אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

בעזהשי"ת

נתנדב ע"י הרוצה בעילום שמו לע"נ ר’ משה חיים דוד ב"ר יום טוב הלוי, נפ’ כ"ח ניסן

עס איז גאר שטארק איינגעפירט איבעראל אז אין די טעג פון ספירה באנייעט מען נישט קיין קליידער. אין שולחן ערוך און אין די באקאנטע פריערדיגע פוסקים ווערט כמעט נישט דערמאנט די מנהג, נאר ביי די הלכות פון ימי בין המצרים ווערט גע'פסק'ענט אין אין שולחן ערוך (סי' תקנ"א ס"ו) אז מען טאר נישט באנייען קיין קליידער. און ווי אויך ביי אן אבל ווערט גע'פסק'ענט אז ער טאר נישט אנטון קיין נייע קליידער (יו"ד סי' שפ"ט ס"א).

למעשה טרעפט מען אבער יא אין פארשידענע ספרים גאר פריערדיגע מקורות איבער די מנהג, און ווי אויך אין פארשידענע ספרי מנהגים פון פארשידענע קהילות טרעפט מען אז ס'איז אזוי געווען די מנהג ביי זיי, אסאך פון די ספרים זענען נישט געווען געדרוקט ביז לעצטנס און נאר אין די לעצטערע יארן האט מען עס געדרוקט פון כת"י.

אין ספר תשובות ופסקים מאת חכמי אשכנז וצרפת סי' ס"ט ווערט געברענגט א תשובה בשם רב שרירא גאון ווי ער שרייבט:
"גזרו חכמים שלא לעשות שמחה בין פסח לעצרת, ושלא לעשות כסות חדשה עד שבועות"

אין ספר אליה זוטא (סק"א) ברענגט ער בשם דער רבינו ירוחם (תולדות אדם וחוה נתיב רביעי חלק חמישי):
"דאין אומרים זמן בספירה לפי שהם ימי דין כי העומר בא מן השעורים"

ד"ה אז די מנהג איז אז מען זאל אין די ספירה טעג נישט מאכן די ברכה שהחיינו וואס דאס רעכנט אריין לכאורה אז מ'זאל נישט אנטון נייע קליידער וויבאלד על פי הלכה דארף מען באמת מאכן א שהחיינו ווען מען טוט אן א נייע בגד, (אונז למעשה פירן זיך נישט היינט צו מאכן א שהחיינו ווען מען טוט אן א נייע בגד צוליב פארשידענע טעמים).

פון די ווערטער פונעם רבינו ירוחם זעהט מען אגב אז די יסוד פון די מנהג איז לאו דוקא מטעם אבילות נאר ווייל ס'איז נישט כדי אז אין די ימי הספירה זאל מען מאכן א שהחיינו ווייל היות ס'איז ימי דין איז נישט כדי צו לויבן דעם אויבערשטן אז מ'האט דערלעבט די טעג.

די זעלבע נקודה זעהט מען אויך אין מג"א לגבי בין המצרים. דער מחבר אין סי' תקנ"א סי"ז פסק'ענט:
"טוב לזהר מלומר שהחינו בין המצרים על פרי או על מלבוש".

דאס הייסט אז חוץ דער עצם איסור פון נישט אנטון קיין נייע בגדים אין די ימי בין המצרים איז אויך דא אן ענין אז אין די ימי בין המצרים זאל מען נישט מאכן קיין שהחיינו אפי' אויף א נייע פרי.

דער מג"א (סקמ"ב) שרייבט דארט איבער דעם:
"וטעם האיסור נ"ל, כיון דהזמן ההוא זמן פורעניות אין לברך שהחיינו לזמן הזה, אבל אין הטעם משום אבילות, דהא לא מצינו שאבל אסור לברך שהחיינו".

עס איז דא אבער וואס זאגן אז אין רבינו ירוחם איז פארהאן א טעות הדפוס און ער רעדט דארט בכלל נישט וועגן מאכן שהחיינו אויף נייע קליידער אין ספירה נאר וועגן מאכן א שהחיינו אויף די מצוה פון ספירת העומר אזוי ווי מ'מאכט אויף אנדערע מצוות ווי תקיעת שופר, סוכה, חנוכה און אנדערע (זעהט מער וועגן דעם אין קובץ בית אהרן וישראל גליון קל"א עמ’ קמ"ח הערת הרב יאיר חזן ממהדירי ספרי רבינו ירוחם).

אין ספר ערוגת הבושם פון רבינו אברהם ב"ר עזריאל (פון די ראשונים אין אשכנז, געלעבט אין די סוף ה' אלפים יארן, די ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן פון כתב יד אין יאר תרצ"ט אין ירושלים דורך די חברה מקיצי נרדמים) ווערט געברענגט:
"גזרו שלא לעשות שמחה מפסח ועד עצרת, ושלא לחנך חדשה עד עצרת"

אגב איז גאר אינטערסאנט צו באמערקן אז דארט שטייט אז די טעם פארוואס מען דארף ממעט זיין בשמחה אין די ימי הספירה איז:
"על פטירת תלמידי הילל ושמאידאמרינן שמונים אלף תלמידים היו להילל הזקן ושמאימגבת ועד אנטיפרס וכולן מתו מפסח ועד עצרת".

אין די גמרא און מדרשים וואס געפינט זיך ביי אונז ווערט אין ערגעץ נישט דערמאנט אז דאס איז פארגעקומען מיט די תלמידים פון הילל ושמאי נאר מיט די תלמידים פון רבי עקיבא.

אין ספר מנהג טוב אות ס"א (ווער ס'איז געווען דער מחבר פון די ספר איז נישט באקאנט, די ספר איז נתחבר געווארן אין אנפאנג פון די ה' אלפים יארן דורך א חכם אין איטאליע, די ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן פון כת"י אין בודאפעסט אין יאר תרפ"ט, אין די ספר ווערט געברענגט פארשידענע "מנהגים טובים", יעדע אות הייבט זיך אן מיט די ווערטער "ומנהג טוב…") שרייבט ער:
"ומנהג טוב שלא להסתפר ושלא לחנך כסות ושום דבר חדש ולהתענג במרחץ ולעשות ציפורניו מאחר הפסח ועד עצרת לכבוד החסידים התמימים והישרים שמסרו עצמן על קדושת ה', אבל ביום ל"ג בעומר מותר בכל אילו מפני הנס שהיה, ומל"ג ועד עצרת במקומו עומד לחומרא".

