זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

ווי יעדעס יאר טוט זיך שוין ווייטער טישן און בענק ארום די אינטרעסאנטע מנהגים וואס אחב''י יושבי ניו יארק סיטי והגלילות האבן זיך איינגעפירט במשך די זומער וואכן אז א גרויסע פראצענט משפחות פארן צו קאנטרי פאר די גאנצע זומער מיט די אלפים ורבבות וואס דאס קאסט אפ, די עלטערע יונגלעך, מיידלעך און בחורים גייען צו קעמפ פאר פיר אדער אכט וואכן, די גאנצע שפיל קאסט אפ שווערע טויזענטער פון אלע זייטן, און וויפיל מ'האט שוין פרובירט צו טוישן די מהלך, וויפיל מ'האט שוין געשריגן ווער ס'איז שולדיג און ווי זענען די עסקנים בלייבט עס נאך אלץ ביים אלטן.

איך גיי נישט פרובירן ארויסצוברענגן ווי גוט די סיסטעם איז וכו'', איך וויל נאר ארויסברענגן א געוויסע נקודה, און איך האף אז מ'גייט מיך נישט שיסן...

ס'דרייעט זיך דורך מיליאנען אין די היימישע עקאנאמיע אדאנק דעם וואזשנעם משוגעת, קעמפ''ס, קאנטרי''ס, גראסערי''ס, קאנסטראקשען, רעסטוראנטן, רעדנערס, אטראקציעס, אקטיוועטי''ס, דעליווערי, טראנספארטאציע און אזוי ווייטער און ווייטער, ס'דא וואס זייער פרנסה פונעם גאנצן יאר קומט פון דעם.

ווער בענעפעטירט דערפון גאר אסאך ? לייענט און שטוינט.

כלי קודש און בני תורה.

ווער זענען אלע אדער רוב מלמדים, מדריכים, משגיחים, טיטשער''ס, קאונסלער''ס פאר קליינע מיידלעך ?? הונדרעטע כולל יונגעלייט, פרויען וואס וואס זענען טיטשער''ס אגאנץ יאר, גייען זומער צו די קאנטרי און מאכן פון דארט געלט פאר א שיין חלק יאר. כמה וכמה משפחות וואס לערנען אין ארץ ישראל קומען אפילו אריין פאר די צוויי חדשים זיך צו קענען סופארטן פאר די קומענדיגע יאר.

וויפיל מלמדים און כלי קודש זענען פארהאן וואס גייען קיינמאל נישט אויף וואקאציע, מחוסר ממון ומחוסר זמן ווייל זיי דארפן אייביג זיין אין חדר פאר די קינדערלעך, זיי האבן זייער איינציגע סעמי מנוחת הנפש ווען זיי גייען אין קאנטרי, באקומען א באנגעלוי צו זיין א מלמד, און דאן רוען זיי זיך אפ און שעפן כוחות פאר די קומענדיגע יאר ?? גאר אסאך.

ס'דא אסאך חשוב'ע יונגעלייט וואס ארבעטן נאר אין די זומער זייענדיג קאנטרי מענעדזשער''ס, באס דרייווערס, מקוה יודן, און נאך און פון דעם מאכן זיי געלט צו לערנען אגאנץ יאר.

נאכאמאל, איך זאג נישט אז די סיסטעם איז א גוטע סיסטעם, אבער אז ס'איז שוין יא אזוי כעת, איז די סילווער ליינונג דערפון אז אסאך בני תורה זענען זיך מפרנס פון דעם בדרך כבוד.
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

ר’ @אליהו ליכטענשטיין די ביסט דאך אוודאי א כלי קודש...

ווינטש איך דיר אהן זאלסטו מצליח זיין בכל אשר תפנה!
סיי דאהי... אין סיי די קעטסקעילס...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

מקובל אלוקי האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 10:27 pm
ר’ @אליהו ליכטענשטיין די ביסט דאך אוודאי א כלי קודש...

ווינטש איך דיר אהן זאלסטו מצליח זיין בכל אשר תפנה!
סיי דאהי... אין סיי די קעטסקעילס...


נישט דאס האב איך געמיינט...
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

א שטארקע נקודה - און דאס ברענגט ארויס איין זייט פון די מטבע וואס איך האב נישט אריינגעטראכט ביז יעצט.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

צ"ק
קיינער.
אן אלטער פראבלעים דאס.

בתלמוד, ברכות ג:, "כיון שעלה עמוד השחר נכנסו חכמי ישראל אצלו. אמרו לו 'אדונינו המלך, עמך ישראל צריכין פרנסה! אמר להם 'לכו והתפרנסו זה מזה! אמרו לו 'אין הקומץ משביע את הארי ואין הבור מתמלא מחוליתו! אמר להם 'לכו ופשטו ידיכם בגדוד!' מיד יועצים באחיתופל ונמלכין בסנהדרין ושואלין באורים ותומים..."

לפי זה איז די גאנצע "זה מזה" נעראטיוו, מיט אלע גרויסע היימישע טרעיד שאוס אן אפגערעגטע זאך. די זה מזה איז נאר די הוה אמינא. לויט די מסקנא דארף זיין "פשטו ידיכם בגדוד" פארשטייט זיך נאר עפ"י תורה. יועצים באחיתופל ונמלכין בסנהדרין ושואלין באורים ותומים...... מאכטס געשעפטן מיט די דרויסענ'דיגע גאס, אויסגעהאלטן מיטן געזעץ, וועט איר האבן שיין פרנסה!

איי האופ יו געט מיי פוינט.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: זומער עקאנאמיע, ווער בענעפיטירט ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

גוטע פוינט
אז ס'איז שוין יא אזוי, זאלן כאטש כלי קודש הנאה האבן
לייק
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”