פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:04 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:56 pm

איך האב שוין איבער צוואנציג יאר טעקסט.
כ'האב קיינמאל נישט באקומען אומאויסגעהאלטענע זאכן.

אן אומאויסגעהאלטענע טלפון קאל, האב איך שוין יא באקומען.

איך פארשטיי נישט צום פראבלעם.

פרומער זאל יעדער זיין דארט ווי ער זעהט זיין ניסיון.

אבער אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, עד כדי נישט האבן קיין טעקסט, אבער א ניק יא, איז פאר מיר - פשוט'ער איד - זייער או פארשטענדליך.

אויסער אויב האט ער נישט קיין טעקסט, טאקע אלס שדכן וואס צופיהל מענטשען דרייען א קאפ.
דאן האט עס גארנישט מיט עבודה.

איר זענט זיך סותר מני' ובי'

און פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט נישט קיין טעקסט מעג ווייטער האבן א ניק אויף אייוועלט
ניק אויף אייוועלט מיינט זיצן אויף די אינטערנעט.

ביי מיר אין קאפ גייט עס נישט אריין טעקסט נישט אינטערנעט יא.

זאל אבער יעדער טון וואס ער וויל.
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 9:27 pm
רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:15 pm
אז מ'רעדט שוין פון דעם נושא וויל איך אויסשמועסן עפעס וואס באדערט מיר שוין א לענגערע צייט.

אין דעם וועכנטליכן גליון זעט מען כסדר מעשיות פון מענטשן וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן פון זיך באנוצן מיט אינטערנעט אפילו לצורך גדול (אפגעזען וויפיל פון זיי שטימען מיטן מציאות), און אסאך מאל ביים ליינען געוויסע מעשיות ווערט מיר שווער א קשיא; מילא איינער וואס האלט זיך צוריק ווען ס'איז סתם גאר וויכטיג אדער אפילו לצורך פרנסה, נו אשרי לו, פארשטייט זיך אויב ער קען טאקע ברענגען פרנסה אן דעם, און זיכער אז א איד וואס מיינט עס אמת'דיג לשם שמים און האט די ריכטיגע בטחון וועט אים דער אויבערשטער העלפן. אבער אפט מאל זעט מען א מעשה וואס האט שייכות מיט רפואה והמסתעף, ווי צ"ב מ'האט אפגעזאגט א זום וויזיט אדער זיך צוריקגעהאלטן פון האבן אימעיל כאטש מ'האט געמוזט קאמיוניקירן מיט א דאקטער וכדו', זאכן וואס זענען קריטיש וויכטיג און אין געוויסע פעלער קען זיך עס אפילו גרעניצן מיט פיקוח נפש, איז טאקע ריכטיג אין אזא פאל צו זאגן "איך ריר נישט אן קיין אינטערנעט"? איז דאס רצון השם? אז באופן וואס דו "מוזט" צוקומען דערצו לצורך רפואה אדער א אנדערע צורך וואס איז אין די "מוז" קאטעגאריע, זאלסטו זיך צוריקהאלטן פון באנוצן דערמיט? אתמהה.
כ'מיין אז דאס נעמט זיך פון א כלליות'דיגע סארט טעות וואס מאכט זיך ביי אסאך מענטשן, וגם אני הקטן בתוכם, אז מ'פארלייגט זיך אזוי שטארק אויף געוויסע נקודות, אזש מ'בלייבט שטעקן ביי דעם און מ'פארגעסט די ציל דערפון.

א איד וואס מאכט זיך א גדר אז ער רירט נישט צו קיין אינטערנעט, טוט דאך דאס צו ממלא זיין רצון קונו, אבער אפט מאל בלייבט מען שטעקן ביים מיטל און מ'פארגעסט פונעם ציל. צומאל אז א מענטש לייגט זיך אריין אין א געוויסע גדר ראשו ורובו ווערט דאס ביי אים זיין הויפט ציל, און אלעס דרייט זיך ארום דעם, יא אינטערנעט, נישט אינטערנעט, דער אינטערנעט איז דער צענטער פונקט. וואס געשעט איז, אז אויב מאכט זיך אן אויסנאם פאל לאמיר זאגן לצורך רפואה, ווי יעדער בר דעת פארשטייט אז יעצט איז רצון השם אז ער זאל ברעכן זיין גדר, דאך בלייבט ער שטעקן מיט דעם גדר און פארגעסט פונעם ציל צוליב וועלכע ער האט געמאכט דעם גדר. אבער א אמת'ע פארשטענדליכע איד וואס האלט גראד דעם קאפ, ווייסט אז ער קען זיין א יראים מעמבער און באמת נישט קיינמאל צורירן דערצו, לשם שמים ממש, אבער אויב קומט אונטער א פאל ווי ער שפירט אז דאס מוז מען יעצט טון, וועט ער פארבייגן פון זיין גדר פאר רצון השם.

