די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אימפראווייזער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:32 am

די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפראווייזער »

ברוכים הבאים!

אין דעם אשכול, וועל איך בעזר השם באשרייבן, די רייכע היסטאריע, איבער די מוזיקאלישע אנטוויקלונג, פון די אלגעמיינע וועלט.
איך וועל פראבירן, צו דעקן וויפיל ס'איז שייך בעזהשי"ת.

מוזיק איז א חלק, פון מענטשליכע קולטור שוין טויזנטער יארן, און איר היסטאריע איז גאר רייך,
אנגעהויבן פון פארצייטישע ציוויליזאציע, ביז די היינטיגע מאדערענע וועלט, איז מוזיק טראנספארמירט, אין געפארעמט געווארן, אין פארשידנארטיגע סטילן און דשאנרעס, רעפלעקטירנדיג די געפילן פון אירע שרייבער און קאמפאזירער.

דא האט איר א שטיקל איבערבליק, איבער די אלגעמיינע, מוזיקאלישע היסטאריע, לויטן סדר התקופות.

---"Ancient music" ----

"פארצייטישע מוזיק", האלט א וויכטיגע פלאץ אין מענטשליכע
היסטאריע, רעפרעזענטירנדיג די ערשטע פארומען, פון ארטיסטישן אויסדרוק , ציענדיג זיך שוין צוריק, צו די פארצייטישע ציוויליזאציעס, א שטייגער ווי די סאמעריען, עגיפטער, אין די גריכישע קולטורן.

:Sumerian music

די סאמעריען קולטור, ווערט גערעכנט אלץ איינע פון די ערשטע ציוויליזאציעס, זייענדיג לאקירט אין די געגנט פון די היינטיגע איראק,
מוזיק איז געווען דארט א וויכטיגע טייל אינעם טאג טעגליכן לעבנס שטייגער.
פארשידענע ערליי אינסטרומענטן זענען געפונען געווארן, ביי ארכעאלאגישע גראבונגען, א שטייגער ווי הארפס, און דראמס, וואס זיי פלעגן ניצן פאר אינטערטענמענט, אין 'סטארי טעלינג'...

:Egyptian music

עגיפטער מוזיק, איז אויך באקאנט אלס פון די ערשטע אין היסטאריע, זייענדיג א אינטעגריאלע חלק פונעם קולטור, אריינגערעכנט רעליגיע, פעסטיוואלן, און בכלל טאג טעגליכן לעבנס שטייגער,
זיך באניצנדיג מיט פלוט, הארפ, און דראם, אינסטרומענטן.

אינטערסאנט אנצומערקן נאר, אז די עגיפטישע האבן געגלייבט, אז זייער מוזיק האט עפעס א באהאלטענע כוח, און קען האבן א השפעה, אויף זייערע געטשיקס..

:Greek music

גריכישע מוזיק, טראגט א רייכע היסטאריע אונטער זיך.
די גריכישע מוזיקער, זענען געווען די ערשטע צו דעוועלאפן, און שפילן מיט מאודס, און קאמפלעקסט רידעמישע סטיל,
האבנדיג א גרעסערע אויסוואל פון אינסטרומענטן, ווי פארשידענע סטרינג אינסטרומענטן, און אנדערע מער קאמפליצירטע אינסטרומענטן .

די גריכישע מוזיק, פלעגט אויך ווערן געשפילט אין איינקלאנג, מיט פאעטישע לידער , זייענדיג א שטארקע טייל, פון די גריכישע רעליגיע.

גריכישע פיליזאפער, ווי 'פלוטאו', און 'אריסטול', האבן געלייגט די יסודות, אין אלגעמיינע מוזיק טעאריע.


----"Medieval music"----

דורכאויס די מיטלאלטער יארן, האט מוזיק פארנומען א שטארקע פלאץ, אין די רעליגיעזע לעבנסשטייגער אין אייראפע.

