כ'אניש וואס צו שרייבן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד
כ'אניש וואס צו שרייבן

ווי גלייך איך לייד אויף אן אומבאוואוסטע מחלה, איז יעדעס מאל איך זעץ מיך שרייבן, פליען אוועק אלע מיינע מחשבות און איידיעס פון וואס און פון וועם צו שרייבן, אשר ע"כ וועל איך היינט איבערגעבן די לייצעס פאר מיינע הענט זאלן זיי ארויסגעבן זייער אייגענע ווערק, אן מיין הילף, און כ'וועל פראבירן ווי ווייט מעגליך נישט צו פאריכטן, אויסער ספעלינג מיסטעיקס עטכ.
מיינע מחשבות שטורעמען אין מיר, יעדעס מאל וואס איך זעץ מיר נאר אראפ צום שרייב טישל, ווי א מלאך וואלט איבער מיר געשטאנען, און מיינע ווערטער ארויסגעצויגן, פארכמורעט און קאלאמוטנע איז מיר אין הארצן, ווען איך נישט אוואו ארויסצוברענגן מיין האבי פון שרייבן, מיינע געפילן ברויזן, און נאך מיט רעכט, די דראנג ווערט אין מיר שטערקער אין קלערער, "עפעס דראסטישע שריט מוז פון מיין זייט גענומען ווערן"!!
א שטילע גערויש איך הער, ווען מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט זי ווערט העכער און אנגעצויגענער, איך פראביר נאכצוגיין איר מקור, ווען איך ווער נאכגעשלעפט נאך א דינטשיגע קולכ"ל, זי פירט מיר צו עפעס א באקאנטע שטימע, פון ערגעץ קען איך דעם קול, טראכט איך צו מיר אליינס, זי איז ביי מיר אין קאפ אין א קעמערל.
עס גייט דארט פאר א העפטיגע זיצונג, אלע שרים טענה'ן און פארפירן, יעדער וויל זיין שיטה ארויפצווינגען אויף אלע באטייליגטע, און זיי קענען צו קיין החלטה נישט קומען, די רייבערייען האבן געצויגן מיין אינטערעס, נאכגייענדיג נאך זיי, האב איך אט דאס געהערט:
"מ'מוז מיר מיט עפעס א געדאנק אויפקומען", שרייט דער עלטסטער מח קעמערל, "ער גייט ממש אראפ פון זינען אן קיין שרייבן ארבעט".
"עפעס א שעפערישע בייפאל מוז מען האבן", האקט דער שעפעריש מח קעמערל מיט א פארמאכטן פויסט.
דער אלטער זכרון קעמערל מיטן גרויען בארד שטעלט זיך שטייט אויף, און ווי שטענדיג מיט זיינע שטייטע רייד, הייבט ער אן פאמעליך מסביר צו זיין מיט א לענגערע הסבר, "ווי ווייט איך געדענק, וואלט קיין היסטאריע סעריע פון אים נישט ארויסגעקומען צו פונקטליך, ער וואלט כמעט ווי זיכער פארגעסן געוויסע פרטים, און אויסגעלאזט גאנצעטע שטיקער האיסטאריע, און אויך וואלט ער.... עהההם כ'הא שוין פארגעסן", און זעצט זיך אנידער אונמאכט.
באלד גיבט זיך דער ענערגישער פאליטיק מח קעמערל א שטעל אויף, און מיט אומגעהויערע געשרייען שניידט ער אדורך די לופט, "הייסט עס אז עטס ווילטס פאליטיק??? עטס ווייסטס ווי שלעכט ער איז אין פאליטיק?? כמעט וואס ער ווייסט נישט קיין חילוק צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן!!, אזאנס וועל איך נישט דורך לאזן!!".
רופט זיך דער ווייטאג קעמערל אן, "איז דען דא א נושא ווי ער איז אזוי פארפארן ווי ארויסברענגן ווייטאג??, ס'האט פאר מיין אגענטור געקאסט אפאר וואכן ארבעט צו פארדייען די ווייטאג, וואס דאס האט געברענגט!!", ווען מ'זעהט די שווייס אויף די שטערן זיינע, בלויז דערמאנדיג זיך איבער יענע פארנומענע טעג.
"איז דו האלטסט אז אויפטראכטן נארישקייטן וואלט יא גע'ארבעט, ווילסטו מיר זאגן?!?", הערט זיך פלוצלינג א פארקלאצטער שטימע פון אנדערן עק שטוב, דער דמיונות קעמערל האט זיך ערוועקט, "עטס אלע זעהטס דאך אז נישט דאס איז זיין טאלאנט", פראטעסטירט ער מיט אפשיי, "נאוועל האט אים קיינמאל געצויגן".
קומט דער קענטעניס קעמערל אריין מיט א מהומה, "עטס האלט'ס אז ס'לוינט אים אויסצומוטשען מיט א ידיעות ארטיקל? אבער דער עולם זוכט דאס דאך נישט היינט?" קומט ער אריין מיט קענטיגע באקאנטשאפט, "וועט עס אים דען ברענגען עפעס הנאה", ליארמעט ער הויעך.
"גענוג געווען" בעהט זיך דער אלטער בארואיגונגס קעמערל, "כ'האב אלס געגליכן ווען ס'איז דא געווען רואיג און שטיל, הערט אויף זיך ארומצוקריגן, ביז איר קומט אויף מיט א געהעריגע פלאן אויף ווייטער". שלאגט ער פאר ווי א דיפלאמאט.
"הייסט עס אז דו ווילסט לייקענען פאקטן" פארפירט דער לאגיק קעמערל מיט זיין דיקע שטימע, "דו ווילסט זאגן אז ס'איז נישט קיין באלדיגע פראבלעם וואס פאדערט א לעזונג", "ווי איז דיין לאגיק?!?" פרעגט ער זיין - שוין היינט - באקאנטן פראזע.