און דאס האט גארנישט מיט אינטערנעט, די זעלבע קען מען זען ביי אנדערע זאכן, יעדער ביי זייערע גדרים, וואס מ'שטעלט דעם גדר אלס יסוד און מ'פארגעסט אז ס'איז בלויז דא איין יסוד, רצון השם. א למדן וועלכע זיצט און לערנט יומם ולילה, בטל'ט נישט קיין איין מינוט, ווייל ער וויל ברענגען א נחת רוח פארן באשעפער. אבער אויב קומט אונטער א גאר וויכטיגע צורך צוליב וואס ער מוז מבטל תורה זיין, און ער איז זיך 'מתגבר' און בלייבט ביי די גמרא, טוט ער מיט דעם דאס פארקערטע ווי די אריגינעלע ציל פון זיין שטארקע פעסטקייט נישט צו מבטל תורה זיין. דאס זעלבע וועט זיין מיטן נישט אויסרעדן ביים דאווענען באופן וואס ס'איז א צורך גדול און א מצוה. א.א.וו. ביי יעדע זאך.

עכ"פ אזוי זאגט מיין נארישע שכל.
איך האלט פונקט ווי דיר, און דאכט זיך מיר אז פאר די חבורת יראים מעמבער'ס וואס פרעגן דערוועגן זאגט מען די זעלבע, אז ווען מ'האט נישט קיין ברירה לצורך רפואה וכדומה, טוהט מען וויפיל מ'קען, און מען לאזט זיך פירן פונעם אייבערשטן, (כמשל מ'לאזט זיך פירן פונעם אייבערשטן ווען מ'האט נישט קיין ברירה און מ'דארף טרינקען חלב סתם)
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

שמעי' לאנדא האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 9:33 pm
OFFLINE האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:15 pm

סך הכל: קיינער זאגט נישט אז איינער וואס נוצט אימעיל לצורך פרנסה אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן עפ"י הוראת דיינו איז א שייגאץ וכו', סך הכל טוט מען ווי רב וואזנער שרייבט אין זיין בריוו ווען ער רעדט פון אינטערענט לצורך פרנסה מיט פילטער'ס וכדו', שרייבט ער אויך צו, והירא דבר השם וכו', אז מ'זאל זיך בכלל נישט באנוצן מיט קיין אינטערנעט, וכו'.

ווי חשוב זענען די אידן, און יא, איך קוק זיי אויך ארויף, אפי' כעת איז מיין פרנסה געבינדן מיט אימעיל והמסתעף, און איך ווייס טאקע אז וויבאלד השי"ת האט מיר אריינגעלייגט אין אזא מצב איז דאס דער רצון השי"ת, אבער איך ווייס אויך, אז דער אייבערשטער האט געפירט אז ס'זאל זיך עפענען אזא חבורה פאר א סיבה, סיי מחזק צו זיין אינאיינעם די וואס זענען אין די חבורה מיט א כח הרבים, און סיי אז די וואס זענען נישט אין די חבורה זאלן האפן און זיך וואונטשן צו זיין דארט, און מחשבה טובה הקב"ה מצטרף למעשה.

און בנוגע מאנהעטן, אויך זייער חשוב, איי איך דארף יא זיין אין מאנהעטן לצורך פרנסה, דאס איז מיין עבודת השי"ת, און ער פלאגט זיך נישט צו דארפן זיין דארטן, דאס איז זיין עבודת השי"ת...
ער מאכט א חבורת 'יראים' נישט צו זיין אין מאנהעטן, און איך וועל מאכן אן אנדערע חבורה פאר אן אנדערע נסיון וואס איך קען ארבעטן דערויף, ס'איז נישט קיין סתירה, און חבורת יראים האט עס קיינמאל נישט אראפגעלייגט ווי זיי זענען די שומרי שבת אין אמעריקע און איך בין ליידער נכשל געווארן(און נישט אויסמישן מיט כלים אן קיין פילטער אדער סאושעל מידיע וואס רבנים ביי זייערע דרשות האבן עס יא אראפגעלייגט אזוי)
איך הער נישט, זאג העכער ביטע.
השמיעני את קולך איז זייער א חשובע אויסגאבע, אבער איז נישט חבורת יראים,
איך מיין אז אין די חבורת יראים ליטרעטאור איז ספעציעל נישט אריינגעלייגט אזעלכע סארט אויסדרוקן,
אבער אזוי ווי ס'זענען דא עסקנים וואס האלטן אז מ'דארף עס דאך ארויסברענגען, האט מען עס געטראפן ווי אריינצולייגן אין השמיעני בתור א מעשה מיט א בחור און מגיד שיעור...
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