מיטלאלטער מוזיק, ווערט גערעכנט בערך, פונעם 5'טן ביזן 15'טן יאר הונדערט, אינאנפאנג מיט קלאסישע, דזשארדזשען טשענטס, און מעלאדיעס, ווארום קיין קארדס, זענען נאכנישט געווען אין באניץ אין יענע יארן,
מוזיק אין יענע תקופה, איז באשטאנען ע"פ רוב, פון וואקאלישע, און מעלאדיעס, דהיינו, די מוזיק, איז געשפילט געווארן, בלויז אין איינצעלע מעלאדיע ליניעס, אן קיין הארמאניע, און דאס גלייכן.

דער רוימישער קאטוילישע קירכע, האט אין אירע צייטן געשפילט א שטארקע ראלע, אין די מוזיקאלישע אינדוסטריע, אין יענע תקופה,
ווען אסאך פון די קאמפאזיציעס זענען געווען, איבער רעליגיעזע איינגעלעגנהייטן.

ווי אויסגעשמועסט פריער, פלעגט די מוזיק, דורכאויס די מיטלאלטער, באשטיין בלויז פון סינגל מעלאדיע ליניעס, די מוזיק דאן, איז אויכט געווארן געשפילט אין מאודס, וועלכע איז ענליך צו סקעלס, אבער מיט אנדערע אינטערוואלס, און סדר,
פון די מערסט באקאנטע מאודס, וועלכע זענען געשפילט געווארן אין יענע צייט זענען: דאריען, הייפאדאריען , פרידזשיען, הייפאפרידזשיען, לידיען, הייפאלידיען, מיקסילידיען, הייפאמיקסילידיען.

אין די פריערע יארן, איז נאכנישט געווען קיין סטאנדארזירטע נאטן, צו שרייבן מוזיק, דורך די יארן, איז געווארן דעוועלאפט א סיסטעם גערופן, 'ניומעס', וואס איז געווען באזירט, אויף סימבאלן רעפרעזענטירנדיג פיטש און רידעם.


אינסטרומענטן, וועלכע זענען געשפילט געווארן, אין דעם טיים פיריאד, זענען די הארפ - לירע - ארגאן - רעקארדער - און נאך..


----"Renaissance Music"----


אין די נאכפאלגענדע, 15'טן יאר הונדערט, איז געווען אסאך טוישונגען, אין די אינדוסטריע, קאמפאזיטארן, מוזיק שרייבער, און טעאריקער, האבן דעוועלאפט פרישע איידיעס, אין די נושא פון הארמאני, קאונטערפוינט,
און רידעם, ברענגנדיג פרישע חומר צום עולם המוזיקע.


נאכפאלגנדיג די מיטלאלטער תקופה, אין יענע יארן איז אויך געווען א אויפשטייג, אין סעקולארע, מוזיק, געניסנדיג פון פאפולערעטי, ביי די רייכע, עליטע, עדיוקירטע, קלאס מענטשן,
די סטילן פון מער קאמפליצירטע, אינטערשפילן, וואקאלישע ליניעס, און פאעטישע טעקסטן, זענען געווען גאר פאפולער, אין פארום פון די פריצישע באלן, און בכלל אינטערטענמענט.

די ערפינדונג פון די דרוק מאשין, אין די מיטעלע, 15'טן יאר הונדערט, האט אסאך בייגעשטייערט, צו די מוזיקאלישע וועלט, ברענגענדיג א שטייגער ווי, שיט מוזיק, ווי מוזיק שרייבער, האבן באקומען די מעגליכקייט, אראפצושרייבן, און דריקן, זייערע ווערק , און דערנאך ארומשיקן, צו מוזיקאלער ארום די וועלט, זיך צו לערנען נייע קאמפאזיציעס.

צולייגענדיג צו די פריער געשריבענע ליסטע, פון מיטלאלטער אינסטרומענטן, איז אין דעם צייט אפשניט, צוגעקומען א שטייגער ווי די 'סאקבאט' (א פריע ווערסיע, פונעם טראמבון) אין די 'קארנעט' (א וואָד אינסטרומענטן, באדעקט מיט לעדער).


----"Baroque Music"----


די עפאכע, איז געלאפן צווישן 1600-1750, האט פינקט ווי די פריערדיגע, געשפילט א גאר שטארקע ראלע, אין די אנטוויקלונג פון די מוזיקאלישע אינדוסטריע , די תקופה, האט מיטגעהאלטן די דעוועלאפמענט פון 'אפערע', ווי אויך די געבורט, פון 'אינסטרומענטל' מוזיק דזשאנרעס, א שטייגער ווי 'קאנצערטאו,' און 'סאונאטע'.

