שבח דא שירתא (שיינע באשרייבונג אויף אקדמות) - פון די ארכיוון

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

שבח דא שירתא (שיינע באשרייבונג אויף אקדמות) - פון די ארכיוון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אתן לך שיר
מנהג ישראל מקדמת דנא ביי די בני אשכנז צו זאגען דעם פיוט ‘אקדמות’, שבועות פארן ליינען. דער פיוט איז פול מיט די גדלות הבורא ב“ה, גדלות התורה און גדלות כלל ישראל. איך האב אמאל געהערט פון הרב אפרים וואקסמאן שליט“א בדרך צחות אז דער פיוט איז געגליכען צו די גראמען וואס מען זאגט פאר א חתן איידער ער גייט צום חופה - אזוי אויך זאגען מיר די ‘אקדמות’ איידער מיר גיין כביכול חתונה האבען מיטען תוה“ק.
אין פיהל קהילות פלעגט דער מנהג זיין אז דער וואס האט עולה געוועהן ‘כהן’ האט געמאכט די ברכה אויפען תורה און געליינט דעם ערשטען פסוק (בחודש השלישי). דאן האט מען איבערגעהאקט דעם קריאת התורה און געזאגט ‘אקדמות’.
אזוי ווערט דער מנהג אראפ געברענגט אין ספר מנהגי מהרי“ל - איינע פון די גאר שטארקע מקורות אויף מנהגי אשכנז. אויך דער ‘לבוש’ שרייבט בזה“ל: ואומרים אקדמות אחר פסוק ראשון, שהוא שבח על בחירת השם יתברך בישראל ונתן לנו את התורה - מען זאגט אקדמות נאכען ערשטען פסוק, ווייל דאס איז א לויב אויף דעם וואס השי“ת האט אויסגעוועלט די יודען און אונז געגעבן די תורה.

מיר טרעפען נאך פון די פריערדיגע ווי עס זענען געוועהן מתנגדים אויף דעם מנהג פון מפסיק זיין דער קריאת התורה. דער שער אפרים (געלעבט בערך דריי-הונדערט-און-פופציג יאר צוריק) האט א לאנגע תשובה ווי ער פארענטפערט דעם מנהג פאר די ‘חכמי ק“ק ויניציאה’ - די ספרד‘ישע רבנים פונעם שטאט ויניציאה - ווען זיי האבען געוואלט שטערן דעם מנהג פון איבערהאקען דאס ליינען.
היות דארט אין ויניציאה זענען די ספרדים געוועהן די מערהייט פונעם שטאט, און זיי האבען קיינמאל געהאט דעם מנהג, איז עס געוועהן ביי זיי זייער אויפפאלענד אז מען זאל מפסיק זיין, און זיי האבען געוואלט בכח איינפירען מען זאל עס אדער זאגען פארן ליינען אדער נאכען ליינען, אבער נישט אינמיטען.

די בני אשכנז האבען אבער נישט געוואלט אפלאזען די מסורת אבות און ענדערן זייער מנהג, האבען זיי אנגעפרעגט ביי ר‘ אפרים הכהן זצ“ל, דער בעל שער אפרים, כדת מה לעשות. די שאלה איז געוועהן מיוסד אויף די דריי זוילען פון די וועלט (מסכת אבות): דין, אמת און שלום.
• על הדין - צי די ספרד‘ישע בי“ד האט בכלל א רעכט אריינצוזאגען א דעה לגבי אשכנז‘ישע מנהגים, אין וועלכע זיי האבען זיך קיינמאל געפירט. בפרט דאס, ווי דערמאנט, זענען די ספרדים געוועהן רוב פון דעם יודישע באפעלקערונג, און אויב די אשכנזים וועלן זיי אצינד נאכגעבן קענען זיי נאך, מיט דער צייט, מבטל זיין אלע אשכנז‘ישע מנהגים.
• על האמת - צי לפי האמת איז טאקע א פראבלעם מפסיק זיין דעם קריאת התורה כדי צו זאגען אקדמות. ספעציעל ווען מיר טרעפען אז דער מהרי“ל און דער לבוש ברענגען אזוי אראפ דעם מנהג.
• על השלום - וואס צו טוהן כדי עס זאל ווערן שלום צווישען די ביידע קהילות, ווייל עס איז נישט דא אזא כלי מחזיק ברכה ווי דעם שלום.

