זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

.
אטעטשמענטס
gf.JPG
gf.JPG (114.29 KiB) געזען 996 מאל
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

פרישער בחור האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:31 pm
.
ס'מאכט מיר פרייליך צו זעהן. פון די אנדערע זייט בין איך פיין מקנא
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
שווייצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:13 pm

מי כעמך ישראל נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווייצער »

אסאך מאל איז דא א נייעס וואס ברענגט ספעציעל ארויס דעם מי כעמך ישראל וועט מען עס דא ברענגן.

הייב איך אן מיט דעם אז חסד של אמת האט היינט באגראבן די טויזענסטע !! 1,000 מת מצוה אין זייער בית החיים אין ליבערטי.

טראכט אריין 1000 מת מצוה זענען ביז יעצט געקומען לקבר ישראל און א דאנק די הייליגע ארבעט פון די געטרייע אנשי חסד פון חסד של אמת האט מען אפגעהאלטן בזיון המת.

מי כעמך ישראל !
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מי כעמך ישראל נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

אהיימקומענדיג נאך א לאנגע טאג האמיר אנגעהויבן די טעגליכע עבודה פון זוכן א שטיקל קרקע וואו צו פארקן דעם קאר, נאכן ארומרינגלען די בלאק עטליכע מאל אן ערפאלג זעה איך אין שפיגל וואו פון הונטער מיר הייבט איינער אן ארויסצופארן, איך פראביר שנעל ארויף צו בעקן פאר ער פארט ארויס צו קענען כאפן דעם ספאט, אבער צוליב די רייע קארס פון הונטער האב איך עס נישט געקענט מאכן ביז דארט, איך האב פראבירט צו פייפן און מרמז זיין מ'זאל מיר לאזן בעקן ווייטער אבער מ'פייפט צוריק און קיינער רירט זיך נישט, נו שוין מיט א קרעכץ רוקט מען זיך ווייטער נישט געווען באשערט, איך מאך נאך אזא רקידה ארום די בלאק וואס האט גענומען אפאר מינוט צוליב טרעפיק איך קום אן צום זעלבן פלאץ פון פריער און צו מיין וואונדער זיצט נאך די זעלבע קאר מיט איין פיס ארויס, ער שטעלט מיך אפ און ווייזט מיר אז ער איז דארט געבליבן צו האלטן די ספאט פאר מיר ביז איך קום אן צוריק, עטץ הערטס? א פרעמדע איד וואס קען מיך נישט האט געזעהן וואו איך האב געהאט עגמת נפש פון פארלירן א פארקינג ספאט און אן דעם וואס איינער זאל אים בעטן איז ער געבליבן קלאצן און ווארטן מיר צו געבן דעם ספאט, טרעף מיר איין גוי פון די אכט ביליאן אויפן וועלט וואס וואלט געטון אזא זאך.

מי כעמך ישראל!!!
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 16, 2024 10:23 pm
איך בין געקומען פון קאנאדע און די ערהאלטערין (רעסיפיענט בלע"ז) פון ארץ ישראל
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 11:01 am
די דירעקטארין פונעם "Living Donor Department" האט מיר געזאגט ביים ערשטן באזוך "הלוואי וואלטן געווען נאך געמיינדעס אזויווי ענק". אן אנדערע קראנקן-שוועסטער זאגט מיר אז ביי זיי וועלן אפילו נאנטע פאמיליע מיטגלידער זיך אפטמאל אפזאגן דערפון, שטייצעך מיט געוואלדיגע אויסריידן. שוין אפגערעדט פון געבן פאר אן אומבאקאנטן.
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ער זוכט צו באצאלן פאר א געוויסע מענטש וואס האט געטייפט דרשות-טעיפס בערך 20 יאר צוריק
אטעטשמענטס
kreizvirt tapes.JPG
kreizvirt tapes.JPG (57.35 KiB) געזען 633 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

