די זעלבע אדער נישט?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

פרשן הפרשה





שוין עטליכע וואכן וואס ער געפינט זיך שוין אין אמעריקא אבער אויף די היינט נאכטיגע אודיענץ האט ער געלייגט א הויפט געוויכט. די רעדע דא איז איבער מאטל, אן ארץ ישראל'דיגע אידל וועלכע איז געקומען קיין אמעריקא צוזאנצוקלייבן געלט אויף הוצאות החתונה, ''איך מאך חתונה די דריטע קינד אין איין יאר'' האט ער געזאגט צו וועם אימער ער האט נאר באגעגנט.

מאטל איז א בני ברק'ער געבוירענער און אויך דא אין די קאלטן אמעריקא האלט ער זיך צו די פארשריפטן; ווי און ווען ער גייט אויפן גאס טראגט ער אלס ארום מיט זיך די פלאסטישע זעקל פון די 'אור החיים' ספרים געשעפט. קיינער ווייסט נישט וואס עס לעגט דערינען אדער פארוואס ער ברויך דאס מיטשלעפן ווי ער גייט. חק בלי טעם.

נאכן זיך דרייען א שטיק צייט מיט די געלערנטע קלייבערס איז ער געוואר געווארן איבער עפעס א גרויסע גביר וועלכע פארטיילט גרויסע סומעס פאר אלע נצרכים. אבער, נאר פאר דער וואס איז נושא חן ביי אים, סתם אזוי האט ער א הארץ פון שטאל. דער גביר איז געבוירן צו רייכע טאטע מאמע און ער האט זיך קיינמאל נישט געמוטשעט מיט קיין געלט, ער פארשטייט נישט די ארימעלייט. מען האט אים אויך געזאגט אז עס קען זיין היפש שווער קאמפלעצירט אנצוקומען צו דעם גביר. מען דארף באשטעלן א שיין שטיק צייט פון פאראויס.

מאטל איז אבער גרייט געווען דערפאר, 'בינעס ביפאר פלעזשער'. ער האט זיך גראד אריינגעלייגט אין דעם ענין צו ערלעידיגן א זיצונג מיטן נגיד. און אזוי אויך האט ער געארבעט אויף א רירנדע ניסוח וועלכע זאל זיין גענוג ווארעם צו אויפלאזן די פארפרוירענע גביר.

אצינד שטייט ער ביים שוועל פון טיר און ווארט אז דער גביר זאל עפענען די טיר פאר אים. נאך א גוטע צען מינוט שטיין אויף די פיס האט זיך די טיר שטייטעליך גע'עפענט און די גביר איז געשטאנען דארט מיט שטיקל פיש פארהאנקעט אין דאס בערדל זיינער.

בלויז זיין אויסגעקראכענעם קאפ האט זיך ארויסגעשטעקט פון צווישן די טיר און די שוועל. ''ווער ביסטו?'' האט דער שטאלצע באראן געפרעגט מיט קענטליכע גאות. איך, האט מאטל געזאגט מיט א ציטער און דערביי גע'עפענט זיין פעקל פון ווייטאג, איך בין פון דאס הייליג לאנד ארץ ישראל און איך דארף חתונה מאכן מיין דריטן קינד און איין יאר האט ער אנגעהויבן זיין הספד. מאטל האט שווער גע'ארבעט אריינצולייגן די נויטיגע עפעקטס אין זיין שטימע אז עס זאל זיך הערן דראמאטיש און טרויעריג, האפנדיג אז דאס וועט אנווארעמען די גביר'ס קאלטער הארץ. נאך יעדער עטליכע ווערטער האט ער אריינגעווארפן אזא ''אוי געוואלד'', אדער ''אוי טאטע זיסע''...

איך האב נישט די מינימום אויסגאבן. מיינע מחותנים סטראשענען מיר אז זיי וועלן אפלאזן די שידוך אויב שטעל איך נישט צו די נדן וועלכע איך האב זיך אונטערגענומען, איך בעט אייך העלפט מיר ארויס, א קליין טרערל האט זיך ארויסגעשלייכט פון זיינע מידע שווארף אפלען פון זיין אויגן…

די גביר איז געשטאנען דארט שטייף, עס האט אים גארנישט בארירט. וואס איז דיין פראבלעם ? פרעגט ער קאלט. וואס הייסט וואס שרייעט מאטל צוריק, איך האב נישט קיין געלט…

ווער לאזט דיך נישט מאכן געלט? פרעגט די גביר פון דעם ערשיטערטן מאטל, ווי כאי' ער כאפט ניטאמאל וואס דא קומט פאר. איך האב געלט,זעצט ער פאר, דאן האב דו אויך געלט און לאז מיר צורוה. ווי נאר די גביר האט גע'ענדיגט מיט זיין חינוך דרשה האט ער פארקלאפט די טיר און איז זיך צוריק געלאפן צו זיין פארציע וועלכע איז שיעור נישט קאלט געווארן…

שטייט די וואך אין די סדרה קדושים תהיו כי קדוש אני. פרעגן צדיקים וואס פאר א פשט האט דאס? ווייל די אייבערשטער איז הייליג דארפן מיר אויך זיין הייליג? זענען מיר דען גלייך באפס קצהו צום גרויסן גאט?