דער שער אפרים האט זיי געענטפערט מיט א לאנגע תשובה אין וועלכע ער איז מבאר סיי אז זיי זענען גערעכט מיטען טענה אז דער ספרד‘ישען בי“ד האט נישט קיין כח צו פסק‘ענען אויף אשכנז‘ישע מנהגים, און סיי אז זיי טוהן ריכטיג מיטען איבערהאקען דאס ליינען.
מיר גיין נישט ברענגען דעם גאנצען תשובה מיט אלע נימוקים, נאר איין עיקר וועלן מיר שרייבען, אז פונקט ווי ביי יעדע מצוה וואס מען טאר נישט מפסיק זיין צווישען די ברכה און די עשיית המצוה, איז אבער מותר אויסצורעדן לצורך המצוה. אזוי אויך איז דער פיוט אקדמות א כבוד און א שבח פאר השי“ת און די תורה, און עס איז נישט ערגער ווי דער דין אז מען מעג זיין שואל מפני הכבוד - באגריסען איינער וואס מען איז איהם מחויב מכבד זיין. ער שרייבט דארט אונטער כתבתי אנכי עפר ואפרי“ם.

לעומת זה זענען געוועהן מגדולי הפוסקים וואס האבען קלאר געשריבען פארקערט. איינע פון די אויסגערופענע געגנער צו דעם מנהג איז נישט קיין אנדערע ווי אן אייניקעל פונעם שער אפרים אליין, דער הייליגע יעב“ץ (ר‘ יעקב עמדין).
דער יעב“ץ אנערקענט דאס זיין עלטער זיידע האט מתיר געוועהן און פארענטפערט דעם מנהג, אבער ער וויל נישט אננעמען זיינע רייד. ער שרייבט אז עס איז דא פיהל וואס צו ענטפערן אויף דעם שער אפרים, נאר עס איז נישט אצינד דאס פלאץ דערפאר. אויך שרייבט ער אז ער האט נישט געזעהן זיין פאטער (דער חכם צבי) זאל זיך אזוי פירען.
בהמשך שרייבט דער עמדין דאס ער איז נישט מפקפק אין דעם גרויסקייט פונעם פיוט ח“ו, נאר לדעתו האט דער מחבר קיינמאל געהאט בדעה מען זאל מפסיק זיין דאס ליינען פאר דעם. לכתחילה איז עס טאקע איינגעפירט געווארען צו זאגען פארן ליינען, נאר מיט דער צייט, אויס א רצון מכבד צו זיין דעם פיוט האט מען עס אריינגערוקט אינעם קריאת התורה.
אויך דער ט“ז (או“ח תצ“ד סק“א) וואונדערט זיך אויף דעם מנהג און ער טענה‘ט אז עס איז אסור. ער פירט אויס: ושמעתי מקרוב שהנהיגו רבנים מובהקים לשורר אקדמות קודם שמתחיל הכהן הברכה על קריאת התורה, וכו ראוי לנהוג בכל הקהילות - איך האב לעצטענס געהערט וועגן פארשידענע גרויסע רבנים וואס האבען איינגעפירט מען זאל זאגען דעם אקדמות איידער דער כהן מאכט די ברכה אויפען תורה, און אזוי איז ריכטיג איינצופירען אין אלע קהילות.

למעשה טרעפען מיר כמה וכמה שיטות לכאן ולכאן, און עס איז נישט שייך צו ברענגען אלע. להלכה ווערט אויסגעפירט סיי אין חתם סופר (הנהגות לשו“ע תצ“ד) און סיי אינעם שו“ע הרב פונעם בעל התניא דאס ווער עס האט שוין דעם מנהג פון איבערהאקען דאס ליינען זאל מען איהם נישט שטערן און נישט מוחה זיין דערויף, אבער דארט ווי עס איז נישט דא דעם מנהג זאל מען איינפירען צו זאגען אקדמות איידער דער כהן מאכט די ברכות.
אזוי פסק‘ענט אויך דער משנה ברורה, און היינט צו-טאג איז דער אנגענומענע מנהג צו זאגען אקדמות נאך מען האט אויפגערופען דעם כהן אבער איידער ער מאכט די ברכה.