נאך א שטארקע עלעמענט, וואס איז אויפגעכאפט געווארן אין יענע יארן, האט זיך גערופן 'באססאו קאנטיניאו (basso continuo), וואס מען פלעגט שפילן, אויף א קארדעל אינסטרומענט, ווי א הארפסיקארד, אדער אן ארגאן(דאס איז געווען נאך פאר די פיאנאו עפאכע), און איינער פלעגט שפילן, אויף א בעיס אינסטרומענט, ווי א טשעלאו, אדער א בעיסאן (?..), שטעלנדיג א פאדומענט, אינטער די מעלאדי, אין צוזאמען איז ארויסגעקומען, די ערשטע פארמען, פון בעיס אין קארדס!

'קאונטערפוינט', איז אויך איינער פון די עלעמענטן, וואס זענען אריינגעקומען אין יענע יארן, קאמפאזיטאר, פלעגן שרייבן זייערע יצירות, אריינלייגדיג קאמפלעקסד מעלאדי, און קאונטער מעלאדי, צוגעבנדיג רייכע טעקסטשער און שיינע הארמאני.

ווי אויך איז דעמאלטס אריינגעקומען עמאצינאלע, דראמאטישע, מוזיק סטיילן, וואס מוזיק שרייבער פלעגן טון דורך, ספעציעלע טעכניקן, ווי שארפע דיינעמיקל, און רידעם טוישונגען, אריינברענגדיג דראמע אין די צוהערער.

איידער איך וועל פארזעצן די באשרייבונג, איבער די מוזיקאלישע היסטאריע, וועלן מיר זיך אפשטעלן, און אריבערגיין צו די היסטאריע, איבער די ערפינדונג פונעם 'גרענד פיאנאו', וואס האט געטוישט, די מוזיקאלישע וועלט אויף שטענדיג!

די 'גרענד פיאנאו', ווי מיר קענען עס טראגט מיט זיך, א גאר רייכע היסטאריע, מיט הונדערטער יארן פון אנטוויקלונג, ביז זי האט באקומען, דעם אויסזען וואס זי טראגט היינט.
איז לאמיר גיין שטאפל ביי שטאפל.


אין די פריע 17'טן יאר הונדערט, האט אן איטאליענער אינסטרומענטן בויער, מיטן נאמען 'בארטאולאמע קריסטאפירי', דעוועלאפט א געוויסן כלי זמר, מיטן נאמען 'פיאנאופארט', געווען איז דאס א קיעבארד, מיט האמערן וואס קלאפן אויף די סטרינגס, אנשטאט די מהלך, פון שטייעדיגע אינסטרומענטן, ווי מ'ברויך שלעפן די סטרינגס,
די מעלה פון דעם איז געווען, אז דער שפילער, האט געהאט אסאך מער קאנטראל, אויף די וואליום און דיינעמיקס,
און דאס איז געווען, די ערשטע פארום פון די פיאנאו.

אין די מיטעלע 17'טן יאר הונדערט, איז די 'פיאנאופארט', אנגעקומען קיין ווענעציע, ווערנדיג באניצט דורך, קאמפאזיטאר, און פערפארמער.
אין די 1770'גער יארן, האבן ווענעציע פיאנא בויער, ווי 'דזשאוהאן אנדריס סטיין', און 'אנטאון וואלטער', אנגעהויבן עקספערימענטירן, מיטן ארגינעלן מאדעל פון קריסטאפירי, צילייגנדיג אן עקסטערן ברידזש פאר יעדן סטרינג, ווי אויך צילייגן די פעדלס.

