חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

א גרויסע ציבור איז זיך צוזאמענקומען לאמירת תהלים ביום א' דחנוכה העעל"ט וואס איז א גרויסע עת רצון ובפרט פאר רפואות כמובא בספה"ק.

IMG-20231206-WA0037.jpg
IMG-20231206-WA0037.jpg (46.57 KiB) געזען 1788 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

ביום ה' דחנוכה האט ווידער אפגעהילכט די קול אמירת תהלים בין כותלי ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף ראדני סטריט, וואו א ריזן ציבור אידן האבן שופך שיח געוועזן אינאיינעם אין די מסוגל'דיגע טאג פון ערב ראש חודש, ביינאזאם מיט "דאס פינפטע לעכטל" וואס איז אנגענומען אין חסיד'ישע הויפן אלס גאר דערהויבענע טאג.

אז אגמו"ר בשיר מזמור חנוכ"ת.

די באשיידענע מודעה מיט בליציגע און פלאמעדיגע מאמרים מפי ספרים וסופרים.
ערב ראש חודש.jpg
ערב ראש חודש.jpg (119.49 KiB) געזען 1739 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בס"ד
למנצח לעבד ה' לדו"ד אשר דבר לה' את דברי השירה הזא"ת!

בהמשך צו די באריכטן פון די ימי החנוכה העעל"ט, איז די קלימאקס געוועזן אום "זאת חנוכה", וואס אויספאלנדיג היי-יאר אום "ליל ששי" און ערב שב"ק האבן די עסקנים אהערגעשטעלט דריי באזונדערע משמורות צו אויסזאגן תהלים אין דעם מסוגל'דיגן טאג, און אינאיינעם האבן קרוב צו "טויזנט אידן" בליעה"ר אויסגעזאגט "ספר תהלים" ביי די צענטראלע מנינים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וומס"ב.

די ערשטע מנין תהלים איז פארגעקומען, ווי יעדע וואך, אום ליל ששי כחצות הלילה אין היכל "נחלת יעקב" און די באהאפטענע "חדר מאיר", וואו עס איז געווען א געטריפלטער ציבור ווי געווענליך פון אריבער דריי הונדערט אידן בליעה"ר, זקנים עם נערים, מיטן שליח ציבור קבוע הגה"ח ר' אנשיל וואלטער שליט"א.
נאכן ענדיגן ספר תהלים האט דער בעל תפלה הגה"ח שליט"א אויסגערופן אז די מנין גייט אן יעדע וואך בעז"ה מידי שבוע בשבוע, און יעדער איז געלאדנט צו קומען מיטהאלטן מיטן תפלת רבים להודות ולהלל ולשבח את בוראינו ולשיר בקול נעים גילת ורנן.

אין די פארטאגס שעה'ן באשמורת הבוקר זענען זיך ווידעראמאל צוזאמגעקומען א ציבור חשוב פון הונדערטער אידן און אינאיינעם אויסגעזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות.

גאר חידוש'דיג איז געווען דער דריטער מנין וואס האט אנגעהויבן תהלים אום 11:30 פארמיטאג אין "היכל ישראל דוב", און כסדר זענען צוגעקומען נאך און נאך אידן, טייל וואס זענען שוין געקומען זיך טובל'ן לכבוד שב"ק הממשמש ובא און זענען מיטגעשלעפט געווארן מיטן ברען, און אויך נאך וואס די ארגינעלע מנין האט געענדיגט בהתעוררות רב, זענען פארבליבן צענדליגע אידן אויסזאגן תהלים ביז אזוי שפעט ווי דריי אזייגער נאכמיטאג!

יה"ר שיתקבלו תפלותינו לרחמים ולרצון לפני אדון כל, מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס להכלל ולהפרט!

ברכנו בברכה המשולש"ת האמורה מפי עם קדושיך! בזא"ת אני בוטח!
זאת חנוכה.jpg
זאת חנוכה.jpg (141.4 KiB) געזען 1597 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

התעוררות לאמירת תהילים בפרט ביי השובבי"ם
IMG-20240123-WA0069.jpg
IMG-20240123-WA0069.jpg (126.77 KiB) געזען 1312 מאל
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

אנכי הרואה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:44 pm
התעוררות לאמירת תהילים בפרט ביי השובבי"ם

IMG-20240123-WA0069.jpg
כ׳בין אריינגעפאלן די וואך זינטאג דארט, לא יאומן וואס מען זעהט, 100טע אידן זאגען תהלים מיט א געוואלדיגע ערענסטקייט.

