די אידישע שפראך און די פארשידענע גלגולים פון אירע כללי הדקדוק

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די אידישע שפראך און די פארשידענע גלגולים פון אירע כללי הדקדוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לענ"ד האלט אידיש נאך זיך נאך אינמיטן אנטוויקלען און ס'איז כדאי פאר די וואס פרובירן אוועקצושטעלן דעם אידיש, צו מאכן די נויטיגע חילוקים צווישן ענליכע ווערטער, לויט משמעות'ן און מקורות (זאל עס זיין לויט זייער אפשטאם אין דייטש...), נישט דווקא לויט קלאנג (וואס איז פון אונטן ארויף).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די אידישע שפראך און די פארשידענע גלגולים פון אירע כללי הדקדוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:56 pm
להודות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:51 pm
ראחמיסט. viewtopic.php?t=64408

וויזוי האט זיך ר' יוחנן אונטערגעשריבן?
מסתם האט מען עס געשריבן וויזוי ס'האט זיך געלאזט אויסער אין א גט.
ס'נישט געווען די אלע שרייב געזעצן ביז נישט צו לאנג צוריק ווען מ'האט געמאכט אן "אייגענע שפראך" יידיש, פונקט ווי אנדערע האבן געמאכט א צווייטע שפראך.
פשטות איז נישט געווען קיין צורך צו האבן פאראייניגטע כללים ווען ספרים גיבט מען ארויס אין לשה"ק און לימידי חול לערנט מען אין די גוישע וועלט.

בלויז די צייטונג שרייבער האבן געהאט א אינטערעסע דערין, א שטייגער ווי איך און דו דא אויף אייוועלט.

די פרנסי הקהילות פונעם ערליכע איד האט דאס גאנץ ווינציג אינטרעסירט.
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: די אידישע שפראך און די פארשידענע גלגולים פון אירע כללי הדקדוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

@המברך יתברך שיינער אשכול דאס, נאר איין הערה:

דו שרייבסט אז אמאל פלעגט מען שרייבן י' פאר סגול, און בערך אין די צייטן פונעם חת"ס האט זיך עס געטוישט. דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט; דער ע' פאר א סגול איז פון די עלטסטע זאכן אין אידיש, מען טרעפט שוין 600 יאר צוריק (ווי אויך אין די סקרין-שאט וואס דו ברענגט).

די יוד'ן וואס דו זעסט זארט זענען פאר שוואין (דהיינו די /ə/ קלאנג). וועסט באמערקן אז עס איז קיינמאל נישט ביי אן אקצענטירטן טראף)
הגם היינט שרייבט מען רוב שוואין מיט אן ע', איז אמאל געווען איינגעפירט עס צו שרייבן מיט א י'. נאך היינט האבן מיט שריים דערפון ווי "פרייליך" וואס איז פאנעטיש גענוי ווי "פריילעך", און ביז דער קריג פלעגט מען שרייבן "משה'לי" אנשטאט "משה'לע".

זעט דא א שיינע באשרייבונג איבער די היסטאריע פון אידישע אויסלייג
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”