אין ספר התדיר פון רבינו משה ב"ר יקותיאל איש רומי (געלעבט אין די ק' יארן אין איטאליע, די ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן פון כת"י אין יאר תשנ"ב, מער וועגן די ספר זעהט אין קובץ ישורון חלק כ"ד עמ' תתקי"ד) שרייבט ער:
"וגם נזהרין שלא ללבוש בגדים חדשים לפי שבאותן הימים מתו תלמידי רבי עקיבא… ויש מחמירים ונוהגין שלא להסתפר ג"כ".

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז פון זיינע ווערטער זעהט זיך אויס אז די מנהג פון נישט באנייען איז הארבער ווי די מנהג פון זיך נישט שערן, דאס איז אנדערש ווי עס איז היינט אנגענומען וויבאלד די מנהג פון זיך נישט שערן ווערט געברענגט אין שו"ע און אין די פוסקים (ווי אויך די חכמי הקבלה שרייבן זייער הארב איבער זיך נישט שערן אין ספירה) אנדערש ווי די מנהג פון נישט באנייען וואס ווערט נישט אזוי דערמאנט.

אין ספר לקט יושר (במהדורת מכון ירשולים הוא בהל' ספה"ע אות ט'. פון הג"ר יוסף ב"ר משה, נפ' בשנת רמ"ט בערך, צום ערשטן מאל געדרוקט פון כת"י אין יאר תרס"ג) ברענגט ער בשם זיין רבי דער תרומת הדשן:
"להלביש אפילו מצנפת חדש של פשתן לא היה מתיר בעומר אפילו אם אין לו מצנפת, אבל מנעלים היה מתיר להלביש בעומר אם אין לו, ולא רצה להתיר לי להפוך סרבל שלי".

אין ספר עוללות אפרים ח"א מאמר ק"ז (דרשות על מועדי השנה פונעם גאון בעל כלי יקר) שרייבט ער:
"ולפי שהספירה זו היא כנגד ימי חלדו (- די לעבנסטעג פון א מענטש) לכך אין מברכין בה שהחיינו אחר שכל ימיו מכאובים וחייו תלוים לו מנגד ואינו בטוח בכל יום מן המות".

פון זיינע ווערטער איז אגב אויך מבואר אז דער עיקר יסוד פון דער מנהג איז וויבאלד ס'איז נישט כדי צו מאכן א שהחיינו אין די ימי הספירה.

אין ספר יוסף אומץ סי' תתמ"ה (א ספר פון דינים ומנהגים, בפרט די מנהגים פון פראנקפורט פון הג"ר יוסף יוזפא נוירלינגן דיין בק"ק פראנקפורט, נפ' שנת שצ"ז) איז ער מתיר צו באנייען א נייע בגד א שבת פאר ל"ג בעומר, פון זיינע ווערטער איז קלאר מבואר אז סתם אזוי אין ספירה זאל מען נישט באנייען קיין נייע קליידער.

אין ספר מנהגים דק"ק וורמיישא ח"א אות צ"ג (פון רבי יוזפא שמש, שמש דק"ק ווירמייזא, נפ' שנת תל"ח, די ספר איז געווארן געדרוקט צום ערשטן מאל דורך מכון ירושלים אין יאר תשמ"ח) שרייבט ער די מנהג פון ווירמייזא:
"ואין לובשים מלבושי חדשים רק בל"ג בעומר".

פון די אנדערע זייט, היות די מנהג ווערט נישט געברענגט אין שו"ע און דורך די גדולי הפוסקים טרעפט מען אז ס'איז געווען אסאך גדולי ישראל וואס האבן אינגאנצן אדער האלבוועגס אוועקגעמאכט די מנהג פון נישט באנייען קליידער אין ספירה.

אין ספר פחד יצחק ערך עומר ברענגט ער בשם הר"ר מה טוב (?) אז נישט באנייען קליידער אין ספירה איז בעצם נישט קיין איסור אבער אלס נישט מאכן א שהחיינו דארף מען יא חושש זיין:
"וכתב הר"ר מה טוב לא נוכל לאסור להדיא לקנות כלים חדשים בימי העומר שלא החמירו בדבר זה לא פוסקים ראשונים ולא אחרונים, זה בלבד ראיתי בספרי מחברי דרשות דאין אומרים שהחיינו בימי העומר".

דערנאך ברענגט ער פונעם בעל באר עשק זצ"ל (הג"ר שבתי משה באר א תלמיד פון רבי יצחק מפאנו דער איידעם פונעם רמ"ע מפאנו, נפ' בשנת תל"ג):
"וראיתי בכתבי הר"ר באר בעל באר עשק ז"ל: ראיתי נוהגים שבימי העומר עד ל"ג אינם עושים כלים ובגדים חדשים שהם ימי צער, והכל תלוי במנהג שאין שום איסור בזה ואפי' נשי דנהיגי דלא למשתי עמרא מדעייל אב מנהגא".

(די חיבור פחד יצחק איז נתחבר געווארן דורך הג"ר יצחק חזקיה ברבי שמואל לאמפרונטי פון פאדובה, איטאליע, נפטר שנת תקי"ז, די ספר פחד יצחק איז א מורא'דיגע אוצר פון כללים און דינים מסודר אין ערכים לויט די א"ב, די ספר ענטהאלט 13 כרכים די ערשטע כרך האט דער מחבר נאך ארויסגעגעבן בחייו, די צווייטע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין זון שוין לאחר פטירתו, די איבריגע כרכים איז ערשט געדרוקט געווארן פון יאר תרמ"ח און ווייטער דורך די חברי מקיצי נרדמים. דער מחבר האט אויך געשריבן א מהדורא בתרא, ביזדערווייל איז נאר ארויסגעקומען 5 כרכים פון די מהדורא בתרא דורך מוסד הרב קוק, די איבריגע איז נאך אין כת"י).