מחבר השיר
דער פיוט אקדמות איז נתחבר געווארען דארך ר‘ מאיר שליח ציבור פון ווארמייזא. צופיהל איז נישט באקאנט איבער איהם, און עס איז אפילו נישט קלאר פונטקלעך ווען ער האט געלעבט, אבער עס ווערט אפגעשאצט אז ער איז אוועק בערך בשנת ד‘תתנ“ו. רש“י הק‘ ברענגט איהם אויף כמה מקומות (און ער זעלבסט איז נסתלק געווארען בשנת ד‘תתס“ה). אויף עטליכע פלעצער וואו רש“י הק‘ ברענגט איהם רופט ער איהם ‘אותו צדיק ר‘ מאיר שליח ציבור מוורמייזא’


בנין השיר
דער פיוט איז געשריבען לויט דעם סדר פון א“ב כפול (געדאפעלטען א“ב) און דערנאך דער נאמען פונעם מחבר. דאס הייסט די ערשטע אותיות פון די חרוזים (שורות פונעם גראם) זענען צוויי מאל די אותיות פונעם א“ב, און דערנאך מאיר ביר (בן) רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ.
יעדע חרוז ענדיגט זיך מיט די אותיות ‘תָא’. דאס איז מרמז אויף די אותיות התורה פון א‘ ביז ת‘.

אסאך פון די פיוטים און זמירות וואס מיר האבען זענען געשריבען לויט א געוויסען ‘משקל’ (rythm בלע“ז). דאס מיינט אז יעדע שורה האט די זעלבע מאס תנועות (syllables בלע“ז).
א תנועה איז א קול וואס האט אין זיך איינע פון די נקודות (קמץ, פתח, צירי וכו‘). א שְוָא, ווי אויך א חטף נקודה ( ֱ ֲ ֳ), ווערט נישט גערעכענט פאר קיין תנועה. צום ביישפיל אינעם ווארט אקדמות זענען דא דריי תנועות - אַקְ| דָ| מוּת. אויך אינעם ווארט ושריות זענען דא דריי, ווייל דער שוא ווערט נישט גערעכנט - וְשָׁ| רָ| יוּת.
ווען א פיוט הייבט אהן יעדן חרוז מיט א שוא (אדער חטף) און דערנאך א נקודה, ווערט דאס אנגערופען א יֶתֶד. למשל דעם פיוט אדון עולם וועלכע מיר זאגען יעדן צופרי איז מיוסד אויף א יתד און צוויי תנועות - אֲדוֹן (יתד) עוֹ| לָם (צוויי תנועות), אֲשֶׁר (יתד) מָ| לָךְ (צוויי תנועות), בְּטֶ| (יתד) רֶם| כָּל (צוויי תנועות), יְצִיר (יתד) נִבְ| רָא (צוויי תנועות), און אזוי ווייטער.

אז מען וועט אזוי צונעמען פיהל זמירות לשבת און אנדערע פיוטים וועלן מיר זעהן ווי זיי זענען געשטעלט אויף א געוויסען משקל. לדוגמא דעם זמר לליל שב“ק ‘מנוחה ושמחה’ איז מיוסד אויף אכט תנועות - מְנוּ| חָה| וְשִׂמְ| חָה| אוֹר| לַיְ| הוּ| דִים וכו‘. אדער דעם זמר ‘ברוך א-ל עליון’ איז מיוסד אויף צעהן תנועות - בָּ| רוּךְ| אֵ-ל| עֶלְ| יוֹן| אֲשֶׁר| נָ| תַן| מְנוּ| חָה וכו‘.
א זמר וואס איז מיוסד לויט א משקל האט א געוויסע שיינקייט און סדר וואס א צווייטע פיוט האט נישט. דאס איז דערפאר ווייל א ניגון וועלכע איז געמאכט אויפען זמר, שטימט מורא‘דיג שיין מיט די ווערטער, און מען דארף נישט כאפען אדער אויסציהן קיין ווערטער (ווי עס מאכט זיך אמאל א בדחן ביי א חתונה דארף אריינכאפען אסאך ווערטער אין איין שורה, אדער אויסציהן אפאר ווערטער, כדי די גראם זאל שטימען מיטען ניגון).
לדוגמא וועלן מיר אנצייכענען דאס די פיוטים ‘אדון עולם’ און ‘דרור יקרא’ זענען ביידע מיוסד לויטען זעלבען משקל (א יתד מיט צוויי תנועות), און דערפאר קענט איר אויספראבירען און זיך איבערצייגען ווי א ניגון וואס קלאפט אויף ‘אדון עולם’ שטימט אויך אויף ‘דרור יקרא’, און פארקערט.