דורכאויס די קלאסיקל מוזיק ערע, (וואס איך וועל באשרייבן אי"ה שפעטער, מער באריכות) זענען געווען די קאמפאזיטארן ווי 'מאצארט', און 'בעטהאווען', וואס זייערע ווערק זענען געווען באזירט מענלי אויף די פיאנאופארט, שרייבנדיג גאונישע מייסטערווערק.
אום 1790, האט דער קאמפאזיטאר און פיאניסט 'מאזיאו קלעמעטי', ארויסגעשטעלט די ערשטע פיאנאו, מיט א פולשטענדיק אייזערנע ראם, א קריטישע דעוועלאפמענט, אין די פיאנאו'ס היסטאריע, גיבנדיג מער סטאביליטעט, א שטערקערע סאונד, און א גרעסערע רענדזש, פארן פיאנאו.

דורכאויס דעם 1900'טן יאר הונדערט, איז געווען גרעסערע טוישונגען, אין די פיאנאו.
קאמפאזיטארן, ווי 'קאופין', און 'ליסזט', האבן פארלאנגט אן אינסטרומענט, מיט גרעסערע רענדזש, און שטערקערע סאונד, אראפצושפילן, זייערע קאלירפולע, און קאמפליצירטע ווערק, אין רעאקציע, האבן פיאנאו בויער ווי 'ערארד', און 'פלעיל', רעספאנדעט מיטן בויען פרישע מאדעלן, מיט מער פיטשעווקעס, און קאמפליצירטע אויסשטעלן, וואס דאס האט עווענטועל געברענגט, צו די פיינעל מאדעל, פון די מאדערנע 'גרענד פיאנאו'!.

אין די מיטעלע 1900'טן יאר הונדערט, זענען די אמעריקאנער אריינגעקומען, אין די פיאנאו אינדוסטריע, איינער פון די מערסט באקאנטע, איז געווען די קאמפעני 'סטיינוועי & סאנס', געגרינדעט געווארן דורך א דייטשע אימיגראנט מיטן נאמען, 'הענרי סטיינוועי', אין ניו יארק סיטי אין 1853,
סטיינוועי, האט דורך די יארן, געמאכט א שיינע פאר אויסטרעפונגען, אין די אינדוסטריע, ווי די 'פאסטראנג סקעל', (דהיינו אז אלע סטרינגס קומען זיך צוזאם, געדרייט ווי א פען), ווי אויך, די 'אייראון קעסט' (אז די גאנצע ראם איז איין שטיק אייזן), וואס האט צוגעגעבן שטארקע סטאביליטעט, צו די סאונד.

אין די מאדערנע דעוועלאפמענט, דורכאויס די 20'טן יאר הינדערט, זענען פיאנאו בויער, געווען כסדר פארנומען איבערצומאכן די דעזיין, און פערפארמענס, פון די פיאנאו ,
אריינברענגדיג נייע מאטריאלן, טעכנאָלאָגיעס ,און מעניופעקטשערינג טעכניקן.

דידזשעטל טעכנאָלאָגיע, שפילט אויך א ראלע אין די אינדוסטריע היינט, ווי 'הייבריד' פיאנאו'ס, קאמבינירט עלעקטראנישע פיאנאוס און אקוסטיק סאונד, וועלכע גיבט פארן שפילער, א ברייטע אויסוואל פון סאונד, צו זיין געשמאק.

היינט צוטאגס, איז די גרענד פיאנאו, גאר א שטארקע חלק פון די מוזיקאלישע לאנדשאפט, באליבט ביי די קאמפאזיטאר, פערפארמער, אין צוהערער, פאר איר רייכע אבער איידעלע אפקלאנג, און שטארקע עמאצינאלע אויסדרוק!.


יעצט לאמיר זיך צוריק קערן צו די היסטאריע פון די מוזיקאלישע תקופות.

----"Classical music"----


די קלאסיקל מוזיק פעריאד, איז אנגעגאנגען אין די יארן פון 1750- 1820, אין דיזע יארן זענען געקומען צום אויבערפלאך, די סאמע מאכטפולסטע לייבן אין די מוזיקאלישע היסטאריע, ווי 'אמעדיאס מאצארט' (1756- 1791) און 'לודוויג וואן בעטהאווען' (1770- 1820),
די ביידע האבן געהאט א גאר שטארקע איינפלוס, אויף די מוזיקאלישע וועלט,
אריינגערעכנט גאונישע לאנגע און קאמפליצירטע קאמפאזיציעס, וואס ווערן נאך געשפילט, דורך מוזיקאנטן ביזן היינטיגן טאג, אינספירירנדיג די היינטיגע מוזיקאלישע וועלט, אויף א שטארקן פארנעם.