זאל מען פועלן אלעס גוטס
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

דעם פארגאנגענעם ערב ראש חודש, ביומא דהילולא קדישא פון מרן הקדושת יום טוב זי"ע, איז זיך א ריזיגע ציבור פון קרוב צו פיר הונדערט אידן בלעה"ר צוזאמענקומען אין גרויסן ביהמ"ד (ראדני) אינעם צענטראלן היכל בית המדרש, וואו מען האט אינאיינעם שופך שיח געוועזן לפני אדון כל אין דעם מסוגל'דיגן זמן המשולשת: ערב ראש חודש, ימי השובבי"ם, הילולא קדישא.

דער ציבור הגדול איז באשטאנען פון אלע יארגענג, אברכים בעלי בתים וזקני ופארי העיר, סיי פון די ארטיגע קהלה און סיי פון אלע קהילות בעיר, אלע ווערן פאראייניגט אין דעם תהלים'ל בשירי דוד המלך עליו השלום.

נאכן ענדיגן ספר תהלים און דער פייערדיגע "יהי רצון" מיטן בעל תפילה קבוע הגאון החסיד שליט"א, האט מען געדאוונט מנחה ברוב עם מיט קריאת ויחל, ווי יעדע דאנערשטאג בימי השובבי"ם, און נאך מעריב איז געווען צוגערישט א ברייטע אויספאסטן אין פאליש (היכל ישראל דוב), וואו דער ציבור המתענים האט זיך דערכאפט דאס הארץ.

רחמנא אידכר לן זכותיה דדוד מלכא משיחא.

דער מודעה מיט א ציטאט פון רבינו חיים ויטאל זי"ע און לשון קדשו פון מרן בעל ההילולא זי"ע איבער ענדיגן ספר תהלים
IMG-20240205-WA0088.jpg
IMG-20240205-WA0088.jpg (149.22 KiB) געזען 1184 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

די וועכנטליכע באשיידענע מודעה אין ביידע וויליאמסבורגע טעגליכע צעטלעך, דבר יום ביומו און גוט מארגן, וועלכע האט אנגעווארעמט און גערופן דעם ציבור לאמירת כל ספר תהלים בימי שובבים ת"ת העעל"ט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר (ראדני)
IMG-20240215-WA0013(1).jpg
IMG-20240215-WA0013(1).jpg (42.17 KiB) געזען 1009 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

א ריזן ציבור האט שופך שיח געוועזן ביי די צוויי צענטראלע מניני תהלים ביומא דהילולא קדישא כ"א אדר העעל"ט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר (ראדני). זכותו יגן עלינו.
IMG-20240228-WA0025.jpg
IMG-20240228-WA0025.jpg (165.69 KiB) געזען 936 מאל
IMG-20240306-WA0053.jpg
IMG-20240306-WA0053.jpg (240.47 KiB) געזען 935 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

נעכטן נאכט ליל ששי העעל"ט, שטייענדיג ערב ראש חודש מוקדם, האט זיך א גרעסערער ציבור באטייליגט ביים צענטראלן מנין תהלים אין ביהמ"ד הגדול (סאטמאר ראדני), און ווי ס'קוקט אויס פונעם ריבוי העם בליעה"ר, זענען אסאך אידן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די אמירת תהלים בימי השובבי"ם-ת"ת שוין געבליבן קבועים אויך נאך די שובבי"ם וואכן.
פועל'ט אלעס גוטס!
leil shishi.jpg
leil shishi.jpg (127.45 KiB) געזען 892 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

@אנכי הרואה

אויב זענט איר דער וואס לייגט די צעטלעך, אדער אויב איר האט קאנעקשענס מיט יענעם

עס איז זייער א שיינע ארבעט די צעטלעך מיט די שטיקלעך פון ספה"ק מעורר צו זיין דעם ציבור אויף אמירת תהלים, אבער ווען מען לייגט דאס אריין אין די טעגליכע בלעטלעך קומט אן הונדערטער דערפון אין גארבידזש און אויך דארטן ווי דער מלך גייט אליינס, ביטע אויב מעגליך אראפנעמען די שטיקלעך פון די עדס אין די בלעטלעך.