דעם פיוט אקדמות איז מיוסד אויפען משקל פון צעהן תנועות - אַקְ| דָ| מוּת| מִי| לִין| וְשָׁ| רָ| יוּת| שׁוּ| תָא. דערפאר שטימט גענוי דער ניגון המקובל אויף אקדמות ביי יעדען חרוז. אפשר איז דאס געשריבען אויף דעם משקל אלץ רמז צום עשרת הדברות.

שיר השירים
דעם פיוט אקדמות גייט אויף דעם פאלגענדעם סדר:
• נטילת רשות צו קענען לויבען דעם אויבעשטער;
• דער גדלות הבורא וואס איז נישט מעגליך בשו“א ארויסצוברענגען;
• דער סדר וויאזוי די מלאכים זאגען שירה אבער זיי זענען באגרעניצט צו לויבען בלויז איינמאל אין זייער לעבן;
• אנדערש זענען די יודען וואס האבען די זכיה צו דאווענען עטליכע מאל א טאג;
• די מעלה פון יודישע תפילות;
• די תפילין פון כביכול וואס אין זיי שטייט די גדלות פון כלל ישראל;
• מיר שטאלצירען פאר די אומות העולם מיט אונזערע סטאטוס;
• זיי פראבירען אונז איינצורעדן גרויסע גליקען אויב מיר וועלן זיך אויסמישען מיט זיי;
• מיר ווארפען אפ זייערע פארשלאג;
• מיר דערציילען ווי גוט עס וועט אונז זיין לעתיד לבוא בב“א.

אין אמת‘ן אריין קענען מיר בכלל נישט פארשטיין די טיפע סודות וואס שטייט אלץ אין דעם פיוט. און אפילו בנגלה וואלט געוועהן מעגליך צו שרייבען גאנצע מאמרים אויף יעדן שורה. אבער מיר ווילען זיך אצינד באציהן בלויז צו עטליכע שורות אין דעם הייליגען פיוט אקדמות.
תָּאִין וּמִתְכַּנְשִׁין כְּחֵזוּ אַדְוָתָא - די אומות העולם קומען זיך צוזאם מיט א רעש אזויווי די כוואליעס פונעם וואסער.
תְּמֵהִין וְשָׁיְלִין לֵה בְּעֵסֶק אַתְוָתָא - זיי וואונדערען זיך און פרעגען אונז איבער אונזער באשעפטיגונג אין די אותיות התורה.
מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ שַׁפִּירָא בְּרֵיוָתָא - ווער איז דיין באליבטען, דו כלל ישראל וואס דו ביזט אזוי שיין.
אֲרוּם בְּגִינֵה סָפִית מְדוּר אַרְיְוָתָא - וואס צוליב איהם האסטו אויסגעוועלט זיך צו דרייען צווישען לייבען (ענדערש ווי זיך טויפען).
יְקָרָא וְיָאָה אַתְּ אִין תַעַרְבִי לְמַרְוָתָא - דו וועסט דאך זיין אזוי שיין טאמער וועסטו זיך אויסמישען און אריינקומען אונטער אונזער הערשאפט.
רְעוּתֵךְ נַעֲבִיד לִיך בְּכָל אַתַרְוָתָא - מיר וועלן טוהן דיין ווילען אין יעדן פלאץ.
בְּחָכְמָתָא מְתִיבָא לְהוֹן קְצָת לְהוֹדָעוּתָא - מיט קלוגשאפט ענטפערן די יודען, נאר אביסעל פונעם גדלות ה‘ צו לאזען וויסען
יְדַעְתִּין חַכְּמִין לֵה בְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּתָא - ענק וואלטען געוואוסט און קלוג געווארען ווען עטס פראבירטס נאר צו אנערקענען אין איהם.
רְבוּתְכוֹן מָה חַשִׁיבָא קֳבֵל הַהִיא שְׁבַחְתָּא - וואס איז דען ווערט ענקערע גדולות, קעגן דעם שיינעם לויב וואס ווארט אונז אפ.
רְבוּתָא דְיַעְבֵּד לִי כַּד מָטְיָא שַׁעְתָּא - דער גרויסקייט וואס דער בורא וועט אונז טוהן ווען די צייט וועט קומען.
בְּמֵיתֵי לִי נְהוֹרָא וְתַחֲפֵי לְכוֹן בַּהֲתָא - ווען צו מיר וועט קומען דעם ליכטיגען שַיין, און ענק וועט איבערדעקן א שאנדע און פונסטערניש.

