון די סטעיט פרידאם קאקוס.

בנוגע גאבארד, ווי שוין געזאגט איך האב גארנישט פערזענליך קעגן איר אדער אירע שטעלונגען, איך בין נאר זייער סקעפטיש אויף די וועג וויאזוי די קאנסערוואטיווע מידיע פאמפט איר ארום פשוט ווייל זי האלט ווי מיר מיט עטליכע קאנספיראציעס (וואס איך האלט גראדע אויך), ווען איך זאג אז זי איז געווען א דעמאקראט איז נישט מיין פראבלעם די חלק געהערן אדער ליב האבן די דעמאקראטישע פארטיי, דו רעדסט דא פון איינער וואס איז געווען א חלק פון די עסטעבלישמענט ביי די דעמאקראטן (גראדע איז זייער גוט אז זי האט שייכות מיט די קאנסערוואטיווע אקטעוויסטן ווייל זי קען איבערגעבן אסאך גוטע זאכן וואס מען דארף זיך לערנען פון די דעמאקראטן).
נאכאמאל איך בין גרייט צו טוישן מיין מיינונג אויף איר, און איך פרוביר אלץ צו הערן די אינטערוויאוס וכדומה, אבער...
(וואס זאגסטו אבער אויף איר צו לויפן צום סענאט אלץ אינדעפענדענט? די דעמאקראטן זענען שוין אזוי אויך אביסל נערוועז איבער מערילענד, אויב מענדענעז לויפט אין ניו דזשערסי האסטו דארט אויך קאפ וויי, יעצט שטעל זיך פאר האוואוי'ס קאפ וויי? די רעפאבליקאנער קענען נאך באלד ענדיגן מיט 60 זיצן דעם יאר, פאר איינער שרייט, דאס איז סתם לבדיחותא).
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ווער האט דא געשטימט מארקא רוביא?

לי זעלדין איז נישט קיין פאלשע פערזאן פאר די טראמפ לאגער?
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4765
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 12:08 pm
געשטימט ראמאסוואמי, ער וועט מסתמא די בעסטע אראפשלעפן טראמפ ביים מיינסטרים. אויב נישט ער, כאטש טולסי.

אבער איך פארשטיי נישט, וואס זעהט נאך דער עולם אין רוביא נאך די לעצטע ניין יאר, וואס פארקויפט ער?

(ליגעל דיסקלעימער, איך האב אמאל געהאלטן פונעם..)


אויך איז אינטרעסאנט אז די [געוועזענע?] פראנטראנער נועם האט נאר איין וואויט בעת קארסאן לא עלינו האט פיר.
ווער וואלט די מערסטע געהאלפן טראמפ?
די רבי איז געזונט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 1:42 am


קריסטי נועם- זי האט די מעלה פון זיין א פרוי, קענען ענדישער רעדן צו פרויען וויילער וואס טרענדן לינקס, שטעלט זיך אהער קאנסערוואטיוו, האט ענטויזיאזים צו אויפהייטערן די מאסן אבער גענוג אין די זייט נישט איבערצונעמען די ספאטלייט, און איך וואלט איר געקענט (כאטש אין א ווייטע מציאות) זעהן געווינען אין 2028.
איך וואלט איר אבער נישט געוואלט זעהן אלץ וויצע צוליב די איינע סיבה וואס ווייניג גראדע ווייסן, זי האט שטילערהייט געוויטאוט אין סאוט דעקאטע עטליכע שטארקע קאנסערוואטיווע פריאריטעטן בילס, און אזוי אויך איז זי כסדר נישט אויפן זעלבן פעידזש מיט די סטעיט פרידאם קאוקוס אינעם סאוט דעקאטע לעגיסלאטור, און לדעתי דארף די קומענדיגע דור מאגא רעפאבליקאנער זיין מענטשן וואס זענען אלץ דא מיטן ציהל צו ארבעטן צוזאמען און נישט פאלן פאר די עסטעבלישמענט און מידיע פחדים איבער בילס וכדומה. (יא איך ווייס אז טראמפ אליין איז נישט אזוי...)

זו איז פערצופאל א שטארקער אוהבת ישראל לויט ווי איך ווייס
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29615
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:32 pm
ווער וואלט די מערסטע געהאלפן טראמפ?
נישט אריינגעטראכט...

מסתמא א יאנגקין אדער א זעלדין, איינער מיט א גרויסע, שארפע,שנעלע, מויל.

א פרוי וואלט אפשר געווען בעסער, סוי סטעפאניק אפשר.

נענסי מעיס וואלט געווען גוט, ווען נישט אירע נאטוריעס פליפ פלאפס און שווערע מידות.

אדער טאקע נועם, די פראנטראנער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29615
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:40 pm
American Dream האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:32 pm
ווער וואלט די מערסטע געהאלפן טראמפ?
נישט אריינגעטראכט...