יישר כח
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg
IMG-20240305-WA0040.jpg (119.81 KiB) געזען 799 מאל

נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

הכנה ליום טוב פורים!
תהלים פורים.jpg
תהלים פורים.jpg (386.79 KiB) געזען 767 מאל
תהלים פורים..jpg
תהלים פורים..jpg (387.66 KiB) געזען 767 מאל
כל הפושט יד נותנים לו! לתת את שאלתי ולעשות את בקשתי!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אנכי הרואה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:21 pm
די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg


נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!

דהיינו, אפילו עס קומט אן אין בית הכבוד? אדער מעג מען דאס לכתחילה אריינטראגן אין בית הכבוד?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
ואתם הדבקים
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 3:15 pm
אנכי הרואה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:21 pm
די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg


נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!

דהיינו, אפילו עס קומט אן אין בית הכבוד? אדער מעג מען דאס לכתחילה אריינטראגן אין בית הכבוד?
@אנכי הרואה ביטע ענטפער...
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

וּזְכוּתָם יַעֲמֹד לָנוּ שֶׁתִּשְׁמַע בְּקוֹל תְּפִלָּתֵנוּ שֶׁנִּהְיֶה תָּמִיד נֶעֱנִים בְּעֵת שֶׁנִּתְפַּלֵּל אֵלֶיךָ עָלֵינוּ אוֹ עַל שׁוּם אֶחָד מֵעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל עַל יָחִיד אוֹ עַל רַבִּים
מתוך תפלה קודם התפלה

א געוואלדיגע התעוררות האט געהערשט ביים ריזיגן מנין תהלים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר (ראדני סט.) ביומא דהילולא קדישא פון רבן של ישראל קודש הקדשים רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זיעועכ"י כ"א אדר ב', ווען הונדערטער אידן בלע"ה האבן אינאיינעם שופך שיח געווען לפני אדון כל אין זכות פונעם הייליגן בעל הילולא להפקד בדבר ישועה ורחמים.

מען האט זיך געשטעלט אין "היכל נחלת יעקב" (בית שני), וואו מען האט צום ערשט געזאגט די פארכטיגע "תפלה קודם התפלה" ברוב עם מיט א התרגשות און התעוררות, דאן האט מען אנגעהויבן ספר תהלים, ווען דער היכל ווערט פולער און פולער. אנקומענדיג צו ספר שני שבתהלים האט מען זיך דערזען באפס מקום, איז מען אריינגעגאנגען ממשיך זיין אין צענטראלן היכל ביהמ"ד הגדול, וואו הונדערטער אידן זקנים עם נערים האבן אנגעפולט דאס גרויסן בית המדרש מיט א טאפנדע הייליגקייט און ווארעמקייט, ובפרט ביי די פלאמעדיגע יהי רצון וי"ג מדות של רחמים וואס האט בוקע רקיעים געווען, און מען האט זיכער אלעס גוטס אויסגע'פועל'ט להכלל ולהפרט!

זכותו יגן עלינו.

די מודעה אין די בתי מדרשים:
כא אדר תהלים.jpg
כא אדר תהלים.jpg (143.86 KiB) געזען 683 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

תפארת שלמה יומא דהילולא.jpg
תפארת שלמה יומא דהילולא.jpg (133.82 KiB) געזען 610 מאל
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

כ"ה תברכו את בני ישראל - וזאת הברכה אשר ברך מש"ה

דעם פארגאנענעם פרייטאג ערש"ק אחרי, ביומא דהילולא קדישא פון קודש הקדשים מרן בעל דברי חיים מ'צאנז זיעועכ"י - כ"ה ניסן, און ערב יומא דהילולא קדישא פון נכדו ממשיך דרכו מרן הגה"ק בעל ברך משה מ'סאטמאר זיעועכ"י בעל ברך משה - כ"ו ניסן, האט א ריזיגער ציבור אויסגענוצט דעם געוואלדיגן דאפלטן עת רצון, און זיך צונויפגענומען בבית מדרשו של רבי אין דער גרויסער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סטריט, וואו מען האט אויסגעזאגט ספר תהלים להתחנן לפני המלך אדון כל להיפקד בדבר ישועה ורחמים בזכות רבותינו הקדושים מאורי הדורות מצוקי תבל אשר מפיהם אנו חיי"ם.

