פשטא מהלך - מה זה?

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

מען הערט לעצטנס ער האלט אין איין עדווערטייזן.

איך ליין שוין אפאר יאר די מגילה אינדערהיים, אבער עס איז, עהם, וויזוי זאלעך זאגן אהן זיך פארשעמען.... עניוועי, בינעך נייגעריג וואס דאס איז און צו עס לוינט זיך צו אינוועסטן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

האסט איבריג געלט? אהער דערמיט...
כ'העדיר שאפן א סידי וואס לערנט אויס ליינען די מגילה פאר צוויי טאללער...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווער איז דאס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ניס קראכער האט געשריבן: האסט איבריג געלט? אהער דערמיט...
כ'העדיר שאפן א סידי וואס לערנט אויס ליינען די מגילה פאר צוויי טאללער...


שוין, דעמאלס סתם פאר נייגעריקייט. וואס איז זייער מהלך אויפן שפיץ גאפל?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

באמת, כ'האב נישט קיין איינונג
אבער צו ליינען די מגילה אינדערהיים ברויך מען נישט צאלן קיין 150-200 טאללער
(פון א קינד/אינגע בחור רעד איך נישט יעצט)

יעך האב מיר אויסגעלערנט ליינען די מגילה דורך אויסהערן א בעל קורא מומחה
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איינער וואסיז נישט קיין בעל קורא, און ער וויל ליינען מיט אלע טראפן, דארף אינוועסטן איבער צען שעה לדעתי, איך האב דאס נישט.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

יעך בין יא א בעל קורא פאר א ציבור אידן. כקען אריינלייגן שעות אין חזרה, אבער נאך אלעם ברויך מען יעדע יאר פון דאסניי אנהייבן, ואחרי ככלות הכל איז נאך אלטס ליבי נקפי אויב כהאב נישט אויסגעלאזט אדער מדייק געווען ריכטיג. (דאס הייסט כהאב אלץ געוואלט לערנען מער די כללים צו זיין אויף די זיכערע זייט)

כהאב מיך אויפגעסיינט אויף זיין קורסעס. דערווייל איז געווען שוין איין קורס. ער פרובירט אויסצולערנען די כללים און טראפן אזוי אז מען זאל אליינס קענען ליינען גרינגער, דאס הייסט אפילו איר געדענק מער ווייניגער די גאנצע ניגון פון די מגילה, זאלט איר קענען פארן לייכטער אויב איר ווייסט די מהלך (דאס הייסט אפילו אין תורה, לאו דוקא מגילה), דערווייל האלט מען אינמיטן, העמיר זעהן צו סוף אויב סהאט געלוינט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אה שקויעך, ענדליך איינער וואס זאגט ווייל ער ווייסט, און נישט פארקערט...

הייסטעס ווי למשל דאס אז סוף פסוק איז מצרים מיט א קמץ, און אז 'את' מיט א מקיף איז סגול און אהן א מקיף איז צירי? אזעלכע סארט כללים?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווער פירט דער קורסעס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

היימישער הייקער האט געשריבן: אה שקויעך, ענדליך איינער וואס זאגט ווייל ער ווייסט, און נישט פארקערט...

הייסטעס ווי למשל דאס אז סוף פסוק איז מצרים מיט א קמץ, און אז 'את' מיט א מקיף איז סגול און אהן א מקיף איז צירי? אזעלכע סארט כללים?

ניין, למשל אז יעדע פסוק איז צעטיילט אין צוויי מיט א אתנחתא, און רובא דרובא מאל ליגט די אתנחתא ווען די פסוק טוישט זיך צו צוויי זאצן, סאיז קיינמאל נישט דא מער ווי צוויי זאצן אין א פסוק, פאר יעדע אתנחתא איז דא א טיפכא כו' א דרגא תביר איז א מקשר כו', סברויך אויסצוקומען אז ווען די קוקסט אן א פסוק וועסטו אליינס קענען אנצייגן וואו די אתנחתא קומט און אזוי אויסשטעלן די ניגון, ונזכה ונחי'
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אגב, די גאנצע מגילה איז א פאזל, א ציגל אויף א ציגל, איין ווארט מיז שמעלצן צום צווייטן, אין די שליסל צו דעם זענען נישט די באקאנטע טראפן וואס יעדער קען פון אויסעווייניג, נאר די טראפן אינצווישן וואס העלפט דיך פארן אויפן טרעק.

סאיז גאר וויכטיג צו וויסן וואו צו ברעיקן און וועלעכע ווערטער קומט אראפ אדער ארויף.

אויב די שפירסט אז די האסט געגעבן א זאג אפאר ווערטער צאמגעכאפט אן קיין המשך, בידוע אז עס פעלט דא טראפן, א גוטע בעל קורא מיינט איינער וואס יעדעס ווארט איז אין פלאץ אן קיין כאפ לאפ אדער טשידינג....
על "טעם וריח" אין להתווכח
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

טעם וריח האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן: אה שקויעך, ענדליך איינער וואס זאגט ווייל ער ווייסט, און נישט פארקערט...

הייסטעס ווי למשל דאס אז סוף פסוק איז מצרים מיט א קמץ, און אז 'את' מיט א מקיף איז סגול און אהן א מקיף איז צירי? אזעלכע סארט כללים?