די דערמאנטע שורות זענען באזירט אויפען פסוק אין שיר השירים (ז‘ א‘) שׁוּבִי שׁוּבִי הַשׁוּלַמִית שׁוּבִי שׁוּבִי וְנֶחֱזֶה בָּךְ מַה תֶּחֱזִי בַּשׁוּלַמִית כִּמְחוֹלַת הַמַחְנָיִם וגו‘.
די אומות העולם רופען זיך אהן צום כנסת ישראל שובי שובי השולמית - קער זיך אויף ריקווערטס, דו וואס ביזט גאנץ אהן קיין חסרון, שובי שובי ונחזה בך - קער דיך אוועק פונעם בורא ב“ה און מיר וועלן דיר געבן כל מיני מעלות טובות.
אבער דער כנסת ישראל ענטפערט צוריק מה תחזי בשולמית - וואס קענען ענק דען געבן פאר אונז, כמחולת המחנים - ענק קענען דאך אפילו נישט צושטעלן אזא גרויסקייט וואס מיר האבען געהאט אין מדבר מיט די דגלים (וועלכע האבען מרמז געוועהן אויף אזא חשיבות פונקט ווי די מלאכים). און די פסוקים זענען דארט ממשיך מיט אנדערע גרויסקייט און שיינקייט וואס די יודען האבען אמאל געהאט.

מיר האבען דא לעצטענס געברענגט די טרויעריגע געשיכטע פון די יודען אין מאגענצא . דאס האבען מיר געטוהן פאר צוויי טעמים: ערשטענס ווייל די געשיכטע האט פאסירט אין די טעג אין וועלכע מיר שטיין אצינד, אבער אויך, און בעיקר, ווייל אזא מעשה פון מסירת נפש איז די גרעסטע הכנה צום מתן תורה.
ווען ר‘ עקיבא וחבריו האבען געזעהן ווי א פוקס גייט ארויס פונעם פלאץ וואו עס איז געוועהן אמאל דער קודש הקדשים, דערציילט דער גמרא (מכות כ“ד:) ווי די חברים פון ר“ע האבען, ווי פארשטענדליך, געוויינט. אבער צו זייער וואונדער האבען זיי געזעהן ווי ר“ע לאכט. ווען זיי האבען איהם געפרעגט וואס איז דער פשט פון זיין פרייד האט ער זיי ערקלערט וויאזוי פון דעם אומגליקליכען מצב דאס א פוקס זאל קענען שפאצירען אינעם הייליגסטען פלאץ, קען מען ארויסנעמען א טרייסט אויף די גאולה העתידה (עיי“ש ואכמ“ל).
ה“ה ביי אונז, אינדערצייט וואס מיר ליינען איבער דעם ביטערען שיקזאל פון די אשכנז‘ישע יודען בשנת תתנ“ו. טראץ דעם וואס עס קומט צו וויינען אויף דעם גרויסען חורבן איז עס אונז אבער אויך א טרייסט. ווייל ווען מיר ליינען און דערהערן ווי די פריערדיגע דורות האבען זיך אזוי ליבליך מוסר נפש געוועהן און געגאנגען כצאן לטבח על קידוש ה‘, געבט עס אונז א שטיקעל השגה מיר זאלען וויסען וואסארא אוצר מיר פארמאגען.