כאטש וואס מען האט ערווארטעט א גרעסערער ציבור, אבער צוליב די הכנות אנצוגרייטן דעם ביהמ"ד פאר שב"ק, ובפרט אז ס'איז געווארן אנגעגרייט אויף א גרעסערע פארנעם לקראת שבת הילולא קדישא, איז נישט מעגליך געווען צו נוצן דעם צענטראלן היכל הביהמ"ד, און ברם יזכר לטוב דער געטרייער משמש נאמן וועלכע האט אנגאזשירט דעם "היכל ישראל דוב" (פאליש) עס זאל זיין פולקאם צוגערישט פארן מנין תהלים, און קענען אקאמאדירן די מתפללים.

כחצות היום האט מען אנגעהויבן ספר תהלים ברב עם הדרת מלך, ווען אלס בעל תפלה דינט א חשוב'ער צאנזער אייניקל פאר מקדושים שליט"א. במשך די צייט איז דער היכל געווארן פולער און פולער און דער קול התפלה האט געדונערט מיט התעוררות, און נאכן מסיים זיין תהלים איז זיך דער ציבור געגאנגען צוגרייטן פארן אנקומענדן שב"ק מיט פארלייכטערטע הערצער אז מען האט האפנטליך אלעס גוטס אויסגעבעטן מלפני אבינו שבשמים.


כה-כו ניסן.jpg
כה-כו ניסן.jpg (151.58 KiB) געזען 532 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנכי הרואה אום מיטוואך מאי 08, 2024 7:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

ווי - שוין היינט בקביעות - יעדן ערב ראש חודש, איז אויך דעם דינסטאג ערב ר"ח אייר פארגעקומען דער צענטראלער מנין תהלים ווען אידן האבן אינאיינעם שופך שיח געווען לפני אדון כל, ובפרט נאכך זען די מורא'דיגע דיבורים ניצוצי אש קודש וואס דער הייליגער בני יששכר זי"ע שרייבט אז עס ליגט אין די טבע אז חודש אייר איז מסוגל לרפואה, האט דאס געצויגן אידן צו קומען אויסגיסן זייער פעקל אין די ווערטער פון אדונינו דוד המלך עליו השלום, וואס איז ווי באלזאם אויף די וואונדן, און דערמיט אראפברענגן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, אין וואס אידן נויטיגן זיך ליידער אזויפיל.
א'ני ה' ר'ופאיך

ווי דער מודעה ליינט זיך איז עס נתנדב געווארן לזכות רפואת הגה"צ אב"ד סאמבור שליט"א, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.
ערב ראש חודש אייר.jpg
ערב ראש חודש אייר.jpg (150.31 KiB) געזען 533 מאל
ואתם הדבקים
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

ואתם הדבקים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:04 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 3:15 pm
אנכי הרואה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:21 pm
די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg


נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!

דהיינו, אפילו עס קומט אן אין בית הכבוד? אדער מעג מען דאס לכתחילה אריינטראגן אין בית הכבוד?
@אנכי הרואה ביטע ענטפער...
....
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

ואתם הדבקים האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:28 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:04 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 3:15 pm
אנכי הרואה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:21 pm
די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg


נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!

דהיינו, אפילו עס קומט אן אין בית הכבוד? אדער מעג מען דאס לכתחילה אריינטראגן אין בית הכבוד?
@אנכי הרואה ביטע ענטפער...
....
דער מורה הוראה שליט"א האט שטארק אוועקגעמאכט די חששות איבער דאס מפרסם זיין. ואדרבה, אויב האט איר א פסק הלכה להחמיר קענט איר עס דא ברענגן און מיר וועלן עס בעז"ה איבערגעבן פאר די וועד הנהלת מנין תהלים צו נעמען אין באטראכט.
(כידוע אז חסידים ואנשי מעשה און אידן מיט א עקסטער זהירות טראגן נישט אריין אין בית הכבוד אותיות מרובעות, און בכלל ליין מאטריאל וכדומה זיך נישט צו איבריג פארזוימען..)
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

א גרויסן שכח אנוכי הרואה פארן ארויף לייגן. די זכות זאל דיר ביישטיין!
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
ואתם הדבקים
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

אנכי הרואה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:01 am
ואתם הדבקים האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:28 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:04 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 3:15 pm
אנכי הרואה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 11:21 pm
די מודעה פון ראש חודש אדר ב' העעל"ט וואס האט מלהיב געווען הלבבות צו קומען אויסזאגן תהלים אינעם גרויסן עת רצון.
IMG-20240305-WA0040.jpg


נתבקשנו לפרסם אז על פי הוראת דיין חשוב שליט"א איז נישטא קיין פראבלעם צו מפרסם זיין די פייערדיגע שטיקלעך מפי ספרים סופרים. ודי בזה.