מסתמא א יאנגקין אדער א זעלדין, איינער מיט א גרויסע, שארפע,שנעלע, מויל.

א פרוי וואלט אפשר געווען בעסער, סוי סטעפאניק אפשר.

נענסי מעיס וואלט געווען גוט, ווען נישט אירע נאטוריעס פליפ פלאפס און שווערע מידות.

אדער טאקע נועם, די פראנטראנער.
"אדער טאקע נועם, די פראנטראנער"...


איך נפלו גבורים, ווי איינער זאגט איר היינט אויף נוזמעקס: צוויי וואכן צוריק, אז מען פרעגט מיר וועם טראמפ וועט נעמען, ביזטו אן טאפ די ליסטע, אז מען פרעגט מיר היינט, ביזטו ניטאמאל אויף די ליסטע..


עס איז שוין געווען באריכטעט פאר איר בוך פיאסקא אז טראמפ וועט איר נישט נעמען וועגן איר דאבס בען, אבער יעצט נאך די קים יאנג אן געבעקס מיט די הונטל מעשה, איז זי לויט אלע אנדייטונגען בכלל נישט אויף די מאפע מער.
רעדער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:29 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעדער »

צל עובר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:40 pm
צל עובר האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:40 pm
American Dream האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:32 pm
ווער וואלט די מערסטע געהאלפן טראמפ?
נישט אריינגעטראכט...

מסתמא א יאנגקין אדער א זעלדין, איינער מיט א גרויסע, שארפע,שנעלע, מויל.

א פרוי וואלט אפשר געווען בעסער, סוי סטעפאניק אפשר.

נענסי מעיס וואלט געווען גוט, ווען נישט אירע נאטוריעס פליפ פלאפס און שווערע מידות.

אדער טאקע נועם, די פראנטראנער.
"אדער טאקע נועם, די פראנטראנער"...


איך נפלו גבורים, ווי איינער זאגט איר היינט אויף נוזמעקס: צוויי וואכן צוריק, אז מען פרעגט מיר וועם טראמפ וועט נעמען, ביזטו אן טאפ די ליסטע, אז מען פרעגט מיר היינט, ביזטו ניטאמאל אויף די ליסטע..


עס איז שוין געווען באריכטעט פאר איר בוך פיאסקא אז טראמפ וועט איר נישט נעמען וועגן איר דאבס בען, אבער יעצט נאך די קים יאנג אן געבעקס מיט די הונטל מעשה, איז זי לויט אלע אנדייטונגען בכלל נישט אויף די מאפע מער.
ווער זעט יעצט אויס גייט זיין טראמפס וויצע ?
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תירוצים »

לגבי פרויען וויילער-איז קלאר טולסי די טאפ, אלס די איינציגסטע נישט שטארק קאסערוואטיווע פרוי אויף די ליסטע האט זי די מערסטע טשאנסן אריבערצוברענגן פרויען וויילער, עפעס וואס די אנדערע האבן נישט.

לגבי די מידיא- איז עס ראמאסוואמי ער האט א פיסק, די יונגערע דור פאלט פאר אים און ער קען אריינבלאזן פרישע ענטוזיאזים אינעם קאמפיין.

פאר 2028 אויב מען נעמט אן אז א וויצע ווערט נאך פראנטראנער-וואלט איך געשטימט פאר רוביא.

לדעתי ברויך מען די מערסטע קוקן אויף פרויען וויילער, די איינציגסטע באזע ווי מען זעט נישט קיין סורזש פון די פארגאנגענע עלעקשאן, דערפאר שטים איך פאר טולסי מעיבי מעיבי העט זי איבערדרייען די פרויען קאלום.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: וויצע פרעזידענט אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

תירוצים האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:05 pm
לגבי פרויען וויילער-איז קלאר טולסי די טאפ, אלס די איינציגסטע נישט שטארק קאסערוואטיווע פרוי אויף די ליסטע האט זי די מערסטע טשאנסן אריבערצוברענגן פרויען וויילער, עפעס וואס די אנדערע האבן נישט.

לגבי די מידיא- איז עס ראמאסוואמי ער האט א פיסק, די יונגערע דור פאלט פאר אים און ער קען אריינבלאזן פרישע ענטוזיאזים אינעם קאמפיין.

פאר 2028 אויב מען נעמט אן אז א וויצע ווערט נאך פראנטראנער-וואלט איך געשטימט פאר רוביא.

לדעתי ברויך מען די מערסטע קוקן אויף פרויען וויילער, די איינציגסטע באזע ווי מען זעט נישט קיין סורזש פון די פארגאנגענע עלעקשאן, דערפאר שטים איך פאר טולסי מעיבי מעיבי העט זי איבערדרייען די פרויען קאלום.
איך גלייב אז העילי וואלט אים די מערסטע געהאלפן מיט פרויען, בפרט מיט סאבערבן מוידן

זי וואלט אבער פארטריבן אסאך אנדערע...
(--ווערטערלאז--)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”