די באשעפער איז דאך נישט קיין בשר ודם און מיר ניטאמאל קיין שום השגה אין אים, ביי די באשעפער איז נישט גילטיג קיין שום השגות פון די גוף. אונז מענטשן, מיר זענען דאך נמשלו כבהמות, אנגעפאקט פון שווערע נאטורן און תאוות. איז וואס איז די פשט? די באשעפער קען זיין הייליג, וויאזוי אבער איז דאס אונז מחייב? מיר זענען דאך טויזענט מייל אפגערוקט דערפון.

*****

סעם האט זיך געשפירט ווי א נייער מענטש. ערשט נעכטן האט מען אים אפערירט און אינסטולירט אין אים די נייע 'טעסלא טשיפ' און אצינד זעט ער שוין די ריזגע טויש וואס דאס האט ביי אים אנגעדרייעט.

וועלכע פראגע עס האט אים נאר גע'עגבערט האט די 'עי איי' טשיפ ביי אים אין מוח גלייך אויפגעכאפט און געשיקט סיגנאלן צו זיין מוח מיט קלארע ענטפערס גראד פון די געוועב. ס'האט זיך געלוינט די געלט האט ער אפגעמאכט.

אזוי שפאצירנדיג אראפ די שטראז האט ער זיך אנגעטראפן מיט דזשארדזשי, זיין קאלעגע ארבעטער. העי דזשארדזשי, זאג עפעס גוט, זאגט ער מיט די פאלשע אמעריקאנער העפליכקייט. וואס גייט זיין די וועטער מארגן? פרעגט ער אים גוטמוטיג. איך ווייס נישט, איך האב נישט מיין סעלפאן אויף מיר האט זיך דזשארדזשי אנשולדיגט.

קאמ-אן האט אים סעם אנגעשריגן, איך ווייס אז דו ווייסט. דזשארדזשי האט אים אנגעקוקט מיט ווינדער, פון ווייסטו?

ווייל מען האט ביי דיר אינסטאלירט די זעלבע טשיפ ווי דאס וואס איך האב, האט סעם געענטפערט מיט א זיכערקייט, דאס מיינט אז מיר פארמאגן די זעלבע אייגנשאפטן, און אויב איך ווייס דאן ווייסטו אויך. גערעכט האט דזשארדזשי מודה געווען געצווינגערנערהייט, איך ווייס טאקע.

*****

דאס איז פשט אין די פסוק די וואך. יעדער איד איז א חלק אלוקי ממעל. קען זיין אז פון אינדרויסן זען מיר טאקע אויס ענדליך צו די אומות העולם פון אינעווייניג אבער האבן מיר גאנץ א צווייטער סאפטוועיר, מיר זענען א חלק פון די גרויסע גאט אין הימל.

דערפאר איז שוין פארשטענדליך דאס וואס די אייבערשטער באפעלט אונז צו זיין הייליג, וויבאלד מיר זענען א חלק אלוקי ממעל דאן האבן מיר אין א געוויסער ענדליכע אייגנשאפטן צום באשעפער און אויב איז די באשעפער הייליג דאן האבן מיר די זעלבע זאך ביי אונז, דאס זאגט אונז די פסוק, כי קדוש אני, און אויב די באשעפער האט קדושה מיינט אז מיר האבן דאס אויכעט…

א גוט שבת!
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

Untitled document.pdf
(50.68 KiB) געווארן דאונלאודעד 5 מאל
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

הערליך הערליך!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער שיין!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4968
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

ביוטעפעל
הייליג
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

זייער שיין.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

גוטע שרייבער דו!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

א משל פאר די קשיא, און א משל פאר די תירוץ. אזוי ברויך צו זיין.

דו לייגסט עס אראפ אזוי קלאר, אז די קשיא פרעגט זיך אליינס.

דובנער מגיד בדורינו
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אן אייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:08 am
א משל פאר די קשיא, און א משל פאר די תירוץ. אזוי ברויך צו זיין.

דו לייגסט עס אראפ אזוי קלאר, אז די קשיא פרעגט זיך אליינס.

דובנער מגיד בדורינו

ש'כוח פאר די שטארקע דיבורים.

ס'איז נאר אינטערעסאנט ווייל פונקט אויף די זעלבע ארטיקל האב איך באקריגן א גאנצע זאק פון קריטיק פון איינער אז ער כאפט נישט די משל ונמשל. זעט אויס אז עס האט עס האט מיט די איי קיו
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: די זעלבע אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יעצט איבערגעליינט טיף,
יוי ביזטו שטארק...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”