לאמיר זיך מחזק זיין ברודערליך!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

תשמח
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 11:31 am

לאמיר זיך מחזק זיין ברודערליך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשמח »

"וואס?! דו ביזט אויך א מענטל העלט קעיס?"

"יא. פארוואס פרעגסטו? אי"ה ביי דיר אויף שמחות..."

בתוך עמי אנכי יושבת. יא, איך לייד פון פארשידענע שוועריקייטן בנפש, איך זוך אויך דעם ענטפער און ישועה.

כ'האב געטראפן אויף דעם סייט אסאך אינפארמאציע ארום תורת הנפש, עצות פון CBT ביז CBD, אבער איך שפיר אז עס פעלט נאך א ווינקל וואס זאל דינען אלס סופארט גרופ.

איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק.

ווילאנג די ישועה איז נאכנישט דא לאמיר זיך אינאיינעם מחזק זיין און שטארקן.

אין א טאג ווען איך וועל זיין דאון וועסטו מיך מחזק זיין, און מארגן וועל איך דיך מחזק זיין.

געדאנקען. חיזוק ווערטער. פערספעקטיווס. און דאס גלייכן.

ווער ס'איז נישט פון אונזער פריוואטע קלוב זאל שוין ארויסגיין פון שטיבל...!

בקיצור, ר' מענדל העלד איז א פייערדיגער איד און מ'דארף אים אביסל בארואיגן.

קומטס אריין מיט ענקערע געדאנקען און דברי חיזוק!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: לאמיר זיך מחזק זיין ברודערליך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

wow wow wow.
שכוח שכוח אונז ווארט מען שוין לאנג אזא אשכול,
לאמיר זיך מחזק זיין ברודערליך...
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”