בר אדא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:21 am
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:04 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 9:56 pm

איך האב שוין איבער צוואנציג יאר טעקסט.
כ'האב קיינמאל נישט באקומען אומאויסגעהאלטענע זאכן.

אן אומאויסגעהאלטענע טלפון קאל, האב איך שוין יא באקומען.

איך פארשטיי נישט צום פראבלעם.

פרומער זאל יעדער זיין דארט ווי ער זעהט זיין ניסיון.

אבער אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, עד כדי נישט האבן קיין טעקסט, אבער א ניק יא, איז פאר מיר - פשוט'ער איד - זייער או פארשטענדליך.

אויסער אויב האט ער נישט קיין טעקסט, טאקע אלס שדכן וואס צופיהל מענטשען דרייען א קאפ.
דאן האט עס גארנישט מיט עבודה.

איר זענט זיך סותר מני' ובי'

און פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט נישט קיין טעקסט מעג ווייטער האבן א ניק אויף אייוועלט
ניק אויף אייוועלט מיינט זיצן אויף די אינטערנעט.

ביי מיר אין קאפ גייט עס נישט אריין טעקסט נישט אינטערנעט יא.

זאל אבער יעדער טון וואס ער וויל.
ס'קען זיין אז איר זענט גערעכט,
פון די אנדערע זייט קען פונקט אזוי זיין אז נישט...

נישט וואס ס'גייט יא אדער נישט אריין ביי איינעם אין קאפ מיינט אז ס'איז גערעכט אדער נישט.

והעיקר, יעדע גדר איז חשוב, אז מ'קען מאכן א גדר אויף טעקסט איז דאס גאר חשוב, און אז מ'קען מאכן א גדר אויף אינטערנעט איז דאס נאך מער חשוב, און אז מ'קען אויף ביידע איז דאס נאך אסאך מער חשוב.
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

געווען די וואך אינעם השמעינו גיליון א גרויסע עד אויפן גאנצן בעק פעידש (קעגן ניצן פארשידענע הכשרים פארן טעלעפאן). די עד איז געמאכט געווארן אויף עי איי.

איך געדענק נאך ווען עי איי איז געווען דארט חזיר טרייף, אפילו לצורך פרנסה.
איי געס זייער פרנסה איז מער מותר.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
שמואל כהנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע:ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

בגבעון דום האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:18 am
געווען די וואך אינעם השמעינו גיליון א גרויסע עד אויפן גאנצן בעק פעידש (קעגן ניצן פארשידענע הכשרים פארן טעלעפאן). די עד איז געמאכט געווארן אויף עי איי.

איך געדענק נאך ווען עי איי איז געווען דארט חזיר טרייף, אפילו לצורך פרנסה.
איי געס זייער פרנסה איז מער מותר.
ווען מען באשטעלט אן עד ביי א גרעפיקער קען ער טוהן וואס ער וויל און אגב מען האט דעמאלט גערעדט פון טשעט עי איי און אויך נישט יעדער שמויגער דארף ניתן אימעדז גענערעטאר אויס דער גרעפיקער ברויך עס פאר פרנסה איז עס די זעלבע "היתר" ווי אינטערעט
בארייכערט אייער ידיעות אין תורת הבעש"ט זי"ע מיט די הערליכע טעגליכע שיעורים דורך הרב ברוך גרובער שליט"א מפעל שיעורים בתורת הבעש"ט
דריקט דא צו נעמען א חלק און זכוי הרבים און פארשפרייטן די אור פון בעש"ט הק' זי"ע
אויסגעלאשענע פען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 7:28 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעלאשענע פען »

שמואל כהנא האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:11 am
בגבעון דום האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:18 am
געווען די וואך אינעם השמעינו גיליון א גרויסע עד אויפן גאנצן בעק פעידש (קעגן ניצן פארשידענע הכשרים פארן טעלעפאן). די עד איז געמאכט געווארן אויף עי איי.

