צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- ויקשב וישמע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 284
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
- לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
רבי משה מארגערעטן רעדט יעצט הארצרייסנד
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
מיר קויפן זאכן וואס אינז דארפן נישט, מיט געלט וואס מיר האבן נישט, צי אימפרעסן מענטשן וואס מיר גלייכן נישט. דעיוו רעמזי
#ACT YOUR WAGE
מיר קויפן זאכן וואס אינז דארפן נישט, מיט געלט וואס מיר האבן נישט, צי אימפרעסן מענטשן וואס מיר גלייכן נישט. דעיוו רעמזי
#ACT YOUR WAGE
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2495
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
וועלכע פאליטישאנס האבן גערעדט?
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11520
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע:אונטערן זעקל
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
סענעטאר קארי בוקער
סענעטאר דזשי די ווענס
סענעטאר ראדזשער מארשעל
קאנגרעסמאן קארי מילס
- טעמפל שירה
- שר האלף
- תגובות: 1845
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
מאיר מרדכי האט געקראכט א גוטן דזשאוק פארן סענאטער...
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
- ברוך שמעון
- שר חמישים
- תגובות: 68
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:45 am
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
האט מען למעשה מודיע געווען עפעס א אפדעיט ביים שבע ברכות?
פייף נישט! איך האב א קאר פארנט פון מיר...
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
אויף די ווידיאו זאגט בוקער די דעמאקראטישער קא-ספאנסער פונעם ביל אז מען האלט אט אט פארן עס אינטערדוסן ב"ה
און אזוי אויך איז משמע פון מארשאל די ספאנסאר
ווי אויך איז אויפגעדעקט די געוואלדיגע אויפטואונגען פאריגע וואכן צו ראטעווען די גאנצע טריעטמענט פאר אידן המצפים וואס איז געווען אין א סכנה ליידער נאכן אלאבאמע סופרים קאורט אורטייל ואכמ"ל וד"ל
און אזוי אויך איז משמע פון מארשאל די ספאנסאר
ווי אויך איז אויפגעדעקט די געוואלדיגע אויפטואונגען פאריגע וואכן צו ראטעווען די גאנצע טריעטמענט פאר אידן המצפים וואס איז געווען אין א סכנה ליידער נאכן אלאבאמע סופרים קאורט אורטייל ואכמ"ל וד"ל
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
@וויכטיג מאכער
פון די אוועק געפירטע תגובות איז געווען א לינק פונעם מעמד ביטע צירוק ברענגען
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
- יואל ווערצבערגער
- שר מאה
- תגובות: 167
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:38 am
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
איך האב באקומען די לינק פון איינעם, נישט זיכער צו דאס איז די ריכטיגע
https://drive.google.com/file/d/1-O35hp ... GP8MB/view
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32721
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
סארי כאניש מיטגעהאלטן די געמעקעכטס דא...
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
סארי איך האב דיר שוין חושד געווען...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32721
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
האט נישט ממש מיט די אשכול אבער בהמשך איבער וואס משה מארגרעטן האט גערעדט ביי די שבע ברכות קומט אריין די גוטע נייעס:
Re: צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג
קעפל: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן
הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 9:58 pmא דרעפט פון די זרע של קיימא ביל צירקולירט שוין אין וואשינגטאן אבער עס איז נאכנישט אפיציעל געפיילט
די נאמען פאר די ביל גייט זיין "העלפן פארבעסערן פאציענטן ערפארונג" מיטן אקראנים האופ מיט זש"ק סערוויסעס אקט און וועט אמענדירן די 1974 למספרם ערייסא אקט איינצושליסן א פראוויזיע וואס וועט ארויפשטעלן א מאנדאט יעדע גרופע אינשורענס פראוויידער וואס דעקט געבורט פארבונדעטע סערוויסעס צו באצאלן אויך פאר באהאנדלונגען פאר די וועלכע האבן נאכנישט וכה געווען צו זש"ק
צו קענען געניסן פון די ביל וועלן פאציענטן צו ערשט דארפן אויפווייזן אז זיי האבן אויסגעווארט א יאר צייט בעפאר זיי זוכן די סערוויסעס און האבן פרובירט די רוטינע קלינישע הילף בעפאר מען ווענדט זיך צו די דאזיגע מער קאמפליצירטע פראצעדורן און די ביל וועט אויך פארלאנגען פאר פאציענטן וועלכע מוטשען זיך מיט אנדערע קרענק ל"ע וואס דארפן דרינגענד צוקומען צו די סארט סערוויסעס צו קענען געניסן דערפון
איינע פון די זאכן וועלכע די ביל דערמאנט אויך איז אז פארפעלקער אין די יארגאנג וואס לויט די מעדיצינישע היסטאריע קען מען שוין נאטורליך נישט האבן קיין קינדער וועלן קענען געניסן פון די ביל אבער די טייל פונעם ביל איז נישט קלאר און עס בלייבט צו זעהן ואויב און וועלכע באגרעניצונגען וועלן ווערט צוגעטשעפעט אויסצוקלארן די פראוויזיע
די ביל גייט ווערן פארגעשלאגן אין די סענאט העלט קאמיטע דורך סענאטארן ראדזשער מארשאל (ר) און קארי בוקער (ד) און א קוואל נאנט צו מארשאל שטרייכט אונטער אז די הויפט פריאריטעט פונעם סענאטאר איז צו פארזיכערן אז פארפעלקער וועלכע מוטשען זיך מיט אראפברענגן קינדער צוליב מעדיצינישע שטערונגען זאלן זיין געדעקט
די דרעפט פונעם ביל איז נאך רוי און אפן פאר טוישונגען און נאכנישט פארזיגלט און לויט באריכטן פלאנט פרעזידענט טראמפ צו אינדארסירן די ביל און העלט קאמיטע פארזיצער סענאטאר בערני סענדערס (א) פלאנט צו באשטימען אן אפשטימונג איבער די ביל