"כ'בין נישט מסכים צו קיין שום פארלייכטערונג מיסיע", שרייט אבער דער בלוט דרוק אויפזעער, "פון וואנעט וועל איך שעפן חיות אין א רואיגע מינוט?", מיט געוויין זאגט ער שטיל "דאס קען דאך מיינען אן אויסבלוטונג פאר מיר?!?", אבער זיינע שותפים ווילן מער נישט הערן פון אים, אזוי קען שוין מער נישט אנגיין! זענען זיי אלע פה אחד מודה, "נאר מ'וועט אים דאך מוזן מיט עפעס פארגוטיגן" ברימט דער בארואיגונגס קעמערל מיט אויפברויז.
"הייסט עס אז דו ווילסט אינטערווענירן אויף א זאפארטיגע שליסונג צום איצטיגן זיצונג" טרייבט דער חוש פון הומאר שפאס, "ביסטו פאר עכט, אדער סארקאסטיש??" לאכט מיט פרייד, "אפי' דער נארישער פוילקייט קעמערל טראכט נישט ווי אייך".
"גענוג מיט די געשרייען" בעט זיך דער קאמיוניקאציע קעמערל, "דיסקוסירן איז אונזער איינציגסטע רעטונגס ברעט אין אזעלכע אומשטענדן", "אפשר טאקע זאל ער אנפרעגן ביי אנדערע וואס צו באשרייבן?" שלאגט ער באלד פאר.
אט דאס האט ארויפגעברענגט א אומעטישער צארן פארן גאוה קעמערל, "וואאאאאאס? מיר זענען עפעס נישט גענוג קלוג אליין אויפצוקומען מיט עפעס?? פארדעם זיצן מיר צוזאמען אויף בארוטיגונגס זיצונגען??.
"און אפשר וועט קיינער נישט הנאה האבן פון אונזער החלטה", שרייט ארויס א נידריגער יונג, "ווער ביסטו בכלל" שרייט דער גאוה קעמערל, מיט קלאפעדיגע ציינער און א פארפלאמטן געזיכט, שטאלפערט ער ארויס, "איך בין דער מיניסטער דא געשטעלט אויף זעלבסט זיכערקייט, און כ'בין זייער נידריג געוואקסן ווי איר זעהט", "הא, א נידריגע סעלף עסטיעם גייט מיר איינטיילן וואס צו טוען" יובל'ט דער גאוה קעמערל.
"כ'מיין אז די איינציגסטע פלאן בלייבט אויף דערווייל" זאגט דער מח עלטסטער זיגרייך, מיט געמאסטענע ווערטער, "אז מיר זאלן זיך אלע צוזאמשטעלן אויף א געהיימע מיסיע, אויסצוגעפינען איבער וואס מ'קען אים באשעפטיגן, דו זעה קראפט, וועסט זיך איבעראל אומקוקן, דו הער קראפט, וועסט זיך צו אלעם צוהערן, זכרון קעמערל, פראביר זיך צו דערמאנען אינטערעסאנטע פאסירונגען איבער וואס מ'קען שרייבן, און דו שעפעריש קעמערל, קום אויף מיט א מהלך וויאזוי עס ארויסצוברענגן, און אלע אנדערע שוין צוריק צו די ארבעט, ווייל ווילאנג מיר פארברענגן דא וועט ער מאכן א לעבן אן אונז, און ס'וועט נאך זיין צרות.
אה והעיקר שכחתי, ביז מ'קומט אויף מיט אן עצה, וועל מיר אים שיקן אויף וואקאציע!"
בראווא!! האבן אלע צוזאמען אויסגעשריגען, מיט פארלייכטערונג, אזש כ'האב געפילט ווי זיי אלע אטעמען אפ, אפי' די הויעכע אדרענעלין האבן זיך מיר בארואיגט.
נו שוין, ווען אלע מאכן אפ אז כ'מוז פארן וואקאציע, האב איך מיך נישט געפוילט, אין כ'בין תיכף געלאפן, קיין...
(די אויבישטער שטאק פון מיין דירה, קיין בעטלאן!! צום ווידערזעהן! ביי ביי!).
און ביזדערווייל בלייבט אז: כ'אניש וואס צו שרייבן!!

די אנהייב
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
מאיר'ל
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 8:27 pm
לאקאציע:75 מירון דרייוו

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר'ל »

🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣
מאיר איז זייער א געזונטע זאך צו עסן!!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

חברה סטעי' טונד כ'האב שוין וואס צו שרייבן!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

.
אטעטשמענטס
3D Text@1x-1.0s-280px-250px.gif
3D [email protected] (136.7 KiB) געזען 162 מאל
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
ארטיסטיש
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

כ'וואונטש דיר זאלסט ווייטער נישט האבן וואס צו שרייבן....
אסאך בעסער אזוי....
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:06 pm
כ'וואונטש דיר זאלסט ווייטער נישט האבן וואס צו שרייבן....
אסאך בעסער אזוי....
האקט הויעך שטייט און קלאר!!

נישט איך, מיין ארמיי אין מח!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: כ'אניש וואס צו שרייבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

צו זעהן וואס כ'האב צו שרייבן קוק דא
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”