בדרך משל קען מען זאגען, ווען מען זעט ווי א קעניג שיקט א פעקל אין א ווייטע פלאץ, און ער זאגט אהן זיינע באדינער זיי זאלען דאס היטען מיטען לעבן. אויך ווען זיי קומען אהן אין יענעם מקום זאלען זיי בויען א פעסטע געביידע און דארט אריינלייגען דעם פעקל, און זיכער מאכען דאס קיינער זאל עס נישט גנב‘ענען.
נאכדעם זעט מען ווי דער קעניג באגנוגענט זיך נישט מיט דעם נאר ער שיקט זיינע אייגענע קינדער זיי זאלען אפהיטען דעם פעקל - און ער זאגט זיי אהן זיי זאלען זיך דערפאר מוסר נפש זיין. ווען ער ווערט געוואויר אז זיי זענען גע‘הרג‘עט געווארען אפהיטענדיג דאס, שיקט ער נאך פון זיינע קינדער דאס באוואכען, צוזאמען מיט זיינע נאנסטע מענטשען. כאטש ער ווייסט אז אפשר וועלן זיי אויך גע‘הרג‘עט ווערן.
ווען איינער קוקט זיך צו, צו דער גרויסע פרייז וואס דער קעניג איז גרייט צו צאלען אבי דער פעקל זאל בלייבען פארזיכערט, קען ער פארשטיין אז אין דעם פעקל ליגט עפעס אזא טייערע זאך וואס דער גאנצע מלוכה איז אפהעניג אין דעם. אנדערש וואלט דער קעניג נישט געשיקט זיינע אייגענע קינדער צום טויט, איינמאל און נאכאמאל.
דער נמשל איז דאך מובן מאליו. ווען מיר זענען זיך מתבונן און מיר קלערן אריין וויפיהל יודען עס זענען שוין אומגעקומען על קידוש ה‘ זייט מתן תורה. ווען מיר מאכען א חשבון וואס א הויכען פרייז עס האט שוין אפגעקאסט כדי ווייטער איבער צו פירען דעם יודישען גלויבען מיט די הייליגע תורה, דור נאך דור. ווען מיר טראכטען אריין אז דער באשעפער האט באפוילען זיינע אייגענע קינדער כביכול זיי זאלען זיך לאזען הרג‘ענען איידער חלילה אויפצוגעבן זייערע אמונה. קענען מיר פון דעם אליין פארשטיין ווי טייער און חשוב עס איז אונזער גלויבען, די תורה און מצוות.

די אומות העולם אין דייטשלאנד בשנת ד‘תתנו האבען געמאָנט און געפאדערט אִין תַעַרְבִי לְמַרְוָתָא. זיי האבען געשפּעט און נישט געקענט פארשטיין מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ שַׁפִּירָא בְּרֵיוָתָא. זיי האבען אונז צוגעזאגט אלע אוצרות אויף דער וועלט, און רְעוּתֵךְ נַעֲבִיד לִיך בְּכָל אַתַרְוָתָא.
זיי האבען אזוי געבעטען אין דייטשלאנד און זיי האבען אזוי פארלאנגט אין שפאניע. זיי האבען דאס פארגעשלאגען אין אירופע און אין אזיע. זיי מאנען דאס פון אונז שוין זינט מיר האבען באקומען דעם גרויסען מתנה ביום הַמְקֻוֶה לבורא לתורה לעולם לעליונים ותחתונים.
אבער מיר יודישע קינדער, בני ברית עליון, האבען אלעמאל צוריקגעווארפען זייער פארשלאג אין פנים אריין און געפרעגט רְבוּתְכוֹן מָה חַשִׁיבָא? וואס קענען ענק דען אונז געבן קעגן דאס וואס מיר וועלן באקומען כַּד מָטְיָא שַׁעְתָּא.

נישט נאר דעמאלס וועלן מיר זיין גליקלעך, נאר אפילו יעצט, ווען מיר ווערן אריינגעווארפען אין מְדוּר אַרְיְוָתָא, שטיין מיר אזויפיהל שענער פון זיי. אונז האבען דעם הֲדַר מָרֵי שְׁמַיָא, דער מְרוֹמָם הוּא אֱלָקִין בְּקַדְמָא וּבַתְרֵיתָא. און די אומות העולם, להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה האבען דעם תלוי, נצלב, נצר נסאב ונתעב, ומשוקץ בדורו, ממזר ובן הנ‘ ובן הזימה.
אונז האבען דעם ליבשאפט פונעם בורא, דעם וּתְרוּעַת מֶלֶךְ בּוֹ. און טאקע ווייל כביכול האט אונז אזוי ליב צְבִי וְאִתְרְעִי בָן וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא - דער באשעפער וויל אונז האבען און דערפאר האט ער אונז געשאנקען די תורה.
מיר מוזען אפילו נישט ווארטען אויף לעתיד לבוא צו שפירען דעם גליק. מיר האבען שוין ביי אונז די תורה הקדושה וואס זי איז דער טייערסטע און שענסטע אויפען וועלט. עס איז שוין פאר אונז אלע בְּמֵיתֵי לִי נְהוֹרָא און ממילא פאר די אומות העולם וְתַחֲפֵי לְכוֹן בַּהֲתָא.