אין ספר מקור חיים פונעם גאון בעל חוות יאיר קיצור הלכות סי' תצ"ג (געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין יאר תשמ"ב דורך מכון ירושלים) שרייבט ער:
"לבישת בגד חדש לא מצאתי איסורו, ומ"מ נוהגין למנוע".

אין ספר אורחות יושר סוף פרק י"א (פון הג"ר יצחק מולכו, רב קהילת יוצאי סיציליה בשלוניקי, נפ' שנת תקמ"א) מאכט ער אינגאנצן אוועק די מנהג פון נישט באנייען קיין קליידער אין ספירה:
"מה שאומרים העולם שאין לעשות בגדים חדשים בימי העומר הוא שיחת נשים, שלא מצינו חומרא זו בשום פוסק, ואם משום שמחה, הבו דלא להוסיף, שלא אמרו אלא לעשות שמחות יתרות בריקודים ומחולות".

אין ספר עיקרי הד"ט ח"א סי’ כ"א אות י"ז (פון הג"ר דינאל טירני פון פירינצי, איטאליע, נפטר שנת תקע"ד) ברענגט ער דעם פחד יצחק בשם הר"ר מה טוב אז נישט באנייען איז בעצם נישט קיין איסור אבער אלס שהחיינו דארף מען יא חושש זיין, דערנאך שרייבט ער אויף דעם:
"ובקומות שנתיישבתי לא היו נזהרים כלל שלא לברך זמן בימי הספירה, וממילא משמע דאי אתינן עלה מטעמא דשהחיינו אין לחוש ג"כ לקנות כלים חדשים, וכבר נשאלתי פה פירינצ"י ומקומות אחרים על זה, ולא חששתי להתיר לצורך קצת כל דהו, והוא פשוט".

אין מאמר מרדכי סי’ תצ"ג סק"ב שרייבט ער אויך לגבי די מנהג פון נישט מאכן א שהחיינו אז דאס איז א מנהג טעות און מען דארף בכלל נישט חושש זיין אויף דעם:
"נשאלתי אם יש לחוש למה שנהגו קצת להקפיד שלא לברך שהחיינו מפסח עד ל"ג בעומר ואם יש לזה טעם כעיקר או אם הוא מנהג בטעות, והשבתי שמיום עמדי על דעתי לא חששתי לזה, כי לא מצאתיו בשום ספר ראשון או אחרון".

דער מאמר מרדכי איז דארט אויך מבאר פארוואס טאקע נאר ביי די ימי בין המצרים טרעפט מען אז מ’זאל נישט מאכן קיין שהחיינו און נישט ביי די ימי הספירה:
"ואין ספק שנשתרבב זה המנהג ממה שכתוב בש"ע לקמן סי' תקנ"א סי"ז דטוב ליזהר מלומר שהחיינו בין המצרים על פרי או על מלבוש… וטעמא שאין רוצים לומר בזמן אבל וצער שהחיינו והגיענו לזמן הזה. והנה יציבא מלתא דהך טעמא שייכא נמי מפסח עד ל"ג שהם ימי צער ואבל, דמהך טעמא נהגו שלא לישא אשה ושלא להסתפר בהם… ועכ"ז דעתי נוטה לומר דאין לחוש לו מאחר שלא מצינו כן בשום ספר, דא"א דלא לישתמיט שום פוסק ראשון או אחרון לכתוב כן, ולכן נראה דאין ללמוד משם לכאן, די"ל דחורבן ביהמ"ק חמיר לן טפי שהרי החמירו שם בכמה דברים, ואם באנו להשוות ימי העומר להתם היינו צריכין להשוותם לכל מילי, והא ודאי ליתא, ואין לנו אלא מה שאמרו חכמים ובמקום שאמרוהו, וכדומה לי שאין זה מנהג קבוע ולכן אין לחוש עליו".

און ער פירט דארט אויס אז ער אליין האט זיך אויך געפירט צו מאכן א שהחיינו אויף נייע פירות:
"וכן אני נוהג שלא למנוע מלברך שהחיינו קודם ל"ג בעומר על פירות ומיני קטניות המתחדשים באותו זמן".

אין ספר זכר דוד מאמר ג' פל"ה (פון הג"ר דוד זכות בן ר'‏‏‏ מזל טוב מק"ק מודונה, נפטר שנת תרכ"ה) מאכט ער אויך זייער אוועק די מנהג נישט צו מאכן קיין שהחיינו און איז אויך מבאר די חילוק פון די ימי הספירה און די ימי בין המצרים לויט דער מגן אברהם וואס שרייבט אז דער טעם פון נישט מאכן א שהחיינו אין די ימי בין המצרים איז וועגן ס'איז א זמן פרעניות און נישט וועגן אבילות:
"ומעתה הרי הוא כמבוער מנהג הני אינשי שבדו מלבם מנהג חדש אשר לא שערו הראשונים שלא לברך שהחיינו בימי העומר, דאי משום אבל תלמידי ר"ע הלא מצינו שהאבל עצמו מברך שהחיינו, כמ"ש הר"ב מג"א בא"ח סי' תקנ"א ס"ק מ"ב, דדוקא בין המצרים אין לברך משום דזמן פורענות הוא, לא משום אבל, דהיכן מצינו שהאבל אסור לברך שהחיינו... ועוד אם איתא שזמן העומר אסור בברכת שהחיינו, אין מברכין בליל שני של פסח שהחיינו בקידוש, כיון דכי מתחילין ימי העומר, אלא ודאי ליכא למיחש להא… וכעת ראיתי שכן פסק הר"ב מאמר מרדכי בסימן תצ"ג סק"ב".

פון די שפעטערדיגע אחרונים און פוסקים טרעפן מיר אזעלכע וואס זענען מצדד לכאן ולכאן.

