ספירה טעיפ'ס אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

נאכן ארום זוכען א וויילע האב מיר נישט געפינען אן אשכול וואס זאל רעדן וועגן די שאלה
* מעג מען הערן ספירה טעיפ'ס צו נישט צו איז דא חילוקים פון איין טעיפ ביז די צווייטע וכל המסתעף.

אני כשלעצמי האלט אז ס'איז אן איסור גמור צו הערן א שיינע טעיפ אראפגעזונגען מיט אלע פיטשיווקעס, וואס נאר די אינסטרומענט פעלט, און נישט מצד מוסר -אויסשפילן די סיסטעם- נאר טאקע מעיקרא דדינא, נאר איך ווייס דאך אז איך בין א קול קורא ביער איז לאמיר קודם הערן וואס דער עולם זאגט און דערנאך וועל איך שרייבן הנראה לענ"ד ועל מה דברינו בנוים.

א דאנק.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

האט איהר שוין דורכגעטוהן דעם אשכול נגינה ושירה בזה"ז ?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

שמעתי מאיש מהימן וואס האט עס געהערט פון מרן האדמו"ר מקאשוי זצ"ל
אז אינדערהיים האט מען מקפיד געווען אזוי ווייט איבער די ענין פון נגינה בימי הספירה אפילו ווען מען האט געלערענט א גמרא און מען האט געוואלט מעיין זיין און געווענליך זינגט מען זיך אונטער א ניגון, האט מען אין די ימי הספירה זיך צוריק געהאלטן און מען האט נאר בשבתות ובסעודת מלוה מלכה וכדומה געזונגען
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

געזען ברענגען פון הגאון רח"ק אז אביו הקה"י זצ"ל ג"כ החמיר בזה בחול
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

בנימין הלוי האט געשריבן: געזען ברענגען פון הגאון רח"ק אז אביו הקה"י זצ"ל ג"כ החמיר בזה בחול

די קה“י האט יא געהאלטען אז מען מעג אפי' געהעריג זינגען ביחידות נאר ביי זיך אינדערהיים האט ער מחמיר געווען (פסקי תשובות סי' תצג 39)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

Screenshot 2024-05-08 123031.png
Screenshot 2024-05-08 123031.png (167.43 KiB) געזען 247 מאל
אוועטאר
מאזיל
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:04 am

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאזיל »

איך ווייס נישט אויב דעיס איז די גוטע פלאץ עס ארויפצילייגן אבער איך האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי ארויפצולייגן. לייג איך עס דא ארויף. אויב איינער ווייסט פון א אשכול וועגן דעים זאל אריינקומען.
שוין לאנג געטראכט מענטשן הערן נישט קיין מוזיק ביז שבועות. ווייל מ'הערט נישט קיין מוזיק ספירה....

ספירה איז ציילן זיבן וואכן צי קבלות התורהַ... גאָרנישט מיט מוזיק צי טהון. מ'הערט נישט קיין מוזיק ביז לג בעומר ווייל ר' עקיבא תלמידים זענען געשטארבן ביז לג בעומר פון לג בעומר אין ווייטער איז נישטא קיין סיבה נישט צי הערן מוזיק. אדרבה אז איינער ווייסט א טעם פארוואס מ'הערט נישט ביז לג בעומר. זאל אריינקומען. יישר כח.
לערען זיך פין דיין בארד וויפל די פליקסט אים געט ער קיינמאל נישט אויף
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32846
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מאזיל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:07 am
איך ווייס נישט אויב דעיס איז די גוטע פלאץ עס ארויפצילייגן אבער איך האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי ארויפצולייגן. לייג איך עס דא ארויף. אויב איינער ווייסט פון א אשכול וועגן דעים זאל אריינקומען.
שוין לאנג געטראכט מענטשן הערן נישט קיין מוזיק ביז שבועות. ווייל מ'הערט נישט קיין מוזיק ספירה....

ספירה איז ציילן זיבן וואכן צי קבלות התורהַ... גאָרנישט מיט מוזיק צי טהון. מ'הערט נישט קיין מוזיק ביז לג בעומר ווייל ר' עקיבא תלמידים זענען געשטארבן ביז לג בעומר פון לג בעומר אין ווייטער איז נישטא קיין סיבה נישט צי הערן מוזיק. אדרבה אז איינער ווייסט א טעם פארוואס מ'הערט נישט ביז לג בעומר. זאל אריינקומען. יישר כח.
עס קען זיין א ריכטיגע שאלה, אבער דער אויספיר איז אוודאי נישט קיין ריכטיגע.