.
פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:12 am
איך פאר מיר מיט א רואיגקייט אויפן בעלט פארקוועי די סטים באכעט עס שפילט א שיינע קאסעטע, ווען פאר מיינע אויגן זעה איך פלוצים ווי די קאר און פארענט פון מיר האט געגעבן א טויש ליניעס אביסל צו ווילד און אריינגעקראכט און א צווייטע קאר, די טראפיק איז געוועהן געדעכט ממילא האב איך געקענט באטראכטען אביסל די דעמעדזש, עס איז ממש געוועהן א קליינע קריץ, די דרייווער פון די אריינגעזעצטע קאר קומט ארויס זיין פנים שפריצט רציחה ער שוימט פאר כעס, די ערשטע דרייווער פרובירט צו רעדן מיט אים אבער דער בחור איז נישטא, עס גיסט זיך קללות פון זיין מויל נאנסטאפ אויף 60 מייל א שעה, שוין איך פאר ווייטער, צוויי שעה שפעטער אויפן וועג צירוק זעה איך פון די אנדערע זייט ווי די צוויי חעוורע שטייען נאך דארט מיט די פאלייצי און מען הארגעט זיך נאך ארום אויף שווערע כוחות, שוין אזוי קוקן אויס גוים אן קיין חלק אלוקי ממעל.

א טאג שפעטער עס גיסט א שלאקס רעגן די גאסן זענן פארנעפעלט עס איז שפעט אויפדערנאכט און איך האב מיר געגעבן אזא קליינע פארקוק און מיין וויעקעיל האט געמאכט אזא נשיקה'לע מיט א צווייטע וויעקעיל,
שוין עס ווערט מיר גוט ווער ווייסט ווער מיין בר פלוגתא גייט דא יעצט זיין, ער קען מיר נאך אויפהאלטען פאר אפאר שעה, די דעמעדזש אויף מיין וויעיקעיל איז געוועהן מינימאל, זיין קאר האט אבער יא געהאט עפעס מער שאדן,
צו מיין גרויס מזל קומט ארויס עפעס א אידל מיט אזא א קליינע כיפה סרוגה גייט ער, ער וואוינט און איינע פון די פארשטיפטע סטעיטס, ער גייט מיט אזא רואויגקייט און שמייכל כאילו איך בין אים געקומען זאגן אז ער האט געוואונען די לאטערי, ער באטראכט די שאדנס, און ער זאגט מיר קוק אהער, די ביסט א איד, מיין טאטע פלעגט מיר אלץ זאגן, זיי נישט גורם קיין צער און ווייטאג פאר א צווייטע איד, איך וויל נישט די זאלסט גיין שלאפן מיט וויייטאג,
איך האב מיך פרובירט צו טענהן מיט אים לאמיך דיך עפעס צאלן קעש, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, וואס יא ווילסט מיר באצאלן, זיי מתפלל פאר מיין ברודער וואס איז שוין דרייסיג יאר און האט נאכנישט געטראפן זיין באשערטע, שוין מיר האבן זיך ווערעם געזעגענט מיט א חביקה און אנוואונטשונגען,

עס האט מיר אזוי געכאפט! א פשוטע איד, מיר קיינמאל געזעהן, און וועט מיר לכאורה קיינמאל זעהן, אבער ער וויל צילוב טוען א צווייטע איד,ער וויל אים נישט שאפן קיין עגמת נפש, איי איך בין קלאר די שולדיגער דא,
ניין אפילו אזוי... משא"כ ביי די געמיינע אומות העולם ווי מען וועט זיך שלאגן און רצחנען ביזן טויט,
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אריה שאג האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:15 pm
איך וויל ארויס ברענגען מיין דאנקבארקייט פאר הצלה מיט קורצע ווערטער
נעכטן איז דאס ערשטע מאל וואס איך האב געדארפט דריקן די נומער פןון הצלה ב"ה (איך האף אז די לעצטע ) זיי האבן געדארפט אריין פירן דעם פאציענט
אינעם טראק האט איין הצלה מאן גענומען מיין נומער זשאסט אין קעיס עפעס גייט ראנג אין שפיטאל
היינט נאכמיטאג באקום איך א רוף פון אט דעם הצלה מעמבער און ער פרעגט זיך נאך וואס איז געבליבן נעכטן אין שפיטאל ווען איך בין אהיים געקומען און צו אלעס האט זיך אויסגעארבעט
ע"כ א גרויסן שכח ר' ...... פארן מיר רופן איך האב שטארק הנאה געהאט ווי די זאארגסט דיך
נאכמאל א גרויס ן שכח פון טיפן הארץ
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

Screenshot 2024-04-08 114843.png
Screenshot 2024-04-08 114843.png (118.18 KiB) געזען 297 מאל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1703
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: זאכען וואס דערמאנען דיר אז "מי כעמך ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

אין קערעסטיר היי יאר תשפ"ד
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (174.55 KiB) געזען 98 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”