אין ספר מועד לכל חי סי’ ו’ אות י"ב פון הגר"ח פאלאג'י איז ער יא מחזק די מנהג פון נישט באנייען קיין בגדים:
"מנהג טוב שלא לחנך מלבוש חדש דראוי לומר עליו שהחיינו בין פסח לל"ג בעומר".

אין ספר יפה ללב ח"ב תצ"ג אות ז' פון הג"ר רחמים נסים יצחק דער זון פון הג"ר חיים פאלאג’י ברענגט ער דאס וואס זיין טאטע שרייבט אז ס’איז א מנהג טוב נישט צו באנייען א בגד אין ספירה. אבער אין ח"ג סי' תצ"ג אות ג' שרייבט ער אז ער האט שפעטער געטראפן דעם עיקרי הד"ט וואס פון זיינע ווערטער איז מבואר אז דאס ווענט זיך אינעם מנהג המקום און היות איז זיין פלאץ איז נישט איינגעפירט די מנהג פון נישט מאכן קיין שהחיינו דארף מען נישט חושש זיין און ס’נישט קיין חילוק צווישן א נייע פרי און נייע בגד.

אין שו"ת פני מבין או"ח סי’ קל"ג אות ב’ שרייבט ער אז די טעם פון די וואס פירן זיך נישט אנצוטון קיין נייע מלבושים אין ספירה איז לכאורה וועגן שהחיינו, אויף דעם ארויף שרייבט ער אויך אז לויט די מג"א אז די טעם פון נישט מאכן קיין שהחיינו אין די ימי בין המצרים איז נישט וועגן אבילות נאר וועגן ס’איז א זמן פרעניות איז נישט שייך די טעם ביי ספירה:
“אמנם דעת המג"א דזמן פורענות הוא יעו"ש, וא"כ לפי"ז בימי הספירה לא שייך כן, דהרי דעת הרמב"ן עה"ת פ’ אמור (כ”ג ל”ו) דימי ספירה הם כמו חול המועד, יעו"ש בדבריו הקדושים כי נעמו".

לויט דעם שרייבט ער אז אין א פלאץ וואס מ’האט זיך נישט געפירט נישט צו באנייען קיין מלבושים דארף מען נישט חושש זיין, ער שרייבט אבער אז אין א פלאץ ווי מ’פירט זיך יא אזוי זאל מען נישט מבטל זיין די מנהג:
“וא"כ במקום דלא נהגו כן אין לחוש לענ"ד, אמנם במקום שנהגו אי אפשר לומר דיבטלו מנהגם בזה, דאפשר במקום שהי’ גזירות נוראות ר"ל בעתים האלה וכמו שמבואר בתשו’ חתם סופר או"ח סי’ קנ"ט דבארץ אשכנז מחמירים שבת שלפני שבועות כמו שבת שלפני ט"ב משום גזירות שהיה שם אז, וה’ ישמרנו ויצלנו".

אין ליקוטי מהרי"ח שרייבט ער לגבי די מנהג פון נישט מאכן שהחיינו:
"ועיין בספר הד"ק בשם ספר סודי רזא שאין לברך שהחיינו בימי העומר שהם ימי דין, וכ"כ בספר עיקרי הד"ט ע"ש, אך בכל ספרי מנהגים שלנו במהרי"ל, ובכל בו, ובמנהגים, ובלבוש, ובטור וש"ע, אין שום רמז מזה".

אין שו"ת קרן לדוד סי' קי"ט אות ב' איז ער דן וועגן מאכן אן הכנסת ספר תורה אין די ימי הספירה, שרייבט ער דארט אויך אז אלץ שהחיינו דארף מען נישט חושש זיין ווייל ס’נישט די מנהג נישט צו מאכן קיין שהחיינו אין די ימי הספירה.

אין שו"ת לבושי מרדכי מהודרא רביעאי סי’ קנ"ג אות ב’ שרייבט ער לגבי די מנהג פון נישט באנייען קיין קליידער:
"מ"ש שהעולם נוהגין שלא ללבוש בגד חדש בימי הספירה, ולא נמצא בשום פוסק ראשונים ואחרונים, וכבר הייתי נושא ונותן בזה עם ת"ח, וידעתי כי בגליל העליון (- אויבערלאנד אונגארן) מחמירין בזה, אך בגלילות אלו יש מחמירין ויש מקילין מהאי טעמא".

לגבי די מנהג פון נישט מאכן קיין שהחיינו שרייבט ער:
“אבל מ"ש כת"ה משום ברכת שהחיינו, לא אדע מקורו איה, דהא ברוב זמנים כבר בשלו הגודגדניות, מה שקורין קירשע"ן אי ווייכסע"ל ומברכין שהחיינו".

דער לבושי מרדכי איז דארט ווייטער אויך מבאר די חילוק פון די ימי בין המצרים און די ימי הספירה לויט דעם אויבנדערמאנטן מגן אברהם.

אין שו"ת תורת יקותיאל מהדו"ק סי' מ"ח שרייבט ער אז די מנהג העולם איז יא נישט צו באנייען קיין קליידער אין ספירה אבער ביי פירות טרעפט מען נישט אין ערגעץ אז מ’דארף נזהר זיין און ער איז דארט מחדש א שיינע לומד’ישע חידוש (בד"ה אכן סוערת) אז אפילו מ’זאל זאגן אז די טעם פון די מנהג פון נישט אנטון נייע קליידער איז וועגן שהחיינו קען מען נאך אלץ מאכן א חילוק פון פירות און מלבושים ווייל ביי פירות ווען מען מאכט די ברכה שהחיינו וקיימנו "לזמן הזה" גייט עס נישט ארויף דוקא אויף די יעצטיגע זמן אין יאר נאר אויף די זמן בישול הפירות ממילא אפילו ס’איז א זמן פרעניות אדער ימי דין קען מען מאכן א שהחיינו, אבער ביי מלבושים אזוי ווי ס’האט נישט קיין זמן קבוע (אנדערש ווי ביי פירות וואס די זמן בישול הפירות איז קבוע) גייט ארויף די שהחיינו אויף די זמן פון די יאר, ממילא ווען ס’איז א זמן פרעניות אדער ימי דין איז נישט כדי צו מאכן די ברכה. און הגם ביי די ימי בין המצרים פסק’ענט מען יא אז מ’זאל נישט מאכן א שהחיינו אפילו אויף פירות אבער ביי די ימי הספירה וואס איז נישט אזוי הארב קען מען יא מאכן די חילוק.