מיר וועלן ענדיגען מיט דעם געבעט און ברכה פון ר‘ מאיר ש“ץ זצ“ל:
זַכָּאִין כַּד שְׁמַעְתּוּן שְׁבַח דָא שִׁירָתָא - קְבִיעִין כֵּן תֶהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא - וְתִזְכּוּן דִי תֵתְבוּן בְּעֵילָא דָרָתָא (פונקט ווי מיר האבען געהערט די לויב פונעם פיוט אקדמות - זאלען מיר זוכה זיין צו זיין פון די חבורת צדיקים לעתיד לבא - און מיר זאלען זוכה זיין צו זיצען אויבן אהן).
אמן כן יהי רצון במהרה בימינו אמן.
אטעטשמענטס
שבח דא שירתא.pdf
(123.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 269 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כוח ידידינו אהובינו אנעים זמירות.

מ'וועט עס אי"ה באלד ליינען און מעגליך קאמאנטירן אויב ס'וועט זיין וואס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

הערליך שיין און די יתד מיט די תנועות איז זייער אינטערעסאנט, שטארק הנאה געהאט דערפון.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אלס מער איך ליין פין דיינע ווערק,
טוט מיין התפעלות וואקסען,
ווי איינער זעהט דאס ערשטע מאל די שווייצע בערג ,
דו שטייגסט איבער אלע קלימאקסען.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אולי איז כדאי דא אויסצושמועסן וואס אסאך ברענגען פון רוו"ה דעם טעם הפשוט פ"וו אקדמות איז געווען דער מנהג צו לייענען נאכען ערשטען פסוק, ווייל עס איז געווען א רשות למתורגמן פאר די קריאה פון עשרת הדברות, און פאר דעם איז עס אויף א אראמיש, והרבה קושית נפתרו בזה (גם אודות יציב פתגם)
למה זה תשאל לשמי...
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

לכבוד שבועות.

יישר כח אנעים. הערליך שיין.
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

והוא פלאי האט געשריבן: אולי איז כדאי דא אויסצושמועסן וואס אסאך ברענגען פון רוו"ה דעם טעם הפשוט פ"וו אקדמות איז געווען דער מנהג צו לייענען נאכען ערשטען פסוק, ווייל עס איז געווען א רשות למתורגמן פאר די קריאה פון עשרת הדברות, און פאר דעם איז עס אויף א אראמיש, והרבה קושית נפתרו בזה (גם אודות יציב פתגם)

איין זאך וואס איז מיר שווער, די פיוט איז דאך פארפאסט געווארן אין אשכנז און דארט האט מען דאך שוין נישט גערדט אראמיש אויב אזוי פארוואס האט נאך אויסגעפעלט צו מתרגם זיין אויף די אראמישע שפראך
און פארוואס האט אויסגעפעלט אז די פיוט זאל פארפאסט ווערן אויף די אראמישע שפראך וואס איז שוין נישט געווען אין באניץ אין יענע צייט (ר' מאיר איז נפטר געווארן תת"נ) בפרט אז די פיוט איז נתחבר געווארן פאר די המון עם זיך צו האלטן צו די אידישע אמונה (שטעלט אייך פאר אז איינער זאל היינט מחבר זיין א פיוט אויף אונגאריש) מוז צוקומען אז די טעם איז וואס שטייט אין די מחזורים אז דעריבער האט מען מחבר געווען אויף אראמיש אז די מלאכים זאלן נישט מקנא זיין
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יישר כח פאר "אנעים זמירות" פאר דער הערליכער באשרייבונג. עס איז באמת אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו.