איך געדענק נאך ווען עי איי איז געווען דארט חזיר טרייף, אפילו לצורך פרנסה.
איי געס זייער פרנסה איז מער מותר.
ווען מען באשטעלט אן עד ביי א גרעפיקער קען ער טוהן וואס ער וויל און אגב מען האט דעמאלט גערעדט פון טשעט עי איי און אויך נישט יעדער שמויגער דארף ניתן אימעדז גענערעטאר אויס דער גרעפיקער ברויך עס פאר פרנסה איז עס די זעלבע "היתר" ווי אינטערעט
זאגסט גוטע נקודות, אבער נישט צו פארענטפערן די השמעינו גיליון זיי וואלטן נישט אנגענומען די אלע תירוצים
לעצט פארראכטן דורך אויסגעלאשענע פען אום זונטאג מאי 12, 2024 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

שמואל כהנא האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:11 am
בגבעון דום האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:18 am
געווען די וואך אינעם השמעינו גיליון א גרויסע עד אויפן גאנצן בעק פעידש (קעגן ניצן פארשידענע הכשרים פארן טעלעפאן). די עד איז געמאכט געווארן אויף עי איי.

איך געדענק נאך ווען עי איי איז געווען דארט חזיר טרייף, אפילו לצורך פרנסה.
איי געס זייער פרנסה איז מער מותר.
ווען מען באשטעלט אן עד ביי א גרעפיקער קען ער טוהן וואס ער וויל און אגב מען האט דעמאלט גערעדט פון טשעט עי איי און אויך נישט יעדער שמויגער דארף ניתן אימעדז גענערעטאר אויס דער גרעפיקער ברויך עס פאר פרנסה איז עס די זעלבע "היתר" ווי אינטערעט
נישט אמת, מ'האט געאסרט יעדע זאך וואס קען נאר שמעקן פון AI...
און זיי זעכער
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט...
[email protected]
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

צ"ק

ווייל עס האלט מיר אינאיין אפעקטירן.

קריך אראפ!
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

איינער זאגט מיר אז מ'קען באקומען די יראים בלעטעל אויף אימעיל.

כ'קען זיין? כ'גלייב נישט.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

Ozd האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 11:19 am
איינער זאגט מיר אז מ'קען באקומען די יראים בלעטעל אויף אימעיל.

כ'קען זיין? כ'גלייב נישט.
זיי שטופן זייער שטארק די וואס מוזן האבן אימעיל, צו נוצן Virtual Mail .
ווירטואל מעיל (605-313-6626) איז אן אויטאמאטישע סיסטעם וואו מ'קען דורך טעקסט אדער וואויס מענעדזשן אימעילס, דורך א בעיסיק פאון.
צווישן די אפשענס קען מען אויך ארויספרינטן דורך א פעקס מאשין - אפילו פול קאלערד!...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

ס׳איז דא א גאנץ לאנגע תורה פאריגע וואך פ׳ קדושים און דברי יואל ווי ער האקט אריין איבער די פאלטשע פרומקייטן. שטעלט זיך א פראגע וואס באדערט דיך אז איינער איז פרומער? עיי״ש.

וזל״ק: בחומרות וזהירות יתירות אפשר להכשל חלילה ולהלכד ברשת היצר, ותחת מצוה יעשה עבירה, ולבבו ידמה כי הנהו חסיד ועושה לפנים משורת הדין. וכמה קשה בדור זה לקיים קדושים תהיו קדש עצמך במותר לך.
אם פגע בך מנוול זה משכהו לביהמ״ד, דהיצר מסיתו לעבירה בפיתיוייו שהוא מצוה. ולזה, משכהו לבימ״ד ששם מרחיבין התורה ותלמוד מפי ספרים וסופרים. אם הוא מכלל תרי״ג מצות וענפיהם, ותראה שזה פיתוי היצר. ולא עם הארץ חסיד, אז ער לערנט נישט וועט ער פרום ווערן ולפעמים יעשה חומרות בדבר שהוא עבריין…..

אונטערשטע שורה, די תוה״ק קען מען נישט פעלטשען. נישט צו פרום און נישט צו מאדערן.

קדש ״עצמך״ במותר לך האט אויך זיינע הלכות.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”