אין כף החיים סק"ד ברענגט ער דעם מאמר מרדכי אז מען דארף בכלל נישט חושש זיין צו מאכן קיין שהחיינו אין ספירה און ווי אויך ברענגט ער דעם יפה ללב אז ס’נישט קיין חילוק צווישן א פרי און א בגד און מ’מעג אויך באנייען בגדים און ער פירט אויס אז מ’איז נישט חושש צו וואס רבי חיים פאלאג’י שרייבט אז מ’זאל נישט באנייען קיין בגד אין ספירה.

אין משנה ברורה ברענגט ער בכלל נישט די מנהג נישט צו באנייען קיין בגדים אין ספירה אבער לגבי מאכן א שהחיינו שרייבט ער (סק”ב):
“ומ"מ אם נזדמן לו איזה ענין שצריך לברך עליו שהחיינו יברך”.


הלכה למעשה

למעשה איז היינט יא גאר שטארק אנגענומען די מנהג אז מ’באנייעט נישט קיין בגדים אין ספירה און רוב היינטיגע פוסקים שרייבן אז מ’זאל זיך נישט מתיר זיין נאר לעת הצורך (שו"ת מקדש ישראל סי’ פ"ה וסי’ פ”ו, פסקי תשובות אות ג’). און בפרט במקום כבוד הבריות קען מען זיך זיכער מתיר זיין (נטעי גבריאל פנ"ד אות י"ד).

אזוי אויך ווען איינער ווייסט פון פארדעם אז ער וועט דארפן באנייען א בגד אין ספירה צוליב א שמחה אד"ג איז בעסער ער זאל עס שוין באנייען פון פאר ספירה.

די שיעור ווי לאנג מ’זאל גיין אנגעטון מיט די בגד פאר ספירה כדי ס’זאל שוין נישט הייסן א נייע בגד איז לכל הפחות 15 מינוט (מקד"י סי’ פ”ו).

א בר מצוה בחור

א אינגל וואס ווערט בר מצוה איז אויך כדי ער זאל באנייען די בגדים פאר ספירה, אויב אבער ער האט נישט באנייעט קען מען מקיל זיין (מקד"י צ"ו), ס’דא אבער וואס זענען מתיר לכתחילה פאר א בר מצוה בחור און אפילו פאר זיינע עלטערן (נט"ג אות כ’).

אנטון א צווייטנ’ס נייע בגד

אנטון א נייע בגד וואס איז נישט זיינ’ס איז לכאורה מותר וויבאלד די טעם איז אדער וועגן מיעוט שמחה אדער וועגן שהחיינו און ביי א צווייטנ’ס בגד איז נישטא קיין שמחה און פארשטייט זיך מ’מאכט נישט קיין שהחיינו אויף א בגד וואס איז נישט זיינ’ס. אין שו"ת מקדש ישראל סי’ פ"ו וויל ער לויט דעם זאגן אן אינטערסאנטע געדאנק, אז ווען ס’האט זיך געמאכט א צורך אנצוטון א נייע בגד איז אפשר כדי עס קודם צו געבן פאר א חבר אנצוטון וואס פאר אים איז עס נישט קיין איסור און איינמאל איינער האט עס שוין אנגעטון איז עס שוין נישט קיין נייע בגד ממילא מעג ער שוין אויך. פארשטייט זיך אליין אז לכתחילה זאל מען דאס נישט טון.

קליינע קינדער

פאר קליינע קינדער, בפרט אזעלכע וואס זענען נאכנישט הגיע לחינוך קען מען מקיל זיין (שו”ת ויברך דוד נ”ט, נט”ג ט”ז).

לייגן און טרעטן אויף די ערד

לייגן די בגד אויף דער ערד און טרעטן אויף דעם איז נישט קיין היתר נאר דוקא ביי די ימי בין המצרים ביי אויסגעוואשענע (נישט קיין נייע) בגדים (מקד"י סי’ פ"ו).

נישט קיין חשוב’ע בגדים, אונטערוועש, בגדים וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו, בעטגעוואנד

אין ספר פחד יצחק נאך וואס ער ברענגט פון הר"ר מה טוב אז די מנהג פון נישט באנייען איז צוליב שהחיינו ברענגט ער דארט ווייטער פון אים:
“ולכן דברים קלי הערך לתפור ולקנות חדשים נוכל להקל ודברים דשייך בהו שהחיינו יש להחמיר".

למעשה אין פארשידענע פון די אנדערע מקורות זעהט מען יא אז די עיקר קפידא איז געווען אויף נייע בגדים און לאו דוקא וועגן שהחיינו.

אין לקט יושר וואס מיר האבן אויבן געברענגט ברענגט ער:
"להלביש אפילו מצנפת חדש של פשתן לא היה מתיר בעומר אפילו אם אין לו מצנפת אבל מנעלים היה מתיר להלביש בעומר אם אין לו".

צוליב דעם שרייבן די היינטיגע פוסקים אז אויך ביי נישט אזעלכע חשוב’ע בגדים ווי למשל א קאפל, א בחור’ישע כאלאט אד"ג וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו זאל מען אויך לכתחילה מחמיר זיין (מקד"י סי’ פ"ח).