הארמאני, איז געווארן א שטארקע עלעמענט אין די צייטן פון קלעסיקל מוזיק, ווי קאמפאזירער האבן אנגעהויבן נוצן קארדס, און 'פראגרעשאנס' (א באשטימט גרופע פון קארדס), צו קריעטן סטרוקטוראלע קלארע און עמאצינאלע טיפקייט,
די 'טאונעל סיסטעם' איז דאן געווארן א פאדומענטאלע עלעמענט, גיבנדיג סטרוקטור צו די מוזיקאלישע אינדוסטריע.


אין יענע תקופה, איז פארגעקומען די אנטוויקלונג פון, 'אָרקעסטראַ מוזיק', וואס באשטייט פון מוזיק געשריבענע ארענדזשמענטס, פאר ספעציפישע אינסטרומענטן, ווי 'סטרינגס', און 'ברעסס', צו שפילן א פיעס, קלאסיקל מוזיקאנטן פלעגן שרייבן מוזיק, פאר ספעציפישע אינסטרומענט און 'אינסטרומענטל' קאמבינאציעס, עקספלארירנדיג די אייגנארטיקייט און מעגליכקייטן, פון יעדע אינסטרומענט באזונדער, צו קריעטן רייכע און פולע סאונד.


די קלאסיקל מוזיק ערע, האט אריינגענומען עטליכע דזשענרעס, א שטייגער ווי 'סימפאניע', 'קאנצערטאו', 'סאונאטא', 'אפערא', און נאך.
יעדע דזשאנרע באזונדער, האט פארמאגט אייגנארטיגע כאראקטער און געבוי, צושטעלנדג פאר קאמפאזירער, א געלעגנהייט, מיט א רייכערע אויסוואל צו עקספלארירן, און שרייבן זייערע ווערק.



----"Romantic music"----

די דאזיגע תקופה, איז געלאפן צווישן די יארן פון 1815- 1910.

אין די צייט אפשניט, פון ראמענטיק מוזיק, איז געווען א שטארקע אויפשטייג פאר מער געפילישע און עמאצינאלע טיפקייט, אין די מוזיקאלישע וועלט, מיט אזעלכע לייבן ווי 'קאופין' 'ליסזט' און 'וואגנער' (...), ארויסגעבנדיג פאווערפולע און עקספרעסיווע ווערק.
קאמפאזיציעס אין יענע תקופה זענען געווען אמערסטנס מעלאדיעס, וואס זענען געשריבן געווארן אין איינקלאנג מיט ווערטערליכע טעקסטן, גיבנדיג מער געפילישע און דראמאטישע אויסדרוק.

די תקופה, האט אויך געזען א שטארקע אויסברייטערונג, אין די הארמאנישע שפראך, ווי קאמפאזירער האבן עקספערימענטירט, מיט פארגעשריטענע 'קראמאטיקס', 'מאדיולעשאן', און 'דיסאנענס', אהערשטעלנדיג און אויסברייטערנדיג, די 'טענשאן ענד רעליעס' אין די מוזיק, אריינברענגדיג מער 'מוד' און עמאציע.

קאמפאזיטאר אין יענע יארן, האבן פאראויס געשטיפט די פארומען פון קלאסיקל מוזיק, עספערימענטירנדיג מיט פרישע סטרוקטור און טעכניק, ווי
די 'סימפעיאניק פאום' א סינגל מאוומענט ארקעסטריאלע ווערק, וואס האט פארציילט א מעשה, אדער אויסגעשפילט א געוויסע סצענע, איז געווען א גאר פאפולערע דזשענרע, דורכאויס די תקופה.

ווי אויך איז אין די יארן, געווען א שטארקע מאוומענט אין טראדיציאנאלע לידער, ווי קאמפאזירער אינספירירט פון זייערע פאלקס טראדיציעס, האבן פארשריבן לידער, אין פארעם פון פאלקס מוזיק.(אגב זייער אסאך פון די ניגונים, וואס מיר קענען פון ר'יו"ט עהרליך, זענען געווען פאלקס לידער פון יענע תקופה!).