פועל'ט אלעס גוטס!!

דהיינו, אפילו עס קומט אן אין בית הכבוד? אדער מעג מען דאס לכתחילה אריינטראגן אין בית הכבוד?
@אנכי הרואה ביטע ענטפער...
....
דער מורה הוראה שליט"א האט שטארק אוועקגעמאכט די חששות איבער דאס מפרסם זיין. ואדרבה, אויב האט איר א פסק הלכה להחמיר קענט איר עס דא ברענגן און מיר וועלן עס בעז"ה איבערגעבן פאר די וועד הנהלת מנין תהלים צו נעמען אין באטראכט.
(כידוע אז חסידים ואנשי מעשה און אידן מיט א עקסטער זהירות טראגן נישט אריין אין בית הכבוד אותיות מרובעות, און בכלל ליין מאטריאל וכדומה זיך נישט צו איבריג פארזוימען..)
וואס הייסט וועד הנהלה ?ווען איין יחיד שטייט אינטער דע גאנצע זאך...
דאס צעטעל דבר יום מיטן גוט מארגן איז מען זיך מער מקיל ודי בזה....
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

יעצט אוועק א חשובער איד אין וויליאמסבורג, הרה״ח הישיש ר׳ משה׳לע ( ווי רביה״ק זי״ע פלעגט איהם רופן בלשון חיבה ) הכהן גליק ז״ל, אין עלטער פון 96 יאר.

פארציילט מיר אן אייניקעל, אז דער איד פלעגט האבן א מנהג קבוע, אויסצוזאגן איעדן טאג דעם גאנצער ספר תהילים, אבער נישט סתם געזאגט, נאר מיט אן השתפכות הנפש, און מיט אן התעוררות, ווי ספלעגט נעמען איבער צוויי און א האלב שעה, און יענע פאר שעה האט מען פאר קיין געלד נישט, איהם געקענט שטערן, געווענליך פלעגט עס זיין מיטן טלית און ר״ת תפילין, דער אייניקעל זאגט מיר אז דאס איז געווען א מחזה הוד דאס מיטצוהאלטן.

און פארשטיייט זיך, אז דאס האט איהם געברענגט א געוואלטיגן קשר מיטן תהילים, און ווי ער פלעגט זיך כסדר אויסדריקן ביי יעדן נושא ״אונז האבן מיר דאך דוד הַמֵלֶך׳ן מיט זיין תהילים׳על״

באחרית ימיו - פארציילט דער אייניקעל - פלעגט ער האבן א מנהג צו האלטן אינעם רעכטן האנט בשעת זאגן תהילים, דעם הייליגען ספר נועם אלימלך, מיט וואס ער איז געווען אזוי שטארק מקושר, און אינעם לינקען האנט דעם ספר הקדוש דברי יואל, פון רבו המובהק רביה״ק זי״ע, און אזוי געזאגט תהילים, זאגענדיג אמאל אז דאס זענען זיינע צוויי לויערס…

זיין שטארקען קשר מיטן תהילים, שטארט זיך ארויס מיטן אנזאגן אז לאחר מאה ועשרים זאל מען איהם באהאלטן צוזאמען מיטן תהילם׳על, וואס ער פלעגט דערין זאגן, און די אייניקלעך האבן טאקע אזוי געטוהן, און מיטגעלייגט בשעת׳ן קבורה דעם הייליגען ספר תהילים.
יהא זכרו ברוך.

ממנו ילמדו וכן יעשו.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: חזקו ונתחזקה לאמירת תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איז אפשר נעמט מען זיך צוזאם צו מאכן א געוויסע סדר אין תהלים, אנצופילן דעם חלל וואס ער האט איבערגעלאזט??
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”