די זעלבע זאך אויך פארשטייט זיך מיט בגדים וואס מ’מאכט פון בעלי חיים ווי שיך און א שטריימל וואס ס’דא וואס האלטן אז מען מאכט נישט קיין שהחיינו זאל מען אויך זיך מונע זיין (ויב"ד סי’ נ"ט, מקד"י סי’ פ"ט). און הגם דער לקט יושר שרייבט אז נייע שיך מעג מען שרייבט אבער אויך אז דאס איז נאר ווען ער האט נישט קיין אנדערע וואס דעמאלטס איז עס פארשטייט זיך א גרויסע צורך (עי’ מקד"י סי’ פ"ט).

אונטערוועש איז יא מותר (מקד"י סי’ פ"ח, נט"ג אות י"ג).

בעט געוואנד הייסט נישט קיין בגדים (מקד"י סי’ פ"ח), ס’דא אבער וואס זאגן אז אין ספירה זאל מען נישט באנייען קיין שום נייע חשוב’ע זאך (נט"ג אות ו’, ועי’ להלן).

קויפן אדער אויפנייען נייע קליידער

אין אסאך פון די פריערדיגע מקורות זעהט מען פון זייערע לשונות אז די מנהג איז געווען נישט נאר נישט אנצוטון נייע בגדים נאר אויך נישט צו קויפן און אויפנייען נייע בגדים. צוליב דעם איז פארשטייט זיך בעסער אויב מ’קען מחמיר זיין אויף דעם אויך (עי’ ויב"ד שם, מקד"י סי’ צ"ג).

אויב איינער געפינט זיך פונקט אין א צווייטע לאנד ווי מ’קען קויפן פאר זייער ביליג הייסט א צורך און ער מעג איינקויפן נייע קליידער (מקד"י שם).

באשטע‏לן אדער אנהייבן אויפנייען א נייע בגד ווען ס'גייט ערשט אנקומען אדער פארטיג ווערן נאך ספירה איז לכו"ע מותר (נט"ג אות ח’).

פארעכטן און איבערמאכן אלטע קליידער

אין לקט יושר ברענגט ער בשם דער תרומת הדשן:
"ולא רצה להתיר לי להפוך סרבל שלי".

אין שו"ת בצל החכמה ח"ד סי’ מ"ט (אות י’ והלאה) שרייבט ער אבער אז דאס איז אנדערש ווי עס ווערט גע’פסק’ענט אין שו"ע אין סי’ תקנ"א ס"ז לגבי די ימי בין המצרים אז דוקא נייע בגדים טאר מען נישט פארעכטן און נישט קיין אלטע, און דער תרומת הדשן האט געהאלטן ווי דער ב"ח וואס איז מחמיר דארט אפי’ ביי אלטע בגדים, און לויט דעם אזוי ווי אין שו"ע ווערט נישט אזוי גע’פסק’ענט דארף מען נישט מחמיר זיין אויף דעם.

שהחיינו אויף פירות און אנדערע זאכן

לגבי שהחיינו שרייבן אויך די היינטיגע פוסקים איז אודאי לכתחילה בעסער אז מען זאל מען זיך נישט ברענגען דערצו און נישט עסן קיין נייע פירות און נאר לעת הצורך קען מען מקיל זיין (מקד”י סי’ פ”ה, נט”ג אות א’).

אין ספר אוצר מנהגי חב"ד אות כ"ט ואות ל' ברענגט ער אויך אז די מנהג אין ליובאוויטש איז געווען נישט צו מאכן בכלל קיין שהחיינו אפי’ אויף א נייע פרי.

ווען עס האט זיך אבער געמאכט עפעס וואס מען מאכט געווענליך א שהחיינו ווי למשל די וואס פירן זיך צו מאכן א שהחיינו ביי א ברית אדער פדיון הבן קען מען יא מאכן (נט"ג אות ה’).

די זעלבע זאך איז לכאורה אויך ווען איינער טרעפט זיך מיט א חבר אדער אנדערע ענליכע זאכן וואס די הלכה איז ביי דעם אז מען מאכט א שהחיינו קען ער אויך מאכן (כן נראה לכאורה לפענ"ד).

קויפן און באנייען אנדערע זאכן, כלים און פורניטשער אד"ג

אין אסאך פון די מקורות זעהט מען אויך פון זייערע לשונות אז די מנהג איז אויך געווען בכלל נישט צו באנייען קיין כלים און נישט נאר דוקא בגדים. ס’דא אבער וואס שרייבן אז אונזער מנהג איז נישט אזוי ממילא קען מען מקיל זיין (ויב"ד שם, מקד"י סי’ צ"ד), ס’דא אבער אנדערע וואס שרייבן אז ס’איז כדי אין ספירה נישט צו באנייען קיין שום נייע זאך (נט"ג אות ו’).

טייערע זילבערנע און גאלדענע כלים זאל מען יא מחמיר זיין, און פאר א חתן כלה זאל מען לכתחילה שיקן די מתנות אין ל"ג בעומר, אבער פאר א בר מצוה בחור קען מען יא קויפן אין געבן נייע מתנות אין ספירה וויבאלד ס’איז דעמאלטס די צייט (מקד"י שם).

זיך אריבער ציען צו א נייען דירה, פעינטען און איבערבויען

אין אסאך פלעצער איז שטארק אנגענומען נישט זיך אריבער צו ציען צו א נייע דירה אין ספירה און דאס האט לאו דוקא צוטון מיט די מנהג פון נישט באנייען, ואכמ"ל (עי’ מקד"י סי’ צ"ז באריכות).

פעינטען און באצירן איז דא וואס שרייבן אז די מנהג איז צו מחמיר זיין (מקד"י סי’ צ"ח).

פאר א דירה פון א חתן און כלה וואס די חתונה גייט זיין נאך ספירה מעג מען יא פעינטען סקרעיפען און באצירן אד"ג (מקד"י שם).

איבער בויען און פיקסען זאכן אין הויז ווען מ’מאכט עס נישט סתם פאר הנאה אדער שיינקייט איז מותר לכתחילה (מקד"י סי’ צ"ח-ב).