ניין, למשל אז יעדע פסוק איז צעטיילט אין צוויי מיט א אתנחתא, און רובא דרובא מאל ליגט די אתנחתא ווען די פסוק טוישט זיך צו צוויי זאצן, סאיז קיינמאל נישט דא מער ווי צוויי זאצן אין א פסוק, פאר יעדע אתנחתא איז דא א טיפכא כו' א דרגא תביר איז א מקשר כו', סברויך אויסצוקומען אז ווען די קוקסט אן א פסוק וועסטו אליינס קענען אנצייגן וואו די אתנחתא קומט און אזוי אויסשטעלן די ניגון, ונזכה ונחי'


נא! אויף דעם האמער שוין געמאכט אן אשכול מיט רוב כללים אויף דעם מהלך, (קען זיין ער נעמט עס פון דא..:grin:)
viewtopic.php?f=4&t=36111
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

לדעתי האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן: אה שקויעך, ענדליך איינער וואס זאגט ווייל ער ווייסט, און נישט פארקערט...

הייסטעס ווי למשל דאס אז סוף פסוק איז מצרים מיט א קמץ, און אז 'את' מיט א מקיף איז סגול און אהן א מקיף איז צירי? אזעלכע סארט כללים?

ניין, למשל אז יעדע פסוק איז צעטיילט אין צוויי מיט א אתנחתא, און רובא דרובא מאל ליגט די אתנחתא ווען די פסוק טוישט זיך צו צוויי זאצן, סאיז קיינמאל נישט דא מער ווי צוויי זאצן אין א פסוק, פאר יעדע אתנחתא איז דא א טיפכא כו' א דרגא תביר איז א מקשר כו', סברויך אויסצוקומען אז ווען די קוקסט אן א פסוק וועסטו אליינס קענען אנצייגן וואו די אתנחתא קומט און אזוי אויסשטעלן די ניגון, ונזכה ונחי'


נא! אויף דעם האמער שוין געמאכט אן אשכול מיט רוב כללים אויף דעם מהלך, (קען זיין ער נעמט עס פון דא..:grin:)
viewtopic.php?f=4&t=36111

העי! לדעתי פארוואס לאזט איר די אשכול אויף אייוועלט ווען איר בעט געלט אויפן טעל?!:roll:
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זאג שקויעח פארן ציווייזן און פרעג ווייניגער קשיות ס'איז אומזיסט נעם צוויי
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

טעם וריח האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן: אה שקויעך, ענדליך איינער וואס זאגט ווייל ער ווייסט, און נישט פארקערט...

הייסטעס ווי למשל דאס אז סוף פסוק איז מצרים מיט א קמץ, און אז 'את' מיט א מקיף איז סגול און אהן א מקיף איז צירי? אזעלכע סארט כללים?

ניין, למשל אז יעדע פסוק איז צעטיילט אין צוויי מיט א אתנחתא, און רובא דרובא מאל ליגט די אתנחתא ווען די פסוק טוישט זיך צו צוויי זאצן, סאיז קיינמאל נישט דא מער ווי צוויי זאצן אין א פסוק, פאר יעדע אתנחתא איז דא א טיפכא כו' א דרגא תביר איז א מקשר כו', סברויך אויסצוקומען אז ווען די קוקסט אן א פסוק וועסטו אליינס קענען אנצייגן וואו די אתנחתא קומט און אזוי אויסשטעלן די ניגון, ונזכה ונחי'


נא! אויף דעם האמער שוין געמאכט אן אשכול מיט רוב כללים אויף דעם מהלך, (קען זיין ער נעמט עס פון דא..:grin:)
viewtopic.php?f=4&t=36111

העי! לדעתי פארוואס לאזט איר די אשכול אויף אייוועלט ווען איר בעט געלט אויפן טעל?!:roll:[/quote

אויב האט איר הנאה דערפון קענט איר עס שוקן ווייטער, כ'האב הנאה ווען מענטשן האבן הנאה פון מיין הנאה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מומחה יוחס האט געשריבן: ווער פירט דער קורסעס?

ער הייסט ר' שלום אלי' פעלבערבוים
אוועטאר
yoy
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

KEWL האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:
שאשא האט געשריבן: איך קען נישט די טראפן

איך אויך נישט

טראפן איז בכלל נישט קיין גרויסע תורה צו קענען. זעצט ענק אראפ מיט א צווייטן ער זאל ענק אויסלערענען די בעסיקס און חזרט'ס עס אליין און נאר א שטיק צייט וועלן ענק זעהן ווי גרינג ס'איז.

איך האב אויך נישט געקענט.

ביז איך האב געטראפן א הערליכע סעריע שיעורים פינעם בעל קורא מומחה די לאשאנצע רבי. זייט דעמאלט קען איך שוין בה א מחיה.

און זייט איך האב געהערט פון די עצה מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג אביסעל, ענדיג איך ברוך השם יעדע וואך די פרשה.



תרנגול האט געשריבן:
יש דברים בגו האט געשריבן: איך זוך א וילנא פאנט וואס ארבעט גוט מיט אלע נקודות (און טראפן אויב שייך) עס זאל האבן bold אויכעט פאר א צוגענגליכע פרייז

pft vilna
מ'קויפט עס ביי fontype.co.il

פארוואס קען מען דעס נישט דערגרייכען?
א בר מצוה בחר וואלט געגאנגען ניסלעך.. פאר דעם
מיר האבען דעם געדאנק שוין און פאקט.
דע נייע די טייטש סידור 'תפילה בכוונה'
מִן־הַבָּקָר֙ וּמִן־הַצֹּ֔אן
........... פַּשְׁטָא֙ ............ זָקֵף-קָטֹ֔ן
אטעטשמענטס
טראפן.gif
טראפן.gif (1.99 KiB) געזען 1219 מאל
TFILE BKOVUNE .gif
TFILE BKOVUNE .gif (29.94 KiB) געזען 1219 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

איינער מיט די נאמבער פון פשטא?
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2483
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

וזאת למודעי: אז איך האב גארנישט איינגעשטויסן מיט די בארימטע פשטא קורסען.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

איינער ווייסט זייער אימעל ?
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע:על גשר צר מאד

Re: פשטא מהלך - מה זה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

איינער האט זייער נאמבער?
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”