עס איז אמת אז אין שו"ע שטייט נאר ביז ל"ג בעומר, אבער עס איז ברור אז ביי אונז האט מען זיך געפירט (לאז אפ מוזיק, אבער לגבי חתונות און זיך שערן וכדו') צו האלטן ווייטער ביז סיון/שבועות.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

טעות - אונז האלט מיר גאנץ ימי הספירה די אלע מנהגי אבילות אויף די מגיפה ביי תלמידי ר' עקיבא, חוץ ל"ג בעומר און שלשת ימי הגבלה

---

האקט
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

למעשה אבער איז כמעט נישטא קיין עכט לעבעדיגע ספירה טעיפס מוזיק,און אלעס כמעט איז שטייטע ניגונים. ממילא איז דער גאנצער שמועס נישט נוגע, נאכדעם וואס עס שטייט נישט אין ערגעץ אין הלכה אז כלי שיר איז א פראבלעם אלס מנהגי אבילות (בכלל זינגען אפילו מיטן מויל איז א שאלה אפילו חודש אדר אויך - חוץ פורים ממש אבער ביי א סעודות מצוה).

עס ווערט געברענגט אין די אחרונים אז מען זאל נישט מאכן קיינע תופים ומחולות, און פון דעם האבן די פוסקים די לעצטע הונדערט יאר צוגעשטעלט אז לעבעדיגע מוזיק גייט אויך אריין בגדר זה פון תופים ומחולות (און מהאי טעמא איז טאקע מסתבר אז אויב איינער מאכט א לעבעדיגער ספירה טעיפ וואס עס הייבט ממש די צוהערער, די טאטאל אפעקט איז די זעלבע ווי מוזיק, דאן זאל דאס אויך זיין בגדר זה, וויבאלד די פוינט דא איז נישט דוקא כלי שיר בכלל נאר די 'תופים ומחולות' אפעקט).

שטייטע, רואיגע ניגונים האט נישט דוקא קיין שייכות מיט שמחה בכלל, אדרבה עס ברענגט מער התעוררות, דביקות, (דעפרעסיע אין פארשידענע פעלער), ממילא איז דאס מעיקרא נישט קיין פראבלעם און רוב אויב נישט אלע פוסקים זענען מתיר אפילו מיט מוזיק. נאר למעשה איז דער מנהג ביי פילע - געווען? - מחמיר צו זיין אפילו אויף דעם אויך, און פאר דעם קומט זייער צונוץ אויב דער מנהג איז למעשה יא מקיל צו זיין אויף ספירה טעיפס.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20317
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 2:29 am

.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20317
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מוזיק איז מען מקפיד נישט צו הערן אין ספירה, משום ריקודים ומחולות,
אבער 'ריקודים ומחולות' אליין איז נישט יעדער אייביג מקפיד.

איך האב געזעהן חסידישע יודן טאנצן ביי א ווארט פון א 22 יעריגע בחור אין חודש אייר.
איך האב געזעהן חסידישע יודן טאנצן אין מירון [אהן מוזיק] 2 טעג פאר ל''ג בעומר.

קען איינער קלאר מאכן?
איז דא א היתר צו ''טאנצן'' מיטוואך נאכמיטאג בימי הספירה?

----

דעם ערש''ק האט מיין יונגעלע אהיימגעברענגט די פרשה ביכעלע.
אויף בלאט נומער 3 האט מיין זוהן געפארבט א בילד אז אין ספירה טאר מען נישט הערן מוזיק, און מטאר נישט שערן די האר.
אויף בלאט נומער 4 איז דא א בילד ווי זיין גאנצע כתה טאנצט ''ריקודין ומחולות'' לקראת ל''ג בעומר הממשמש ובא.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20317
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

נישט הערן ''ווארעמע'' ניגונים מיט מוזיק אין די ספירה טעג האט א מקור?
עס ברענגט דאך נישט קיין ריקודין ומחולות בכלל...
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: ספירה טעיפ'ס אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

די מנחת יצחק שרייבט אז לעבעדיגע מוזיק איז אסור משום אבילות, אפילו אן די איסור ריקודין ומחולות, און ס’קען זיין אז ס’איז אפילו הארבער ווי ריקודין.

די ראיה איז פון דעם וואס נאכן חורבן האט מען גע’אסר’ט כלי שיר, און נישט ריקודין.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”