ווען ס’האט זיך געמאכט א צורך צו מ’דארף מתיר נדר זיין

אין ספר תוס’ חיים אויפן חיי אדם כלל קל"א סקי"ב שרייבט ער:
“ומה שקצת נוהגין שלא ללבוש בגד חדש ולא לברך שהחיינו בימי הספירה לא נמצא מזה זכר בהפוסקים ואחרונים, ומ"מ אם נהגו כן לא ישנו מנהגם בלא התרה".

אין שו"ת אפרקסתא דעניא ח"א סי' קע"ו קריגט ער זיך אבער אויף דעם תוס’ חיים און שרייבט אז נאר ביי א מנהג וואס וואס מען פירט זיך מחמת סייג ופרישות דארף מען אן התרה און ווי אויך נאר ווען מ’וויל משנה זיין פון א מנהג פאר אייביג אויב אבער מ’איז מקיל נאר איינמאל לצורך דארף מען נישט קיין התרה.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

קוקט עפעס אויס רוב וואס מאכן אוועק זענען שפעטערע איטאליאנער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דארף מען האבן די פאר מינוט דאס דורכצוגיין, מיט א שנעלן בליק קוקט דאס אויס צו זיין א געוואלדיגע הערליכע ארבעט.
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

הפלא ופלא'דיגע ליקוט... נאך נישט מעיין געווען. נאר געקוקט אויבן אויף, און ס'איז מלא חידושים
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ייש"כ צו די אלע וואס האבן זיך באדאנקט

א פי די עף מיט לינקס צו די אלע מראי מקומות
אטעטשמענטס
באנייען אין ספירה.pdf
(114.34 KiB) געווארן דאונלאודעד 81 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
shulem k
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shulem k »

א נאכט העמד מעג מען באנייען?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ביללער האט געשריבן: קוקט עפעס אויס רוב וואס מאכן אוועק זענען שפעטערע איטאליאנער

כמעט אלע ספרד'ישע גדולים חוץ רבי חיים פאלאג'י, און ווי אויך דער לבושי מרדכי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

חוץ רב שרירא גאון הבבלי..
האסטו
מנהג טוב אות ס"א (ווער ס'איז געווען דער מחבר פון די ספר איז נישט באקאנט, די ספר איז נתחבר געווארן אין אנפאנג פון די ה' אלפים יארן דורך א חכם אין איטאליע

אין ספר התדיר פון רבינו משה ב"ר יקותיאל איש רומי (געלעבט אין די ק' יארן אין איטאליע
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

shulem k האט געשריבן: א נאכט העמד מעג מען באנייען?

א גוטע שאלה... לכאורה האט עס די זעלבע הלכה ווי דעם
למדן וצדיק האט געשריבן: צוליב דעם שרייבן די היינטיגע פוסקים אז אויך ביי נישט אזעלכע חשוב’ע בגדים ווי למשל א קאפל, א בחור’ישע כאלאט אד"ג וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו זאל מען אויך לכתחילה מחמיר זיין (מקד"י סי’ פ"ח).
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
shulem k
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:22 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shulem k »

ישר כח
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מאסיווע ארבעט! געוואלדיג

וואס איז די ראיה פון מצנפת אז אפילו כלים וואס ברויכן נישט קיין שהחיינו? פארוואס זאל א מצנפת נישט דארפן שהחיינו?

וויבאלד די גאנצע זאך איז דאך נאר די מנהג, כמדומה אז דער מנהג איז אז מען קויפט געהעריג נייע שיך און מען טוט עס אן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ל"ג בעומר איז א אויסנאם? אדער ביז שבועות מיינט מען טאקע ממש? שלשת ימי הגבלה?
דער חילוק איז אויב ס'איז צוליב אבילות דאן ברויך מען טרויערן נאר 33 טעג.
אויב איז אלעס ימי פורעניות איז אנדערש.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

Programming האט געשריבן: מאסיווע ארבעט! געוואלדיג

וואס איז די ראיה פון מצנפת אז אפילו כלים וואס ברויכן נישט קיין שהחיינו? פארוואס זאל א מצנפת נישט דארפן שהחיינו?

וויבאלד די גאנצע זאך איז דאך נאר די מנהג, כמדומה אז דער מנהג איז אז מען קויפט געהעריג נייע שיך און מען טוט עס אן.

ייש״כ.

מצנפת של פשתן פון וואס דער לקט יושר רעדט מיינט ער לכאורה א ביליגע נישט חשוב׳ע בגד אזוי ווי א קאפל.

ווי ווייט איך ווייס אז די מנהג יא מחמיר צו זיין אויף שיך אויך, אין שו״ת ויברך דוד שרייבט ער אויך אז די מנהג איז יא מחמיר צו זיין. איינער וואס ווייסט אז ביי זיי איז די מנהג נישט געווען אזוי קען זיך אודאי מתיר זיין.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: ל"ג בעומר איז א אויסנאם? אדער ביז שבועות מיינט מען טאקע ממש? שלשת ימי הגבלה?
דער חילוק איז אויב ס'איז צוליב אבילות דאן ברויך מען טרויערן נאר 33 טעג.
אויב איז אלעס ימי פורעניות איז אנדערש.

פונקטליך וועלכע טעג עס גייען אן די מנהגי אבילות איז א באזונדערע נושא ואי״ה עוד חזון למועד.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

למדן וצדיק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן: ל"ג בעומר איז א אויסנאם? אדער ביז שבועות מיינט מען טאקע ממש? שלשת ימי הגבלה?
דער חילוק איז אויב ס'איז צוליב אבילות דאן ברויך מען טרויערן נאר 33 טעג.
אויב איז אלעס ימי פורעניות איז אנדערש.

פונקטליך וועלכע טעג עס גייען אן די מנהגי אבילות איז א באזונדערע נושא ואי״ה עוד חזון למועד.

יישר כח איר זענט א ריכטיגע למדן.
אינטערסאנט צו צולייגן אז שבת קען מען מקיל זיין עיין שו"ת תורת יקותיאל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

great האט געשריבן: יישר כח איר זענט א ריכטיגע למדן.
אינטערסאנט צו צולייגן אז שבת קען מען מקיל זיין עיין שו"ת תורת יקותיאל

יישר כח
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5435
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

וואס איז מיט יעצט אין די דריי וואכן, אויב האט מען געקויפט א נייע זאך און מען דארף עס וויכטיג?
שויתי ה' לנגדי תמיד
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

Goodmorning האט געשריבן: וואס איז מיט יעצט אין די דריי וואכן, אויב האט מען געקויפט א נייע זאך און מען דארף עס וויכטיג?