----"20th Century Music"----

אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט, איז געקומען א דראמאטישע טויש, אין די ראמען פון קלאסישע מוזיק, מיט קאמפאזירער איבערמאכדיג טראדיציאנאלע פארומען, הארמאניס, און אינסטרומענטעישן, צולייגענדיג פרישע און מער פראפעסיאנאלע סטיילס.

די פריע 20'טן יאר הונדערט, איז פארצייכנט געווארן, אוועקצונעמען די טראדיציאנאלע טאונעל הארמעני און פארום,
קאמפאזיטאר, ווי 'שאוענבערג' און 'סטראווינסקי', האבן עקספערימענטירט מיט 'אטאונאלעטי,' 'פאליטאנעלי', און 'דיסאנענס', צי מאדערנעזירן און קריעטן נייע מוזיקאלישע שפּראַך.

דורכאויס די 1920'ער, און 1930'ער יארן, האבן זיך עטליכע קאמפאזער ארויסגעשטעלט אנטקעגן, די פרישע מאדערניזירונגען, און זיך צוריק געצויגן צו די סטרוקטור, און פֿאָרמאַט, פון די קלאסישע מוזיק און פריערדיגע תקופות.

דורכאויס, די מיטעלע 20'טן יאר הונדערט, האבן קאמפאזיטאר ווי 'באֿולעז', און 'סטאקהאוסען', קריעטעד 'סעריאליזעם', א טעכניק, אין ווי אלע אספעקטן פון א מוזיקאלישן ווערק, אריינגערעכנט פיטש, דארעישן, אין דיינעמיקלס, זענען ארגאניזירט געווארן,
אין איינקלאנג צו א רייע פאראויס באשטימטע פארשריפטן.

די 20'טן יאר הונדערט, האט געזען א שטארקע אויפשטייג, אין נייע מאדיפיצירטע סטיילס און דזשענרעס, א שטייגער ווי 'דזשעז' 'בלאוס' 'פאפ' 'ראק ענד ראול' ווי אויך די ערשטע פארמען, פון עלעקטאראנישע מוזיק.


----"Contemporary music"----


קאנטעמפארערי מוזיק, אדער ווי אנדערע רופן עס 'פאוסט מאדערן' מוזיק, רעפרעזענטירט די מוזיק קאמפאזיציעס, פון ארום די 1960'ער יארן.
דאס נעמט אריין א צאל קאמפאזירער, ווי 'פיליפ גלעס', 'סטיוו רעיטש', און 'טעררי ריליעי', ברענגנדיג אסאך טוישונגען איבער די יארן, און א שטערקערע פאוקעס, אויף רידעם, און טעקסטשער.

אין איינקלאנג מיט די פארשריט אין טעכנעלאגיע, איז די מוזיקאלישע וועלט בכלל נישט געווען צוריקגעבליבן, ווי קאמפאזיטאר האבן אנגעהויבן עקספלארירן, די מעגליכקייטן פון קאמפיוטער פראדעצירטע סאונדס, און סטייל,
די ווערק פון קאמפאזירער, ווי 'דזשאן קעידזש' און 'ברייען ענאו', האבן געניצט עלעקטראנישע עלעמענטס, צו קריעטן יוניק, און סאלידע מוזיקאלישע סאונד.

היינט צוטאגס, איז עלעקטאראנישע סאונד, און סטייל, א שטארקע עלעמענט, אין די אלטערנאטיווע מוזיקאלישע וועלט, ווי אויך אין יעדן אספעקט, אין די מוזיקאלישע וועלט, איז אדאפטירט געווארן די טעכנאלאגישע באניץ, אנגעהויבן פון פראפעשענאל רעקארדינג און מיקס, ביז אזאלכע קלייניגקייטן, ווי טאונינג
אינסטרומענטן.

דאס איז מער ווייניגער, די היסטאריע, פון די אלגעמיינע מוזיק דורכאויס די יארן,
אדרבא!, אויב איינער האט באמערקט, צי סאיז דא עפעס וואס איך האב אויסגעלאזט, זאל גערן צושרייבן!