אראמיש איז אין יענע יארן אפשר נישט געווען די טאג טעגליכע שפראך, זי איז אבער זיכער געווען באקאנט ביים עולם. מיט עטליכע צענדליגע יארן פריער האט רב האי גאון נאך געשיקט זיינע תשובות אין אראמיש איבער דער גאנצער וועלט, און אזוי אויך האט מען געהאט אין באזיץ פריערדיגע תשובות הגאונים וועלכע זענען אלע געווען אין אראמיש. מערקווירדיג זענען געוויסע אראמישע ווערטער וועלכע איך האב זיי דערווייל געטראפן נאר אינעם פיוט ההקדמות, צב"ש " יקרטענון לקיבליה."

אגב, די ווערטער "למסנאי ונגוותא" האט מען געטייטשט אין חדר "פאר די פיינט און די גוים פון די אינזלען." די קשיא איז, ווען האבן די אינזל גוים מער געטשעפעט די אידן ווי די גוים פון דער סאמער יבשה? עס לייגט זיך מער אויפ'ן שכל וואס איך האב אמאל געהערט, אז נגותא טייטשט "באצווינגערס." אפשר קען איינער ארויסהעלפן?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן: מערקווירדיג זענען געוויסע אראמישע ווערטער וועלכע איך האב זיי דערווייל געטראפן נאר אינעם פיוט ההקדמות, צב"ש " יקרטענון לקיבליה."

איך האב יעצט געזען א דער לשון קומט פון גמרא אין מסכת חולין (עה.). רש"י און רבינו גרשום טיישטן דארט אז דאס מיינט צאפלען, אבער תוס' ברענגט פונעם ערוך אז עס מיינט שפרינגען מיט כח, און ער ברענגט א ראיה פונעם מדרש און פונעם תרגום אין איוב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
לרווחא דמלתא
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 1:45 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לרווחא דמלתא »

גברא רבא האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 8:53 pm
והוא פלאי האט געשריבן:
אולי איז כדאי דא אויסצושמועסן וואס אסאך ברענגען פון רוו"ה דעם טעם הפשוט פ"וו אקדמות איז געווען דער מנהג צו לייענען נאכען ערשטען פסוק, ווייל עס איז געווען א רשות למתורגמן פאר די קריאה פון עשרת הדברות, און פאר דעם איז עס אויף א אראמיש, והרבה קושית נפתרו בזה (גם אודות יציב פתגם)
איין זאך וואס איז מיר שווער, די פיוט איז דאך פארפאסט געווארן אין אשכנז און דארט האט מען דאך שוין נישט גערדט אראמיש אויב אזוי פארוואס האט נאך אויסגעפעלט צו מתרגם זיין אויף די אראמישע שפראך
און פארוואס האט אויסגעפעלט אז די פיוט זאל פארפאסט ווערן אויף די אראמישע שפראך וואס איז שוין נישט געווען אין באניץ אין יענע צייט (ר' מאיר איז נפטר געווארן תת"נ) בפרט אז די פיוט איז נתחבר געווארן פאר די המון עם זיך צו האלטן צו די אידישע אמונה (שטעלט אייך פאר אז איינער זאל היינט מחבר זיין א פיוט אויף אונגאריש) מוז צוקומען אז די טעם איז וואס שטייט אין די מחזורים אז דעריבער האט מען מחבר געווען אויף אראמיש אז די מלאכים זאלן נישט מקנא זיין
לויטן מהלך פון רוו"ה איז די סיבה פארוואס דער מחבר האט עס געשריבן אויף ארמיש איז ווייל דער מתורגם פלעגט דאך איבערטייטשן די פסוקים אויף ארימש, ממילא האט ער אויך געשריבן דעם רשות למתורגמן אויף ארימש. אפילו אפילו מען האט נישט גערעדט ארימש אין אשכנז, קען זיין אז בימיו האט נאך מתרגם געווען. די תרגום האט מען מיטגעברענגט פון בבל, איז פארן מתרגם זיין האט ער גענומען רשות אויף ארמיש. ודי בזה.
אגב אין מחזור וויטרי אויף שבועות איז דא א תרגום וואס די מתורגמן פלעגט זאגן שבועות אינדערפרי, און פאר די תרגום איז אויך א לאנגער פיוט, א רשות וואס דער מתורגם האט געזאגט פארן מתרגם זיין די תורה. עיין שם.
אז עס זאל מיך לאזן ארן, דארף מיר ארן גאר אסאך, ארט מיר שוין גארנישט... (הרה"ק רבי נחמן מברסלב)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”