טאמער איז עס א קלייד וואס מען מאכט נישט אויף דעם א שהחיינו איז עס מותר, ווייל די גאנצע איסור פון י"ז בתמוז ביז ר"ח אב איז נאר אלס די שהחיינו (ע' משנ"ב סי' תקנ"א ס"ק מ"ה, ובשו"ת קנין תורה ח"א סי' ק"ט אות ה' , וע"ע בשעה"צ שם ס"ק מ"ח שמביא מי שמחמיר בבגדים משום שמחה, וכ"מ בקיצושו"ע קכ"ב סע' ב'), ווי אויך טאמער איז דא א הפסד איז דא א מקום צו מקיל זיין (ע' בקנין תורה שם, והוא מדמהו להא דהרמ"א תקנ"א סע' י"ז שכותב וז"ל וכן בפרי שלא ימצא אחר ט' באב מותר לברך ולאכלו בין המצרים עכ"ל), און ביי יעדער צורך דארף מען פרעגען א רב אויב ס'איז גענוג א צורך אז ס'זאל זיין מותר (דדמיא להרמ"א הנ"ל).
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

הערליך מלא חידושים
ישר כח
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

למדן וצדיק האט געשריבן:
great האט געשריבן: יישר כח איר זענט א ריכטיגע למדן.
אינטערסאנט צו צולייגן אז שבת קען מען מקיל זיין עיין שו"ת תורת יקותיאל

יישר כח

הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס זאגט (מקדש ישראל סי' צ“א) אז די מנהג איז מחמיר צי זיין אפי' שבת ער ברענגט אז רביה“ק מסאטמאר זי“ע האט מחמיר געווען אפי' פאר א חתן שבת באווארפען
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ענינא דיומא, ארויף.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

איך האב עטליכע יארן צוריק געפרעגט מערערע דיינים.
עטליכע האבן געזאגט אז ס׳איז נישט קיין שום איסור צו באנייען. און מ׳קען נישט צולייגן איסורים וואס שטייט נישט אין שלחן ערוך.

ס׳איז פשוט א צאמשטעל בטעות פון בין המצרים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:27 am
איך האב עטליכע יארן צוריק געפרעגט מערערע דיינים.
עטליכע האבן געזאגט אז ס׳איז נישט קיין שום איסור צו באנייען. און מ׳קען נישט צולייגן איסורים וואס שטייט נישט אין שלחן ערוך.

ס׳איז פשוט א צאמשטעל בטעות פון בין המצרים.

א עלטערער מורה הוראה מובהק האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט באנייען, במקום הצורך קען מען מקיל זיין אום שבת
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 am
קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:27 am
איך האב עטליכע יארן צוריק געפרעגט מערערע דיינים.
עטליכע האבן געזאגט אז ס׳איז נישט קיין שום איסור צו באנייען. און מ׳קען נישט צולייגן איסורים וואס שטייט נישט אין שלחן ערוך.

ס׳איז פשוט א צאמשטעל בטעות פון בין המצרים.

א עלטערער מורה הוראה מובהק האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט באנייען, במקום הצורך קען מען מקיל זיין אום שבת
פארשידענע מורי הוראה מובהקים האבן פארשידנארטיגע מהלכים פון פסק'ן שאלות. פאר די זעלבע שאלה, פאר'ן זעלבן מענטש, פאר'ן זעלבן געברויך ענטפערט איינער אזוי און איינער אזוי.

דאס איז מציאות.

למשל:
איין דיין האט מיר געזאגט אז היינט דארפן ערוואקסענע מיידלעך נישט פאסטן שבעה בעשר בתמוז און תענית אסתר און עשרה בטבת.
א צווייטער דיין האט מיר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום היתר פארוואס ערוואקסענע געזונטע מיידלעך זאלן נישט פאסטן.

איין דיין מובהק זאגט אז מ'מעג באנייען א העמד אום ספירה, און א צווייטער דיין מובהק זאגט אז מ'טאר נישט.
פארוואס?

יעדער האט מקבל געווען אנדערש.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:14 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 am
קיסריה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:27 am
איך האב עטליכע יארן צוריק געפרעגט מערערע דיינים.
עטליכע האבן געזאגט אז ס׳איז נישט קיין שום איסור צו באנייען. און מ׳קען נישט צולייגן איסורים וואס שטייט נישט אין שלחן ערוך.

ס׳איז פשוט א צאמשטעל בטעות פון בין המצרים.

א עלטערער מורה הוראה מובהק האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט באנייען, במקום הצורך קען מען מקיל זיין אום שבת
פארשידענע מורי הוראה מובהקים האבן פארשידנארטיגע מהלכים פון פסק'ן שאלות. פאר די זעלבע שאלה, פאר'ן זעלבן מענטש, פאר'ן זעלבן געברויך ענטפערט איינער אזוי און איינער אזוי.

דאס איז מציאות.

למשל:
איין דיין האט מיר געזאגט אז היינט דארפן ערוואקסענע מיידלעך נישט פאסטן שבעה בעשר בתמוז און תענית אסתר און עשרה בטבת.
א צווייטער דיין האט מיר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום היתר פארוואס ערוואקסענע געזונטע מיידלעך זאלן נישט פאסטן.

איין דיין מובהק זאגט אז מ'מעג באנייען א העמד אום ספירה, און א צווייטער דיין מובהק זאגט אז מ'טאר נישט.
פארוואס?

יעדער האט מקבל געווען אנדערש.

פיין און וואויל, אבער זאגן אז ס'איז א פשוט'ע טעות פון א צאמשטעל צו בין המצרים איז נישט ריכטיג בכלל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”