הצלחה רבה! האטס הנאה!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נייס! גארנישט איבער קאנטרי?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4968
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

WOW WOW WOW
Amazing
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
מוצאי פסח
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 15, 2024 2:09 am

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוצאי פסח »

פיין געשריבן!!
Amazing job👍👍👍
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

זייער אינפארמאטיוו!
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

WOW WOW

ערשטע ארטיקל דא?
אדער נייע ניק?

גיטע שפראך!!
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

נייס!

סובסקרייבד.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

וואף! ברוכים הבאים. פרינטער פרינט
אימפראווייזער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:32 am

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפראווייזער »

יש"כ פאר די פידבעק! ס'גיבט אסאך חיזוק!
אימפראווייזער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:32 am

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפראווייזער »

Bissli האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:49 pm
נייס! גארנישט איבער קאנטרי?
כ'האב פרובירט נישט אריינצוקריכן, אין די פאַרשידענע סטיילן, גלייב מיר, ס'נאך דא אסאך וואס צו שרייבן!
ס'איז אבער נישט אויסגעשלאסן, אז ס'וועט זיין צייט..,
אי"ה!
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

אייוועלט ווערט רייכער
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!
גיי אן!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

נישט פארגעסן דעם ערשטן מוזיקאנט

ושם אחיו יובל הוא היה אבי כל־תפש כנור ועוגב (בראשית ד כא)
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

מאסיוו!!!..
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

אימפראווייזער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:37 pm
Bissli האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:49 pm
נייס! גארנישט איבער קאנטרי?
כ'האב פרובירט נישט אריינצוקריכן, אין די פאַרשידענע סטיילן, גלייב מיר, ס'נאך דא אסאך וואס צו שרייבן!
ס'איז אבער נישט אויסגעשלאסן, אז ס'וועט זיין צייט..,
אי"ה!
קענט וועיט!!..
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

עס איז דא וואס זאגן אז די 'פסנטר' וואס ווערט דערמאנט אין 'דניאל' איז א פיאנא אדער א פריע שטאפל דערפון
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:09 am
עס איז דא וואס זאגן אז די 'פסנטר' וואס ווערט דערמאנט אין 'דניאל' איז א פיאנא אדער א פריע שטאפל דערפון
אין די PDF בוקלעט פון אסאך אלבומס, ווי עס שטייט די מוזיקאנטן, אפט געשריבן אין לשה"ק, ווערט די פיאנאו אנגערופן פתנר אדער עפעס אזוי, דאכטצעך אז יאראן גערשאווסקי האט אויך אן אלבום מיט אזא מין נאמען.
אימפראווייזער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:32 am

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפראווייזער »

לכ' לג' בעומר, ברענג איך ארויף אן אשכול וואס איך האב געטראפן, און באציט זיך צו מיין שרייבעריי, אין די חלק פון קלאסישע מוזיק.
איר קענט דארט טרעפן אינהאלטספולע רייכע רעקארדירונגען, ווי קלאסישע סטרינגס סימפאניעס, קאנצערטאו, סאונאטא סטיילס, געשריבן דורך די גרעסטע חברה, ווי באך, מוצארט, קאופין, בעטהאווען, אא"וו.

טעמי וראי כי טוב!
viewtopic.php?p=2605225#p2605225

נ'ב.
די סטייל מוזיק, איז גאר ווייט אפגערוקט פון די מוזיק וואס מיר קענען, און זענען געוואוינט צו הערן, דעריבער, כאפט נישט קיין הייסע לאקשן,
הערט אויס מיט ישוב הדעת, האפענטליך וועט איר פארשטיין און משיג זיין די עמקות, און די גאונות, וואס ליגן אין די דאזיגע קאמפאזיציעס.
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

שיינער אשכול דאס!! א מחי' צו ליינען!
זייער אינפארמאטיוו!
PDF אויב מעגליך, עניוואן??
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: די היסטאריע, ארום די אלגעמיינע, מוזיקאלישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

גוטע נייעס דאס. ייש"כ @אימפראווייזער
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”